ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שטייעף פאבלאפסקי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:46 pm

ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייעף פאבלאפסקי »

ר' משה לויפער איז גאר א באקאנטער און פרעמענאנטע נאמען אינעם עולם הנגינה היהודי. יעדער וואס האט זיך נאר עטוואס אריינגעטאן אין די היימישע מוזיק וועלט פון די פארגאנגענע עטליכע און פערציג יאר, האט זיך שוין זיכער אנגעטראפן אין דעם נאמען לפחות עטליכע מאל.

אנגעהויבן פון זיינע גאר ווארעמע בעלעד ניגונים, וואס ער לייגט פאכמאניש אראפ מיט זיינע זעלטן הארציגע מעלאדיעס און הארמעניען, ביז זיינע לעבדיגע פריילעך טענץ ניגונים מיט אלעס אינצווישן. איז ר' משה ממש א דזשעני ארענדזשירער וואס דעליווערט פון אלע סארטן און סטיילס, ווי יעדעס תנועה און קנייטש קומט געשטאפט מיט חידוש און מיזוקאלישקייט. און כאטש זיין גאר קלאסישער שטאנד צו וואס ער וועט זיך געווענטליך שטארק האלטן, העט ער אבער קענען אין דעם באווייזן טאלנט וואס אנדערע ריזן אין דעם פעלד העלן באוואונדערן און באטראכטן אויף יעדעס פאל באזונדער.

ר' משה איז היינט צוטאגס פון די עלטסטע - אויב נישט דער עלטסטער - היימישי מוזיק ארענדזשירער. ד"ה אז ער איז דער סקריפט שרייבער פונעם ניגון, דער וואס שטעלט איר אויס פון אנהייב ביזן סוף, און אזוי אויך איז ער דער וואס שרייבט די נאטן פאר די שפילער וואס שפילן איר אפ אריין אין רעקארדער, בשעת וואס ער זיצט דערויף און איז משגיח מיט זיין זעלטענע שפיר פאר יעדע קנייטש, אז אלעס זאל ווערן אויפגעשפילטט ווי ער האט איר פאראויסגעזעהן.

די לענגערע היסטאריע זיינע איז מיר נישט באקאנט, (ואדרבה, ווער עס ווייסט זאל אריינטאנען) אבער אזויפיל ווייסעך יא אז פון מוזיקאלשע שטאנד פאררופט ער זיך אלס א תלמיד פון ר' ישראל לעעם. ר' ישראל וואס דעזערווט זיך א ארטיקל פאר זיך, האט געלערנט קלעסיק מוזיק אין קאלעדזשעס דא אין אמעריקע מיט יארן צוריק, דאן ווען ס'איז נאך געוועהן אזא זאך ביי להבדיל די גוים אויסצוהערן אזאנע שטיקער.

דוירכאויס די יארן האט ר' משה זיך געשאפן א רעפוטאציע פון צושטעלן מייסטערהאפטיגע מוזיק אויף א אופן וואס ס'קען כמעט נישט קיינער.
אנגעהויבן מיט ר' משה גאלדמאן ווי ער האט געמאכט די מוזיק אויף א גרויסע טייל פון זיינע סידי'ס און אזוי אויך אויף די שפעטערע מיאמי סידי'ס ווי מ'קען גאר אסאך טרעפן זיין נאמען, ביז ממש היינטיגן טאג, ווי כמעט יעדע נייע אלבום וואס ערשיינט אויף די אידישע מארקעט האט זיין נאמען ביי עליכע פון אירע ניגונים.
פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון בלויז די פארגאנגענע פינעף זעקס יאר וואס ער האט געשפילט דארט א ראלע. (איך שרייב בלויז דאס וואס איך געדענק אויף די מינוט).

-שמילי 2
-יונגערליך
-יונגערליך ב'
-יונגערליך 3
-אלע אלע
-ארהלע
-בבליפא
-שנית
-מן השמים
-לב אל הנשמה
-השפעות
-Toest to life
און אדרבה לייגט עטס צו.

