א צדיק אדער א רשע? מקודשת אדער אינה מקודשת?

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

הר ההר
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: א צדיק אדער א רשע? מקודשת אדער אינה מקודשת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

יעדער האט געשריבן:
שלמה חיים האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
הר ההר האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
איך האב ציגעלייגט נאכדעם צי מיין תגובה
נאדיר די לשון הרמב“ם הל' אישות פ“ט הי“ז
העושה שליח לקדש לו אשה והלך וקידשה לעצמו הרי זה מקודשת לשליח ואסור לעשות כן וכל העושה דבר זה וכיוצא זה בשאר דברי מקח וממכר נקרא רשע
דאס מיינט אז ביי קידושין עצמו איז ער נישט קיין רשע. ער זאגט קלאר אז נאר בשאר מקח וממכר.
וכל העושה דבר זהוכיוצא זה בשאר דברי מקח וממכר נקרא רשע
ווי שטייט דאס?
לשון הרמב“ם הנ“ל
ניין. וכל העושה דבר זה ווער עס טוט אזא מין זאך וכיוצא בו אדער ענליכ'ס, ווען בשאר מקח וממכר, דעמאלטס איז נקרא רשע. אבער נישט ביי קידושין גופא, נאר אויב טוט ער אזא זאך ביי דיני ממנות.
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
הר ההר
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: א צדיק אדער א רשע? מקודשת אדער אינה מקודשת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

אבער סתם אזוי פארשטיי איך נישט וואס דער פראגע איז בכלל.
לאמיר דאס צוטיילן אויף צוויי.
דער שאלה איז וואס מאכט אז דער בא אחר ונטלה זאל ווערן א רשע? די רצון צו אוועקנעמען, אדער דאס עצם אוועקנעמען?

אויב זאג איך אז דער עצם אוועקנעמען איז דער פראבלעם, קומט אויס אז אויף אזא פאל איז ער דאך נישט קיין רשע, ווייל ער האט דאך גארנישט אוועקגענומען פאר די קידושין, איז דאך יא די קידושין חל, און הערשט נאכדעם ווערט ער א רשע, אבער דאן ווערט נישט די קידושין בטול למפרע.

טאמער אבער זאג איך אז דער רשעות פון דעם מענטש איז נישט אז ער האט בפועל אוועקגענומען, נאר דער עצם זאך אז איינער האט דיר געבעטן א טובה, און דו דרייסט ארום די רוקן צו אים, און דו נעמסט עס פאר דיר. קומט אויס אז בשעת די קידושין איז ער שוין א רשע, איז די קידושין אודאי נישט חל. און איך זאג נישט יעצט וחזר הדין אז וויבאלד ער איז אויס רשע, ממילא דארף די קידושין יא חל זיין. ווייל א רשע איז ער סיי ווי, נישט קיין נפקה מינה אויב ער האט בפועל אוועקגענומען אדער נישט, נאר דער עצם נעמען יענעמס שליחות און ארום דרייען דער רוקן.

ממילא יהיה איך שיהיה איז עס קיינמאל נישט קיין מהלך פון א גלגל החוזר. די שאלה איז נאר פארוואס ווערט ער גערופן א רשע.



וויל איך מיך אויפדרינגען אז דער פראבלעם איז דער עצם ווילן, און נישט דאס נעמען בפועל.
תוס' פרעגט א קשיא אויף רש''י, דו זאגסט אז מ'טאר נישט פון הפקר, איך זעה דאך קלאר אז מען מעג פון הפקר? ווי זעה איך, ווייל ווען איינער שפרייט אויס זיין טלית אויף פאה, מעג א צווייטער קומען און דאס צונעמען, אלא מאי איז ביי הפקר יא מותר.
איז מיר אבער געדרינגען פון תוס' אז מען רעדט דא אויב מען מעג לכתחילה גיין און דאס נעמען, און נישט אז אויב למעשה האט ער דאס גענומען איז ער נישט קיין רשע, נאר דאס איז מותר דער עצם געדאנק.

