רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
דעם פארגאנגענעם שבת האבעך געהערט פון א איד אפאר שיינע מעשיות וואס איז געווען מיט אים אליינס ביים הייליגן ריבניצער זי”ע
די ערשטע צייטן וואס ער האט זיך געדרייט ביים ריבניצער האט ער נאכגעקוקט דעם צדיק אויף יעדן ריר אבער אזוי אומאפיציעל באהאלטענערהייט, סאיז אים געווען פריש און ער האט עס געשפירט פאר א זכיה. איינמאל אזוי שטייענדיג אליינס אין א ווינקל הינטערן ריבניצער האט זיך דער ריבניצער גענומען זינגען אויף די באקאנטער ריבניצער תנועה נוסח אזוי צו זיך אליינס; אוי בחור בחור.. דארטן און דארטן האסטו געטון דאס און דאס.. דו מיינסט אז קיינער זעהט דיך נישט.. בקיצור ער האט אים אויסגערעכנט מעשים טובים פון די לעצטע פאר טאג/וואכן וואס ער האט אלץ אנגעווערטשאפט אבער אזוי מיטן רוקן צו אים, בינו לבין עצמו, ביז די גבאי איז זיך עפעס אנגעקומען און געעפנט דעם טיר אזוי אז סהאט געמאכט סענס צו מאכן פליטה.. מער איז ער מער נישט געשטאנען ביים ריבניצער איינער אליינס..
נאך א מעשה. אין איין וואכן טאג שפעט נאכמיטאג איז נישט געווען קיין מנין פאר שחרית און סאיז נישט געווען צו געפינען קיין איד אינעם גאנצן אלד נייעק מאנסיער אומגעגנט פאר קיין רפואה צו מצרף זיין צו מנין (כפארשטיי אז פאר ששה מתפפלים) האט זיך דער ריבניצער אנגערופן צו אים; גיי קוק דארטן וואו מפאררעכט די אויטאס.. איז ער אריבער געגאנגען צו די מעקעניק ביים 59 קארנער מעין סטריט (וואו סשטייט היינט ”שומר שבת”) און ער פרעגט דעם מעקעניק צו ער האט שוין געדאוונט און יענער האט זיך געכאפט ביים קאפ אז ער האט היינט פשוט פארגעסן צו דאווענען (ער איז כנראה געווען גאר פארנומען און סאיז אים פשוט ארויס פון קאפ)
נאך א מעשה. אזוי אין די שפעטערע צייטן ווען דער צדיק האט שוין אנגעהויבן מישן און האט געהאט זמנים אזוי און זמנים אזוי האט מען אין די קלארע צייטן געזעהן אפילו אפענערע מעשיות ווייל דער צדיק איז שוין נישט געווען אזוי באהאלטן. איין שבת איז דער ריבניצער אריין צום טיש און געוואלט מאכן קידוש אבער ער האט אויסגעגאסן דאס בעכער אין סינק.. נאכן עס אנפילן נאכאמאל האט ער עס נאכאמאל אויסגעגאסן.. דאן האט ער אויסגעגאסן דאס באטל און האט געזאגט אז סאיז נסך.. די גבאים האבן זיך נאכגעפרעגט אינדערהיים אבער מהאט געזאגט אז סאיז נישט גארנישט געווען דא מיט די וויין, קיין גוי האט דאס נישט געזעהן אדער אנגערירט. דאן האט דער ריבניצער אנגעקוקט צוויי בחורים ביים טיש און מיט כעס אראפגעקוקט אויף דער ערד.. ער האט זיך אנגערופן אז היינט וועט מען מוזן מאכן קידוש אויף די חלה.. בקיצור ער האט יענעם שבת מער נישט געפירט טיש ברבים. איין בחור איז אוועקגעגאנגען פון דארטן אבער דער צווייטער איז דארטן געבליבן ביז מוצאי שבת שפעט 4’רע פארטאגס און האט מיט בכיות מודה געווען אז ער מיט זיין חבר האבן געגליטשט און עד כדי כך אז זיי האבן ארויסגענומען א קאר און זיי האבן באשלאסן אז היות זיי האבן שוין דעם קאר דורכן שבת וועלן זיי כאפן א טריפ מיטן קאר בעצם יום השבת רח”ל צום ריבניצער’ס טיש... דער חבר איז זיך אוועקגעגאנגען אבער דער צווייטער בחור איז געווארן גאר מרוגש און האט גאר שטארק געוויינט אז ער וויל תשובה טון, נאך מעריב בערך 4’רע פארטאגס איז ער אריין צום ריבניצער און גאר שטארק געוויינט אז ער האט חרטה אויף זיין חילול שבת וכו’ האט אים דער ריבניצער בארואיגט אז חרטה איז דער אנהייב פון תשובה און אז סוועט זיין גוט וכו’ יענער איז היינט א חשובער איד און האט אויפגעשטעלט א הערליכע שטוב. זיעואכי”א.
