שיעור בספה"ק "שערי תשובה"

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

שיעור בספה"ק "שערי תשובה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ברוך הבא
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שיעור שערי תשובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

באימה ביראה ברתת ובזיעה

איך בין נישט דער ריכטיגע מענטש... איך בין א פשוטע איד...

אבער אין די טעג אין די ימי רחמים ורצון לערן איך שערי תשובה, האט זיך געמאכט אז כ'האב געשריבן פאר געוויסע א שטיקל שיעור פין די הייליגע ספר שערי תשובה, האבן זיי מציע געוועהן אז כ'זאל עס מזכה זיין די רבים...

איך האב אסאך אריין געטראכט.. ווער בין איך וואס בין איך, אבער דאך אולי וועלן נאך אידן נתעורר ווערן, וועל איך האבן נאך זכותים אין די קומענדיגע הייליגע טעג, דערוואג איך מיר צו ארויס שטעלן א שטיקל שיעור...

אבער!
כ'וויל קלאר מאכן געוויסע זאכן...
- כ'בין נישט דער בעסטער וועלט'ס שרייבער.... אין דער טייטש אין דער אויסשטעל איז נישט דער בעסטע..
- כ'טייטש נישט ממש יעדער ווארט - נאר כ'ברענג ארויס מער דער חלק הרעיון שבו..
- כ'קען נישט צוזאגן אז ס'גייט זיין יעדער טאג...
- כ'גלייב נישט אז איך וועל ענדיגן ביז ר''ה וכו', קען זיין אז כ'וועל ממשיך זיין פון צייט צו צייט..

היות כ'בין נישט קיין ריזיגע שרייבער... נעם איך אן הערות בתשואות חן....

יישר כח פאר די חשובע מקשיבים...

יה"ר אז איך זאל אליינס נתעורר ווערן בתשובה שלימה... אין א כתיבה וחתימה טובה אמן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שיעור שערי תשובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיעור א'

לאמיר אנהייבן מיט די ערשטע שטיקל שערי תשובה...

דער הייליגע שערי תשובה הייבט אן צו ארויס ברענגן די גרויסע חסד וואס מיר האבן מיט דער ענין פון תשובה.

"מן הטובות אשר היטיב השם יתברך עם ברואיו", - פון די גוטע זאכן וואס דער רבש"ע האט געטוהן מיט דער באשעפענישן... איז אז "כי הכין להם הדרך לעלות מתוך פחת מעשיהם ולנוס מפח פשעיהם", - אז ער האט צוגערגרייט פאר אונז א וועג צו ארויס גיין פון דער שטרויכליכונג פין אונזער מעשים אין אנטלויפן פון די שטרויכלונג פון דער עבירות... "לחשוך נפשם מני שחת ולהשיב מעליהם אפו",- צו צוריק האלטן דער זעהל פון דער שלעכטס, אין צוריק קערן די צארן פין זיי... "ולמדם והזהירם לשוב אליו כי יחטאו לו",- צו לערנען אין צו ווארענען צוריק קערן צו איהם ווען די זונדיגט.. "לרוב טובו וישרו כי הוא ידע יצרם",דעס איז פון רוב גוטס אין ישרות ווייל דער רבש"ע ווייסט אונזערע יצה"ר, "שנאמר 'טוב וישר ה' על כן יורה חטאים בדרך'".

מיר דארפן אנקענען די גרויסע חסד וואס דער רבש"ע געט אונז צו קענען תשובה טוהן אין פארעכטן די מעשים – ווייל דער רבש"ע ווייסט זייער גוט אונזערע נסיונות... מיט דער יצה"ר.. אין מיר דארפן דאס לערנען אין איינחזר'ן...

זאגט ער אונז ווייטער אז דער תשובה איז אלע מאל אפן..
"ואם הרבו לפשוע ולמרוד ובגד בוגדים בגדו",- אפי' מיר האבן אסאך געזונדיגט אין ווידערגעשפעטיגט ח''ו אין די רבש"ע, דאך - "לא סגר בעדם דלתי תשובה", - איז קיינמאל נישט צוגעמאכט דער טירן פין תשובה... " שנאמר, שובו לאשר העמיקו סרה. ונאמר שובו בנים שובבים ארפה משובותיכם"

" והוזהרנו על התשובה בכמה מקומות בתורה",- אסאך מאל אין די תורה ווערט געברענגט איבער דער ענין פון תשובה... "והתבאר",אין די ביאור איז - "כי התשובה מקובלת גם כי ישוב החוטא מרוב צרותיו", אז תשובה איז מקובל אפי' אז מען טוט תשובה מרוב צרות אין אוודאי אין אוודאי – "כל שכן אם ישוב מיראת השם ואהבתו",- אז מען טוט תשובה מתוך יר"ש אי אהבת השם, "שנאמר "בצר לך ומצאוך כל הדברים האלה באחרית הימים ושבת עד ה' אלהיך ושמעת בקולו"

" והתבאר בתורה", אין די תורה איז מבואר אז "כי יעזור ה' לשבים כאשר אין יד טבעם משגת"– אז די רבש"ע העלפט תשובה טוהן אפי' מען קען נישט אליינס, נאר די רבש"ע - "ויחדש בקרבם רוח טהורה להשיג מעלת אהבתו", וועט ביינייען אין איהם א רוח טהרה ער זאל קענען משיג זיין די מעלה פון אהבה צום רבש"ע – "שנאמר ושבת עד ה' אלהיך ושמעת בקולו ככל אשר אנכי מצוך היום אתה ובניך בכל לבבך ובכל נפשך". ואומר בסוף הענין ומל ה' את לבבך ואת לבב זרעך " - להשיג אהבתו. – "והנביאים והכתובים דברו תמיד על דבר התשובה",- די נביאים האבן כסדר גערעדט פון ענין פון תשובה אזוי ווייט אז – "עד כי באו עקרי התשובה כלם מפורשים בדבריהם כאשר יתבאר"אז אלע עניני תשובה איז מפורש אין קלאר ארויס געברענגט...
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום מיטוואך אוגוסט 31, 2022 9:03 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שיעור שערי תשובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

הערליך שיין און קלאר!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: שיעור שערי תשובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

דערווארעמסט מיין הארץ..
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
פארפאסונג
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 06, 2022 11:42 pm

Re: שיעור שערי תשובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפאסונג »

געוואלדיג! אַה מחיה!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5313
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: שיעור שערי תשובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

זייער גיט האט איהר געטוהן. לכבוד דעם נייעם יאהר
יישר כח
און א כתיבה וחתימה טובה
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שיעור בספה"ק "שערי תשובה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

בשם אפאר חשובע ניק'ס עפענען מיר דא

ספעציעלע אשכול פאר קאמענטארן..

