לקוטי הלכות וענינים על חול המועד
א) מוצאי יום טוב (פון די ערשטע טעג יו"ט) אויב די ערשטע טאג חול המועד איז א וואכענטאג דאווענט מען דעם געהעריגען וואכענדיגע מעריב, נאר מען זאגט "יעלה ויבא" און מען זאגט "אתה חוננתנו".
ב) אויב דער ערשטער טאג חול המועד איז שבת, דאווענט מען דעם געווענליכן מעריב שמונה עשרה פון שבת מיט יעלה ויבא.
.
הבדלה
ג) אויב די ערשטע טאג חול המועד איז א וואכען טאג זאגט מען הבדלה אויף א כוס. מען הייבט אן מיט די ברכה "בורא פרי הגפן" און גלייך דערנאך זאגט מען די ברכה "המבדיל" (מען זאגט נישט די ברכות "בורא מיני בשמים" און "בורא מאורי האש")
ד) מוצאי יו"ט וואס איז חול המועד זאל מען נישט ווינטשען א גיטע וואך, נאר "א גיטן מועד" אין ספר שערי רחמים ווערט געברענגט אז דער ווילנער גאון האט זייער שטארק מקפיד געווען אויף דעם.
קדושת המועד
ה) די גמרא זאגט "המבזה את המועדים כאילו עובד עבודה זרה" (מכות כ"ג) איינער וואס פארשעמט דעם מועד איז גלייך ווי מען וואלט געדינט עבודה זרה נאך ווערט געברענגט "המבזה את המועדות וכו' אין לו חלק לעולם הבא" (פרקי אבות ג' י"א) איינער וואס פארשעמט דעם מועד וכו' דער האט נישט קיין חלק אין עולם הבא אין רש"י זאגט אז די גמרא רעדט וועגען חול המועד און דער "מבזה" איז איינער וואס טוט אזעלעכע ארבעט וואס מען טאר נישט טוהן חול המועד.
ו) מען דארף מכבד זיין די טעג פון חול המועד דורך אנטוהן ריינע מלבושים און עסן בכבוד'דיגע מאכלים. מיר פירען זיך אנצוטוהן די שבת'דיגע מלבושים אין חול המועד. (דער רב ברטנורא זאגט אז "המבזה את המועדות" מיינט דער וואס פירט זיך וואכענדיג מיט זיין עסען און טרינקען)
ז) דער מצוה פון "ושמחת בחגך" גייט אהן חול המועד אויך, און עס איז גלייך צו עסען א געהעריגע סעודה בייטאג און ביינאכט יעדען טאג פון חול המועד.
ח) מ'זאגט יעלה ויבא ביים בענטשען, אויב מען האט דאס פארגעסען צו זאגען דארף מען נישט איבער בענטשען. (אויב מען האט זיך דערמאנט איידער מען האט אנגעהויבן די ברכה פון "הא-ל אבינו" זאל מען זאגן די ברכה "ברוך אתה ד' א' מלך העולם אשר נתן מועדים לעמו ישראל לששון ולשמחה את יום חג הסכות הזה. ווען דאס פאסירט אין די טעג פון יום טוב דארף מען צולייגען א חתימה פון "ברוך אתה ד' מקדש ישראל והזמנים")
ט) דער עיקר תכלית פון די חול המועד טעג איז אז מען זאל זיך אין די טעג דערנענטערן צום אויבערשטן מיט אהבה און יראה דורך עוסק זיין אין תורה און תפלה. ליידער זענען דא אסאך וואס נוצען אויס די הייליגע טעג נאר אויף אייגענע הנאות.
י) אין ירושלמי ווערט געברענגט אז רבי אבא בר ממל האט געזאגט "אויב עס וואלט זיך צוגעשטעלט צו מיר נאך א אדם גדול וואלט איך מתיר געווען צו ארבעטען אין חול המועד, ווייל דער גאנצער טעם פארוואס מען טאר נישט ארבעטען איז נאר כדי מען זאל האבן צייט צו עסן (א סעודת יום טוב) און זיך פלאגען אין תורה, דערווייל עסט מען און מען דרייט זיך ארום (אן לערנען)". דער "כל בו" שרייבט אז "שחוק" איז נאך ערגער ווי ארבעטען אין חול המועד.
תפלות בחול המועד
י"א) חול המועד דאווענט מען די געהעריגע וואכענדיגע תפלות נאר מען לייגט צו "יעלה ויבא" אין די שמונה עשרה.