דער איד האט נאכגעזאגט פון א איד וואס האט איינמאל געהערט ביי אן אסיפת הרבנים ווי הרה”ק מסאטמאר זי”ע זאגט פארן ריבניצער; אמעריקע איז נישט רוסלאנד
(מפארשטייט אז סאיז געזאגט געווארן אנבאלאנגט די אפענע מופתים, ווי צו זאגן אז ער זאל נישט ווייטער פראווענען אזעלעכע אפענע זאכן. ומי יבין בסוד קדושים, מזאגט נאר נאך)

איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑ פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
כהאב געהערט פון ר’ יצחק תהילים (לויט אים נישט רעב נאר פלעין יצחק.. יא, סהייסט אז כבין געווען נאנט מיטן ריבניצער.. לעכטיג זיס) צוויי שיינע עובדות מיט נעמען, כגעדענק נאר פשוט נישט די נעמען.
איינער פון די גבאים ביים ריבניצער האט זיך געהאט געטענה’ט איין צופרי מיט זיין פאטער איבער אין וועלכע מוסדות צו שיקן די קינדער זיינע, איינער האט דייקא געוואלט סאטמאר און דער אנדערער א צווייטע מוסדות. בקיצור יענער גבאי קומט יענע טאג אן צום ריבניצער און באגריסט אים מיט; א גוט מארגן!! דער ריבניצער האט אים אבער נישט געענפערט, א זאך וואס האט נישט געווענטליך פאסירט. יענער גבאי גייט ארויס און פרעגט די גבאים אויב דער רבי שפירט נישט גוט צי וואס. אבער יעדער זאגט אבער אז ניין, אלעס איז אין בעסטן ארדענונג.. יענער גבאי האט געזעהן אז עפעס גייט דא פאר איז ער צוריק אריין צום ריבניצער און פרעגט; רבי, וואס האב איך געטון? זאגט אים דער ריבניצער; מיט א טאטן איז מען זיך נישט מתוכח.. דער גבאי האט זיך פרובירט צו פארענטפערן וכו’ אבער דער רבי האט זיך געהאלטן ביי זיינס; מיט א טאטן איז מען זיך נישט מתוכח. יענער גבאי איז ארויסגעגאנגען און אנגערופן זיין טאטן איבערבעטן אז ער האט גארנישט געמיינט און ער זאל עס נישט נעמען פערזענליך. דער טאטע האט אים געזאגט אז סאיז גוט וכו’ יענער קומט צוריק אריין צום ריבניצער און דער ריבניצער איז אים מקבל פנים מיט א ברייטן גוט מארגן!
א צווייטע מעשה. א איד איינער פון די גבאים האט געהאט געדינגען א אידישע בעל מלאכה און יענער האט נישט געהאט געטון אקוראט ווי אפגעשמועסט בעפאר און דער גבאי האט זיך גע’ישוב’ט ביי זיך אליינס צו ער זאל יענעם אפזאגן צי נישט, ער האט דאס נאך ניטאמאל געהאט אויסגעשמועסט מיט זיין ווייב, אזוי האט ער זיך גע’ישוב’ט ביי זיך אליינס אין קאפ בשעתן משמש זיין דעם ריבניצער ביים סדר נאכט.. נאכן סדר הייבט זיך דער ריבניצער אויף פונעם היסב בעט און רופט זיך אן צו יענעם גבאי (כמעט זיכער יענער האט געהייסן חיים) חיים! זיך צו שפיעלן מיט א איד’ס פרנסה איז נישט קיין ענין..
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
(די מעשה איז 100% פראצענט מדיוק, פאר די פונקטליכע נעמען קען מען איבערפרעגן ר’ יצחק תהילים אליינס לאויוש’ט)

אויף קול אספיקלאריא 8459994949 4 דערנאך 29 און 30 האט גאר שיינע מעשיות און זכרונות פונעם הייליגען ריבניצער זי״ע
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
א שמועס וואס כהאב היינט געהאט מיט ר’ יצחק תהילים.
