וועיז אדער גוגל מעפס???

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וועיז אדער גוגל מעפס וועלכע ניצט איר??

וועיז
177
44%
גוגל מעפס
206
52%
גארמין GPS
17
4%
סך הכל שטימען: 400

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע:דארט ווי איך בין!!!

גוגל מעפס VS וועיז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס מען ניצט וועיז? סהאט טאקע איין מעלה ס'האט די פוינטס:lol:
אבער גוגל פאקט איין וועיז מיט אלעס, קלארער, טרעפיק, אלטערנעיט רוט, אויסקלויבען די שנעלסטע וועג, זיי זענען דיר מציע שנעלערע וועגן אונמיטען פארען.

אגב איך קום פין וועיז, איך האב שוין אסאך פוינטס.
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

איך ניץ אויך געווענליך גוגל מאפעס אנשטאט וועיז אבער די וואך זונטאג בינעך געקומען פון ניו דזשוירזי איז מיר געווען מאדנע ווען גוגל האט מיר געגעבן א וועג וואס איז געווען מיט 20 מינוט לענגער ווי וועיז.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
זיי קלוגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי קלוגער »

Waze נעוויגעישאן איז פיהל בעסער ווי גוגל מעפס נעווי, סיי מיט געבן בעסערע וועגן, און סיי מיט טרעפיק אפדעיטס.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע:דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

זיי קלוגער האט געשריבן: Waze נעוויגעישאן איז פיהל בעסער ווי גוגל מעפס נעווי, סיי מיט געבן בעסערע וועגן, און סיי מיט טרעפיק אפדעיטס.

נישט, גוגל גיבט די 3 וועגן און די קענסט אויסוועלן וועלעכע ס'שמעקטיר
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

וועיז גיבט אויך עטליכע אפציעס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
זיי קלוגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי קלוגער »

נישט נאר אז וועיז געט עטליכע אויסוואלן (ביי menue זעה routes) נאר בעיקר וואס וועיז טוהט וואס גוגל טוהט נישט אז בשעת די פארסט טוהן זיי כסדר אפדעיטן אויב עס ווערט טרעפיק אויף דיין וועג און זיי מעלדן -מיט א פאפ אפ- אויב עס איז דא אן אלטערנעטיוו.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע:דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

זיי קלוגער האט געשריבן: נישט נאר אז וועיז געט עטליכע אויסוואלן (ביי menue זעה routes) נאר בעיקר וואס וועיז טוהט וואס גוגל טוהט נישט אז בשעת די פארסט טוהן זיי כסדר אפדעיטן אויב עס ווערט טרעפיק אויף דיין וועג און זיי מעלדן -מיט א פאפ אפ- אויב עס איז דא אן אלטערנעטיוו.

און אז איך וועל דיך ווייזען אז גוגל טוהט עס יא גייסטו טוישן צו גוגל?
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע:דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

.
אטעטשמענטס
Screenshot_2014-05-30-14-08-48-1.png
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע:דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

דעיס דאכצעכמיר האסטו נישט אויף וועיז
אטעטשמענטס
screenshot_2014-05-30-14-01-39-1-resized-800.jpg
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

וועיז און גוגל זענען היינט איין קאמפאני. גוגל לייגט צוביסלעך אריבער די מעלות פון וועיז צו גוגל מעפס. אבער אסאך מעלות זענען נאכנישט אריבער געברענקט.

כ'וואלט עס מדמה געווען צו די בעטא ווערסיע און די געהעריגע ווערסיע...

איך נוץ וועיז יעדן טאג צו די ארבייט, זיי געבן מיר יעדן טאג אן אנדערע וועג. גוגל מעפס האט 3-4 וועגן וואס זיי ניצן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5127
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

כ'ווייס נישט צו דאס באלאנגט אין דעם אשכול, אבער געגאנגען.