י"ב) אויב מען האט פארגעסען צו זאגען "יעלה ויבא" און מען האט זיך דערמאנט נאך "המחזיר שכינתו לציון" איידער מען האט אנגעהויבן "מודים" זאל מען צוריק אנהייבען פון "רצה", און אויב מען האט שוין אויסגעטרעטן פון שמונה עשרה דארף מען נאכאמאהל איבער דאווענען דאס גאנצע שמונה עשרה.
י"ג) נאך די שחרית שמונה עשרה זאגט מען גאנץ הלל, און דערנאך זאגט מען "הושענות", מען רינגלט ארום דעם ספר תורה מיט די לולב אין אתרוג.
יד) אלע טעג חול המועד דאווענט מען דעם יום טוב'דיגע מוסף פון יענעם יום טוב. שבת חול המועד דאווענט מען אויך דעם יום טוב'דיגן מוסף פון יענעם יום טוב
איסור מלאכה בחול המועד
י"ד) עס איז א הארבע איסור צו ארבעטען אין די טעג פון חול המועד. אבער די חכמים האבן מתיר געווען 5 ערליי מלאכות מען זאל זיי מעגן טוהן אין חול מועד.
1) "צורך אוכל נפש" אלע ארבעט וואס מען דארף טוהן פאר'ן געברויך פון עסן.
2) "צרכי המועד" אנדערע געברויכן (אויסער אוכל נפש) וואס מען דארף האבן פאר דעם מועד.
3) "צרכי רבים" זאכן וואס ווערען געטוהן פאר'ן געברויך פון א רבים.
4) "דבר העבד" אן ארבעט וואס אויב מען וועט דאס נישט טוהן וועט מען צוליב דעם האבן א הפסד וואס מען וועט שפעטער נישט קענען צוריק באקומען.
5) "פועל שאין לו מה לאכול" אן ארבעטער וואס אויב ער וועט נישט ארבעטען וועט ער נישט האבן וואס צו עסן.
ט"ו) די דינים פון "מקצה" און "תחומין" (נישט גיין מער ווי צוויי צויזענט איילען) זענען נישט נוגע אין חול המועד.
ט"ז) דאס וואס "צרכי מועד" מעג מען טוהן חול המועד, דאס איז נאר א "מעשה הדיוט" אן ארבעט וואס ווערט נישט געטוהן דורך אן "אומן" (פאכמאן), אבער א זאך וואס דארף געטוהן ווערן דורך אן אומן טאר מען נישט טוהן חול המועד אפילו ווען דאס איז צרכי המועד.
י"ז) אפילו א מעשה הדיוט טאר מען אויך נישט טוהן אויב מען האט דאס געקענט טוהן פאר יום טוב און מען האט עס איבערגעלאזט צו טוהן חול המועד.
למשל: אויב א פוס פון א טיש אדער א בענקעל איז אראפ געפאלען (און דאס איז "צרכי המועד"). טאמער עס דארף האבן א מומחה (קארפענטער בלע"ז) וואס זאל דאס פארעכטכן טאר מען דאס נישט פארעכטען אפילו ווען מען טיט דאס אליין. מען מעג דאס נאר פארעכטען אויב פאר אזא ארבעט פעהלט נישט אויס צו האבן א מומחה. (ווייל דעמאלטס ווערט דאס אנגערופן א "מעשה הדיוט").
י"ח) וויבאלד א "מעשה אומן" טאר מען נישט טוהן אפילו אויב עס איז צרכי יום טוב, טאר מען נישט געבען קליידער צו א שניידער אדער שיך צו א שוסטער צו פארעכטען. (דאס וואס א פרוי נייעט ווערט גערעכענט ווי א מעשה אומן).
י"ט) אויב מען האט שוין געגעבען די זאכן צו א אומן צו פארעכטען פאר יום טוב און ער האט דאס שוין פאראכטען פאר יום טוב, טאר מען דאס נישט אפנעמען אין חול המועד צוליב "מראית העין" (איינער וואס זעהט ווי ער נעמט דאס אפ וועט מיינען אז דאס איז פאראכטען געווארן אין חול מועד). אויסער אז דאס איז "צרכי המועד" וואס מען דארף דאס האבן אויף יום טוב.