מהלך הנגינה;

זיין סטייל איז (ווי שוין אויבן דערמאנט) גאר א צוגענגליכע און קלאסישער, וואס אין יעדעס פון זיינע שטיקלעך קען זיך דאס תיקף הערן גלייך פון אנהייב ניגון. אלע זיינע תנועות און הארמענית וועט געווענטליך בלויז באגלייטן דעם ניגון, און נישט מיטשפילן בשעתן זינגען. ד"ה אז אפילו ער גייט יא ווייטער גיין מיטן זינגער זעלבסט, איז אבער די יסוד דערפון אין מערסטענס פעלער א באגלייטונג וואס טראגט דעם צוהערערס אויער פון איין פאל/שטיקל צום צווייטן, אויף א איידעלע כמו אריינפיל.

אנהייב ביים עפענען דעם ניגון וועט ער גאר אסאך מאל (ספעציעל ביי זיינע בני יחידים, די בעלעד ניגונים) גלייכן מקדים צו זיין מיט א פרי-אינטרעדאקשן אנשטאט גלייך צוצוגיין צום עצם אינטרא. כדוגמה ווי ביי אחת/כל מקדש/אב הרחמים פון יונגערליך. וואס פאר דעם חלק וועט ער רוב מאל נוצן לייכטערע אינסטרומענטן ווי שוואכע פארעדיגע סטרינגס איינס העכערן אנדערן אדער אפילו א שטיקעלע גרענד צו הארפ, וואס זאלן אריינברענגען די ליסענער אינעם מאוד דארט ווי ער וויל אים טראגן דורכאויס'ן ניגון. און דאן האט ער אסאך ניגונים וואס קליקן הערליך אויך אן דעם פרי-אינטרא, א שטייגער ווי ותחזנה פון זיינוויל, אדער הבן יקיר לי פון מענדי ווייס.

די אינטראדאקשין (אדער ווי מיר קענען איר מיטן פארקערצערטן נאמען: אינטרא) וועט ביי לויפער זיין די הויפט טאן שטעלער פארן ניגון, וואס וועט אריינברענגען יעדער וואס הערט אים אין א וועלט פון אינסטרומענטן און מוזיק. כ'האב געהערט זאגן אז ביי רוב ניגונים און בעיקר ביי ר' משה'ס גאר באליבטע בעלעדס וועט ר' משה אליין אויספארעמען אדער גאר קאמפעזירן די אינטרא'ס. און לשטתי מאכט עס גאר אסאך סענס ביים זיי צוהערן. א אינטרא ביי ר' משה האט נישט קיין כלל, נאר יעדע ניגון וועט זיך אינטרא'דאסן לויט ווי ער שפירט עס וועט אויף אים ס'בעסטע אנפאסן. א שטייגער נעם רחמנה פון שמילי אונגאר וואס די עצם אינטרא פאר זיך האט כמעט נישט קיין ריטעם (ליין דראם) וואס שטיצט עס אינטער באשטייענדיג בלויז פון לייכטע סטרינגס אויף גרענדישע קלאפעס. און פון אנדערע זייט טרעפט זיך צענדליגע פון זיינע שטיקלעך פון פולעהארמאנישע אינטראס.

כ'באמערק אז כ'בין דא אריינגעפארן אין בלויז פיר ביטיגע בעלעדס - מערסטענב פון זיי ר' פינקיס, וועמענס דען? - און בכלל נישט דערמאנט די פילע אנדערע סארט אינטראס וואס ער שפילט אויס, נו לאמיר זעהן וואס נאך ס'איז דא. אויף דער פאפולערן אני הולך אינטרא פעלט כמעט נישט אויס קיין הסברים, ווייל ס'רעדט פאר זיך אליין, צו קענען אנהייבן אזא מאסיווער יצירה אויף אזא קלאסישער געגאסענע פארנעם דארף מען הייסן לויפער. און כ'ווייס נישט צו נאך איינער האט באמערקט, די אינטרא ציעהט זיך אריין ביז 0:22 און ער פאקט אריין בלויז דריי קיקס, ס'איז בעצם א זעלטענע אנגעפולטער שטיקל, אה"נ נישט קיין פארגלייך אבער דאך ענדלט שטארק צו איר קאזינער ניגון מן השמים, וואס דארט לייגט ער אויך צו אביסעלע ברעסס גלייך אנהייב.

