רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

רופט/באזוכט איר אייערע עלטערן יעדן טאג?

יא, ב"ה איך בין נזהר אין דער מצות עשה דאורייתא
117
46%
ניין - מחמת סיבות שונות
63
25%
ניין - אבער איך גיי בל"נ זיך נעמען דערצו
29
11%
נאר מיין טאט'ן
5
2%
נאר מיין מאמע'ן
39
15%
סך הכל שטימען: 253

אומאן
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 10, 2022 6:46 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאן »

דרייטצעך האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:

אבער איצט וויל איך צוברענגען א שטיקל הלכה'דיגע מקור, טאקע אויף בכל יום.
תלמוד בבלי מסכת יומא דף עז עמוד ב
תנו רבנן: ההולך להקביל פני אביואו פני רבו, או פני מי שגדול ממנו - עובר עד צוארו במים, ואינו חושש.
און אזוי ווערט ג'פסקנט אין שולחן ערוך אורח חיים הלכות שבת סימן שא סעיף ד
היה הולך לדבר מצוה כגון: להקביל פני רבו או פני מי שגדול ממנו בחכמה, יכול לעבור בה. דער משנ"ב לייגט צו " והוא הדין אביו - גמרא ".
און באמת אזוי איז קלאר אין אנדערע מקומות אין שלחן ערוך - שולחן ערוך אורח חיים תריג, ה; שולחן ערוך אורח חיים תקנד, יב וואו עס שטייט ארויס - אזוי ווי אין די גמרא - "אביו".
אויב גייסטו מיט די מקור להלכה וואס דו ברענגסט דארפסטו קודם אנהייבן גיין צו דיין רבי יעדן טאג...
לכאורה איז די כוונה פון הקבלת פני רבו, די הלכה'דיגע "רבי", וואס נישט דא היינט. ווער האט היינט א רבי וואס למד רוב חכמתו ממנו?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מענין לענין באותו ענין - אינטערסאנט:
מי שיצא מעיר שאביו ואמו שם, והוא הולך למקום סכנה, ואביו או אמו מתענים או בלא תענית מצטערים, מצוה על הבן אם יכול שישכור השליח מיד וישלח כתב לאביו ולאמו שכבר יצא ממקום סכנה ובא למקום שרצה ללכת ואל יצטערו ואל יתענו עוד.
ספר חסידים סי' תקע"ה

ובפירוש יעלזו חסידים (מאת ר"א פאפו זצ"ל מח"ס פלא יועץ) כתב על הנ"ל:
דאפילו אם לא עבר בדרך מסוכן, כל שהוא נפרד מאביו ואמו ואשתו ובני ביתו, נפשם עקורה עליו לדעת את שלומו, ואמרי אינשי יבוא על האויב מה שחושב האוהב, הנה כי כן מצוה וחסד גדול עונשה לפקוד את אנשי ביתו אפילו בכל יום אם יוכל באגרות שלומים להודיעם את שלומו ושלום כל בני עירו הנלוים אליו באותו מקום אשר הוא שם...
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

תגובה דורך פראקטיש »

אין געוויסע פעלער קען אפשר זיין מער אויסגעהאלטן זיך נישט צוגעזעגענען פון די עלטערן איידערן פארן אינטערנאציאנאל נישט זיי צוצושפילן די נערווען.

קאנעטקסט מעטטערס.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2651
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

הרב פראקטיש, איינער האט דע געעפנט א וויכטיגע אשכול צו מעורר זיין די וויכטיגע מצוה וואס מיר פארמאגן אונטער די הענט און נוצן עס נישט אויס, מען רעדט נישט דא פון קיין חיובים אדער מנהגים וואס "מהאט געזען ביים טאטן"....
און אודאי רעדט מען נישט פון דוקא יעדן טאג, אבער אסאך עלטערן ובפרט מאמעס וועלן זיך זייער פרייען צו הערן יעדן טאג פון זייער קינדער, אפילו נאר א מיסד קאלל...

