וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

אחראי: יאנאש

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

ברוכים הבאים.

צענדליגע שטארק נאכגעפאלגטע פריימערי'ס קומען פאר דינסטאג אין פלארידע און אין ניו יארק.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

טראצדעם וואס עס קומען פאהר פריימעריס בלויז אין צוויי שטאטן (מיט א ראן-אף אין נאך איינס) קומען פאהר גאהר אסאך אונטערעסאנטע קאנגרעסיאנאלע פריימעריס וואו עס איז כדאי צו האלטן אן אויג.

ניו יארק.

דיסטריקט-1.
רעיטינגס=לינינג רעפ.

מיט דעם וואס קאנגרעסמאן לי זעלדין האט באשלאסן צו לויפן אלץ גאווערנאר אין ניו יארק האט ער איבערגעלאזט אפען זיין ביידן +0.1% דיסטריקט (אין 2016 האט טראמפ געוואונען די דיסטריקט מיט 7.9%), און עס קומט פאהר פארמעסטן בעיקר אויף אויף די רעפובליקען זייט ווי עס לויפט וועטעראן ניק לאלאטא וועלכע האט אסאך לאקאלא אידארסמענטס, און ביזנעספרוי מיכעלע באנד וועלכער ווערט געשטיצט דורך טעד קרוז און דאנעלט דזשוניער.

אויף די דעמאקראט זייט איז די 2020 נאמיני צו די דיסטריקט ברידזשעט פלעמינג ערוואטעד גרינג צו געווינען די נאמינאציע.

דיסטריקט-3.
רעיטינגס-טאס-אפ.

מיט דעם וואס קאנגרעסמאן טאם סואזי האט באשלאסן צו לויפן אלץ גאווערנאר פון ניו יארק האט איבערגעלאזט אפען זיין ביידן +8% דיסטריקט קומט פאר א העפטיגע פריימערי אויף די דעמאקראט זייט איבערצונעמען זיין זיץ, די דריי הויפט קאנדידאטן זענען געוועזענער נארד העמפסטעט סופערווייזער דזשאן קיימאן, מעסיגער נאסא קאונטי לעגיסלאטור דזשאדזש לאפאזאן אינדארסירט דורך סואזי און DNC מעמבער ראב זימערמאן אינדארסירט דורך הילערי קלינטאן.

אויף די רעפובליקען זייט, איז די 2020 נאמיני דזשארדזש סאנטוס די איינציגסטע וואס האט געפיילט צו לויפן און אוטומאטיש די נאמיני.

דיסטריקט-4.
רעיטינגס=לייקלי דעם.

מיט דעם וואס קאנגרעספרוי קאטלין רייס האט ריטייערט עפענט דאס אויף א פארמעסט אויף די דעמאקראט זייט ווער וועט נעמען איר זיץ אין קאנגרעס. די פראנט-ראנער איז געוועזענער העמפסטעד סופערווייזער לאורען גיליען וועלכער איז אויסגעוועלט געווארן דורך קאנגרעספרוי רייס פאר די פאזיציע און פארשפרעכט צו זיין א מעסיגער און זיך באטייליגן אין די פראבלעם סאלווער קאקוס, עס פארמעסטן זיך קעגן איר מאלווכרן מעיאר קייט קאלבערט און נאך עטליכע לינקע קאנדידאטן.

דיטריקט-10.
רעיטינגס=סעיף דעם.

צוליב דעם וואס די נייע מאפע האט ארומגעריקט מיט די אלטע דזשערינאדלער דיסטריקט האט קאנגרעסמאן נאדלער באשלאסן צו לויפן אין די נייע 12טע דיסטריקט איבערלאזענדיג די דיסטריקט ליידיג, פארמירענדיג א העפטיגע פריימערי אויף די בלויע זייט מיט איבער 10 קאנדידאטן, און עטליכע וואס האבן א שאנס צו געווינען.