אין מיר בעטן מען זאל לאזן דער פלאץ ליידיג...


יישר כח...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שיעור בספה"ק "שערי תשובה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיעור ב'


ז אגט די הייליגע שערי תשובה ווייטער:

ער גייט דא אוישמועסן.. אז אויב מענטשן פויל'עכט'סן זיך, אין מען פארזוימט זיך צו תשובה טוהן.. ווערט נאכדעם שווערע פון טאגס צו טאג'ס צו קענען תשובה טוהן..

"ודע", - אין דו זאלסט וויסן... "כי החוטא כאשר יתאחר לשוב מחטאתו יכבד עליו מאד ענשו בכל יום", - דער זונדיגער וואס פארשפעטיגט צו תשובה טוהן אויף די עבירות ווערט איהם יעדער טאג שווערע אין שווערע... "כי הוא יודע כי יצא הקצף עליו ויש לו מנוס לנוס שמה", - ווייל ער ווייסט דאך אליינס אז ס'וועט ארויס גיין א צארן אויף איהם, ווען ער האט א וועג ווי צו אנטלויפן... "והמנוס הוא התשובה", - די אנטלויף פלאץ הייסט - תשובה.... "והוא עומד במרדו והנו ברעתו",- און ער שטייט נאך אין זיין ווידערשפעטונג אקעגן דעם רבש"ע.. "בידו לצאת מתוך ההפכה", - ווען ער האט א וועג ארויס צו דרייען פין די איבערקערניש.. "ולא יגור מפני האף והחמה", - אין האט נאך אלס נישט מורא פון דער צארן פון די רבש"ע.. "על כן רעתו רבה"- ממילא איז זיין שלעכט זייער אסאך..

"ואמרו רבותינו זכרונם לברכה על הענין הזה"אין די הייליגע חז"ל האבן אויף דער ענין א משל למה הדבר דומה.. "משל לכת של לסטים שחבשם המלך בבית האסורים", - א משל, צו א גרופע פון רויבער'ס וואס דער קעניג האט זיי איינגעשפארט אין תפיסה, "וחתרו מחתרת", - האבן דער רויבער'ס געגראבן א לאך צו קענען אנטלויפן.. "פרצו ויעבורו"זיי האבן עס אויפגעבראכן אין אנטלויפן... "ונשאר אחד מהם". אבער איינער איז יא געבליבן אין נישט אנטלויפן.. דערנאך - "בא שר בית הסוהר וראה מחתרת חתורה"איז געקומען דער הויפט פין די תפיסה האט ער געזעהן די לאך אין פירצה וואס מ'האט אויפגעבראכן.. אין ער זעהט נישט מער אין נישט ווייניגער אז "והאיש ההוא עודנו עצור"- איינער איז יא געבליבן אין נישט אנטלאפן..., "ויך אותו במטהו". - געט ער איהם א קלאפ מיטן שטעקן.. אין געזאגט צו דער מענטש "אמר לו: קשה יום!"- די שוטה די נאר .. "הלא המחתרת חתורה לפניך ואיך לא מהרת המלט על נפשך?"- האסט דאך געהאט א געלעגנהייט צו קענען אנטלויפן, דער לאך איז געוועהן אפן פאר דיר אין פארוואס ביזטו דא געבליבן... אזא נאר...

דער נמשל פארשטייט זיך רבותי.. איז פשוט.. אז מיר האבן יא אזא גרויסע מתנה אזא גרויסע זכות אז מיר קענען זיך באשיצן מיט די כח פין די תשובה... עס איז אפן פאר אונז... דער רבש"ע איז גרייט אלע מאל אונז אנצונעמען דורך תשובה... אין די טוהט'ס דאס נישט איז ער א גרויסע שוטה...

זאגט די שערי תשובה ווייטער:

"ולא ימצא איחור התשובה זולתי בעמי הארץ", - דער וואס שלעפן אין טוהן נישט תשובה גלייך זענען ע''פ רוב דער עם הארצים... "אשר הם ישנים שוכבים ולא ישיבו אל לבבם", - זיי טראכטן נישט אריין זענען נישט מתבונן אין פאשלאפן דער געלעגנהייט צו דעם.. "ולא דעת ולא תבונה להם למהר להמלט על נפשם". - זיי פארשטייען נישט אין זעהן נישט זיך צו איילן זיך צו ראטעווען.. דורך תשובה.. "ויש מהם נדחים מעל השם ברוך הוא"- אין ס'איז דא אזאלכע וואס זענען דערווייטערט פון די רבש"ע.. "ולא יאמינו לעונש החטא". - און זיי גלייבן נישט צו די עונשים וואס מען באקומט אויף טוהן ח''ו עבירות..