ווי נאך קען מען גיין, פאר ווער עס האט אמאל געהערט, די אינטרא צום ניגון שמע ישראל פון מיאמי בויס אויפן מי לשם אלי אלבום (מ'האט עס לעסטענס געהערט שטארק זינגען אויף חתונות ביי צווייטע טאנץ, בעיקר דורך די בערקא'ס וואס זענען כידוע שטארקע מיאמי פענס) איז אויך א מייסטער שטיקל, ווער רעדט נאך די פרי-איטרא ווי עס פארט א גראבע נידריגע סטריגס סעקשאן ארום טענער ביזן אריין פארן אינעם עלעקטריק גיטאר וואס טראגט אים סטרעיט צו צום באכענענדיגער אינטרא. דעי מוזיק אויף די ניגון פארדינט בעצם א ארטיקל אדער צוויי פאר זיך, אבער לאמיר נישט פארקריכן. (ותשועת חן פאר ר' ירחמיאל ביגאן, א רעלאטיווער מוזיק קאנאן, וואס ווי ס'ווערט געברענגט אינעם אלבום האט ער אויך א שטארקע יד געהאט אין די מוזיק אויף דעם ניגון.)

אוןאזוי אויך קען מען רעדן פון נעשה ונשמה פון מענדי ווייס, וואס דער באווייזט דארט אינעם אינטרא.... איך וואלט עס ווען גערופן א קלאסישער דיקמאן שטיקל!

און מ'קען פון דעם שרייבן שעות אויף שעות בלויז די אינטראס זיינע. איז לאמיר זיך געבן א שטיקעלע ריק.

די ערשטע פאל. בעלעדס וועלן מערסטנס מאל נישט באקומען קיין דראם צוגעטיילט צו זיך, און העלן זיך מוזן באגעניגן מיט בלויזע גרענד אדער מער אפטער שטיקלעך אקוסטישע גיטאר וואס טראגט אן דעם פאל צו די טיעפסטע הארץ סטרינעס. אמת טאקע אז געווענדליך וועט ער נישט צולייגן קיין שום מייסטער קונצליכע קורדס, העט עס מיט דעם אלעם אייביג זיין גאר גוט געשריבן אויף א שטוינענדע צוגעפאסטע אופן. אדער ווי מאנכע רופן אן ר' משה''ס קורדס אלס 'ריכטיג געשריבענע' וואס וועט מסביר זיין יעדעס תנועה פונעם זינגער אויף א קלאסישער אופן ווי נאר ער קען.
***
דערווייל האב איך נישט די צייט ווייטער צו שרייבן, וועל איך האפענטליך אויב ס'פאראינטערסערט פארן עולם בקרוב צוריק קומען. און אויב איינער שפירט אז ער קען זאל ער זאפארט אנהייבן!

און צו אלע ליינער, איך שרייב דא בלויז ווייל איך וויל מהנה זיין אביסל דעם עולם מיט אינפארמאטיווע ווערק, און אויך וויל איך אביסל אויסגיסן מיין אינפארמאציע אינהאלט. איז ווער עס וויל אויפמערקן אויף סיי וואספארא טעותים איז העוועלי וועלקאמד זיך אנצורופן מיט זיינע הוכחה רייד ואדרבה, איך וויל ווען זעהן וואס איך ווייס נאכנישט. (שטייטצעך אויב ס'איז עפעס א גראבע טעות וואס קען מיר קאסטן בושות ביטע קום אין אישי...)