איך האב געוועלט צו אנהייבן בל"נ יעדן טאג צו רופן מיין מאמע, און מיין טאטע פרובירן צו טרעפן/רופן מער, ער איז נישט איינער וואס פרייט זיך פאר ממש מינדסוויכטיגיע רופערייען....
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ליבי ובשרי האט געשריבן:
הרב פראקטיש, איינער האט דע געעפנט א וויכטיגע אשכול צו מעורר זיין די וויכטיגע מצוה וואס מיר פארמאגן אונטער די הענט און נוצן עס נישט אויס, מען רעדט נישט דא פון קיין חיובים אדער מנהגים וואס "מהאט געזען ביים טאטן"....
און אודאי רעדט מען נישט פון דוקא יעדן טאג, אבער אסאך עלטערן ובפרט מאמעס וועלן זיך זייער פרייען צו הערן יעדן טאג פון זייער קינדער, אפילו נאר א מיסד קאלל...
דאס קעפל איז "רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג?". די ערשטע אפציע איז "יא, איך בין נזהר אין די מצוות עשה דאורייתא".

מיר האט דאס געמאכט שפירן אז איך בין נישט נזהר דערין ווי כאילו ס'איז דא א מצוה בכל יום, ס'האט מיר געכאפט אין שאק, קיינמאל דאס געזעהן אדער געהערט דערפון, ביז מ'האט עס דא צוגעברענגט.

דו האלטסט עכט איך פרוביר מעורר צו זיין אז מ'זאל זיך אפווייכן ח"ו מצוה וואס די תורה הקדושה אליין זאגט למען יאריכון ימיך? פליז, איך בעט דיך.

די חיוב פון "טעגליך" האף איך אי"ה דורכצושמועסן מיט א מורא הוראה. אלץ "וכל המרבה" איז - פארשטיי זיך - נישט שייך צו זאגן קיין כללים פון טעגליך, מער ווי איינמאל א טאג אדער ווייניגער, ס'ווענד זיך אין פארשידנס, זיכער אזוי ווען מ'וואוינט נישט אין די זעלבע שטאט.

און יא, רופן צו בארואיגן די עלטערן (און דאס ווייב, נישט פארגעסן) ווען מען געפונט זיך מעבר לים איז א גרויסע מצוה ווייל זיי זענען אנגעצויגן. אין געוויסע פעלער איז א מצוה נישט זיי צו פארציילן לכתחילה פאר די זעלבע סיבה. אין די פעלער איז די "הידור מצוה" זיי נישט צו מעלדן בכלל אז מ'פארט (אויב ס'איז שייך שטייצעך).

מיינע פונקטן און באהויפטונגען זענען אינעם גייסט פונען אשכול.
chalat
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 25, 2022 10:37 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך chalat »

זייט מיין חתונה נישט מער געדאכט מיין איך אז איך האב ב'ה כמעט נישט פארפעלט קיין איין טאג פון אנציריפן מיינע עלטערן זז'ג ,בעיקר רעד איך צי די מאמע , איך ריפ די היים טעל, און זי הייבט געווענטליך אויף כמובן' איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט די פילינג אז מיין פאן קאל איז איבעריג און מען האט נישט קיין געדולד דערצי ,אדרבה אויב האט זיך אמאל געמאכט אז איך האב דורך אגאנצן טאג נישט געריפן האט מיך מיין מאמע אנגעריפן פרעגן אויב אלעס איז אקעי ,עכ"פ לית מאן דפליג אז דאס איז א מצוה מדאוריתא, און ווען מען ריפט און אוואדי אז מען קימט אריין אפילו נאר פאר א פאר מיניט איז מען מחי' די עלטערן דארף מען האבן שכל און אריינכאפן ווילאנג מען קען ,ווי מען זאגט כאו"א איז א מצוה וואס עקספייערט ליידער,
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

יידישע קהילות האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
גבריאל האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
זייער א שיינער אשכול און א וויכטיגע נושא.

פון ווי קומט די געדאנק אז מ'דארף וויזיטן אדער רופן יעדן טאג? כ'האב נאך אזוינס נישט געהערט, ביי מיין טאטן האב איך דאס נישט געזעהן.

אגב, איז לכאורה די זעלבע חיוב חל אויפן שווער אלץ כבוד חמיו, איך גלייב נישט אז איינער דא גייט אנרופן דעם שווער יעדן טאג צו פארציילן וואס עא האט געגעסן פאר פרישטאג.