דאס איז נאר ביי א עם הארצים... מענטשן וואס שטייען ווייט פון די רבש"ע.. משא''כ ביי א ערליכע א תלמיד חכם איז פונקט פארקערט אזוי ווי מיר זעהן דאס אין חז"ל:
"ואמרו רבותינו זכרונם לברכה"- אין די הייליגע חכמים זאגן אונז "אם ראית תלמיד חכם שעבר עבירה בלילה אל תהרהר אחריו ביום, כי באמת עשה תשובה.".. אז די זעהסט א תלמיד חכם האט עובר געוועהן אן עבירה ביינאכט זאלסטו נישט נאך טראכטן אין מהרהר זיין אויף איהם ווייל ער האט אוודאי אין אוודאי תשובה געטוהן.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שיעור בספה"ק "שערי תשובה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיעור ג'


זאגט די הייליגע שערי תשובה ווייטער:

ער ברענגט ארויס ווי אזוי א מענטש שפירט ווען ער דערמאנט זיך אביסעלע שפעט צו תשובה טוהן:

"ועוד"-, אין נאך א זאך, "התבונן ברעת המתאחר מן התשובה", - אז מען איז זיך מתבונן דער שלעכט פון איינער וואס שלעפט זיך אין פארזוימט זיך מיט די תשובה טוהן.. "כי רבה היא"- ווי סאך דאס איז.. איז לאמיר טאקע מתבונן אין אריין טראכטן.. "כי לולא התמהמה"-, ווען מען וואלט זיך נישט פארזוימט זיך מיט דעם, נאר - "כי עתה שב נאנח במרירות לב", - ער וואלט יעצט תשובה כי טוהן, אין וואלט זיך באמת געקרעכטץ מיט א פארביטערטע הארץ., "ברגזה ובדאגה", - מיט א רעגעניש אין פיל מיט דאגה, "ודלפה עינו מתוגה", - אין פין די אויגן וואלט גערינען אסאך טרערן פין קלאגעניש.. אויב טוהט מען דאס יא גלייך אן קיין שום שלעפעריי .. איז דעמאלס "כי יפגשהו יצרו שנית"- אויב די וועסט זיך באגעגענען נאכאמאל מיטן יצר הרע... "ויזדמן החטא לידו", - אין וועט זיך אונטערקומען א עבירה אין די האנט אריין..ח"ו, דעמאלס וועט זיין גרינגער "יכבוש את יצרו", - צו געווינען דער יצר הרע, ווייל  "ויזכור את אשר עבר עליו כוס המרירות", - ער וועט געדענקן דער ביטערע כוס וואס איז אריבער אויף איהם אין ממילא "ולא יוסיף לשתותו עוד"- וועט ער נישט וועלן טרינקען נאכאמאל פין דעם..... כמו שנאמר:  "רגזו ואל תחטאו אמרו בלבבכם על משכבכם ודמו סלה". "ביאורו: - פשט אין פסוק איז,  "רגזו והצטערו על אשר חטאתם", זאלסט זיך שטארק ערגערן אין מצטער זיין אויף די עבירות וואס ער האט געטוהן, דורך דעם וועסטו זיין זיכער אז "ואל תחטאו עוד"- אז ער וועט שוין נישט זינדיגן נאכאמאל..איז ער מסביר, אז צוויי פסוקים פריער פאר דער פסוק פין רגזו "כי הזכיר חטאם למעלה"- ווערט דערמאנט דער ענין פין עבירות,  באמרו (תהלים ד ג):  "בני איש עד מה כבודי לכלמה תאהבון ריק תבקשו כזב סלה"..  "ויעיד על זה הפירוש"- ממילא איז דער פשט אזוי, אז  "אמרו רגזו"  - דער ווארט רגזו איז  "מלשון"- פון די קומענדיגע פסוקים וואס דער משמעות איז צער.. "וישלח את אחיו וילכו ויאמר אלהם אל  תרגזו בדרך", - נאך א פסוק  "שמעתי  ותרגז בטנילקול צללו שפתי יבוא רקב בעצמי ותחתי ארגז אשר אנוח ליום צרה לעלות לעם יגודנו"; "ועניינם" ... דער כוונה דערפון איז "הצער על הדבר שעבר ועל ההווה"- דער ענין איז דער צער אויף די זאכן וואס איז שוין געוועהן אין וואס ס'איז יעצט..., "ולא אמר יראו או גורו"דער פסוק האט נישט געזאגט "יראו או גורו" - לשונות פון מורא האבן - נאר לשון פין צער אין יסורים...

המשך יבוא אי''ה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שיעור בספה"ק "שערי תשובה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיעור ד'


זאגט די שערי תשובה ווייטער
"כאשר יאחר [החוטא] לשוב"- ווען די זינדיגער פארשפעטיגט צו תשובה טוהן, איז "בבוא החטא לידו",- ווען ס'קומט ח''ו אונטער א עבירה אין די האנט אריין... "יפול במוקשו כנפול בתחילה", - פאלט ער אריין אין א שרויכלונג אזוי ווי ער איז געפאלן ביים ערשטן מאל, אין נאך מער... "ויגדל עוונו האחרון מאד"- די לעצטע זינד איז געווארן גרעסער..., "ותעלה רעתו לפני ה' "- אין דער שלעכט'ס גייט ארויף רח''ל פארן הייליגן באשעפער..

"כי מראשית לא חשב"- ווייל ער האט נישט געטראכט פריער.. אז "כי פתאום יבוא היצר השורר עליו"- פלוצלינג וועט קומען דער יצר הרע אין הערשן אויף איהם.... "אך אחרי אשר ראה דלות כוחו", - נאר נאך וואס ער האט געזעהן דיינע שוואכקייטן... "ואשר גברה יד יצרו עליו"- אין וואס די יצה"ר האט זיך געשטארקט איבער איהם..., "וכי עצום הוא ממנו"ווייל ער איז שטערקער פון דיר.. - "היה עליו לראות כי פרוע הוא", - וואלט ער שוין דעמאלס געדארפט זעהן ווי שלעכט'ס דאס איז אין "ולשית עצות בנפשו"- צו טראכטן עצות "להוסיף בה יראת ה'"- אין מוסיף זיין יראת שמים מער אין מער... "ולהפיל פחדו עליה"- אין ארויף ברענגן א פחד אויף איהר, אין דורך דעם וועט זיין אז, "ולהצילה ממארב יצרו",- צו ווערן געראטעוועט פין די לאקערינג פון דער יצה"ר, "ולהשתמר מעוונו"אין זיך קענען זיך אפהיטן פין טוהן עבירות...