די הויפט קאנדידאטן אין די פארמעסט זענען, לויער דניא-ל גאלדמאן וועלכער האט אנגעפירט מיט די אימפיטשמענט קעגן פרעזידענט טראמפ, ער ווערט באטראכט אלץ א היב מעסיגער פרא ביזנעס קאנדידאט און איז אינדארסירט געווארן דורך די בארא פארקער עסקנים און מוסדות התורה, אזוי אויך זענען פארהאנען דריי ראדיקעל לינקע שטארקע קאנדידאטן, קאנגרעסמאן מאנדער דזשאונס פון די 17טע דיסטריקט וואס האט באשלאסן צו לויפן אין די דיסטריקט צוליב די נייע מאפע, אסעמבליפרוי Yuh-Line Niou און קאנסילפרוי קארלינא ריווערא אלע פון זיי מיט א עכטע שאנס צו געווינען.

דיטריקט-12.
רעיטינגס=סעיף דעם.

וואו שוין באשריבן אינעם פריערדיגען דיטריקט, האט קאנגרעסמאן נאדלער באשלאסן צו לויפן אין די דיטסריקט אקעגן די אמטירענדען קאנגרעספרוי מעלאני אזוי אויך לויפט א דריטער קאנדידאט שריי פאטעל וועלכער האט אין 2020 כמעט ארויסגעווארפן מעלאני אין א פריימערי (43%/39%). נאדלער איז ערווארטעד צו געווינען אבער מעלאני האט אויך א שאנס.

דיטריקט-19.
רעיטינגס=טאס-אפ.

אויף די דעמאקראט זייט קומט פאר אן אפענער פריימערי פאר די דיסטריקט, צווישען אטוירני Josh Riley און ביזנעספרוי Jamie Cheney.

דיסטריקט-22.
רעיטינגס=טאס-אפ.

מיט דעם וואס רעפובליקען קאנגרעסמאן דזשאן קאטקא האט באשלאסן צו ריטייערן, עפענט דאס אויף א שווערע פארמעסט אויף די ביידן +7.4% דיסטריקט וואו ביידע פארטייען האפן שטארק צו האבן די דיסטריקט אין די 118טע קאנגרעס.

אויף די רעפובליקען זייט לויפט די פארטיי געשטיצטע ביזנעסמאן סטיוו וועלס, קעגן די קאנסערוואטיווער קאנדידאט ברענדאן וויליאמס.

אויף די דעמאקראט זייט איז די פראנט-ראנער וועטעראן פראנסיס קאנאלע, אבער עס זענען פארהאן נאך דריי קאנדידאטן אין די פריימערי.

דיטריקט-23.
רעיטינגס=סעיף רעפ.

מיט קאנגרעסמאן קריס דזשעיקאבס ריטייערמענט האט דאס אויפגעעפענט א גאהר היציגער פריימערי צווישען מיליאנער קארל פאלאדינא וואס איז געווען די רעפובליקאנער נאמיני אלץ גאווערנאר אין ניו יארק אין 2010 געשטיצט דורך קאנגרעספרוי סטעפאניק, קעגן ניו יארק רעפובליקען פארטיי טשעירמאן Nick Langworthy.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח @גיי!!

זעה איך אז אין דיסטריקט 16 קומט פאר א שטארקע פריימערי ביי די דעמאקראטן, ווי עטליכע קאנדידאטן פרובירן ארויסצורוקן דעם פראגרעסיוון אינקאמבענט דזשאמאל באומען.

אויך קומט פאר צוויי אלגעמיינע וואלן ספעשל עלעקשנס אין ניו יארק. ביידע אויף די אלטע מאפע, אנדערש ווי די אלע פריימעריס לעיל, וועלכע זענען אויף די נייע מאפע.