די יעדן טאג סאונד איבערגעטריבן.
ווי אפט בוסטו מחיוב צו טוהן צדקה? חסד? איך מיין די חפץ חיים שרייב מינומום איינמאל א טאג. לכאורה כיבוד אב און די זעלבע אלע מצוות וואס איז נישט ארויסגעשריבן א צייט איז איין מאל א טאג.
איך ווייס נישט, קיינמאל געהערט אז כיבוד אב ואם דארף מען טוהן יומית, אדרבה ברענג א מקור דערויף.

און אויב יא איז דאס אויך גילטיג צום שווער? אדער קען מען יוצא זיין די טעגליכע התחייבות צו איינער פון די פיר? פאטער, מוטער, שווער, שוויגער.

דאס דארף קלארקייט מיט מקורות.

אוודאי איז ווי מער אלץ בעסער, איך רעדט פון די מינימום התחייבות.
צו עס איז ממש דא א מצוה פון "יעדן טאג"? ווייסעך נישט, אבער פארוואס זאלן מיר נישט אריינכאפן אזא מצוה טעגליך?
(איך וויל פרעגן די יידן וואס זענען ל"ע אין די ערשטע יאר נאך זייער טאטן אדער מאמען [זאלן אלע יידן זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים] צו זיי לאזן אויס אפילו איין טאג פון מקיים זיין "מכבדו במותו" מיטן דאווענען פארן עמוד, זאגן קדיש, לערנען משניות אאז"וו, נו, זאלן מיר דאס נישט טוהן בשעת מיר האבן די זכיה זיי מכבד צו זיין בחייהם?!)

אבער איצט וויל איך צוברענגען א שטיקל הלכה'דיגע מקור, טאקע אויף בכל יום.
תלמוד בבלי מסכת יומא דף עז עמוד ב
תנו רבנן: ההולך להקביל פני אביואו פני רבו, או פני מי שגדול ממנו - עובר עד צוארו במים, ואינו חושש.
און אזוי ווערט ג'פסקנט אין שולחן ערוך אורח חיים הלכות שבת סימן שא סעיף ד
היה הולך לדבר מצוה כגון: להקביל פני רבו או פני מי שגדול ממנו בחכמה, יכול לעבור בה. דער משנ"ב לייגט צו " והוא הדין אביו - גמרא ".
און באמת אזוי איז קלאר אין אנדערע מקומות אין שלחן ערוך - שולחן ערוך אורח חיים תריג, ה; שולחן ערוך אורח חיים תקנד, יב וואו עס שטייט ארויס - אזוי ווי אין די גמרא - "אביו".

אין באור הלכה ברענגט צו דעם מגן אברהם ווי אפט איז דער חיוב פון קבלת פני רבו/אביו. דער מגן אברהם שרייבט אז יום טוב איז עס א חיוב און שבת איז בלויז א מצוה. דער באור הלכה דינגט זיך און שרייבט אז אויב איז מען נאנט איז דא חיוב אויך שבת און ראש חדש, און אז מ'איז ווייט איז מען מחויב נאר יום טוב.
דערנאך ברענגט ער פון ריטב"א אז אלעס ווענדט זיך "ווי" נאנט מ'איז, " כי אם הוא בעיר חייב לראותו בכל יוםולא סגי בלאו הכי ". דאס מיינט אז אויב מ'איז אין שטאט איז דא א חיוב מקבל זיין פני רבו/אביו יעדן טאג!!
עס איז משמע אז דער באור הלכה פסק'נט אזוי להלכה!
ממילא אויב איינער וואוינט אין דעם זעלבן שטאט איז זיכער כדאי ער זאל אריבערגיין צו זיינע עלטערן יעדן טאג.
אבער אפילו אויב ער וואוינט אין א צווייטע שטאט, איז דאך דער טעלאפאן זייער נאנט, כי קרוב אליך הדבר מאד בפיך..., איז זייער מסתבר צו זאגן אז עס איז א חיוב צו רופן יעדן טאג. ועכ"פ א גרויסע מצוה זיכער!
ווער זאגט אז אויפען טעלעפאון איז שייך הגבלת פני רבו?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

