א שיינע הערה ר' מטות, עס איז בכלל אינטערעסאנט צו הערן די מקורות פון זילבערנע עטרות למיניהם, צו די דריי-עקיגע וואס מ'זעהט אין סאטמאר, אדער די געפלאכטענע ביי חסידי זידיטשוב ועוד, אויך איז פארהאן די געקעסטעלטע וואס טייל רופען עס די 'סיגוט'ע עטרה' וואס מרן הברך משה זצ"ל פלעגט טראגן אינדערוואכן.
[איך פיר עס אריבער אינעם ידיעות התורה אשכול והכל על מקומו יבוא בשלום]
לויט וויפיל עס איז אין מיין זכרון, זענען די עטרות פון מעטאל נאר געגאנגען די גדולים און ליטא און רבנים אין רוסלאנד, (אפשר דער ראש הקהל אויכעט)(אשטייגער ווי די האריגע טלית בייטלעך פאר פינעף יאר צוריק)..., אבער דער המון עם האט זיך נישט ערלויבט צו גיין דערמיט אבער מיט סחורה'נע עטרות מיינעך איך מען יא געגאנגען אפילו די המון עם, .
דער מקור בכלל פון דעם עטרה אויפן טלית איז א מגן אברהם וואס שרייבט ונהגו לעשות עטרה מחתיכת משי לסימן שאותן ציצית שלפניו שיהיו לעולם אלץ מעלין בקודש ולא מורידין דהיינו אז די צוויי פאדערשטע ציצית זאלן אייביג זיין פון פארענט, און דער מג"א ברענג דארט אויפן פלאץ אז דער ארי' הק' האט נישט מקפיד געווען דעראויף, דער תהילה לדוד אין הל' ציצית איז מסביר די סברה פון האר"י ז"ל עפ"י הסברה שבהלכה עיי"ש
אבער און אלענספאל זעהט מען פון מגן אברהם נאר אן עטרה פון א חתיחת משי, און שפעטער אלץ זה קלי ואנוהו האבן צדיקים בצירט דעם קרוין מיט אלע שיינע סארט עטרות.
לויט מיין שאץ זענען די אלע סארטן 'סטיילס' פון עטרות, עקעדיגע צי דריי-קאנטיגע צי די שפיגלדיגע. עס האט נישט קיין שום מקום אין מקור אדער אין היסטאריע.
די סיבה פארוואס רוב גייען מיט די דריי-קאנטיגע איז ווייל ס'יז ביליגער ווי די אלע אנדערע צוליב ווייניגער זילבער דערינען. די געפלאכטענע האט לכאורה יא א מקור.
אגב, די ספרדישע אדער ליטווישע למיניהם טראגן א סחורה'נע עטרה מיט די אויפשריפט פון די ברכה להתעטץ בציציץ אדער אנדערע פסוקי הקודש. מען זעהט עס פיל אין אר"י.
קוקענדיג אביסל אין ספרים איבער דעם ענין פון די עטרות האב איך געזעהן אז די שיינע אידן וואס האבן אן עטרה אינמיטן טלית אויפן רוקן האט אויך א מקור להלכה, ווייל איינע פון די סיבות פון די חולקים אויפן עטרה איז ווייל דאן זעהט אויס אז דער עיקר טלית איז דער חלק פונעם קאפ און באמת איז דער עיקר טלית צוצודעקן דעם גאנצן גוף, ממילא ווען מען לייגט אויך אן עטרה אויפן רוקן האט מען ביידע זאכן סיי מען האט דעם ענין אז דער טלית זאל אייביג זיין אויפן זעלבן אופן די קאפ אויפן קאפ און די פון אונטן זאל אייביג זיין פון אונטן, און מען ווייזט אויך א חשיבות פארן חלק טלית וואס באדעקט דעם גוף וואס דאס איז די מצות טלית, עי' בערוך השולחן הל' ציצית סי' ח', וארצות החיים להמלבי"ם סי' ח' (לב הארץ אות ד').
אגב דער של"ה וואס איז פון די ערשטע מקורות אויפן ענין העטרה (נישט פון זילבער נאר סתם צו מאכן אן עטרה) איז דאס מדמה צום ירושלמי וואס זאגט אז ביי די קרשי המשכן האט מען אנגעצייכנט וועלכע ברעטער זענען געווען אויף צפון און וועלכע אויף דרום צו קענען אייביג צוריקלייגן אלעס אויפן זעלבען פלאץ, און ער ברענגט דארט דעם מהרי"ל וואס שרייבט אז זיין רבי פלעגט אנצייכענען די סוכה ברעטער א' ב' ג' כדי נישט צו משנה זיין פון יאר צו יאר.
