Sleepy Hollow Hotel & Conference Center Tarrytown, 455 S Broadway, Tarrytown, NY 10591
געזען די וואך אין איינע פון די אויסגאבעס (כמיין אין ״די וואך״) אז אידן האבן אפגעקויפט די האטעל. איינער האט עפעס מער אינפא? איז שוין די פלאץ כשר? איז דא מנין שבת?
געהאט דארט א חתונה נישט לאנג צוריק. זייער דיפפערענט. די קבלת פנים פאר די נשים איז געווען אינדרויסן פונעם בנין פון האטעל אין די בעק. די מענער אין א שטיבל ווי געווענליך. די האלוועיס זענען זייער לאנג. די חתונה זאל איז נישקשה'דיג גרויס. צו א בית הכסא דארף מען וואקן א שיינע שטרעקע. די מצווה טאנץ איז אין א קלענערע זאל אין א זייטיגע צימער ביים קארידאר וואס פירט צו די האטעל צימערן. ביים אריינגאנג צום בנין איז דא קאוטשעס פאר די געסט. אינמיטן די האלוועי ערגעץ וואו זיצט א היימישע טשיינע קלאזעט ווי צו ווייזן א היימיש פנים. די חופה איז געווען אין די הויף ביים באשטימטן פלאץ נעבן א געזיבאו. איך הער אז עס איז שוין אפגעהאלטן געווארן שבתות התוועדות דארט. די האטעל געפונט זיך גלייך אראפ ביי ערשטן עקזיט פונעם טעפענזי בריק