"ואמר שלמה עליו השלום"אין אויף דעם האט שלמה המלך געזאגט.. "ככלב שב על קאו - כסיל שונה באולתו", "ביאורו"- פשט אין פסוק איז אז "כי הכלב אוכל דברים נמאסים"- א הינט עסט מיאוסע זאכן.., "וכאשר יקיאם"- אבער ווען ער ברעכט עס אויס... איז "נמאסים יותר"- איז דאס אסאך מער מיאוס... ווי יעדער קען אליינס פארשטיין.., " והוא שב עליהם לאכלם"- אבער דער הינט נעמט עס נאכאמאל אריין... אין עסט דאס אויף... דער זעלבער זאך. "כן עניין הכסיל"- אזוי אויך איז דער ענין פון א נאר... "כי יעשה מעשה מגונה"- ער מאכט נישט קיין שיינע מעשה..., "וכאשר ישנה בו"- טאמער חזר'ט ער איבער מיט די שטאנדפולע מעשה... , "מגונה יותר"איז דאס מורא'דיג שטאנדפול , "כאשר ביארנו"- אזוי ווי מיר האבן מבאר געוועהן.....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שיעור בספה"ק "שערי תשובה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיעור ה'


דער שערי תשובה האט פריער אויסגעשמועסט... ווי אזוי א מענטש שפירט ווען ער זינדיגט ווייטער... ווי ער פאלט אריין... אין ער איז ווי א כלב וואס עסט דער עסן וואס זי האט אויסגעבראכן...

זאגט די הייליגע שערי תשובה ווייטער - נאך א זאך וואס מען דארף וויסן ווען מען זינדיגט נאכאמאל..

"השנית"- די צווייטער זאך איז..

"כי השונה בחטאו", - איינער זינדיגט נאכאמאל איז "תשובתו קשה"- די תשובה ווערט שווערער.., פארוואס? "כי נעשה לו החטא כהיתר", - ווייל די עבירה ווערט ביי איהם ווי א היתר.. "ובזה כבדה מאד חטאתו"- מיט דעם איז דער עבירה אסאך אין אסאך שווערער.

אזוי ווי מיר זעהן טאקע אין די פסוקים
"כמו שנאמר"- אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק "הינטר לעולם אם ישמר לנצח הנה דברת ותעשי הרעות ותוכל"; - "באור ותוכל"- דער כוונה פין ותוכל איז, "כי הרעות נעשות לך כהיתר"- די אלע שלעכטס דער עבירות ווערן ביי איהם ווי א היתר... "וכדבר שהוא ביכולתך וברשותך",- אזוי ווי דער אלע זאכן וואס איז דיינע מעגליכקייטן אין זיין רשות, "מלשון"וואס דאס איז פון די לשון הפסוק "לא תוכל לאכל בשעריך מעשר דגנך ותירשך ויצהרך ובכרת בקרך וצאנך וכל נדריך אשר תדר ונדבתיך ותרומת ידך", "שתרגומו"- וואס דער תרגום אויף לא תוכל זאגט "לית לך רשו"- אז עס ער האט נישט דער מעגליכקייטן אין רשות.....

אין מיר זעהן טאקע אז "ואמרו רבותינו זכרונם לברכה"אז די הייליגע חז"ל זאגן אונז קלאר "כיוון שעבר אדם עבירה ושנה בה, נעשית לו כהיתר"- ווי באלד א מענטש האט עובר אויף א עבירה אין האט איבער געחזר'ט דער עבירה ח'''ו ווערט ביי איהם ווי א היתר...

"אמרו רבותינו זכרונם לברכה",- אין די הייליגע חז"ל זאגן אז "על איש שעבר עבירה ושנה בה", - אז א מענטש וואס האט עובר געוועהן א עבירה אין האט איבער געחזר'ט, איז "כי מכאן ואילך", - פון היינט אין ווייטער, "אם יחשוב לעשות העבירה", - טאמער וועט ער טראכטן ח''ו פון טוהן א עבירה.. "ונאנס ולא עשאה"- אין איז געוועהן א אונס אין האט נישט געטוהן דער עבירה פין דעסוועגן.. "מחשבתו הרעה מצטרפת למעשה", - זיין שלעכטע מחשבות איז מצטרף למעשה כאילו ער האט געטוהן דער עבירה בפועל... "ועליו נאמר"- אין אויף איהם איז געזאגט געווארן דער פסוק : "הנה אנכי מביא רעה אל העם הזה פרי מחשבותם"- איך וועל ברענגן שלעכט אויף די מענטש צוליב זיינע שלעכטע מחשבות...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שיעור בספה"ק "שערי תשובה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיעור ו'


זאגט די הייליגע שערי תשובה ווייטער

"ועתה בינה שמעה זאת", - אין יעצט טראכט אריין אין הער צו.. "כי הוא עיקר גדול"- אז דאס איז דער עיקר... - אז מען זאל גלייך תשובה טוהן, אין נישט איבער חזר'ן ח''ו נאכאמאל צו טוהן עבירות... "אמת כי יש מן הצדיקים שנכשלים בחטא לפעמים", - עס איז ריכטיג אז ס'איז דא פון די צדיקים וואס ווערן אמאל אמאל נכשל אין א עבירה.. "כענין שנאמר"- אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק "כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא", - אז ס'איז נישט דא קיין שום צדיק וואס זאל נאר טוהן גוטס אין נישט זינדיגן.. נאר וואס דען "אכן כובשים את יצרם מאת פניהם", - זיי שטארקן זיך טאקע פון זייערע יצר הרע פון זיך... "ואם יפלו בחטא פעם אחת לא ישנו לו"- אין אפי' אויב מען אמאל אדורך געפאלן מיט א עבירה רח"ל, וועלן זיי נישט טוהן נאכאמאל.., "ונקוטו בפניהם", - זיי האלטן זיך שטארק, אין נעמען זיך קער, "וחוזרים בתשובה"- אין זיי טוהן תשובה גלייך.