דאס ערשטע מאל ער איז אנגעקומען צום ריבניצער איז געווען ווען זיין שוואגערס ברודער האט געהאט גאר הויעכע פיבער אז די דאקטוירים אין מאונט סייניי האבן אויפגעגעבן אויף אים זאגנדיג אז ביז א טאג צוויי וועט ער אריינגיין אין סעפטיק שאק רח”ל היל”ת. וויסנדיג אז מאונט סייניי איז נישט קיין מיימאנעדיס אדער קיין גוד סעמעריטען האט ער געוויסט אז דא דארף מען א מופת.. הערנדיג פון עפעס א רוסישער רבי א בעל מופת האט ער מיט זיין ברודער באשלאסן צו קומען פאר א ברכה. דער רבי האט אנגעווינטשן סאלידערהייט, ער האט אגב קיינמאל נישט געמאכט מיט די אויגן קיין אויסערארנדליכע תנועות וכדומה, נאר ער האט פשוט אנגעווינטשן וכך הוה, דער שוואגער איז געזונט געווארן. פון דאן אן איז ר’ יצחק מיט זיין ברודער געבליבן מקושר ביים ריבניצער. ר’ יצחק זאגט אז ער האט זייער געגליכנט דעם סאלידער און ווארימער נוסח פונעם רבי’ן, ער האט אלץ געדאוונט פארן עמוד מיט א סארט רואיגקייט, ווארימקייט און נעימות, אזש ער האט פשוט ליעב באקומען צו דאווענען אינעם רבי’נס מנין.
אויף מיין פראגע וואס דער רבי האט געמאנט פון זיינע ארומיגע, זאגט מיר ר’ יצחק: כווייס נישט פארוואס אבער דער רבי האט נישט געמאנט, ער איז נישט געווען קיין מחנך. דאס יא, ער האט מורא’דיג מורא’דיג מחשיב געווען אמונה אינעם אויבערשטן, ער פלעגט פון דעם כסדר רעדן, פשוט אמונה. ניטאמאל פון אמונת צדיקים האט ער געמאכט א מצב, פשוט גלויבן אינעם אויבערשטן (די חלק פון אמונת צדיקים איז מיך געווען אביסל א חידוש, כהאב עס אים אפאר מאל איבערגעפרעגט און איר קענט עס אויכעט איבערפרעגן ר’ יצחק..).
ווען עמיצער האט געבעטן א ברכה האט מען יא געדארפט גלייבן אז די רבי’ס ברכה קען העלפן, דערויף האט ער מיר דערציילט א מעשה פון א פרוי וואס האט נישט געהאט קיין קינדער און איז געקומען צום רבי’ן בעטן א ברכה, אבער דער רבי האט איר נישט אנגעווינטשן.. די פרוי איז למעשה זיך ארויסגעגאנגען. דאן האט אן אנוועזנדער מקורב (אנטשולדיגט אז די נעמען האב איך מיך נישט איינגע’חזר’ט בעפארן שרייבן) געפרעגט דעם רבי’ן וואס איז פשט אז דער רבי ווינטשט איר נישט? האט דער רבי געזאגט, וואס קען איך טון? זי גלויבט נישט, כקען איר נישט העלפן.. דער מקורב איז ארויס און נאכגעגאנגען די פרוי און איר געפרעגט פארוואס זי עקשנט זיך נישט איין.. האט די פרוי זיך ציקרעכצט: וואס זאל איך טון? כהאב שוין באקומען אזויפיל ברכות פון אזויפיל גוטע אידן.. סהעלפט נישט.. האט יענער מקורב געזעהן אז דער רבי ווייסט גוט וואס ער זעהט..
איבער ווי ווייט דער רבי האט מחשיב געווען פשוטע אמונה בה’, איינמאל האט מען ביי נעילה יום הקדוש מכבד געווען מיט פתיחה עפעס א רוסישער איד וועלכער האט גארנישט געוויסט חוץ מל’נען און אין א רוסישע סידור דאווענען וכו’ ער איז געווען א מחלל שבת מתוך עמי הארצות רח”ל. האט דארטן געדאוונט עפעס א פרומער היימישער איד וועלכער האט ביי זיך אין הארץ געשימפט היתכן מאיז מכבד א רוסישער מחלל שבת? שוין ווייטער די רוסישע.. דער רבי איז אלץ מכבד די רוסישע אפגעגעזעהן וויאזוי זיי זעהען אויס.. יענער רוסישער איד איז געשטאנען ביים אפענעם ארון קודש ביי נעילה און געוויינט, מסתמה האט ער אינזינען געהאט פאר זיך א גוטע יאר לויט זיינע השגות, אבער דאווענען האט ער נישט געקענט.