בזמנינו שיש טעלעפאון יראו הבנים הנשואים לצלצל להוריהם על הטעלעפאון כדי לדרוש בשלומם ובמיוחד בערבי שבתות וימים טובים (ויומא דפגרא) לאחל להם שבתא טבא וכו' (ובמוצ“ש לאחל להם שבוע טוב) ומה נועלו אותם המזלזלים בזה, שמראה להוריו כאילו ניתק (ואינו מעונן להחזיק) הקשר עמהם וכמה הורים יש להם צער גדול מזה
ובס' הלכות למעונות הקיץ (פ“א הערה כ“ג) כתבנו להסתפק אולי יש מצוה לצלצל להוריו בכל יום לפמש“כ הריטב“א דהדר בעיר רבו מחוייב לקבל פניו בל יום (הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס שליט“א בס' ויברך דוד על הל' כיבוד אב ואם פרק ד' אות מ')
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יעדער האט געשריבן:
בזמנינו שיש טעלעפאון יראו הבנים הנשואים לצלצל להוריהם על הטעלעפאון כדי לדרוש בשלומם ובמיוחד בערבי שבתות וימים טובים (ויומא דפגרא) לאחל להם שבתא טבא וכו' (ובמוצ“ש לאחל להם שבוע טוב) ומה נועלו אותם המזלזלים בזה, שמראה להוריו כאילו ניתק (ואינו מעונן להחזיק) הקשר עמהם וכמה הורים יש להם צער גדול מזה
ובס' הלכות למעונות הקיץ (פ“א הערה כ“ג) כתבנו להסתפק אולי יש מצוה לצלצל להוריו בכל יום לפמש“כ הריטב“א דהדר בעיר רבו מחוייב לקבל פניו בל יום (הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס שליט“א בס' ויברך דוד על הל' כיבוד אב ואם פרק ד' אות מ')
לצלצל להוריהם על הטעלעפאון כדי לדרוש בשלומם ובמיוחד בערבי שבתות וימים טובים (ויומא דפגרא) לאחל להם שבתא טבא

וכן אני נהוג, חוץ אויב מאכט זיך עפעס אינמיטן די וואך מיטצוטיילן אדער אויב ס'איז דא א שמחה און איך קען זיי ווונטשן מזל טוב
אוועטאר
הרוגוצובר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 2:40 pm
לאקאציע:אין בית המדרש

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרוגוצובר »

יידישע קהילות האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
גבריאל האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
זייער א שיינער אשכול און א וויכטיגע נושא.

פון ווי קומט די געדאנק אז מ'דארף וויזיטן אדער רופן יעדן טאג? כ'האב נאך אזוינס נישט געהערט, ביי מיין טאטן האב איך דאס נישט געזעהן.

אגב, איז לכאורה די זעלבע חיוב חל אויפן שווער אלץ כבוד חמיו, איך גלייב נישט אז איינער דא גייט אנרופן דעם שווער יעדן טאג צו פארציילן וואס עא האט געגעסן פאר פרישטאג.

די יעדן טאג סאונד איבערגעטריבן.
ווי אפט בוסטו מחיוב צו טוהן צדקה? חסד? איך מיין די חפץ חיים שרייב מינומום איינמאל א טאג. לכאורה כיבוד אב און די זעלבע אלע מצוות וואס איז נישט ארויסגעשריבן א צייט איז איין מאל א טאג.
איך ווייס נישט, קיינמאל געהערט אז כיבוד אב ואם דארף מען טוהן יומית, אדרבה ברענג א מקור דערויף.

און אויב יא איז דאס אויך גילטיג צום שווער? אדער קען מען יוצא זיין די טעגליכע התחייבות צו איינער פון די פיר? פאטער, מוטער, שווער, שוויגער.

דאס דארף קלארקייט מיט מקורות.

אוודאי איז ווי מער אלץ בעסער, איך רעדט פון די מינימום התחייבות.
צו עס איז ממש דא א מצוה פון "יעדן טאג"? ווייסעך נישט, אבער פארוואס זאלן מיר נישט אריינכאפן אזא מצוה טעגליך?
(איך וויל פרעגן די יידן וואס זענען ל"ע אין די ערשטע יאר נאך זייער טאטן אדער מאמען [זאלן אלע יידן זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים] צו זיי לאזן אויס אפילו איין טאג פון מקיים זיין "מכבדו במותו" מיטן דאווענען פארן עמוד, זאגן קדיש, לערנען משניות אאז"וו, נו, זאלן מיר דאס נישט טוהן בשעת מיר האבן די זכיה זיי מכבד צו זיין בחייהם?!)