"אך"- אבער "כל אשר אינו נזהר מחטא ידוע"- איינער וואס איז נישט נזהר פון א געוויסע באקאנטע עבירה, "ואינו מקבל על נפשו להשמר ממנו"- אין ער נעמט זיך נישט אונטער צו זיך אכטונג געבן דערפון, "גם אם הוא מהעונות הקלים"- אפי' ס'איז פון די גרינגערע עבירות, "אף על פי שהוא נזהר מכל העבירות שבתורה"- כאטשיג אין אלע אנדערע עבירות פון די תורה איז ער זייער זייער אפגעהיטן.., דאך "קראוהו חכמי ישראל"- רופן איהם אן דער הייליגע חכמים "מומר לדבר אחד"- אז ער איז א מומר לדבר אחד, אויף דעם איז ער בחי פון א אפיקורס..., "ואת פושעים נמנה"- אין זיינע עבירות ציילט מען.., "וגדול עונו מנשוא".- אין די עבירה איז צו גרויס צו קענען טראגן.. "כי אם אמור יאמר העבד לרבו"- איז אויב וועט דער קנעכט זאגט פארן הער... "כל אשר תאמר אלי אעשה"אלעס וואס די זאגסט מיר איך זאל טוהן וועל איך טוהן "זולתי דבר אחד"- א חוץ פון איין זאך קען איך נישט.. אזא מענטש איז "כבר שבר עול אדוניו מעליו"- האט ער שוין צובראכן דער עול פון דער הער פון זיך..., "והישר בעיניו יעשה"- אין אלעס וואס ער וויל טוט ער..,

"ועל הענין הזה נאמר"אויף דעם שטייט שוין אין פסוק "ארור אשר לא יקים את דברי התורה הזאת לעשות אותם"- "ביאורו",- פשט איז, "אשר לא יקבל על נפשו לקיים כל דברי התורה מראש ועד סוף"- אז אויב ער וועט נישט מקבל זיין אויף זיך צו מקיים זיין די גאנצע תורה פון אנהייב ביזן סוף.., "ויורה על זה"- אין דאס ווייסט אונז דער פסוק אז "אשר לא יקים לעשות"- וואס ער האט נישט מקבל געוועהן אין , "ולא אמר "אשר לא יעשה אותם"- האט נישט געזאגט אז דער אלע וואס מאכן דאס....



מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שיעור בספה"ק "שערי תשובה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שטייען מיר יעצט חמשה עשר באב...

אין דער טעג הייבן אן דער התעוררות צו דער הייליגע טעג ווי ס'ווערט געברענגט אין דער ספה"ק ...

וויל איך מחדש זיין פון פריש ממשיך צו זיין מיט דער שיעורים אויף דער הייליגע ספר שערי תשובה... מיט א ריכטיגע הכנה צו דער הייליגע טעג....

איך וועל נישט שרייבן יעדן טאג נאר איינמאל אין א פאר טעג, וויפיל דער צייט וועט לאזן...

שמעו ותחי נפשתכם...
פאר קאמענטארן דא
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום דינסטאג אוגוסט 01, 2023 11:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שיעור בספה"ק "שערי תשובה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיעור ז'
זאגט דער הייליגע שערי תשובה ווייטער:

"ועוד תדע",- אין נאך א זאך זאלסטו וויסן, אז "כי השונה עבירה אחת עשר פעמים",- אז איינער חזר'ט איבער ח''ו א עבירה צען מאל, "אף על פי שנזהר מכל העבירות",- אפי' פון אנדערע עבירות איז ער אפגעהיטן, "הנה הוא נחשב כעובר על עבירות חלוקות"- הייסט דאס ווי ער האט עובר געוועהן אויף באזונדערע עבירות.. "וכן אמרו רבותינו זכרונם לברכה",- אין אזוי זאגן אונז דער הייליגע חז"ל, "כי אם יאמרו לנזיר "אל תשתה" והוא שותה, "אל תשתה" והוא שותה",- אז אויב מען ווארנט פאר א נזיר.. טרינק נישט קיין וויין אין ער טרינקט יא, מען זאגט איהם נאכאמאל טרינק נישט אין ער טרינקט יא, איז "לוקה באחרונה על כל אחד ואחד",- באקומט ער מלקות אויף יעדער אזהרה עקסטער, "כמשפט האוכל טרפה, בהמה טמאה, וחלב ודם"- אזוי ווי דער הלכה איז אויך, איינער וואס עסט טריפה, נישט כשר'ע בהמות, אדער חלב אין בלוט....

זאגט דער שערי תשובה ווייטער:

"וראה ראינו"- דאס זעה איך דאך (אזוי שרייבט דער רבינו יונה אויף זיך) אז "כי רבו עונות הדור על זאת",אז עס פארמערט זיך דער עבירות פון דעם דור אויף דעם אז, "כי יש אנשים רבים מקבלים על נפשם להזהר מעבירות ידועות", - מענטשן נעמען זיך אונטער אויף זיך צו אכטונג געבן אויף באוויסטע עבירות, אבער "וכל ימי חייהם אינם נזהרים בהן", למעשה א גאנצע לעבן געבן זיי זיך נישט אכטונג דערויף, "אבל הן אצלם כהיתר", - פארקערט עס ווערט ביי זיי שוין א היתר, מען מעג שוין..., "ואילו לא היו נוהגים כן רק על עבירה אחת",- אפי' אויב ס'איז נאר ביי איין עבירה,... איז "חלי רע הוא בנפשם"- זענען זיי שוין א קראנקע מענטש אין זייערע זעהל.. "כאשר בארנו",- אזוי ווי מיר האבן שוין אויסגעשמועסט.. "אף כי נוהגים על אזהרות רבות, וכהנה מן החמורות",- אין דאס איז אפי' ביי אסאך אזהרות, אזוי ווי דער אלע וואס זענען הארבע זאכן, איז מען זיך אמאל מורה היתר, "כמו"אזוי ווי דער אלע זאכן, למשל "שבועת חנם", - איינער שווערט אומזיסט, "ומקלל את חבירו"- איינער שטעלט זיין חבר, "או את עצמו בשם",- אדער שטעלט ער זיך אליינ'ס ח''ו, "והזכרת שם שמים לבטלה"- איינער דערמאנט דער אייבישטער'ס נאמען אומזיסט, "או במקום שאינו טהור או בידים לא נקיות",- אדער אין נישט קיין ריינע פלאץ, אדער מיט נישט ריינע הענט, "והעלמת עין מן העני",- ער קוקט אוועק פון א ארימע מענטש - דאס הייסט ער העלפט איהם נישט ארויס... "ולשון הרע", - איינער רעדט לשון הרע, "ושנאת חנם",- ער האט פיינט אנדערע מענטשן אומזיסט.. "וגבהות הלב", - ער האלט זיך גרויס - (דאס מיינט דער מדה פון גאווה) , "ונתינת חתתו", - ער ווארפט א פחד אויף מענטשן, "והסתכל בעריות"- איינער וואס קוקט אויף נישט ריינע פלעצער, "וביטול תלמוד תורה כנגד כלם"- דער ערגסטע פון אלע'ס איז מבטל זיין דאס לערנען תורה רח''ל, "ורבות כאלה". - אין אסאך אנדערע ענדליכע עבירות, "כתבנו מקצתן אצל בני הדור להזכירם ולהזהירם". - מיר האבן געשריבן אביסל פון דעם פאר דער בני הדור צו דערמאנען אין צו זיין אנגעווארנט, "וכן ראוי לכל בעלי תשובה לכתוב במגלת ספר", - אין אזוי זאל יעדער בעל תשובה טוהן, צו אויפשרייבן ביי זיך אין א מגילת ספר.. "הדברים אשר נכשלו בהם"- זאכן וואס ער איז ליידער נכשל געווארן, "והמצות אשר קצרו בקיומן", - אין דער מצות וואס ער האט מקצר געוועהן מיטן מקיים זיין, "ולקרוא בספר זכרונותם בכל יום"- אין אדורך גיין דער ספר יעדער טאג כדי צו נתעורר ווערן בתשובה....

פאר קאמענטארן דא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שיעור בספה"ק "שערי תשובה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיעור ח'
זאגט דער שערי תשובה ווייטער:

"והנה מדרגות רבות לתשובה",- ס'איז דא אסאך מדריגות צו תשובה טוהן, "ולפי המדרגות יתקרב האדם אל הקדוש ברוך הוא". - אין לויט דער מדריגות ווערט מען נענטער צום רבש"ע... "ואמנם לכל תשובה תמצא סליחה", אמת אויף יעדער סארט תשובה קען מען טרעפן א סליחה א פארגעבונג.. "אך לא תטהר הנפש טוהר שלם להיות העונות כלא היו",- אבער דאס מאכט נאך נישט ריין דער מענטש אז ס'זאל זיין כאילו ס'איז שוין נישט דא קיין עבירות... "זולתי כאשר יטהר האדם את לבו"- אויסער אז א מענטש וועט זיך רייניגן דאס הארץ,  "ויכין את רוחו כאשר יתבאר". - אין וועט צוגרייטן זיין גייסט אזוי ווי מען וועט מבאר זיין, "וכן כתוב"אין אזוי שטייט אין תהילים  "אשרי אדם לא יחשוב ה' לו עון ואין ברוחו רמיה", - וואויל איז דער מענטש וואס דער רבש"ע רעכענט איהם נישט פאר קיין עבירה, אין זיין גייסט איז נישט פאלש... "וכענין הבגד הצריך כבוס", - אזוי ווי א קלייד וואס מען דארף עס אויסוואשן.. "כי המעט מן הכבוס יועיל בו להעביר הגעל ממנו", - אביסל פון דער וואשן קען העלפן אוועק נעמען דער שמיטץ פון דעם קלייד, אבער "אך לפי רוב הכבוס יתלבן". - ווי מער מען וואשט דאס אויס אלעס מער ריינער ווערט עס.. "וכן כתוב"אין אזוי שטייט אין תהילים: "הרב כבסני מעוני", - אויסוואשען פון דער עבירות "ותכבס הנפש מן העון כפי אשר תכבס את לבה", - דער זעהל וואשט זיך אויס פון דער עבירות אזוי ווי דו וואשט זיך אויס דער הארץ, "שנאמר"אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק : "כבסי מרעה לבך ירושלים". "ואמרו רבותינו זכרונם לברכה"- זאגן דער הייליגע חכמים ז"ל   "אשרי איש ירא את ה'" - וואויל איז דע מענטש וואס האט מורא פון דער אייבישטער ווען? "בעודו איש",- ווען ער איז נאך א מענטש "רצונם לומר", - פשט איז זאגן אז "כי תשובת האדם המעולה בימי בחורותיו"- אז דער תשובה פון א מענטש אין דער יונגערע יארן, "בעוד כחו עליו ויתגבר על יצרו". - ווען ער איז נאך ביי די כוחות אין ער שטארקט זיך אויף דער יצה"ר, "אכן כל תשובה מועילה",- אמת יעדער מין תשובה העלפט, תשובה העלפט אלעמאל "כמו שנאמר"- אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק : "תשב אנוש עד דכא ותאמר שובו בני אדם", "ואמרו רבותינו זכרונם לברכה"זאגן דער הייליגע חז"ל "עד דכדוכה של נפש". - ווי לאנג מען קען נאך תשובה טוהן ווען ער לעבט... "עתה נבאר עיקרי התשובה": אין פון יעצט וועלן מיר מבאר זיין דער עיקר פון דער ענין תשובה...

פאר קאמענטארן קוק דא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שיעור בספה"ק "שערי תשובה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיעור ט'


פון יעצט אין ווייטער גייט דער הייליגע שערי תשובה אויסרעכענען אלע זאכן וואס מען דארף טוהן כדאי צו תשובה טוהן...

זאגט דער שערי תשובה ווייטער

העיקר הראשון - החרטה- דער ערשטע זאך - איז חרטה... וואס מיינט חרטה...

