א צדיק אדער א רשע? מקודשת אדער אינה מקודשת?
- ראובן:אזוי? נו אפשר טוהסטו מיר א טובה?
שמעון:אוודאי פארוואס נישט?!
ראובן:איז הער מיר אויס, הנה נא זקנתי לא ידעתי יום חתונתי יום שמחת ליבי, איך זיך א שידוך, נו, אז די פארסט סייווי אריין אין שטאט מאך איך דיר פאר א שליח, גיי זיי מקדש פאר מיר "רחל" די טאכטער פון דעם באקאנטן "לבן הארמי", מסכים?
שמעון:אוודאי!! וועלמיר טרינקן לחיים מארגן נאכמיטאג! לסימן טוב ולמזל טוב!
הרי את מקודשת לי , על מנת שאני צדיק גמור!!!
איין מינוט! לאמיר אריינטראכטן וואס דא איז געשעהן, יא, מיר ווייסן טאקע אז המקדש את האשה על מנת שאני צדיק אפ' אם הוא רשע גמור מקודשת חיישינן שמא הרהר תשובה בדעתו , נו אויב אזוי אפילו שמעון איז ברייט באקאנט פאר א ... (נו, לשון הרע! -וואס הייסט, ס'איז לתועלת! (איך בין דאך נייגעריג, איז עס דען נישט גאר א גרויסע תועלת? )) דאך חיישינן שמא הרהר תשובה בדעתו , יא אפשר איז ער יעצט א צדיק, (דיין מגיד שיעור פלעגט אויך איבער חזר'ן די גמרא נאך פאלגנדיג מיט א גאנצע חיזוק\מוסר שמועס?)
אפשר איז שמעון יעצט א צדיק!
ווארט נאר ווארט, כאפ נישט קיין הייסע לאקשן, מיר ווייסן אלע אז עני מהפך בחררה ובא אחר ונוטלו נקרא רשע נו ראובן איז דאך געוועהן אן עני מהפך ברחל בת לבן, קומט שמעון און נעמט איר פאר זיך, נו, נקרא רשע!
שמעון איז א רשע!
נו יעצט אז שמעון איז א רשע איז ער דאך זיכער נישט קיין צדיק איז בכלל נישט דא וואס מורא צי האבן אז רחל איז מקודש פאר אים!
פרעגט זיך די שאלה, די דבר יום ביומו, גוט מארגן, לוח הציבור וכל שום וחניכה דאית להו דארף שוין ארויסקומען, וואס שרייבט מען? ווער איז דער חתן??
שוין, לאמיר גיין נאך איין סטעפ, אז רחל איז בכלל נישט מקודשת פאר שמעון, קומט אויס אז שמעון האט גארנישט שאדן געמאכט פאר ראובן, ער איז בכלל נישט געווען קיין בא אחר ונוטלה איז דאך שמעון אן עכטע צדיק , נו איז דאך רחל מקודש פאר אים, ווייל אוודאי חיישינן אז ער איז א צדיק גמור, אויב אזוי אז זי איז יא מקודש געווארן האט ער ציגענומען ראובן'ס שידוך, איז ער דאך א רשע אם כן איז זי בכלל נישט מקודש פאר אים, איז דאך שמעון אן עכטע צדיק'ל איז רחל יא מקודש צי אים וכו' א רשע .. צדיק ... רשע ... צדיק ...
ירא הקהל וישפוט!