זיידעניו האט געשריבן:
דער מקור בכלל פון דעם עטרה אויפן טלית איז א מגן אברהם וואס שרייבט ונהגו לעשות עטרה מחתיכת משי לסימן שאותן ציצית שלפניו שיהיו לעולם אלץ מעלין בקודש ולא מורידין דהיינו אז די צוויי פאדערשטע ציצית זאלן אייביג זיין פון פארענט, און דער מג"א ברענג דארט אויפן פלאץ אז דער ארי' הק' האט נישט מקפיד געווען דעראויף, דער תהילה לדוד אין הל' ציצית איז מסביר די סברה פון האר"י ז"ל עפ"י הסברה שבהלכה עיי"ש
אבער און אלענספאל זעהט מען פון מגן אברהם נאר אן עטרה פון א חתיחת משי, און שפעטער אלץ זה קלי ואנוהו האבן צדיקים בצירט דעם קרוין מיט אלע שיינע סארט עטרות.
אין חב"ד גייט מען נישט קיין עטרה, ווייל הרב בסידורו פסק'עט, אז מ'מעג אנטוהן דעם טלית, נישט קיין חילוק אויף וועלכע זייט, ממילא דארף מען קיין עטרה נישט האבן.
די מעשה איז נישט אמת צוליב גאר אסאך סיבות, אבער לאמיר נישט אריינגיין דערין.
דער ערשטער סאטמאר'ער רבי, רבינו יואל זצוקללה"ה, פלעגט אין די ערשטע יארן, און אזוי אויך אינדערהיים אין קראלי ארשיווע סאקמיר גיין מיט א געקעסטעלטע עטרה אינדערוואכן, און א דרייעקיגע אום שבת קודש. דא אין אמעריקא האט אמאל דער ר' נתנאל נישט געהאט קיין געקעסטעלטע, האט מען געגעגבן דעם רבי'ן א דריי-עקיגע אינדערוואכן אויך, ומשם נשתרבב המנהג פון די דריי-עקיגע. די עלטערע חסידים קעמען זעהן פילע וואס גייען טאקע מיט א פיר עקיגן אינדערוואכן, און א דריי-עקיגן שבת.
אין באבוב איז דער מנהג פארקערט, אינדערוואכן פיר-עקיג, און שבת דריי-עקיג. קען זיין ווען זיי האבן געטוישט פון פלאטשיקע ביבער הוטן צו הויכע, האט זיך די עטרה אויך געטוישט. אדער קאן גאר געמאלט זיין, אז אזוי איז געווען דער מנהג אין באבוב-גאליציע אויך, העלמיר עס לאזן פאר די באבוב'ע חסידים צו עטשיידן. אגב, וואלט איך געוואלט פארשטיין, פארוואס די חסידים גייען נישט מיט קיין דריי-עקיגע שבת.
איך האלט נאך ביי דיין תגיבה, די זאך איז אזוי, די עצם חלוקי מנהגים ווערען זיכער באהאנדעלט שפעטער, נאר דאס וואס די זאגסט אז ר' נתנאל בעמח"ס ע"ה סדר קידוש לבנה, האט נאר אויסגעטראפען צו מאכען עפעס א פשרה, ווייל אין סאטמאר אין אויך אזוי אין סיגעט איז מען געגאנגען שבת מיט א רינדיגע עטרה, (אזוי האט מיר עס ר' עזריאל פארציילט) אין אינדערוואכען איז מען אין סיגעט געגאנגען מיט א פיר עקיגע, אין ער ר' נתנאל ע"ה האט געוואלט מאכען עפעס א פשרה האט געמאכט פארען רבין זי"ע בעל דברי יואל אזא ציזאם שטעל פין רינדיגע אין עקיגע.
לגבי דאס עצם חילוק פין עקיגע אין רינדעכיגע, האט איך געהערט אז עס איז פשוט, ווייל די שניידער אין סיגעיט האט געמאכט די רינדיגע, אין די שניידער אין צאנז האט געמאכט עקיגע, אין דער קדושת יו"ט איז געווען א צאנזע חסוד, איז ער געגאנגען שבת מיט די עטרה וואס זיין טאטע האט געניצט, און אינדערוואכען מיט די עטרה וואס זיין רבי האט געניצט(דוגמא ניגון חי ה' שבת צופרי).
הרב סאכדעס, עס וואלט געווען אינטערעסאנט צי וויסען אויב זיי האבען אויך נישט דער ליינונג וואס מעשטעלט פון אונוויינונג, צי כאפען די שווייץ. ווייל אויב יא, דענמאלטס האט מען גארנישט אויפגעטוהן מיט נישט האבען אן עטרה, ווייל דער טלית וועט ווייטער זיין אנגעטוהן נאר איין וועג.