"יבין לבבו כי רע ומר עזבו את ה' ", - זיין הארץ דארף פארשטיין אין מתבונן זיין ווי שלעכט אין ביטער איז איינער וואס פארלאזט דער רבש"ע... "וישיב אל לבו"- זאלסט זיך מיישב זיין מיט דיין הארץ אז "כי יש עונש ונקם ושלם על העון", - אז ס'איז דא שטראף אין נקמה, אין מען ווערט באצאלט אויף דער עבירות, "כענין שנאמר "לי נקם ושלם", - ווי ס'שטייט אין פסוק אז דער דער רבש"ע נעמט נקמה אין באצאלט יעדעם... "ונאמר "גורו לכם מפני חרב כי חמה עונות חרב". - אויך שטייט אין פסוק האטס מורא פון פאר דער שווערד ווייל דער צארן פון דער עבירות איז דער שווערד.. "ויתחרט על מעשיו הרעים", - אין ער זאל חרטה האבן אויף זיינע שלעכטע מעשים, "ויאמר בלבבו: מה עשיתי?" -ער זאל זאגן ביי זיך אין דער הארץ, וואס האב איך געטוהן... "איך לא היה פחד אלקים לנגד עיני", - ווי האב איך נישט געהאט דער שרעק פון דער רבש"ע פון פאר מיינע אויגן... "ולא יגורתי מתוכחות על עון"- אין איך האב נישט מורא געהאט פון דער תוכחות מוסר רייד אויף דער עבירות, "ומן השפטים הרעים", - אין פון דער שלעכטע משפטים... "כי רבים מכאובים לרשע?"- אסאך ווייטאגן איז דא אויף א רשע... "לא חמלתי על גופי"- איך האב נישט רחמנות געהאט אויף מיין גוף, "ולא חסה עיני עליו משחתו מפני הנאת רגע אחד", - איך האב נישט באשיצט מיין אויגן אויף דעם פון זיך פארדארבן וועגן א הנאה איין רגע... "ונמשלתי לאיש שיגזול ויחמוס ויאכל וישבע", - איך האב דאס צוגעגליכן צו א מענטש וואס גנב'ט אין בארויבט עסט אין ווערט זאט... אבער - "ויודע כי אחרי אכלו ואחרי שתו יגרס השופט בחצץ שניו", - ער ווייסט זייער גוט אז נאך עסן אין טרינקען גייט דער שופט דער געריכט אפ פסק'ענען זיין דין מיט א קריץ פון זיינע ציינער... "כענין שנאמר "ערב לאיש לחם שקר ואחר ימלא פיהו חצץ"... "ורעה מזאת", - נאך ערגער פון דעם, "כי הייתי על הנפש היקרה אכזרי"- כ'בין געוועהן אויף מיין טייערע זעהל א אכזר.. "ונטמאה בגלולי יצרי", וועגן דעם איז מען יצר טמא געווארן.. "ומה הועילה בכל קניניה"- וואס האב איך אויפגעטוהן מיט אלע מיינע קנינים.. "אם רעה בעיני אדוניה?"- אויב איך בין שלעכט אין דער אויגן פון מיין הער, "ואיך החלפתי בעולם חולף", - ווי האב איך אויפגעטוישט פון א וועלט וואס גייט אריבער, וואס בלייבט נישט,. איז דען טאקע אז... "עולם עומד לעד לעולם?"- דער וועלט שטייט אויף אייביג..? "איך נמשלתי כבהמות נדמיתי", - ווי אזוי בין איך געווארן צוגעגליכן צו א בהמה, "והלכתי אחרי יצרי כסוס כפרד"..- אין איך בין נאך געגאנגען מיין יצר הרע אזוי ווי א פערד... "אין הבין ותעיתי מדרך השכל?"- נישט צו פארשטיין אז כ'האב זיך פארבאלאנזשעט פון דער שכל'דיגע וועג,... "והנה הבורא נפח באפי נשמת חיים"- דער רבש"ע האט דאך אריין געבלאזן אין מיך א לעבעדיגע נשמה.. "חכמת לב וטובת שכל"וואס איז פיל מיט חכמה אין שכל, כדי "להכירו וליראה מלפניו"- צו קענען דער רבש"ע אין מורא האבן פון איהם, "ולמשול בגוף וכל תולדותיו"- אין זאל געוועלדיגן אויף דער גוף אין אלעס ארום... "כאשר המשילה על שאר בעלי חיים שאינם מדברים"- אזוי ווי מען געוואלדיגט איבער אלע בעלי חיים.. "לאשר יקרה בעיניו נכבדה", - נאך וואס איז טייער אין זיינע אויגן.. "ואחרי אשר בעבור זאת נבראתי",- נאך וואס נאר וועגן דעם בין איך באשאפן געווארן.. צו מורא האבן פון דער רבש"ע... "ויהי בי הפך מזה",- איז למעשה טוה איך פונקט פארקערט איז אויב אזוי ... "למה לי חיים?"...- פארוואס דארף איך לעבן.. "כענין שנאמר "אדם תועה מדרך השכל בקהל רפאים ינוח"...