אבער איצט וויל איך צוברענגען א שטיקל הלכה'דיגע מקור, טאקע אויף בכל יום.
תלמוד בבלי מסכת יומא דף עז עמוד ב
תנו רבנן: ההולך להקביל פני אביואו פני רבו, או פני מי שגדול ממנו - עובר עד צוארו במים, ואינו חושש.
און אזוי ווערט ג'פסקנט אין שולחן ערוך אורח חיים הלכות שבת סימן שא סעיף ד
היה הולך לדבר מצוה כגון: להקביל פני רבו או פני מי שגדול ממנו בחכמה, יכול לעבור בה. דער משנ"ב לייגט צו " והוא הדין אביו - גמרא ".
און באמת אזוי איז קלאר אין אנדערע מקומות אין שלחן ערוך - שולחן ערוך אורח חיים תריג, ה; שולחן ערוך אורח חיים תקנד, יב וואו עס שטייט ארויס - אזוי ווי אין די גמרא - "אביו".

אין באור הלכה ברענגט צו דעם מגן אברהם ווי אפט איז דער חיוב פון קבלת פני רבו/אביו. דער מגן אברהם שרייבט אז יום טוב איז עס א חיוב און שבת איז בלויז א מצוה. דער באור הלכה דינגט זיך און שרייבט אז אויב איז מען נאנט איז דא חיוב אויך שבת און ראש חדש, און אז מ'איז ווייט איז מען מחויב נאר יום טוב.
דערנאך ברענגט ער פון ריטב"א אז אלעס ווענדט זיך "ווי" נאנט מ'איז, " כי אם הוא בעיר חייב לראותו בכל יוםולא סגי בלאו הכי ". דאס מיינט אז אויב מ'איז אין שטאט איז דא א חיוב מקבל זיין פני רבו/אביו יעדן טאג!!
עס איז משמע אז דער באור הלכה פסק'נט אזוי להלכה!
ממילא אויב איינער וואוינט אין דעם זעלבן שטאט איז זיכער כדאי ער זאל אריבערגיין צו זיינע עלטערן יעדן טאג.
אבער אפילו אויב ער וואוינט אין א צווייטע שטאט, איז דאך דער טעלאפאן זייער נאנט, כי קרוב אליך הדבר מאד בפיך..., איז זייער מסתבר צו זאגן אז עס איז א חיוב צו רופן יעדן טאג. ועכ"פ א גרויסע מצוה זיכער!
זייער שיין דאס אשכול! שטייט אין כמה ראשונים פארוואס ביי צווי מצוות התורה האט די תורה געגעבן שכר ''למען יאריכין ימיך'' ביי כיבוד אב ואם און אויך ביי שליח הקן שרייבן זיי אז די תורה וויל ווייזן אז סיי א מצוה קלה און סיי א מצוה חמורה איז פונקט אזוי חשוב ביים אייבערשטען עס איז טאקע אסאך מאל שווער אבער מען באקומט גרויס שכר סיי אויף די וועלט און אויף יענע וועלט

נאר אלס קלארקייט אינעם ענין מיין איך אז איר האט אביסל אויסגעמישט די מצוה פון קבלת פני רבו איז א חיוב שבת/רגל און אויב איז מען אינעם זעלבען שטאט פונעם רבי'ן איז א חיוב יעדן טאג אזוי ווערט אראפגעברענגט אין ביה''ל בשם הריטב''א,

אבער דאס וואס די מש''ב שרייבט ''וה''ה פני אביו'' גייט ארויף אויף לעבר במים וואס איז דא א חשש סחיטה אויב איז עס א מצוה מעג מען אריבערגיין די וואסער מקבל זיין פני רבו ואביו איז א מצוה, דאס איז טאקע די גמ' יומא עז ההולך להקביל פני אביו
אבער אלס גיין באזוכן יעדן טאג גייט נישט ארויף וה''ה אביו, קיין איין גירסא צייכענט נישט צו ביי די גמרא אין ר''ה טז אדער סוכה כז חייב אדם להקביל פני רבו :גם אביו