ר' שמחה, איך האב פשוט פארגעסן צו באטאנען דעם ענין, און יא, אסאך חבד'סקע גייען מיט ליינונגס, - און נישט דוקא די געווארענע - אדער וויסן זיי נישט די סיבה פארוואס מ'גייט נישט קיין עטרה, אדער אינטערסירט עס זיי נישט.
קנאי, קודם לייען דעם גאנצן אשכול, דערנאך צייכן צו.איך האב געשריבן אט דיינע ווערטער. אבער לויט דיר איז שווער, פארוואס גייען די באבוב'ע שבת מיט א פיר עקיגער?
סאכדעס: עס איז מיר אינטערעסאנט צו הערען וואס די זאגסט, איך האב געפרעגט א שיינע פאר עלטערע אידען, אין די וואס האבען מיר גענטפערט האבען געזאגט אז אינדערהיים האט זיך די רבי נישט געפירט כמעט גארנישט וואו אין סיגעט, אין אלע וואס האבען גענטפערט האבען געזאגט אז אינדערהיים האט די רבי געהאט צוויי טלתים איינס פאר שבת אין איינס פאר אינדערוואכען אין ביידע זענען געווער רינדעכיגע, סיי ר' עזריאל אין סיי ר' יחזקאל גליק האבען אזוי גענטפערט, אבער נאך די מלחמה האבען שוין א סך געוויסט צו זאגען אז די רבי האט נאר געהאט איין טלית ביז ווען מען האט מפנה געוועון די רביצען'ס טאטע, דעמאלטס האט די רבי געגעבען זיין טלית פאר ר' יחזקאל שמש, מפנה צו זיין, האט די רביצען געקויפט א נייע טלית, אין ווען די מטה איז אנגעקימען קיין אמעריקא, האט ר' יחקאל שמש געקויפט א נייע טלית פארען רבין אין געבעטען אז ער וויל האלטען די טלית וואס די רבי האט געגעבען פארען מפנה זיין פאר זיך אין ער וועט געבען פארען רבין א נייע, אין פארשטייט זיך ער וועט באערדיגען דעם שווער מיט א אנדערע טלית, איז אויסגעקימען אז מען האט געהאט צוויי טלתים, אין הערש דעמאלטס האט די רבי געהאט א עקסטעקע טלית פאר שבת, (עטליכע אידען האבען דאס באשטעטיגט) איז מיר זייער אינטערעסאנט פין וואו דיין מקור איז.
אין לגבי דעם מנחת יצחק, האב איך טאקע געהערט נאכזאגען פין ר' ישעי' גאלד ז"ל (פין די טרימינג סטאר, קראלע רב'ס טאטע) אז די סיבה פארוואס דער ייטב לב האט נישט געוואלט אנטוען קיין געפלאכטענע עטרה איז געווען וועגען די סיבה ער האט חושש געווען פאר שעטנז.
וואו אויך איז כדאי צו באמערקען אז עס איז מעגליך אז די ארגינעלע עטרה איז קייין איינע פין די אויבענדערמאנטע, נאר וואס דען עס האט מיר דערציילט א אינגערמאן אז דער ליזענסקער רבי פין מאנסי, האט אין זיינע אוצרות אן אלטע טלית מיוחס צו איינע פין די ארגינעלע תלמידי בעל שם, דער אינגערמאן האט נישט געדענקט קלאר וועלכע, אין די עטרה איז געווען אזוי וואו האלבע רינגעלעך עס האט טאקע אויסגעזעהן ענליך צו א געפלאכטענע פין די ווייטענס אבער פין א ביסעל נענטער ענדעלט עס אינגאנצען נישט, און כדאי לשבר את האוזן, די האלבע רינגעלעך זענען געווען ארויפגעלייגט וואו לאמיר זאגען ביעטס, (די פין וואס די קינדער מאכען קייטלעך,) אין די היינטיגע זענען דאך מער טרימינג עטרות, מען מאכט א פאדעם אין מען פלעכט עס ארים, א שטאטס מען זאל זיך ארום שפילען מיט קליינע האלבע רינגעלעך ארויפנייען יעדע עקסטער האט מען געמאכט איין דיקע פאדעם אין דעס פלעכט מען ארום, מילא איז מעגליך אז די ארגינעלע איז טאקע געווען אן קיין טרימינג, מילא האט מען נישט חושש געווען אז עס איז געמאכט פין לען'ענע פאדעם, אבער שפעטער ווען מען האט עס געטוישט צו טרימינג עטרות האט דער ייטב לב נישט געוואלט מיטשפילען.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.