נו מיינעך אז אויפדערווייל העל איך מיר שטעלן דא, ועוד חזון למועד? מן הסתם.
לעצט פארראכטן דורך שטייעף פאבלאפסקי אום דינסטאג אוגוסט 30, 2022 6:29 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
בעל פרנסה
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:48 pm
לאקאציע:איך זוך עס נאך...

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל פרנסה »

וועלכע ניגונים האט ער אראנדשירט אויף 'מאך א ברכה' און 'לב אל הנשמה'?
אוועטאר
שטייעף פאבלאפסקי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:46 pm

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייעף פאבלאפסקי »

בעל פרנסה האט געשריבן:
וועלכע ניגונים האט ער אראנדשירט אויף 'מאך א ברכה' און 'לב אל הנשמה'?
כ'האב געמיינט אז יא, זעה איך טאקע אז אויף מאך א ברכה האט ער נישט, אראפ גענומען.
אבער אויף לב אל הנשמה האט ער געמאכט מי שעשה ניסים וואס דאסקאל זינגט, זוי אויך ענבי הגפן וואס זאנוויל זינגט.
לעצט פארראכטן דורך שטייעף פאבלאפסקי אום דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 4:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

הערליך אראפגעלייגט

ברוך הבא
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
סעקרעטאר
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 am
לאקאציע:אין אפיס

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקרעטאר »

זייער שיין אראפגעלייגט
אויף ר' משה גאלדמאנס אלבוים "כנשר" איינס פאר די לעצטע ניגון "ועתה שמע אלקינו"
דעי אינטרא אויף דעם ניגון איז עפעס א ברכה צו מאכן
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

אויכעט אראנדזשירט פון יעקב שוועקי.
-ידיד
-שמעתי

וגם לרבות משה לויפער'ס אייגענע אלבום'ס ובראשם, חב"ד 1-4
viewtopic.php?p=5181540#p5181540

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.

אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

נישט פארגעסן אייזיק האניג'ס 'אדון הכל'.

און אויכעט אראנדזשירט ניגונים אויף 'בהר המוריה' און 'על ההרים'
viewtopic.php?p=5181540#p5181540

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.

שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

ווי קען מען אויסלאזן משה לאופער גייט דאך סינאנאם מיט אברהם פריד, ווי אויך פארשטייט זיך מיט ר' משה גאלדמאן און שוועקי
אוועטאר
שטייעף פאבלאפסקי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:46 pm

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייעף פאבלאפסקי »

סעקרעטאר האט געשריבן:
זייער שיין אראפגעלייגט
אויף ר' משה גאלדמאנס אלבוים "כנשר" איינס פאר די לעצטע ניגון "ועתה שמע אלקינו"
דעי אינטרא אויף דעם ניגון איז עפעס א ברכה צו מאכן
יא יא דעי אינטרא איז כהיום שוין באלד מער באקאנט ווי דער ניגון זעלבסט,
דער צופרידענער חיים האט געשריבן:
נישט פארגעסן אייזיק האניג'ס 'אדון הכל'.

און אויכעט אראנדזשירט ניגונים אויף 'בהר המוריה' און 'על ההרים'
אויסצורעכענען אלעס וואלט אויפגענומען עטליכע בלעטער און טעג, האבעך נאר אנגעכאפט דיזע וואס ס'מיר געקומען אין קאפ פון די פארגאנגענע שטיק צייט.
שמואל גרינפעלד האט געשריבן:
ווי קען מען אויסלאזן משה לאופער גייט דאך סינאנאם מיט אברהם פריד, ווי אויך פארשטייט זיך מיט ר' משה גאלדמאן און שוועקי
יא יא, האבעך אינגאנצן פארגעסן, כ'האלטעך אבער בלויז אנהייב. כ'האב נאך ניטאמאל צוגערירט א טיפה מן הים.

נאכאמזל ס'דא אזא ווארט ווי 'עוד חזון למועד'...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14879
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

גאר שטארק! ייש"כ פאר די רייכע אשכול.
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן:
נישט פארגעסן אייזיק האניג'ס 'אדון הכל'.

