בןהרחמן האט געשריבן:
קוקענדיג אביסל אין ספרים איבער דעם ענין פון די עטרות האב איך געזעהן אז די שיינע אידן וואס האבן אן עטרה אינמיטן טלית אויפן רוקן האט אויך א מקור להלכה, ווייל איינע פון די סיבות פון די חולקים אויפן עטרה איז ווייל דאן זעהט אויס אז דער עיקר טלית איז דער חלק פונעם קאפ און באמת איז דער עיקר טלית צוצודעקן דעם גאנצן גוף, ממילא ווען מען לייגט אויך אן עטרה אויפן רוקן האט מען ביידע זאכן סיי מען האט דעם ענין אז דער טלית זאל אייביג זיין אויפן זעלבן אופן די קאפ אויפן קאפ און די פון אונטן זאל אייביג זיין פון אונטן, און מען ווייזט אויך א חשיבות פארן חלק טלית וואס באדעקט דעם גוף וואס דאס איז די מצות טלית, עי' בערוך השולחן הל' ציצית סי' ח', וארצות החיים להמלבי"ם סי' ח' (לב הארץ אות ד').
כ'האב אמאל בצחות צוגעשטעלט א גמ' ווי מ'טרעפט אז מען באצירט א טלית אין דערמיט. אין בבא מציעא דף ז' ע"א: אמר רבא אם היתה טלית מוזהבות חולקין. פשיטא? ענטפערט די גמ' לא צריכי דקאי דהבא בי מצעי - דאס מיינט אז די גאלדענע באצירונג אויפן טלית איז אין דערמיט... זעה מיר לכאו' בפירוש אז מ'האט אזוי געטוהן שוין בימי חז"ל...
מיללערהאט געשריבן:↑זונטאג אקטאבער 26, 2008 11:58 am
א שיינע הערה ר' מטות, עס איז בכלל אינטערעסאנט צו הערן די מקורות פון זילבערנע עטרות למיניהם, צו די דריי-עקיגע וואס מ'זעהט אין סאטמאר, אדער די געפלאכטענע ביי חסידי זידיטשוב ועוד, אויך איז פארהאן די געקעסטעלטע וואס טייל רופען עס די 'סיגוט'ע עטרה' וואס מרן הברך משה זצ"ל פלעגט טראגן אינדערוואכן.
[איך פיר עס אריבער אינעם ידיעות התורה אשכול והכל על מקומו יבוא בשלום]
די דרייעקיגע פון סאטמאר איז פריטי סימפל, געזעהן האבעכעס ערגעץ אין אן אינטערוויו מיט פארקאש טליתים, מתחילה איז עס געווען אינעם פארעם פון א קרוין וואס באלאנגט שמעלער אינטן און ברייטער אויבן און במשך הזמן איז עס געווארן אזא כמו רינדעכיגע דרייעק. איי פארוואס קרוינען? וואס דען איז אן עטרה? אגב, אויב וויל מען זיין יעקיש אז סזאל ממש פיטן קען מען נעמען באקסעדיגע, סאיז בפשטות נישט קיין נפק”מ.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מביןהאט געשריבן:↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
צוליב די רייכקייט פון דער נושא מאך איך אן אויסנאם און איך נעם ארויס מיין פעדער פון טאש.
א חלק איז שוין געשריבן, אבער איך נעם עס צוזאמען כדי שירוץ הקורא.
מקור פון עטרות אויף א טלית גדול, איז כמבואר על פי הפוסקים אז ס'איז א קפידא נישט צו איבערדרייען דעם טלית אויף אן אופן אז ס'וועט זיך טוישן פון קאפ צו אונטן וועגן קרש שזכה במערב (א בחינה פון מעלין בקודש ואין מורידין), און ממילא לייגט מען א סימן פון משי, כדי צו זיכערמאכן אז קאפ בלייבט קאפ און פוס בלייבט פוס. צוביסלעך האבן די עשירים אנגעפאנגען איינהאנדלען זילבערנע עטרות און ס'איז געווארן א חשוב בגד לרבנים וכו' ביז ס'איז נתפשט געווארן פאר פשוט'ע מענטשן אויך.
און אפילו דער מג"א ברענגט פון אריז"ל אז ער האט בכלל נישט מקפיד געווען נישט צו טוישן פון אויבן אראפ (און צוליב דעם האבן די מקובלים נישט געלייגט קיין עטרה), זענען די חסידים על פי רוב יא געגאנגען מיט אן עטרה, זעט אויס אז זיי האבן גענוצט דעם אריז"ל לחומרא און נישט לקולא (עיין ערך שניידן נעגל כסדרן).
די עטרה פלעגט זיין געפלאכטן, און היות מ'קען נאר פלעכטן אויף א באזע, האט מען גענוצט קאנוואס (קנבוס בל' חז"ל).
מעשה שהיה בימי הגאון ר' שלמה קלוגער והרה"ק ר' מאיר מפרימישלאן אז מ'האט געכאפט אז די זילבער ווערט ארויפגעפלאכטן אויף פשתן און ס'ווערט א שאלה פון שעטנז. און טראץ אז ס'איז דא א הפסק פון משי, און די פשתן ווערט נישט צוזאמגענייעט מיט די צמר, דאך האבן אסאך פארשטאנען אז ס'איז צייט אינגאנצן אויפצוהערן מיט די געפלאכטענע, כדי אז ס'זאל זיך נישט מאכן נאכאמאל אזא שאלה.
דער הייליגער דברי חיים זצ"ל האט אנגעטון פיר עקיגע קנעפלאך און דער ייטב לב זצ"ל דריי-עקיגע, און צוליב דעם גייט מען אין באבוב מיט פיר עקן און אין סאטמאר מיט דריי. דער עצי חיים זצ"ל האט באקומען פון זיין שווער הרה"ק מהרש"א מראצפערט זצ"ל א פיר עקיגע כמנהג צאנז, און ממילא האט ער מפשר געווען און געטראגן דעם פיר עקיגן אינדערוואכן. אזויווי דער ברך משה זצ"ל איז געווען א זון פון עצי חיים און ער האט ממשיך געווען כמנהג אבותיו כנ"ל, ממילא האט מען גערופן דעם פיר עקיגן אין סאטמאר, א סיגעטע עטרה.
כן הוא לפי זכרוני מימי ילדותי (ל' יארן).
אבער איינער האט דא געשריבן אז הגה"ק בעל דברי יואל זצ"ל איז אויך געגאנגען מיט א פיר עקיגע, וואלט איך געבעטן ווער עס קען וועריפייען. אזוי אויך ווער ס'קען צוצייכענען (בעסער: לינקן) די תשובות פון יענע צייטן וועגן די שעטנז.