אין דעם 19טן דיסטריקט, וואס הייסט ליען רעפאבליקאנער, א ביידן פלאס 1.5 אין 2020, טראמפ + 6.7 אין 2016. דארט לויפט דער רעפאבליקאנער דאטשעס קאונטי עקזעקיוטיוו מארק מאלינארא (וועלכער לויפט אויך אין נאוועמבער אלס דער רעפאבליקאנער קאנדידאט אין דעם נייעם 19טן דיסטריקט), קעגן דעם דעמאקראטישן אלסטער קאונטי עקזעקיוטיוו פעט רייען (וועלכער לויפט אויך אין נאוועמבער אלס דער דעמאקראטישער קאנדידאט אין דעם נייעם 18טן דיסטריקט). אין דעם דיסטריקט קוקט מען צו זעהן ווער וועט געווינען, צו די רעפאבליקאנער וועלן געווינען אזוי ווי עס איז ערווארטעט, וואס אויב זיי געווינען עס נישט מיט א האר, וועט דאס באשטעטיגן אז די רעפאבליקאנער זענען העווי פעוואריט איבערצונעמען דעם האוז, טראץ וואס די דעמאקראטן האבן לעצטענס אווערפערפארמד אין עטליכע פארמעסטן. און שטייצעך אז אויב די דעמאקראטן וועלן ארויסשלעפן א זיג, וועט עס טוישן די גאנצע קאנווענשינעל וויסדאם, און מען וועט האלטן אז די האוז איז געהעריג אין פלעי און קען גיין ביידע וועגן. (צום ביישפיל: דער דיסטריקט איז היפש צו רעכטס פון אלע טאסאפ דיסטריקטן אין די פאריגע תגובה.)

אויך איז דא א ספעשל פארמעסט אין 23טן דיסטריקט, דארט הייסט אז די רעפאבליקאנער געווינען זיכער, און מען קוקט בעיקר אויף די מארדזשין מיט וויפיל זיי געווינען.

די דעמאקראטישע פריימערי אין דעם נייעם 19טן דיסטריקט קען פילייכט העלפן די דעמאקראטן מיט טוירנאוט אין דעם אלטן 19טן דיסטריקט, אין די פריסינקטס וואס זענען אין ביידע (געוויסע קליינע חלקים פון דרום מזרח דאטשעס קאונטי וואס זענען יעצט אין 19טן, גייען גאר אריין אין נייעם 17טן, ווי עס איז דא א שטארקע פריימערי ביי די דעמאקראטן, און א שטיקל פריימערי אויך ביי די רעפאבליקאנער...) און די רעפאבליקאנער פריימערי אין דעם אלטן 23טן דיסטריקט קען ווארשיינליך העלפן די רעפאבליקאנער אין דעם נייעם 23טן דיסטריקט, אין די פריסינקטס וואס זענען אין ביידע. (און א חלק פון דעם אלטן 23טן גייט גאר אריין אין נייעם 19טן..)
אטעטשמענטס
די נייע מאפע פון ניו יארק, אויף וואס עס קומט פאר אלע פריימעריס, לויט די 2020 רעזולטאטן.

IMG_20220821_233512.jpg (117.57 KiB) געזען 3221 מאל
ביידן/טראמפ אין אלטן 19טן דיסטריקט
ביידן/טראמפ אין אלטן 19טן דיסטריקט
IMG_20220821_183459.jpg (195.27 KiB) געזען 3221 מאל
ביידן/טראמפ אין אלטן 23טן דיסטריקט
ביידן/טראמפ אין אלטן 23טן דיסטריקט
IMG_20220821_184017.jpg (172.06 KiB) געזען 3221 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

א קלארע ליסטע ווי אזוי ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט האט געשטימט אין די לעצטע פאר יאר.
IMG_20220821_213835.jpg
IMG_20220821_213835.jpg (299.99 KiB) געזען 3059 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

שטים בודקעס שליסן זיך אין פלארידע 7 אזייגער און אין ניו יארק 9 אזייגער.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

אין פלארידע קען מען א גאנצע צייט מיט האלטן וויפיל דעמאקראטן און וויפיל רעפובליקאנער שטימען אין די פריימערי.

