רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!
עס וואלגערן זיך מצוות אונטער די פיס און מיר דארפן זיך בלויז אראפבייגן זיי אויפצוהייבן.
מצות "כיבוד אב ואם" פון די חשוב'סטע מצוות, מצות עשה שמתן שכרה כתוב בצדה - למען יאריכון ימיך.
די מצוה איז כולל באזוכן פערזענליך און פארשטייט זיך אז בזמננו מיינט דאס לכה"פ רופן אויפן טעלעפאן.
דער ערלויער רב ז"ל האט א גאנצע שאלה אויב איינער האט געזאגט פאר זיין טאטן אז ער גייט איהם באזוכן, צו ער מעג צוריקצוהן, ווייל לכאורה איז דאס אזוי ווי א נדר!
שו"ת התעוררות תשובה חלק ד יורה דעה סימן ט
כי הביקור הוא בכלל כיבוד כמו שתניא בר"ה דף ט"ז ע"ב חייב אדם לקבל פני רבו ברגל חזינן דקבלת פנים בכלל כיבוד הוא
כידוע פלעגט הגאון ר' חיים קניבסקי זצ"ל גיין צו זיין טאטן און צו זיין מאמען יעדעס איינציגסטען טאג ווילאנג זיי האבן געלעבט. כאטש ער איז געווען אזא ריזן מתמיד און דעדארפט יעדן טאג משלים זיין זיינע פילע שיעורי תורה און בלעטער גמרא.
על כן לכבוד חודש אלול הממשמש ובא ווידמע איך דא דעם אשכול פאר התחזקות אין די מצוה פון כיבוד אב ואם.
ווער עס קען אריינקומען מיט דברי התעוררות און פראקטישע עצות אויף די מצוה איז געבעטן דאס צו טוהן.
איך לייג צו אן אנקעטע פאר חיזוק.