אזוי צו אזוי, איז אבער נישט שייך קיין גלגל החוזר.
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

Re: א צדיק אדער א רשע? מקודשת אדער אינה מקודשת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

איל משולש האט געשריבן:
אינטערעסאנט, פונקט זיך גע'טענה'ט מיט עמיצן איבער תשובה פאר עזיבת החטא צו ס'הייסט יא אדער נישט תשובה. די ראיה אז יא איז געווען די גמרא אז מקודשת, ווייל האט ער דען מיט די מחשבה אויסגעמעקט זיין סאשעל מידיע אקאונט פון זיין סמארטפאון?! (די טענהריי איז געווען לענין א איד מיט סאשעל מידיע אויף זיין כלי ווען ער וויינט ר''ה יוה''כ אז ער טוט תשובה צו ס'הייסט תשובה אדער נישט.) אלא מאי, איז אפילו א מחשבה אן פיזישע עזיבת החטא אויך נקרא צדיק. והא ראיה, מקודשת. זע מיר אז תשובה אויך פאר די עזיבה הייסט שוין א צדיק. אבער לויט די אויבן דערמאנטע מהרש''ג איז עס אינגאנצן אפגעפרעגט. ווייל זי איז מקודשת ווייל אויפן גאס הייסט ער א צדיק, אבער לענין תשובה, איז עס כלל נישט קיין ראיה.
פונעם קאצקער זאגט מען נאך אז דאס איז דוקא ביי א חתן וואס מוחלין לו כל עוונותיו.
אוועטאר
כח און מח
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: א צדיק אדער א רשע? מקודשת אדער אינה מקודשת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

איל משולש האט געשריבן:
אינטערעסאנט, פונקט זיך גע'טענה'ט מיט עמיצן איבער תשובה פאר עזיבת החטא צו ס'הייסט יא אדער נישט תשובה. די ראיה אז יא איז געווען די גמרא אז מקודשת, ווייל האט ער דען מיט די מחשבה אויסגעמעקט זיין סאשעל מידיע אקאונט פון זיין סמארטפאון?! (די טענהריי איז געווען לענין א איד מיט סאשעל מידיע אויף זיין כלי ווען ער וויינט ר''ה יוה''כ אז ער טוט תשובה צו ס'הייסט תשובה אדער נישט.) אלא מאי, איז אפילו א מחשבה אן פיזישע עזיבת החטא אויך נקרא צדיק. והא ראיה, מקודשת. זע מיר אז תשובה אויך פאר די עזיבה הייסט שוין א צדיק. אבער לויט די אויבן דערמאנטע מהרש''ג איז עס אינגאנצן אפגעפרעגט. ווייל זי איז מקודשת ווייל אויפן גאס הייסט ער א צדיק, אבער לענין תשובה, איז עס כלל נישט קיין ראיה.
לגופו של ענין מיין איך אז סאיז אן אמתדיגע עזיבת החטא, די חטא איז נישט האבן א סאושעל מידיע אקאונט, די חטא איז עס ניצן וואס אין דעם איז נכלל ג' חמורות, און אוודאי איינער וואס טוט תשובה דארף עס אויסמעקן והרחק מן הכיעור, אבער אויב קען ער עס נישט אויסמעקן יעצט, ס'איז דאך ראש השנה, איז איינמאל ער איז מחליט אז ער וועט עס פארמאכן איינמאל ער קען איז עס לענ"ד א ריכטיגע עזיבה
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: א צדיק אדער א רשע? מקודשת אדער אינה מקודשת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