נאך מעריב מוצאי יוה”כ רופט דער רבי צו יענער איד און פרעגט אים, דו גלייבסט? דו האסט אמונה? זאגט יענער איד, אוואדע! זאגט אים דער רבי: דו זאגסט אזוי אבער יענער איד (דער פותח הארון) גלייבט טאקע!
כהאב אים געפרעגט אויב ער האט פערזענליך געהאט מעשיות וואו דער רבי האט געוויסט וואס ער טראכט, זאגט ער אוואדע.. נישט אלעס קען איך זאגן.. אבער איין מעשה פאר א דוגמה, כהאב אמאל געטראכט צו מיר, ווי קען דעס זיין אז דער רבי איז נישט געווארן פארשיקט קיין סיביר בשעת ווען אנדערע זענען שוין געווארן פארשיקט פאר אסאך קלענערע זאכן? אזוי טראכטנדיג גיבט זיך דער רבי א רוף אן: דו מוזט דאך פארשטיין.. די נידעריגע קעי דזשי בי אגענטן האבן דאך נישט געהאט קיין שום מאכט, זיי האבן געדארפט באריכטן צו די הויפטקוואטיר אין קיעוו און פון דארטן זענען ארויס די באפעלן, און היות כהאב געהאט אסאך נאנטע אין די קעי דזשי בי האבן זיי זיכערגעמאכט אז די באריכטן ווערן צוריסן און גייען ניט ארויס קיין קיעוו..
זאגט מיר ר’ יצחק דערויף אז דאס איז נישט די גאנצע מעשה.. ער קען א רב וועלכער קען א גוטער רוסיש וועלכער האט נאכגעזוכט אין די ארכיוון פון די קעי דזשי בי און געטראפן פילע באריכטן איבער אבראמאוויטש און זיינע פעולות.. פילע מאל שטייט דארטן אז מהאט אים אויפגעזוכט אבער מהאט אים נישט געקענט געפונען..
דערויף דערציילט מיר ר’ יצחק א מעשה וואס דער רבי האט אים אליינס דערציילט אז איינמאל איז ער געזעצן אויפן בענקל און די רעבעצין איז געשטאנען ביים פענסטער און פלוצלינג דערזעהט זי די קעי דזשי בי קארן קומען צום הויז, שרייט זי צום רעבין חיים זאנוויל באהאלט דיך! זיי קומען! אבער דער רבי איז געבליבן זיצן אויפן פלאץ און כהאב זיי געזעהן אבער זיי האבן מיך נישט געזעהן..
ר’ יצחק’ס מסקנה איז אז פילע באריכטן זענען פיין אנגעקומען נאר די רוסן האבן אים געזוכט און נישט געפונען..

The Ribnitzer
The Life, Sanctity, and Legacy of Rav Chaim Zanvil Abramowitz
By Rabbi Nachman Seltzer (Author)
Status: PreOrder Due in 9/14/2023
https://www.artscroll.com/Books/9781422639344.html

- אטעטשמענטס
-
- ribh.jpg (324.61 KiB) געזען 1835 מאל
שטימט ניין אויף פראפאזישאן 1.
- בעל פרנסה
- שר האלפיים
- תגובות: 2508
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:48 pm
- לאקאציע:איך זוך עס נאך...