עס איז זיכער הכל לפי הזמן והמקום יעדער דארף קענען זיינע עלטערן תכונת הנפש און זיי כסדר דעפרייען ווי מער אלס מער מצות אבער עס איז נישט קיין חיוב יומית עכ''פ פון דארט איז נישט קיין ריאה קען זיין עס איז דא אנדערע מקורות
איסור כתיבה בשבת הוא דבר קשה מאוד!
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הרוגוצובר האט געשריבן:

איבערגעשמועסט שב"ק מיט א מורה הוראה. כיבוד אב ואם איז פון די מצוות שאין להם שיעור וקצבה, סווענד זיך אלץ לפי המצב.

ס'איז נישט א מצוה וואס מ'דארף טוהן יעדן טאג, דארט ווי די עלטערן ער ווארטן עס יעדן טאג איז אוודאי יא דא א חיוב און אזוי אויך ווען זיי ערווארטן מער ווי איינמאל א טאג.

דאס ענין פון ערבי שבתות און ערבי ימים טובים איז פשוט ווייל אזוי האט זיך עס איינגעפירט אז אין די זמנים שיקט מען זיך פריסת שלום איינער דעם צווייטן, מילא איז דאס אויטאמאטיש ערווארטעט.

וכל המרבה הרי זה משובח.

די דורשי רשימות פלעגן זאגן בדרך צחות אז "עקב" איז נוטריקון כיבוד אב ואם, דאס איז פון די מצוות שאדם דש בעקביו, נישט כאפנדיג ווי אפט מ'קען דאס מקיים זיין מיט קלייניקייטן, יעדע קליינע וויזיט, פאון קאל, נחת גריס א. ד. ג. קען מען אריינכאפן וועלטן וואס מ'איז אוכל פירותיהם בעולם הזה והקרן קיימת לעולם הבא.

פון באר מנחם האב געזעהן דעם שבת אז "וקללה" איז ר"ת והקרן קיימת לו לעולם הבא, ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה וקללה, דאס זענען די מצוות וואס מ'רעכנט אויס טעגליך אין "אלו דברים", א ברכה אויף די וועלט און די עיקר וועט זענען אין עולם הבא.

ותלמוד תורה כנגד כולם.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דער הייליגער ישמח משה זי"ע
למען השי"ת תראה לחדש מדי שבת בשבתו חידושי תורה, דהיינו ביום ועש"ק תלמד איזה ענין קטן בגמרא ותוספות ומהרש"א ותייגע בו מאד לחדש בו ותכתוב לי מה שתחדש ותקיים בו מצות כיבוד אב על אופן המעולה והשלם שבשלמות, כי אין לי נחת רוח ותענוג עולם כמו בשמעי מחדושי תורה היוצאים ממעייני חכמתך.
ישמח משה על חמש מגילות דף ע"ד
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
Looser
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 02, 2022 11:36 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Looser »

געוועלט פאר ניין
ווייל ליידער האב איך שוין נישט קיין עלטערן
אבער טייערע ידידים דא, כאפטס אריין ווי לאנג איר קענט, נאכדעם קען מען זיך עס נישט מוחל זיין
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס און באריכטן
אויף אימעיל און נישט אויף סאושעל מידיא

מערכת סאטמאר אימעיל
https://mailchi.mp/satmarinfo/signup

קרית יואל וואכנשריפט
https://landing.mailerlite.com/webforms/landing/d2u9j5
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

פסק פון הרב אלישיב זצ"ל
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (58.56 KiB) געזען 1124 מאל
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
מקווה איד
שר שמונת אלפים
תגובות: 8410
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

פון 100 שטומעס בין איך דער איינציגער וואס רופט נאר מיין טאטע?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36577
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זייטזשעט מוחל טויזענט מאל, דער "לעתים" שטימט זייער פיין, אבער דאס וואס איר שרייבט "יעדן טאג" איז נישט קיין כלל ולאו כל האפין שוין און אלעס ווענדט זיך אין די טבע פון דעם ספעציפישן פערזאן[ען], מ'דארף דאס קענען שוקל זיין מיט אביסל שכל הישר, צו מאל גרעניצט זיך עס מיט משלי כ"ה י"ז.