כח און מח האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:
אינטערעסאנט, פונקט זיך גע'טענה'ט מיט עמיצן איבער תשובה פאר עזיבת החטא צו ס'הייסט יא אדער נישט תשובה. די ראיה אז יא איז געווען די גמרא אז מקודשת, ווייל האט ער דען מיט די מחשבה אויסגעמעקט זיין סאשעל מידיע אקאונט פון זיין סמארטפאון?! (די טענהריי איז געווען לענין א איד מיט סאשעל מידיע אויף זיין כלי ווען ער וויינט ר''ה יוה''כ אז ער טוט תשובה צו ס'הייסט תשובה אדער נישט.) אלא מאי, איז אפילו א מחשבה אן פיזישע עזיבת החטא אויך נקרא צדיק. והא ראיה, מקודשת. זע מיר אז תשובה אויך פאר די עזיבה הייסט שוין א צדיק. אבער לויט די אויבן דערמאנטע מהרש''ג איז עס אינגאנצן אפגעפרעגט. ווייל זי איז מקודשת ווייל אויפן גאס הייסט ער א צדיק, אבער לענין תשובה, איז עס כלל נישט קיין ראיה.
לגופו של ענין מיין איך אז סאיז אן אמתדיגע עזיבת החטא, די חטא איז נישט האבן א סאושעל מידיע אקאונט, די חטא איז עס ניצן וואס אין דעם איז נכלל ג' חמורות, און אוודאי איינער וואס טוט תשובה דארף עס אויסמעקן והרחק מן הכיעור, אבער אויב קען ער עס נישט אויסמעקן יעצט, ס'איז דאך ראש השנה, איז איינמאל ער איז מחליט אז ער וועט עס פארמאכן איינמאל ער קען איז עס לענ"ד א ריכטיגע עזיבה
איר האט גענומען מיין זייט אין די טענה'ריי, זיי האבן גע'טענה'ט אז ס'איז איסור יחוד צו האבן אויפן כלי.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
כח און מח
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: א צדיק אדער א רשע? מקודשת אדער אינה מקודשת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

צ\ק

דער זעלבער שואל ר' לייב שטערן וואס האט אנגעפרעגט דעם מהרש"ג האט אויך געשיקט זיינע שאלות צום פני מבין (או"ח סי נ"ז) און ער האט כפשוטו גע'פסק'נט אז ס'איז בכלל נישט קיין שאלה אדער ספק צו זי איז מקודש וויבאלד ער איז דאך א רשע, און ער זאגט אז די זעלביגע איז ווען איינער וועט מקדש זיין א ממזרתאון זאגן ע"מ שאני צדיק גמור איז אויך פשוט אז אינה מקודשת בכלל, אמער ער איז דאך א רשע בשעת מעשה!
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: א צדיק אדער א רשע? מקודשת אדער אינה מקודשת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

הר ההר האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
שלמה חיים האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
הר ההר האט געשריבן:
דאס מיינט אז ביי קידושין עצמו איז ער נישט קיין רשע. ער זאגט קלאר אז נאר בשאר מקח וממכר.
וכל העושה דבר זהוכיוצא זה בשאר דברי מקח וממכר נקרא רשע
ווי שטייט דאס?
לשון הרמב“ם הנ“ל
ניין. וכל העושה דבר זה ווער עס טוט אזא מין זאך וכיוצא בו אדער ענליכ'ס, ווען בשאר מקח וממכר, דעמאלטס איז נקרא רשע. אבער נישט ביי קידושין גופא, נאר אויב טוט ער אזא זאך ביי דיני ממנות.
איך פארשטיי נישט פארוואס מען זאל אריינקוועטשען אזא דוחק פשט אינעם רמב“ם
אבער אויפען שו“ע אהע“ז סל“ה ס“ט העושה שליח לקדש לו אשה פלונית והלך שליח וקדשה לעצמו הרי זה מנהג רמאות זאגט די בית שמואל ברמב“ם כתב פ“ט מאישות הי“ז דנקרא רשע
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
כח און מח
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: א צדיק אדער א רשע? מקודשת אדער אינה מקודשת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

דער זוהן פונעם פני מבין (בהמפתחות שבסו"ס) ער וויל קריגן מיטן טאטן און ער זאגט אט דאס וואס מיר האבן געשריבן אז סאיז א היתר כרוך, נו אז סאיז א היתר כרוך זאגט ער גייט מען לחומרא וחיישינן אפשר איז די קידושין יא חל, דארף מען א גט לחומרא.