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
קומט נישט ריבניצער צו שרייבן Ri vintzer ?לאגיק האט געשריבן: ↑ זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 7:19 pmThe Ribnitzer
The Life, Sanctity, and Legacy of Rav Chaim Zanvil Abramowitz
By Rabbi Nachman Seltzer (Author)
Status: PreOrder Due in 9/14/2023
https://www.artscroll.com/Books/9781422639344.html
- שאול ידידיה
- שר חמש מאות
- תגובות: 993
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
ניין, עס קומט ריבניץ מיט א ב דגושהבעל פרנסה האט געשריבן: ↑ זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 2:07 pmקומט נישט ריבניצער צו שרייבן Ri vintzer ?לאגיק האט געשריבן: ↑ זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 7:19 pmThe Ribnitzer
The Life, Sanctity, and Legacy of Rav Chaim Zanvil Abramowitz
By Rabbi Nachman Seltzer (Author)
Status: PreOrder Due in 9/14/2023
https://www.artscroll.com/Books/9781422639344.html
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
https://en.wikipedia.org/wiki/R%C3%AEbni%C8%9Baשאול ידידיה האט געשריבן: ↑ זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 2:08 pmניין, עס קומט ריבניץ מיט א ב דגושהבעל פרנסה האט געשריבן: ↑ זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 2:07 pmקומט נישט ריבניצער צו שרייבן Ri vintzer ?לאגיק האט געשריבן: ↑ זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 7:19 pmThe Ribnitzer
The Life, Sanctity, and Legacy of Rav Chaim Zanvil Abramowitz
By Rabbi Nachman Seltzer (Author)
Status: PreOrder Due in 9/14/2023
https://www.artscroll.com/Books/9781422639344.html
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
שוין אוועילעבעל אויפ'ן וועבסייט און שוין אויפ'ן וועג צו די געשעפטן, וועט מן הסתם מארגן זיין אין אלע געשעפטן.לאגיק האט געשריבן: ↑ זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 7:19 pmThe Ribnitzer
The Life, Sanctity, and Legacy of Rav Chaim Zanvil Abramowitz
By Rabbi Nachman Seltzer (Author)
Status: PreOrder Due in 9/14/2023
https://www.artscroll.com/Books/9781422639344.html
- אטעטשמענטס
-
- ribh.jpg (324.61 KiB) געזען 1614 מאל
שטימט ניין אויף פראפאזישאן 1.
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 27172
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע:דא אינעווייניג
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
היינט נאכט דער הילולא קדישא פון דער ריבניצער צדיק זצוק"ל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
זכותו הגדול יגן עלינו.
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
מ'האלט נאך אין די 3 טעג פון די יארצייט פון הרה"ק מריבניץ זי"ע
וועל איך פארציילן א מעשה וואס "בדידי הוי עובדא" [והבטחתי לפרסם].
א לענגערע צייט וואס מיר האבן זיך געמוטשעט צו טרעפן א גוטן ארבייטער. איך האב פרובירט ביי אלע רעקרוטירונג פירמעס, אבער אן ערפאלג. איך האב נישט געקענט געפינען עמיצן וואס זאל זיין צוגעפאסט צו די פאזיציע, און האבן די נויטיגע עקספיריענס וכו'.
פאר עטליכע חדשים צוריק, אזוי שמועסנדיג מיט עמיצן וועלכער "קען" אסאך אינגעלייט, האב איך אים געפרעגט צי ער ווייסט נישט פערצופאל פון עפעס א גוטן אינגערמאן וואס זוכט א דזשאב, פארציילט ער מיר אז ער האט זיך אויך געמוטשעט צו טרעפן א גוטן גוי פאר ארבייט, און ער האט געפרעגט א באקאנטן וואס איז אלץ פארנומען מיט הייערן און פייערן גוים... צי ער ווייסט נישט פון א גוי מיט עקספיריענס וכו', האט אים יענער געזאגט אז ער האט זיך אויך יעצט געמוטשעט מיט טרעפן א גוטן ארבייטער, איז ער געפארן צום ציון הק' פון הייליגן ריבניציער זי"ע, און דארט מתפלל געווען די בקשה צי טרעפן א גוטן ארבייטער און צוגעזאגט אז ווען ער וועט געהאלפן ווערן, וועט ער דאס מפרסם זיין, און נאך א קורצע צייט האט ער געזען א ישועה!!!
אבער דערווייל איז אים נאכנישט אויסגעקומען דאס מפרסם צו זיין ברבים איז גוט אז דו האסט מיך געפרעגט, אזוי פארצייל איך דיר עס יעצט...
פארציילט מיר דער אינגערמאן ער איז אויך געפארן קיין ריבניץ און דארט מתפלל געווען צו טרעפן א גוטן ארבייטער, און ער האט אויך קורצליך געטראפן אן ארבייטער.
פארשטייט זיך אז איך בין אויך געפארן צום ציון הק' און דארט מתפלל געווען און מבטיח געווען כנ"ל, און איבעריג צו פארציילן אז א קורצע צייט שפעטער האב איך אויך געזען א גרויסע ישועה אין דעם ענין, זי"ע.
און ווי אויבנדערמאנט: לכבוד די יארצייט בינעך מקיים דעם מוצא שפתי אשמור, און איך בין מפרסם די מעשה.