נעכטן נאכט זענען די דעמאקראטן געשטאנען מיט די אויבערהאנט פון איבער 111 טויזענט וויילער איבער די רעפובליקאנער, אבער יעצט 1 אזייגער נאכמיטאג איז די דעמאקראטישע אויבערהאנט שוין פארווישט, און די רעפובליקאנער האבן יעצט א אויבערהאנט פון 45 טויזענט וויילער.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11509
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

תגובה דורך ר' זעקל »

פלארידע

פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס (ר) לויפט פאר ריעלעקשאן פאר א צווייטער טערמין אין די סווינג סטעיט וואס האט געשיפט די לעצטע פאר יאר צו די רעכטס.

אויף די דעמאקראטישע זייט קומט פאר היינט א פריימערי צווישן טשארלי קריסט געוועזענע רעפאבליקאנער גאווערנער פון פלארידע וואס האט געטוישט פארטי צו דעמאקראט און פלארידע אגריקולטור קאמישינער ניקי פריעד.

רוב אנקעטעס ווייזן א פעסטע אויבערהאנט פאר קריסט אבער איינצעלע אנקעטעס האבן יא געוויזען אויף א גאר נאנטע פארמעסט.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11509
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

סענעטאר מארקא רוביא (ר) לויפט פאר ריעלעקשאן.

אויף די דעמאקראטישע זייט איז די איינציגסטע ערענסטע קאנדידאט און ווארשיינליכע פריימערי געווינער קאנגרעספרוי וואל דעמינגס.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11509
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פלארידע ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט - סאליד רעפאבליקאנער דיסטריקט.

באקאנטע רעפאבליקאנער ניוז מאכער מעט געטס לויפט פאר ריעלעקשאן און שטייט אויס א פארמעסט פון די צענטער פון מארין וועטעראן מארק לעמבארדאו.

געטס איז ערווארטעט צו געווינען.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
אין פלארידע קען מען א גאנצע צייט מיט האלטן וויפיל דעמאקראטן און וויפיל רעפובליקאנער שטימען אין די פריימערי.

נעכטן נאכט זענען די דעמאקראטן געשטאנען מיט די אויבערהאנט פון איבער 111 טויזענט וויילער איבער די רעפובליקאנער, אבער יעצט 1 אזייגער נאכמיטאג איז די דעמאקראטישע אויבערהאנט שוין פארווישט, און די רעפובליקאנער האבן יעצט א אויבערהאנט פון 45 טויזענט וויילער.
אפדעיט פון 2 אזייגער נאכמיטאג:

די רעפובליקאנער אויבערהאנט איז ארויף צו 74 טויזענט שטימען.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11509
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פלארידע פערטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט - טראמפ +6 דיסטריקט

די זיץ איז געווארן א רעפאבליקאנער דיסטריקט צוליב רידיסטריקטינג צווינגענדיג קאנגרעסמאן על לעסאון (ד) צו לויפן אין א אנדערע דיסטריקט.

אויף די רעפאבליקאנער זייט איז די איינציגסטע ערענסטע קאנדידאט סטעיט סענעטאר עראן ביען.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11509
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פלארידע זיבעטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט - טראמפ +5 דיסטריקט.

קאנגרעספרוי סטעפעני מוירפי (ד) ריטייערט פון דעם זיץ.

אויף די רעפאבליקאנער זייט פארמעסטן זיך ארמי וועטעראן קארי מילס א מער עסטעבלישמענט קאנסערוועטיוו און די מער עקסטרעם רעכטע אנטאוני סאבאטיני.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11509
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פלארידע צענטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט - סאליד דעמאקראטישע דיסטריקט.

קאנגרעספרוי וואל דעמינגס (ד) האט איבערגעלאזט דעם זיץ צו לויפן פאר די סענאט קעגן מארקא רוביא.

3 דעמאקראטן פארמעסטן זיך פאר דעם זיץ, אקטיוויסט מעקסוועל פראסט, געוועזענע קאנגרעסמאן עלען גרעיסאן, סטעיט סענעטאר רענדאלף ברעיסי.