כ) אן אומן מעג טוהן אן ארבעט וואס איז צרכי מועד אויב ער טוט דאס מיט אזא שינוי וואס מען קען דערקענען אויף די זאך וואס ער האט געמאכט אדער פאראכטן, עס איז נישט גענוג אויב ער האלט דעם נידל וכדומה מיט א שינוי דער שינוי מיז זיין אזא שינוי וואס מאכט זיין ארבעט א מעשה הדיוט דאס הייסט אז עס איז נישט אינגאנצן גוט געמאכט.
כ"א) ווען א בית הכסא ווערט צובראכן און מען קען דאס נישט אזוי ניצען, מעג מען רופן א אומן (פלאמבער בלע"ז) און ער מעג דאס געהעריג פארעכטן ווייל דאס ווערט שוין גערעכנט ווי "צרכי הגוף".
כ"ב) די זעלבע איז ווען עס צוברעכט זיך ביי איינעם זיינע ברילען און ער האט שוואכע אויגן וואס צוליב דעם דארף ער שטענדיג טראגן זיינע ברילן מעג ער גיין צו א אומן דאס צו פארעכטן אויף א געהעריגע אופן.
כ"ג) שערן די האר און וואשן די קליידער זענען אויך "צרכי הגוף" דעריבער וואלטן זיי געדארפט זיין מותר צו טוהן אין "חול המועד" נאר די חכמים האבן דאס ג'אסר'רט צו טוהן אין חול המועד כדי יעדער זאל זיך שערן און רייניגן זיינע קליידער פאר יום טוב כדי מען זאל אריין קומען אין דעם יום טוב ריין און אפגעשוירן, און נישט מען זאל זיך פארלאזן דאס צו טוהן אין חול המועד, און די ערשטע צוויי טעג יום טוב זאל מען ארום גיין נישט פאסענדיגער הייט.
כ"ד) אפילו אויב ער איז געווען א אונס פאר יום טוב צוליב דעם האט ער זיך נישט געקענט שערן, דאך טאר מען זיך נישט שערן חול המועד ווייל אנדערע מענטשען ווייסן נישט פון זיין אונס און מען וועט מיינען אז מען מעג זיך שערן חול המועד.
כ"ה) חול המועד שנייט מען זיך נישט די נעגל, מיט די צעהן מעג מען זיי אפבייסען, דער וואס איז מקפיד זיך צו שניידען די נעגל יעדען ערב שבת קודש מעג ער זיך אויך שניידען די נעגל ערב שבת חול המועד.
כ"ו) וועש און קליידער פון קליינע קינדער דארף מען אויך וואשן פאר יום טוב, נאר און פאהל ווען ער איז דא קלענערע קינדער וואס מאכן שטענדיג שמוציג זייערע קליידער, אויב עס איז פאר זיי נישט איבער געבליבן קיין זויבערע וועש און קליידער מעג מען פאר זיי וואשן חול המועד.
כ"ז) אלע ארבעט פאר "אוכל נפש" מעג מען טוהן "חול המועד" אפילו זאכן וואס מען טאר נישט טוהן יום טוב כאטש עס איז פאר "אוכל המועד".
כ"ח) אפילו "מכשירי אוכל נפש" מעג מען אויך טוהן "חול המועד" - "מכשירי אוכל נפש" מיינט, זאכן וואס מען ניצט צו מאכן דערמיט עסן. למשל: מאן אויבען, א מיקסער, א בלענדער, א ברוילער, וכדומה, די אלע זאכן אויב זיי צוברעכן זיך און מען דארף זיי האבן אויף חול המועד מעג מען זיי פארעכטן אפילו מיט א מעשה אומן (אויב מען האט נישט קיין אנדערע כלי וואס מען קען ניצן אויף זייער ארט).
כ"ט) דאס זעלבע איז מיט שארפען א מעסער דאס ווערט אויך אנגערופן "מכשירי אוכל נפש" און מען מעג דאס טוהן אין חול המועד.
ל) א זאך וואס איז "מכשירי אוכל נפש" און עס איז שוין געווען צובראכן פאר יום טוב טאר מען דאס נישט איבערלאזן צו פארעכטן אין חול המועד.