thoughts and prayers זאלט עטס שיקן פאר ביידען איך ברויך וואפן
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
עשרה מאמרות לעמבערג. תרי"ח [1858]. \ אמרות טהורות טשערנאוויץ. תר"ך [1860]. העותק של רבי יהודא ליבש פרענקיל, אבדק"ק באטאשאני רבו של הרבי מריבניץ. והרב אליהו דעסלר.
ספר עשרה מאמרות להרמ"ע מפאנו זיע"א. לעמבערג. תרי"ח [1858]. \ אמרות טהורות מאמר הרקיעים ומאמר היסודות מ"הרמ"ע מפאנו" מאוצר גנזי הרה"ח רבי שמואל העליר זיע"א. - טשערנאוויץ. תר"ך [1860].
בדף הפרוזץ שני שורות בכתב ידו של הרב אליהו אליעזר דסלר מגדולי תנועת המוסר בדור האחרון.
חותמות רבי "יהודא ליבש פרענקיל, אבדק"ק באטאשאני, נכד אדמו"ר הרה"צ מוהר"ר יוסף אהרן מביטשעטשע זצלה"ה".
האדמו"ר רבי יהודה אריה ליבוש פרנקל מבוטושאן (תרמ"ה-תרע"ז), מצאצאי הבעש"ט ורבי לוי יצחק מברדיטשוב, האדמו"ר השלישי בשושלת חסידות בוטשעטש-בוטושאן, משנת תרס"ז אב"ד בוטושאן, בעל "ליקוטי מהרי"ל" על התורה; הרבי מריבניץ, שבנעוריו הסתופף בצילו, אמר על דרכו והנהגתו, כי "אף בימי הבעל שם טוב היה לחידוש".
KUMRAN

- RIB8.jpg (103.79 KiB) געזען 1173 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
חתימת ידו על תהלים
- אטעטשמענטס
-
- CZVV.png (337.87 KiB) געזען 1035 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
די ערשטע מאל איך זעה אן הסכמה פונעם צדיק זי"ע
- אטעטשמענטס
-
- SR12.jpg (138.36 KiB) געזען 929 מאל
-
- SR11.jpg (245.36 KiB) געזען 929 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
קבלתי מרבותי
- אטעטשמענטס
-
- RIBB.jpg (371.73 KiB) געזען 892 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
אוואו אין מאנסי האט דער רבי געוואוינט? וואסער אדרעסס?
- דער צופרידענער חיים
- שר האלף
- תגובות: 1792
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
53
Old Nyack Turnpike, Monsey, NY 10952
די הויז שטייט שוין נישט
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
יקרה מפנינים - מיוחד! מהתקופה הראשונה אחרי שעלה מחומת ברזל הסובייטי לארה"ק! - בעקיטשע שלבש הרב הקדוש הריבניצער רבי זי"ע בעדותה הנאמנה של האדמו"ר מפאריסוב שליט"א.
בִּגְדֵי יֶשַׁע מְעִיל צְדָקָה - חלוקא דרבנן של רבינו הקדוש מריבניץ זי"ע
בעקיטשע, שהיתה שייכת להרה"ק פועל הישועות ובעל מופת רבי חיים זאנוויל אבראמאוויטש - הרבי מריבניץ (הריבניצער), מלבוש עליון זה שימש את הצדיק, ולבשו בארה"ק מהתקופה הראשונה אחרי שעלה מתחת עינוי סבל עול גלות הקאמעניסטן, בבעקיטשע זו הפקיר את נפשו להשי"ת וקיום תורתו ומצותיו, הכניס אלפי ילדי ישראל תחת כנפי השכינה, ועבד את ה' בקדושה וטהרה למעלה מכוחות אנושי.
הבעקיטשע עשוי מבד 'זיידען' (או פאליעסטער כמו זיידען), שמור במצב טוב מאד.
מצב טוב מאוד.
מגיע מאחד מקורביו מבאי ביתו אשר הרבי העניק לו את הבגד הקדוש במתנה לאחר הגיעו לארץ הקודש - מצורף אישור מכ''ק האדמו''ר מפוריסוב מירושלים, הגה''צ רבי ח''י עקיבא רבינוביץ שליט''א.

- BEK77.jpg (106.47 KiB) געזען 627 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
ריבניץ האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 03, 2024 9:43 am
- זיסע לאקשן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 268
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:08 pm
Re: רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
נייגעריג צו דאס איז א באקאנטע בילד
- אטעטשמענטס
-
- jpeg-optimizer_Screenshot_20240725-165947_WhatsAppBusiness.jpg (333.87 KiB) געזען 209 מאל