און אויכעט אראנדזשירט ניגונים אויף 'בהר המוריה' און 'על ההרים'
אויף על ההרים האט ער ארענדזשירט אלע ניגונים. אויף בהר המוריה כמעט אלע, חוץ בשפע ברכה, כתר, כי אותך לבדך און היה עם פיות.

_____
הערליכע ארטיקל, מיר ווארטן מיט שפאנונג.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

בלינצע האט געשריבן:

פארטוישט נאמען פון אלבום, אבער יא.
תכנת שבת
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 am

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכנת שבת »

איך דענק אז ער איז אויך א שטארקע קאמפאזער און האט שוין במשך די יארן געמאכט א שיינע פאר היט ניגונים, בעיקר לעבעדיגע. אויב כ'האב נישט קיין טעות איז ענבי הגפן פון אברם פריד, לבי לבי ובשרי פון מב'ד זיינע ווערק.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

קליינע ליסטע וואס איך האב פון זיינע קאמפעזיציעס
https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing
אוועטאר
ירח בן יומו
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 6:20 am

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירח בן יומו »

איך וואלט דא צוגעלייגט אז ס'דא עטליכע ניגונים וואס זענען נישט עפעס איי איי איי, און זענען באוויסט געווארען בלויז אדאנק צו זיינע אינטראוס, צום ביישפיל:
שמחם - מבד
ועתה בנים - יידל ורדיגר

ירח בן יומו האט געשריבן:

צו זאגן אז די ניגונים זענען נישט אזוי איי איי איי בין איך מיך חולק, אבער דאס איז אמאל זיכער אז די סיבה זיי זענען געווארען נכסי צאן ברזל איז זיכער לכבוד דעם.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

ווערט צו דערמאנען ווען יידל ווערדיגער האט געארבעט מיט יוסי גרין אויפן אלבום שירה למלך האט אים יידל געוויזען די ניגון שירה למלך, און יוסי איז זייער נישט נתפעל געווארען דערפון, דערנאך ווען יידל האט אים עס געוויזען ווען ס'איז שוין געווען גרייט נאכן מוזיק זאגט אים יוסי, שכח עני ניגון קענסטו געבן פאר לאויפער און די וועסט עס ליב האבן מיט זיין מוזיק.
אוועטאר
שפעטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 12:40 pm

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער »

מקווה איד האט געשריבן:

כ'בין אביסעל מחולק מיט דעם כלל, ווייל וואו נישט וואו זעהט מען אז א גוטע ניגון כאפט מען אויף אפילו מיט שוואכע מיוזיק און ס'זעלטען אז א שוואכע ניגון זאל גיין א לאנגע צייט נאר ווייל די מיוזיק איז געלונגען. שירו למלך איז גיווען א מוצלח'דיגע זאך ווייל ס'איז א געשמאקע ניגון.
אוועטאר
שפעטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 12:40 pm

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער »

כיצד מרקדין פון מ.ב.ד. around the year איז אויך לויפער'ס
תכנת שבת
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 am

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכנת שבת »

מקווה איד האט געשריבן:
קליינע ליסטע וואס איך האב פון זיינע קאמפעזיציעס
https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing
מיר ליגט און קאפ אז לקל אשר שבת פון מב'ד (hold on) איז יוסי גרין'ס..
קענט איר אפשר דאבעל טשעקן?
א דאנק
אוועטאר
ירח בן יומו
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 6:20 am

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירח בן יומו »

מקווה איד האט געשריבן:
קליינע ליסטע וואס איך האב פון זיינע קאמפעזיציעס
https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing
קענסט צולייגן כיצד מרקדין פון אדרבה
אוועטאר
שטייעף פאבלאפסקי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:46 pm

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייעף פאבלאפסקי »