"ועוד",- אין נאך א זאך "כי כמשפט הבהמה לא עשיתי", - איך האב נישט געטוהן ווי א בהמה.. "אבל שפלתי ממנה",- אבער כ'בין נידריגער פון דעם.. פארוואס "כי ידע שור קונהו וחמור אבוס בעליו", - דער אקס ווייסט ווער זיין הער איז, דער אייזל ווייסט ווער איז זיין בעל הבית.. אבער "ואני לא ידעתי ולא התבוננתי",- איך ווייסט נישט אין איך בין נישט מתבונן.. "ושלחתי נפשי לחפשי מאדוניה", - מיין זעהל האב איך אוועק געשיקט פריי פון זיין הער.. "וטעמתי צופי"טאקע טועם געוועהן מיין זיסקייט, אבער "ונשיתי סופי",- פארגעסן פון מיין סוף, "וגזלתי וחמסתי", געגנב'ט אין גערויבט... "ועל דל בוססתי",- אין אויף מיין ארימע שכל האב איך אוועק געשטעלט... "ולא זכרתי יום המות"איך האב נישט געדענקט דער יום המיתה אז "אשר לא ישאיר לפני נשמתי בלתי אם גויתי ואדמתי".- גייט גארנישט בלייבן פון מיין נשמה דעאר דער גוף אין דער ערד... "והענין הזה אשר בארנו"דער ענין וואס מיר שמועסן אויס "הוא אשר דבר ירמיה עליו השלום"וואס ירמי' הנביא האט געזאגט "אין איש נחם על רעתו לאמר מה עשיתי"- אז א מענטש קען נישט טרייסטן אויף זיינע שלעכטע זאכן צו זאגן וואס האב איך געטוהן....

פאר קאמענטארן קוק דא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שיעור בספה"ק "שערי תשובה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיעור י'
יעצט גייען מיר אריבער צו דער צווייטע זאך וואס העלפט צו קענען תשובה טוהן...

השני- דער צווייטע זאך איז, עזיבת החטא- אפלאזן פון דער עבירה... וואס איז דער טייטש דערפון..

"כי יעזוב דרכיו הרעים"- ער זאל פארלאזן זיינע שלעכטע וועגן, און, "ויגמור בכל לבבו"- ער זאל זיך אפמאכן מיטן גאנצן הארץ, אז "כי לא יוסיף לשוב בדרך ההוא עוד"- מער וועל איך שוין נישט צוריק קערן צו דער שלעכטע וועג נאכמאל, "ואם און פעל"- אויב האב איך געטוהן עפעס שלעכט, "לא יוסיף"- וועל איך מער נישט מוסיף זיין... "כענין שנאמר"- אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק - "שובו שובו מדרכיהם הרעים".. - קערט זיך צוריק פון ענקערע שלעכטע וועגן, "ונאמר"- אויך שטייט אין פסוק - "יעזוב רשע דרכו"- דער רשע זאל פארלאזן זיין וועג..

"ודע"- אז דו זאלסט וויסן, אז " כי מי אשר חטא על דרך מקרה"איינער וואס האט געזינדיגט דורך א צופאל, דאס הייסט - "כי התאוה תאוה"ס'האט זיך איהם אנגעצונדען א תאוה.. "ויחזק עליו יצרו"- דער יצה"ר האט זיך געשטארקט אויף איהם, "ויתקפהו"- אין האט איהם אטאקירט... "ולא נחלצו רעיוניו חושים בפגעו בו"- זיי האבן זיך נישט געאיילט צו ראטעווען זיך מיט זייערע מחשבות אין חושים בשעת מען האט זיך באגעגענט מיט דער יצה''ר (זיך גלייך אקעגן שטעלן זיך אקעגן דער יצה"ר) "ולא מהרו לגער בים התאוה"- זיי האבן נישט זיך געאיילט צו אנשרייען אקעגן דער יצה''ר וואס ברענגט דער ים התאוה... ווייל אויב יא איז "ויחרב"- וואלט דער תאוה שוין געוועהן אויסגעטריקענט..., "על כן"- ממילא וועגן דעם "יגורהו היצר"- קען דער יצה''ר אנרייסן איהם "בחרמיו"- אין זיין רשות, "נפל במכמוריו"- אין פאלט אריין אין זיין נעצט.. " לפי שעתו ועתו"- לפי דער שעה אין דער פליצלונגער אופן.. "בהיות רוח היצר רע מבעתו"- מיט דער וואס דער יצה"ר האט איהם געכאפט אין איהם דערשראקן... "ולא מאשר חפצו ורצונו"אין נישט פון דער ווילן אין רצון " למצא עונו"- צו טרעפן טוהן א עבירה.. "ולעשות כמוה אחרי זאת"- אין וועלן טוהן נאכדעם נאכאמאל...

אויב איז דאס געוועהן אויף א פלוצים'דיגע אופן איז דער עצה

"ראשית תשובת האיש הזה, החרטה"- איז קודם דער ערשטע זאך חרטה .. "ולשים יגון בלבבו על חטאתו"- קלאגן ביי זיך אין הארצן אויף וואס ער איז נכשל געווארן "ולהיות נפש נענה ומרה כלענה"- ער זאל שפירן זיין געוויסן זיך געפייניגט, אין פארביטערט ווי א ביטערע בלעטל, "אחרי כן", - מער פון דער זאל זיין אז "יוסיף בכל יום יראת השם בנפשו"- ער זאל מוסיף זיין פחד אין מורא פון באשעפער "ויתן חתת אלוקים בלבבו בכל עת"- ער זאל שפירן ביי זיך אין הארצן א גאנצע צייט דער פארכט צום באשעפער "עד אשר יהיה נכון לבו"- ביז ער וועט שפירן ביי זיך פארזיכערט ביים באשעפער, אז "כי אם יוסיף יעבור בו היצר"- אויב דער יצה"ר וועט נאכאמאל קומען, "ויפגשהו כפעם בפעם"ער וועט זיך פון פריש באגעגענען מיט איהם, אין דער יצה''ר רוהט נישט איין.. "ורבה עליו תאותו כמשפט הראשון"ער וועט ברענגן אין דיר א גליסטענישט צו טוהן שלעכטע זאכן אזוי ווי דער פריעדיגע מאל, וועט ער זיין אזוי שטארק אז "לא יהי' נפתה לבו עליו"ער וועט נישט זיך לאזן איבערעדן פון דער יצה"ר " ויעזוב דרכו"ער וועט פארלאזן דער שלעכטע וועג "כמו שנאמר ומודה ועוזב ירחם"- "הזכיר תחילה ומודה"דער פסוק דערמאנט קודם אז ער איז מודה אין האט חרטה אין זיך מתוודה.. "ואחר כך עוזב"- נאכדעם פארלאזט ער דער עבירה....

פאר קאמענטארן דריקט דא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”