און פאר א סיבה איז נישטא אזא הלכה אין שו"ע יו"ד סי' ר"מ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

farshlufen האט געשריבן:
זייטזשעט מוחל טויזענט מאל, דער "לעתים" שטימט זייער פיין, אבער דאס וואס איר שרייבט "יעדן טאג" איז נישט קיין כלל ולאו כל האפין שוין און אלעס ווענדט זיך אין די טבע פון דעם ספעציפישן פערזאן[ען]
פשוט אזוי, אבער יעדן טאג איז נישט איבערגעטריבן. בפרט אז ביי אסאך עלטערן איז דא ממש ערווארטעט, איז דאך ברור אז אפילו ביי די יעניגע וואס פארלאנגען דאס נישט ממש וועלן אבער אויך אפרישיעטן בכל יום.
גלייבסט נישט? פרעג זיי!
איך האב גערעד מיט יינגערלייט וואס האבן חתונה ג'מאכט עטליכע קינדער, זאגן זיי מיר אז חלש'ן גאר שטארק צו הערן טעגליך פון אלע זייערע קינדער. אפילו עס מיינט נישט מער ווי א "האלאו - און א גוטע נאכט"
farshlufen האט געשריבן:
מ'דארף דאס קענען שוקל זיין מיט אביסל שכל הישר, צו מאל גרעניצט זיך עס מיט משלי כ"ה י"ז.
אזוי ווי יעדע זאך אין די תורה, אן חכמה איז אלעס צומישט. אבער אז מ'כאפט אז דאס איז א גרויסער זאך און - בפשטות - א מצוות עשה דאורייתא, אפשר נישט חיובית אבער זיכער קיומית, גייט מען צולייגן קאפ און עס טוהן ריכטיג.
farshlufen האט געשריבן:
און פאר א סיבה איז נישטא אזא הלכה אין שו"ע יו"ד סי' ר"מ.
נאך א סיבה ווייל בזמן כתיבת שו"ע איז נאך קיין טעלפאן נישט געווען...
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36577
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יידישע קהילות האט געשריבן:
...
איר וועט מיר ווידער מוחל זיין, איר ציטירט מיר, אבער דער ענטפער האט מיט מיינע ווערטער קיין שייכות.

ליינט איבער נאכאמאל און טראכטס אריין וואס איך האבן געשריבן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

farshlufen האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
...
איר וועט מיר ווידער מוחל זיין, איר ציטירט מיר, אבער דער ענטפער האט מיט מיינע ווערטער קיין שייכות.

ליינט איבער נאכאמאל און טראכטס אריין וואס איך האבן געשריבן.
פארשלאפן, איך האב שוין עטלכיכע מאל דא ערווענט אז ס'איז לכאורה נישט קיין חיוב בכל יום אבער איך מיין אז @יידישע קהילות האט דיר יא געענטפערט מן הנידון.

ער זאגט אז ווען מען וואוינט נאנט איז דאס כמו-ערווארטעט און טאמער פעדעמט מען עס איין איז עס זיכער אזוי, און דאס איז גילטיג אויפן טעלעפאן פונקט אזוי.

היסטאריש איז דאס נישט געווען שייך, איפלו אינען זעלבן שטאט איז טראוועל נישט געווען אזוי גרינג ווי היינט חוץ אפשר אין די קלענערע דערפלעך ווי מ'האט געוואוינט נענטער.

היינט איז א קליינע וועלט (global village) ווי מ'רופט עס, קען זיין אז ס'איז יא ערווארטעט.

ווי געזאגט, האב איך עס נישט געזעהן ביי מיינע עלטערן, נישט ביי מיינע נאענטע קרובים וידידים. כ'האב עס אויך דורכגעשמועסט מיט א מורה הוראה און ער ווייסט נישט פון אזוי חיוב.