זעהט'עטס? האבעך ניטאמאל געוואוסט אז ער איז אזא גרויסע קאמפעזיטער. כ'האב געוויסט אז זיינע קינדער (בעני ואלי', וואס זענען הולכי בדרכי אבות אויף נעקסט לעוול) מאכן ניגונים. אבער אין אמת'ן איז עס קיין גרויסע חידוש פאר מיר, ווייל יעדע שטיקל וואס ער לייגט אריין אין סיי וועלכע ניגון איז בעצם א מייאסטעטישע קאמפעזיציע.
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3331
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

ירח בן יומו האט געשריבן:
איך וואלט דא צוגעלייגט אז ס'דא עטליכע ניגונים וואס זענען נישט עפעס איי איי איי, און זענען באוויסט געווארען בלויז אדאנק צו זיינע אינטראוס, צום ביישפיל:

ועתה בנים - יידל ורדיגר
ועתה בנים אן די אינטערוי איז א איי איי איי ניגון??
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

שפעטער האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
ווערט צו דערמאנען ווען יידל ווערדיגער האט געארבעט מיט יוסי גרין אויפן אלבום שירה למלך האט אים יידל געוויזען די ניגון שירה למלך, און יוסי איז זייער נישט נתפעל געווארען דערפון, דערנאך ווען יידל האט אים עס געוויזען ווען ס'איז שוין געווען גרייט נאכן מוזיק זאגט אים יוסי, שכח עני ניגון קענסטו געבן פאר לאויפער און די וועסט עס ליב האבן מיט זיין מוזיק.
כ'בין אביסעל מחולק מיט דעם כלל, ווייל וואו נישט וואו זעהט מען אז א גוטע ניגון כאפט מען אויף אפילו מיט שוואכע מיוזיק און ס'זעלטען אז א שוואכע ניגון זאל גיין א לאנגע צייט נאר ווייל די מיוזיק איז געלונגען. שירו למלך איז גיווען א מוצלח'דיגע זאך ווייל ס'איז א געשמאקע ניגון.
מיך און דיך האבן ביידע נישט געהערט די ניגון פאר עס האט געהאט מוזיק איז קען איך דיך נישט ענטפערען אויף דעם, איך ציטער נאר יוסי'ס ווערטער.
רוב כוס
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:15 pm

Re: ר' משה לויפער - מוזיק ארענדזשירער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוב כוס »

מקווה איד האט געשריבן:
שפעטער האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
ווערט צו דערמאנען ווען יידל ווערדיגער האט געארבעט מיט יוסי גרין אויפן אלבום שירה למלך האט אים יידל געוויזען די ניגון שירה למלך, און יוסי איז זייער נישט נתפעל געווארען דערפון, דערנאך ווען יידל האט אים עס געוויזען ווען ס'איז שוין געווען גרייט נאכן מוזיק זאגט אים יוסי, שכח עני ניגון קענסטו געבן פאר לאויפער און די וועסט עס ליב האבן מיט זיין מוזיק.
כ'בין אביסעל מחולק מיט דעם כלל, ווייל וואו נישט וואו זעהט מען אז א גוטע ניגון כאפט מען אויף אפילו מיט שוואכע מיוזיק און ס'זעלטען אז א שוואכע ניגון זאל גיין א לאנגע צייט נאר ווייל די מיוזיק איז געלונגען. שירו למלך איז גיווען א מוצלח'דיגע זאך ווייל ס'איז א געשמאקע ניגון.
מיך און דיך האבן ביידע נישט געהערט די ניגון פאר עס האט געהאט מוזיק איז קען איך דיך נישט ענטפערען אויף דעם, איך ציטער נאר יוסי'ס ווערטער.
די קאמפאזער ר' הלל פלאי האט עס בשעתו געגעבן צו הערן פאר אסאך זינגערס און קיינער האט עס נישט געוואלט יידל האט עס יא גענומען און נאכדעםבהאט שוין מרדכי גענומען פון אים אלוקים/וכנה אשר נטעה און אברהם פריד עד הנה
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”