אמאל פלעג איך זייער ליב האבן גוגל מעפס אבער לעצטענס האבן זיי געמאכט א נייע ווערזשען און איך פלאץ דערפון. דער פראבלעם איז, אז אנשטאט דער עראו (וועלכע ווייזט ווי איך בין) זאל שטיין אויף איין פלאץ און דער מעפ זאל זיך רוקן, שטייט דער מעפ אלס מיט צפון ארויף און דער עראו דרייט זיך ארויף, אראפ, רעכטס, לינקס, שיעף, אהער אדער אהין, און איך ווער צופלאצט דערפון, אסאך מאל כאפ איך נישט ווי איך דארף גיין. איך מיין איך דארף מאכן א רעכטס, דערווייל דארף איך מאכן א לינקס, עס האט מיר שוין אסאך קאפ וויי געמאכט.

זיך אפרעדנדיג פאר א חבר דערוועגן, זאגט ער מיר אז וועיז האט אט יעצט ארויסגעלייגט א נייעם אפדעיט, און דארט האבן זיי נאך געמאכט דעם זעלבן משוגעת. סאו דערווייל וועל איך נישט אפדעיטן וועיז.

ווייסט איינער וואס מען קען טוהן צו דעם, איז דא א וועג דאס צו טוישן? אדער צוריק גיין צום אלטן גוגל מעפס?

יישר כח למפרע.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:אין מיין UFO

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Alien »

אין וועיז איז דא א סעטינג פאר דעם. די מעפ זאל אייביג ווייזן צפון, אדער דיך מיט דרייען מיט די וועיג.

אין גוגעל ווייס איך נישט, ווייל איך ניץ עס שוין נישט איבער א יאר. אבער איך גלייב עס איז אויך א סעטינג.
Alien
פה לבנה יצ"ו
אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטסקרול »

טהור-עיניים האט געשריבן: כ'ווייס נישט צו דאס באלאנגט אין דעם אשכול, אבער געגאנגען.

אמאל פלעג איך זייער ליב האבן גוגל מעפס אבער לעצטענס האבן זיי געמאכט א נייע ווערזשען און איך פלאץ דערפון. דער פראבלעם איז, אז אנשטאט דער עראו (וועלכע ווייזט ווי איך בין) זאל שטיין אויף איין פלאץ און דער מעפ זאל זיך רוקן, שטייט דער מעפ אלס מיט צפון ארויף און דער עראו דרייט זיך ארויף, אראפ, רעכטס, לינקס, שיעף, אהער אדער אהין, און איך ווער צופלאצט דערפון, אסאך מאל כאפ איך נישט ווי איך דארף גיין. איך מיין איך דארף מאכן א רעכטס, דערווייל דארף איך מאכן א לינקס, עס האט מיר שוין אסאך קאפ וויי געמאכט.

זיך אפרעדנדיג פאר א חבר דערוועגן, זאגט ער מיר אז וועיז האט אט יעצט ארויסגעלייגט א נייעם אפדעיט, און דארט האבן זיי נאך געמאכט דעם זעלבן משוגעת. סאו דערווייל וועל איך נישט אפדעיטן וועיז.

ווייסט איינער וואס מען קען טוהן צו דעם, איז דא א וועג דאס צו טוישן? אדער צוריק גיין צום אלטן גוגל מעפס?

יישר כח למפרע.

די באטאן טוישט די ריכטונג פונעם ערא.
אטעטשמענטס
image.jpg
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5127
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אקעי, איך האב נישט יענעם באטן וואס דו האסט דא, אבער איך האב געטראפן אן אנדערן באטן וואס האט עס געטוישט. יישר כח פארן מודיע זיין.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע:דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

איך קום יעצט פון די קעטסקילס איך מיז מודה זיין אז וועיז גיבט בעסערע וועגן ווי גוגל אויב סאיז דא אסאך טרעפיק, אבער חוץ פון דעים האט גוגל אלע מעלות.
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטסקרול »

וועיז איז א שפאָגל פארגעשריטענע נעוועגאציע פראגרעם וואס שטעלט מאמענטאל אין שאטן אלע אנדערע נעוועגאציעס. וואס דארפסטו מער אז גוגל אליין האט אינקווייערט וועיז און עס אינטערגרעיטעט אין זייערע מאפע. וועיז רעפארטס אויף גוגל איז נאך זייערע א קליינע חלק. און אויפן קשיא פונעם בעל האשכול מה וועיז מנעוועגאציעס? איז דער ענטפער אז דער מיסטער וועיז וואס איז גראדע ערפינדען געווארן ביי איזרעלי סטודענט, געבט דיר די בעסטע אפדעיטס/העזערטס/טראפיק/אלערטס אויפן וועג. פיריאד.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9805
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איז דא א גוגל מעפ עפפ פאר א טעלפאן? (עם הארץ אנכי - אל תסקלוני)
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וועיז האט איין מורא'דיגע חסרון און דאס איז אז ער רעדט צו שפעט. שטייענדיג ממש אויפן אינטערסעקשאן זאגט ער דיך צו דרייען ס'האט מיר שוין געקאסט שעות פון מיסדירעקציע און עגמ"נ. גוגל איז מיט דעם סך בעסער
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יידישע קהילות האט געשריבן: איז דא א גוגל מעפ עפפ פאר א טעלפאן? (עם הארץ אנכי - אל תסקלוני)

וואס הייסט טעלעפאן? היים טעלעפאן?....:lol:
וועלכע טעלעפאן?
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6388
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

געלעגער האט געשריבן: וועיז האט איין מורא'דיגע חסרון און דאס איז אז ער רעדט צו שפעט. שטייענדיג ממש אויפן אינטערסעקשאן זאגט ער דיך צו דרייען ס'האט מיר שוין געקאסט שעות פון מיסדירעקציע און עגמ"נ. גוגל איז מיט דעם סך בעסער

טוישענדיג רוטס דערמאנט ער זיך צו שפעט, כ'אב שיעור געדזשאמפט א דעוויידער ווייל ער האט זיך ערוועקט אביסל שפעט.

קען זיין ס'קומט משורשה פון אונגארן?
אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטסקרול »

געלעגער האט געשריבן: וועיז האט איין מורא'דיגע חסרון און דאס איז אז ער רעדט צו שפעט. שטייענדיג ממש אויפן אינטערסעקשאן זאגט ער דיך צו דרייען ס'האט מיר שוין געקאסט שעות פון מיסדירעקציע און עגמ"נ. גוגל איז מיט דעם סך בעסער

איך מוז מודה זיין אז דו ביסט גערעכט. איך האב שוין געהאט דאס צאללאזע מאל.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע:דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

איך וויל מציע זיין א גוטע פיטשער פאר גוגל מעפס אדער וועיז ווער ווייסט וויאזוי מען מאכט דאס?
Normal is just a setting on the washing machine
mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

פאר די פאליס נאטיפעקעשין חלק אליינס איז שוין ווערט די גאנצע זאך
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע:דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

mini van האט געשריבן: פאר די פאליס נאטיפעקעשין חלק אליינס איז שוין ווערט די גאנצע זאך

ביי מיר איז היינט ארויף געקומען בערך 50 ווארענונגען אדער מער אז ס'איז דא פאליציי, ס'איז קיינמאל נישט געוועהן אמת, מענטשן באריכטען סתם ווייל זיי דארפען פוינטס אדער ווייל זיי זענען זייער באורד אין די קאר, אדער ווייל ס'האט זיך זיי געדאכט אז זיי האבען געזעהן א פאליציי פארען.
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

קהת האט געשריבן: איך וויל מציע זיין א גוטע פיטשער פאר גוגל מעפס אדער וועיז ווער ווייסט וויאזוי מען מאכט דאס?

רוף אן סערגעי אדער שיק א אישי צו גרויזי...
גיי צו זייער סייט, מ'קען זיי לכאורה שיקן אימעילס דארט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”