אבער אין זייער אסאך פעלער איז דאס יא ערווארטעט און אפילו ווי נישט איז עס פשוט נישט ערווארטערט ווייל ס'איז נישט איינגעפירט אבער זיי זענען לאנגווייליג און קוקן גאר שטארק ארויס ווען מ'טיילט זיי מיט ווי אפטער מהנעשה והנשמע.

איך האב היינט אינדערפרי גערופן מיין מאמע - שלא כהרגילי - גערעדט נישט מער ווי צען מינוט, מיטגעטיילט אפאר נארישקייטן. זי האט נישט נארמאל הנאה געהאט און זיך באדאנקט פארן רופן.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

פון הרב הגאון ר' יצחק זילבערשטיין שליט"א חתן הגרי"ש אלישיב זצ"ל מגדולי הפוסקים בבני ברק
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (118.82 KiB) געזען 1028 מאל

שכויעח פאר דיין שיינע און 'פראקטישע' תגובה. יא איר האט גוט מסביר געווען מיין שטעלונג.
פארצייטענס אויב מ'האט געוואוינט אין א קליין שטעטל האט מען זיך בלא"ה געטראפן מיטן טאטן דריי מאל אין בהמ"ד און מיטן מאמען אין שטאל אדער אין פעלד.
ווי אויך פארצייטענס צו גיין באזוכן אויף א צווייטע מקום איז געווען גאר גאר שווער און גענומען לאנג.
היינט ווען אין א האלבע סעקונדע קענסטו אנרופן דיין מאמע'ן און דו טוסט עס נישט איז עס "א שאלה" פון ביטול כיבוד אם. מסכים, אויב דו ביסט אזא פארנומענע מענטש אז ממש דו רעדסט נישט אויף דעם טעלפאן צו קיינעם. אבער דיינע חברים רופסטו, קול מבשר רופסטו, דיין פלונית'טע רופסטו, אבער פאר דיינע עלטערן האסטו נישט קיין צייט???!!!
ווילסט נישט יעדן טאג, בסדר, זאל זיין יעדע צווייטע טאג, אבער רוף!!
איך קען מענטשן וואס אפילו ערב שבת רופן זיי נישט אן זייערע עלטערן. איז דאס נישט פארדרוסליך?
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36577
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס שייך זיך צו דינגען, אויב קען עס שוין זיין איבער די מאס דאן איז דאך עס בכלל נישט קיין כיבוד.

לאז אפ די "יעדן טאג" סלאגאן, ס'איז נישט וואן סייז פיטס אלל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

farshlufen האט געשריבן:
וואס שייך זיך צו דינגען, אויב קען עס שוין זיין איבער די מאס דאן איז דאך עס בכלל נישט קיין כיבוד.

לאז אפ די "יעדן טאג" סלאגאן, ס'איז נישט וואן סייז פיטס אלל.
נישט קלאר "אויב קען עס שוין זיין איבער די מאס דאן איז דאך עס בכלל נישט קיין כיבוד ".
אויב איז עס איבער די מאס - איז עס נישט קיין כיבוד.
אויב איז עס אין די מאס - איז עס יא כיבוד.
ביי רוב מענטשן איז איינמאל א טאג, אדער איינמאל אין צוויי טאג א קאל, בכלל נישט איבער די מאס.
אויב ביי אייערע עלטערן, אדער אייערע קינדער, איז דאס עפעס אויסטערליש און איבער די מאס, נו דארפט איר טוהן וויאזוי דער שטייגער איז ביי אייך.
דערווייל ביי רוב מענטשן איז א טעגליכער קאלל גארנישט אזוי אויסעגעווענטליך. און אסאך עלטערן שפירן אז דאס איז ממש מינימום.
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רופט/באזוכט אייערע עלטערן יעדן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

באקומען אין אישי האט געשריבן:
איר כאפט אז ר' פארשלאפן איז א עלטער זיידע?
קען זיין ער ציטערט אז פלוצלינג וועלן אלע זיינע קינדער [און אייניקלעך] קלינגן יעדן טאג -נאר פאר א פאר מינוט- און ער בלייבט מער נישט מיט קיין טאג. על כל פנים פאר אייוולעלט זיכער נישט

שכרך הרבה מאוד!
איך געדענק אז אין איינער פון די טעגליכע בלעטלעך פלעגט זיין יעדן טאג אזא עד
"האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט??"
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”