Re: א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות *הערות און קאמענטארן*
פון ר' משה בוטריל איז קיין ראי', ער האט עפעס אן ענין אראפצוברענגען א.ג. 'ציטירן' (און טיילמאל גאר חיבורים) פון פריערדיגער וואס מען טרעפט נישט אין קיין שום אנדערע ארט.גוטע נקודה האט געשריבן:ר' אלעזר הקליר חלק א'
די שיטות החולקים
מצד אחר איז געקומען ר' וואלף היידענהיים, און אין זיין הקדמה אין מחזור שרייבט ער אז ר' אלעזר הקליר איז נישט קיין תנא, און אפי' נישט קיין אמורא, נאר ער איז געווען גאר בימי ''הראשונים''. און ער ברענגט זיך דארט ראיות לשיטתו. און ווי אויך ברענגט אזוי זיין רבי יוסף שטיינהארט, אין שו''ת זכרון יוסף (אורח חיים י''ג).
פאלגענד וועלן מיר אראפ ברענגען זייערע טענות.
3) און פירוש פון ר' משה בוטריל אויפן ספר יצירה, ברענגט ער אראפ א לשון פון ר' אלעזר הקליר ווי ער דעמאנט צווישען אנדערע ווערטער פון ר' האי גאון, וואס פון דעם זעהט מען אז ער איז שוין געווען לאחר ר' האי גאון.
אזויווי דוד המלך זאגט אין שיר השירים, כל האומר דבר בשם אומרו, מביא גאולה לעולם