פראסט איז אנגענומען צו זיין א משהו פעיווערעד.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11509
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פלארידע דרייצענטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט - טראמפ +6 דיסטריקט.

קאנגרעסמאן טשארלי קריסט (ד) לאזט אפ דעם זיץ צו לויפן קעגן גאווערנער ראן דיסענטיס.

אויף די רעפאבליקאנער זייט לויפן ענע פאלינע לונע געשטיצט דורך געוועזענע פרעזידענט טראמפ און די קלוב פאר גראוט פעק, און קעווין העיסלעט וואס האט אריינגעגאסן אסאך פון זיין אייגענע געלט אין זיין קאמפיין.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
אין פלארידע קען מען א גאנצע צייט מיט האלטן וויפיל דעמאקראטן און וויפיל רעפובליקאנער שטימען אין די פריימערי.

נעכטן נאכט זענען די דעמאקראטן געשטאנען מיט די אויבערהאנט פון איבער 111 טויזענט וויילער איבער די רעפובליקאנער, אבער יעצט 1 אזייגער נאכמיטאג איז די דעמאקראטישע אויבערהאנט שוין פארווישט, און די רעפובליקאנער האבן יעצט א אויבערהאנט פון 45 טויזענט וויילער.
אפדעיט פון 2 אזייגער נאכמיטאג:

די רעפובליקאנער אויבערהאנט איז ארויף צו 74 טויזענט שטימען.
אפדעיט פון 3 אזייגער, מיט 4 שעה ביז די שטים בודקעס שליסן זיך:

די רעפובליקאנער אויבערהאנט איז ארויף צו 93 טויזענט.

די דעמאקראטישע טוירנאט איז יעצט ביי בערך 26% קעגן בערך 27% פאר די רעפובליקאנער.

מען דארף געדענקן אז די רעפובליקאנער האבן נישט קיין איין סטעיטווייד פארמעסט, בשעת די דעמאקראטן האבן א שטארקע צוהיצטע גאווערנאר פריימערי.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11509
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פלארידע פופצענטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט - טראמפ +3 דיסטריקט.

א נייע דיסטריקט צוגעקומען פון רידיסטריקטינג.

די עיקר קאנדידאט איז געוועזענע סעקרעטערי אוו סטעיט פון פלארידע לורעל לי, און א מער שוואכערע קאנדידאט איז סטעיט סענעטאר קעלי סטערגל.

אנקעטעס ווייזן א שטארקע ליעד פון לי.

אויף די דעמאקראטישע זייט איז די איינציגסטע ערענסטע קאנדידאט עלען קאהן.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11509
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פלארידע צוואנציגסטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט - סאליד דעמאקראטישע דיסטריקט.

קאנגרעספרוי טשערפילעס-מקארמיק וואס האט געווינען א ספעשיל עלעקשאן דאס יאר מיט 5 שטימען קעגן דעלע האלנעס לויפט יעצט נאכאמאל קעגן די זעלבע קענגער.

מקארמיק איז ערווארטעט צו געווינען.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11509
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פלארידע דריי און צוואנציגסטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט - ביידען +14 דיסטריקט.

קאנגרעסמאן טעד דויטש (ד) ריטייערט פון זיין זיץ.

די איינציגסטע ערענסטע קאנדידאט אויף די דעמאקראטישע זייט איז בראוערד קאנטי קאמישינער דזשעראד מאשקאוויטס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח זעקי פארן באשרייבן אזוי שיין דיסטריקט ביי דיסטריקט

עס איז וויכטיג צו געדענקן אז די דעמאקראטן האבן א סטעיטווייד גאווערנאר פארמעסט אין פלארידע, און די רעפאבליקאנער נישט, און פארט קוקט רעפאבליקאנער טוירנאוט אויס ווי עס קומט אויס.. (און דאס איז די סיבה פארוואס דעסאנטיס און רוביא זענען סעיף.)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11509
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פלארידע זיבן אין צוואנציגסטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט - טראמפ +1 דיסטריקט.