ל"א) מיר האבן אין פריעדיגע הלכות דערמאנט אז מען טאר נישט פארעכטען א טיש חול המועד מיט א מעשה אומן, מען מעג דאס נאר פארעכטען מיט א מעשה הדיוט, דאס איז ווייל דער טיש ווערט נישט גערעכענט ווי "מכשירי אוכל נפש" כאטש מען עסט דערויף. ווייל דער טיש טוהט גארנישט פאר דעם עסן אליין, עס מאכט נישט אז דאס עסן זאל זיין בעסער, דעריבער הייסט דאס נישט א "מכשיר אוכל נפש". און דאס זעלבע איז מיט א "קענאפענער" בלע"ז (וכדומה) וואס מען נוצט אויפצומאכן פושקעס פון עסן דאס האט גארנישט צו טוהן מיט דעם עסן אליין (עס מאכט נישט בעסער דאס עסן) דעריבער הייסט דאס נישט א "מכשיר אוכל נפש" און מען מעג דאס נאר פארעכטען מיט א מעשה הדיוט (אויב עס איז צרכי מועד).
דבר האבד
ל"ב) די הלכות פון "דבר האבד" זענען זייער פיהל און קאפלעצירט דעריבער דארף מען שטענדיג פרעגען א שאלה ביי א רב איידער מען טוהט א מלאכה צוליב "דבר האבד". מיר וועלען דא נאר ברענגען עטליכע הלכות און ביישפילן וועגן "דבר האבד".
ל"ג) א הפסד ווערט נאר אנגערופן א דבר האבד אויב מען וועט פארלירן א זאך וואס מען האט שוין. אבער אויב מען וועט נישט פארדינען א ריוח דעמאלס טאר מען נישט טוהן דעם מלאכה.
ל"ד) אויב מען האט געקענט טון דעם מלאכה פאר יום טוב און מען האט דאס איבערגעלאזט אויף חול המועד ווייל עס איז א "דבר האבד", טאר מען דאס נישט טוהן.
ל"ה) כדי צו פארמיידען א גרויסע הפסד מעג מען אפילו טון א מלאכה פון "מעשה אומן", אבער צו פארמיידען א קליינע הפסד מעג מען נאר מיט א "מעשה הפסד", און ביי א גאר קליינע הפסד טאר מען אונגאנצען נישט טוהן א מלאכת איסור אין חול המועד.
ל"ו) אפילו ווען א מלאכה איז יא מותר צוליב "דבר האבד" דארף מען אויך זעהן צו פארמינערען אין דעם מלאכה ווי ווייט מעגלעך.
ל"ז) אן ארבעט וואס איז א "טירחא יתירא" טאר מען נישט טוהן אפילו אין א פאל פון א "דבר האבד", אויסער אז דער הפסד איז גאר א גרויסע הפסד, נאר מען דארף פרעגען אויף דעם א שאלה ביי א רב.
ל"ח) יעדער מלאכה וואס מען טאר אליין נישט טוהן אין חול המועד, טאר מען אויך נישט בעטען א גוי זאל דאס טוהן פאר א יוד.
כתיבה
ל"ט) שרייבען איז א מלאכה ממילא טאר מען נישט שרייבען חול המועד. עס זענען דא 2 ערליי שריפטן, 1) "מעשה אומן", אזוי ווי די שריפט פון א סופר 2) די שריפט וואס מען שרייבט אויף פלאקאטען און הזמנות (אינוויטעשאן בלע"ז). אונזער שריפט וואס מיר שרייבען שטענדיג און וואס יעדער קען שרייבען איז א מעשה הדיוט.
מ) אין א פאל פון "צרכי המועד" אדער "צרכי רבים" אדער "דבר האבד" מעג מען שרייבען מיט א מעשה הדיוט, און מיר פירן זיך דאס צו טוהן מיט א שינוי דורך שרייבען קרום וכדומה.
מ"א) אין א פאל ווי א רבים דארף האבן א ספר תורה און מען האט נישט קיין אנדערע ספר מעג מען שרייבען אדער פארעכטכן א ספר כאטש עס איז א "מעשה אומן" וויבאלד דאס איז "צרכי רבים" און "צרכי מועד".
מ"ב) טאמער מען הערט א חידוש אין לערנען און מען האט מורא אז מען וועט דאס פארגעסען, מעג מען דאס אראפ שרייבען ווייל דאס ווערט גערעכענט א "דבר האבד".
תפילין
מ"ג) מנהג אשכנז איז יא צו לייגען תפילין אין חול המועד, דער זוהר קדוש זאגט נישט צו לייגען תפילין, פונקט ווי שבת און יום טוב.