ווי עס שיינט האט ער געשריבן זיין אויפטו צום טאטן דער פני מבין, און ער האט אים צוריק געשריבן (שם) אז כאטש ביי יעדע היתר כרוך גייט מען טאקע לחומרא, דאך ביי קידושין זאגט מען אז די פרוי בלייבט בחזקתה וואס זי איז בחזקת פנויה, בפרט דא ווען מזעהט אז ער זוכט צי טאהן א מעשה רשעות, איי מחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה? יא יא, אבער קיין צדיק'ל איז ער נישט, נו איז זי בכלל נישט מקודש געווארן!
אוועטאר
כח און מח
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: א צדיק אדער א רשע? מקודשת אדער אינה מקודשת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

יעצט שטעלט זיך דער מיליאן דאללער קשיא:
ר' לייב שטערן האט געשיקט זיין שאלה צו די צוויי גדולי ישראל (אפשר נאך, עכ"פ די ווייס איך) קומט צירוק צוויי בריוו
מהרש"ג: מקודשת לשמעון
פני מבין: אינה מקודשת ומוכנת לראובן
איז צי וועם האט אונזער רחל למעשה חתונה געהאט? צי ראובן אדער שמעון? אפשר איז כדי נאך צי זיכן אין די מעטריקס?! אפשר באלאנגט דעם גאנצן אשכול אין זכור ימות עולם ???
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: א צדיק אדער א רשע? מקודשת אדער אינה מקודשת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

כח און מח האט געשריבן:
יעצט שטעלט זיך דער מיליאן דאללער קשיא:
ר' לייב שטערן האט געשיקט זיין שאלה צו די צוויי גדולי ישראל (אפשר נאך, עכ"פ די ווייס איך) קומט צירוק צוויי בריוו
מהרש"ג: מקודשת לשמעון
פני מבין: אינה מקודשת ומוכנת לראובן
איז צי וועם האט אונזער רחל למעשה חתונה געהאט? צי ראובן אדער שמעון? אפשר איז כדי נאך צי זיכן אין די מעטריקס?! אפשר באלאנגט דעם גאנצן אשכול אין זכור ימות עולם ???
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
הר ההר
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: א צדיק אדער א רשע? מקודשת אדער אינה מקודשת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

יעדער האט געשריבן:
הר ההר האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
שלמה חיים האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
וכל העושה דבר זהוכיוצא זה בשאר דברי מקח וממכר נקרא רשע
ווי שטייט דאס?
לשון הרמב“ם הנ“ל
ניין. וכל העושה דבר זה ווער עס טוט אזא מין זאך וכיוצא בו אדער ענליכ'ס, ווען בשאר מקח וממכר, דעמאלטס איז נקרא רשע. אבער נישט ביי קידושין גופא, נאר אויב טוט ער אזא זאך ביי דיני ממנות.
איך פארשטיי נישט פארוואס מען זאל אריינקוועטשען אזא דוחק פשט אינעם רמב“ם
אבער אויפען שו“ע אהע“ז סל“ה ס“ט העושה שליח לקדש לו אשה פלונית והלך שליח וקדשה לעצמו הרי זה מנהג רמאות זאגט די בית שמואל ברמב“ם כתב פ“ט מאישות הי“ז דנקרא רשע
דער סיבה זיך מדחיק צו זיין איז, ווייל אין די גמרא זעה מיר נישט אויף קידושין אזא ווארט ווי עני המהפך בחררה, נאר דוקא ביי דיני ממנות.
אויב איז עני המהפך בחררה ונקרא רשע אויך ביי קידושין, דאן פארוואס זאגט די גמרא נאר רמאות און נישט רשע?
און ווי אויך לאמיר געדענקן אז דער סיבה פארוואס ער איז נקרא רשע איז וויבאלד ער איז יורד לחייו. וואס ביי קידושין איז דאס נישט שייך.
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
אוועטאר
notification
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:15 pm