קאנגרעספרוי מאריא סאלאזער (ר) לויפט פאר ריעלעקשאן.

אויף די דעמאקראטישע זייט פארמעסטן זיך סטעיט סענעטאר ענעטע טעדיא און מיאמי קאונסילמאן קען רוסעל.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
אין פלארידע קען מען א גאנצע צייט מיט האלטן וויפיל דעמאקראטן און וויפיל רעפובליקאנער שטימען אין די פריימערי.

נעכטן נאכט זענען די דעמאקראטן געשטאנען מיט די אויבערהאנט פון איבער 111 טויזענט וויילער איבער די רעפובליקאנער, אבער יעצט 1 אזייגער נאכמיטאג איז די דעמאקראטישע אויבערהאנט שוין פארווישט, און די רעפובליקאנער האבן יעצט א אויבערהאנט פון 45 טויזענט וויילער.
אפדעיט פון 2 אזייגער נאכמיטאג:

די רעפובליקאנער אויבערהאנט איז ארויף צו 74 טויזענט שטימען.
אפדעיט פון 3 אזייגער, מיט 4 שעה ביז די שטים בודקעס שליסן זיך:

די רעפובליקאנער אויבערהאנט איז ארויף צו 93 טויזענט.

די דעמאקראטישע טוירנאט איז יעצט ביי בערך 26% קעגן בערך 27% פאר די רעפובליקאנער.

מען דארף געדענקן אז די רעפובליקאנער האבן נישט קיין איין סטעיטווייד פארמעסט, בשעת די דעמאקראטן האבן א שטארקע צוהיצטע גאווערנאר פריימערי.
אפדעיט פון 4 אזייגער:

רעפובליקאנער אויבערהאנט איז ארויף צו 122 טויזענט שטימען.

5 אזייגער אפדעיט:

די רעפובליקאנער אויבערהאנט איז ארויף צו 154 טויזענט שטימען.

6 אזייגער אפדעיט, און די רעפובליקאנער אויבערהאנט איז ארויף צו 175 טויזענט שטימען.

שטים בודקעס אין רוב חלקים פון פלארידע שליסן זיך 7 אזייגער, מיט חלקים פון די פענהענדל 8 אזייגער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין פלארידע, ניו יארק - ספעשל עלעקשן אין ניו יארק'ס 19'טע דיסטריקט - ג' ראה תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ניו יארק סיטי טוירנאוט אפדעיט. א שווערע רוב פון די אלע שטימען זענען ווארשיינליך אין די צוויי שטארק פארמאסטענע דיסטריקטן 10 און 12, און אין די גאנצע איבעריגע שטאט ווי גארנישט איז עכט רעלעוואנט, איז דא פיצי טוירנאוט.
August Primary Check Ins - as of 6PM*
Manhattan - 102,493
Bronx - 18,125
Brooklyn – 79,304
Queens - 17,996
Staten Island – 19,970
Total Voting Check-Ins 237,888
*Includes early voting check ins
די מעיל אין בעלאטס, פון ביז זונטאג, זענען שוין אפגעציילט בנוסח פלארידע, און קומען ארויס קורץ נאך 9:00.

די פון מאנטאג ואילך וועט נאך נעמען א פאר טאג, זינט מען דארף זיכער מאכן אז די משלחים האבן נישט געשטימט אין פערזאן, וואס אויב יא, ווארפט מען אוועק זייער ענוועלאופ פארמאכטערהייט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ערשטע שטימען פון פלארידע.

דאס דארף צו הייסן א קריסט קאונטי. ממילא איז עס נישט געפערליך פאר פריעד.
first votes!

PASCO County (early + mail)
Charlie Crist 14,752 (64%)
Nikki Fried 7,417 (32%)
שרייב תגובה

צוריק צו “וואלן רעזולטאטן”