Re: א צדיק אדער א רשע? מקודשת אדער אינה מקודשת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך notification »

אויפן זעלבן אופן איז דא דער פאלגענדער מימרא.

"יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל אויסער 'די' כלל".

ד.ה. אז יעדע כלל אויף דער וועלט האט אמאל א יוצא מן הכלל אויסער דער דאזיגער כלל אז יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל דאס האט נישט קיין יוצא מן הכלל, ווייל אלע כללים אן אויסנאם האבן א יוצא מן הכלל.

אבער איין מינוט, אויב האבן אלע כללים א יוצא מן הכלל און דער דאזיגער כלל נישט, איז דאך טאקע 'דער' כלל דער יוצא מן הכלל פון אלע אנדערע כללים, ווייל דו זאגסט דאך אז ער איז אנדערש ווי אלע אנדערע כללים מיט דעם וואס ער האט נישט קיין יוצא מן הכלל, איז דאך די א.ד. סטעיטמענט נישט אמת ווייל דער כלל האט אויך א יוצא מן הכלל.
ווידער אז ס'האט יא א יוצא מן הכלל קומט דאך אויס אז אלע כללים אן אויסנאם - אריינגערעכנט דער כלל אליינס - האבן א יוצא מן הכלל, נו אויב אזוי האט דאך שוין דער עצם כלל נישט קיין יוצא מן הכלל... וחוזר חלילה.

איינער כאפט וואס איך רעד דא..?
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: א צדיק אדער א רשע? מקודשת אדער אינה מקודשת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

הר ההר האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 26, 2022 12:16 pm
יעדער האט געשריבן:
הר ההר האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
שלמה חיים האט געשריבן:
ווי שטייט דאס?
לשון הרמב“ם הנ“ל
ניין. וכל העושה דבר זה ווער עס טוט אזא מין זאך וכיוצא בו אדער ענליכ'ס, ווען בשאר מקח וממכר, דעמאלטס איז נקרא רשע. אבער נישט ביי קידושין גופא, נאר אויב טוט ער אזא זאך ביי דיני ממנות.
איך פארשטיי נישט פארוואס מען זאל אריינקוועטשען אזא דוחק פשט אינעם רמב“ם
אבער אויפען שו“ע אהע“ז סל“ה ס“ט העושה שליח לקדש לו אשה פלונית והלך שליח וקדשה לעצמו הרי זה מנהג רמאות זאגט די בית שמואל ברמב“ם כתב פ“ט מאישות הי“ז דנקרא רשע
דער סיבה זיך מדחיק צו זיין איז, ווייל אין די גמרא זעה מיר נישט אויף קידושין אזא ווארט ווי עני המהפך בחררה, נאר דוקא ביי דיני ממנות.
אויב איז עני המהפך בחררה ונקרא רשע אויך ביי קידושין, דאן פארוואס זאגט די גמרא נאר רמאות און נישט רשע?
און ווי אויך לאמיר געדענקן אז דער סיבה פארוואס ער איז נקרא רשע איז וויבאלד ער איז יורד לחייו. וואס ביי קידושין איז דאס נישט שייך.
דבר זה טייטשט נישט אזא מין זאך. כלשונך.
דבר זה טייטסט די זאך. דהיינו ממש די אויבנדערמאנטע.

שיינע אשכול. אויב מען דארף זיך אמאהל אויסטשוכענען זאל עס זיין מיט אזעלעכע אשכולות. זיסער אשכול.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected] Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”