קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער מבין »

אקעי, פאר די אלע וואס ווילן פארשטיין אביסל מער די היסטורי':

(איך וועל פרובירן צו ברענגען נאר פאקטן אויב מעגליך און די קענסט מאכן דיינע אייגענע החלטות וועמען צו גלייבן און וואס צו טראכטן, כאטש איך ווייס אז ס'וועט נישט שמעקן פאר טייל דא וואס פלאפלען נאך בלינדערהייט וואס די בריטישע מידיע פארקויפט אן נאכקוקן אביסל די פאקטן)

לאממיר צוריקגיין מיט עטליכע צענדליגע יארן... (די פירהאנג עפנט זיך אויף)

קעניגן עליזאבעט איז שוין געווען קעניגן פאר א שיינע פאר יאר. די רויעל פאמיליע איז דאן געווען באקאנט אבער נישט דווקא באליבט ביים פאלק. דער עולם האט שטארק רעספעקטירט זייער קעניגן אבער זיי זענען נישט געווען עכט רעלעוואנט צום המון עם.

און דא איז די קרוין פרינץ טשארלס, אונזער יעצטיגע קעניג, אינטערגעוואקסן . ווי מ'זאגט ביי אונז ער איז געווען נישט קיין שיינער און נישט קיין פיינער. איז טראץ וואס יעדער האט געוויסט אז זיין ווייב וועט זיין די צוקונפטיגע קעניגן (און אפשר טאקע וועגן דעם) איז אים נישט געגאנגען אזוי גרינג א שידוך... ער האט דאן געוואלט חתונה האבן מיט זיין יעצטיגע ווייב קאמילא אבער האט נישט געקענט וויבאלד זי איז געווען א גרושה (וואס איז דאן נאך געווען אסור לויט זייערע געזעצן).

טשארלס איז דאן געווארן אנגעטראגן פאר דייאנא'ס עלטערע שוועסטער וואס איז געווען פון א נאבעלער פאמיליע אבער ווען ער האט באמערקט איר אינגערע שוועסטער לעידי דייאנא האט ער געוואלט ענדערש איר.

דייאנא איז געווען פינקט פארקערט ווי טשארלס: זי איז געווען גאר א שיינער און גאר א פיינער (און אויך זייער אינג), אזויווי זי איז אויך נישט געקומען פון זייער א סטאבילע שטוב האט זי אנהייב זיך געפרייט צום שידוך.

שוין, מ'האט חתונה געהאט און דא איז עפעס געשעהן וואס האט נישט עקזיסטירט ביז דאן, די מידיא און די המון עם זענען משוגע געווארן פאר דייאנא אויף א ביז דאן אומדערהערטע אופן. זי האט געהאט אסאך חן, געוויסט וויאזוי צו קאנעקטן צום עולם, פלעגט ארומגיין און זיך אראפגעלאזט צו העלפן די ארעמע און די נויטבאדערפיגע... בקיצור, זי איז געווען גאר שטארק באליבט ביים פאלק און איבער די וועלט.

דאס האט געפירט אז די מידיא איז געווען פארנימען מיט איר נאן סטאפ, זי איז געווען די "PEOPLE"S PRINCESS" (די עולם האט דאך געוואלט הערן פון איר) און איר ממש גע'רודפ'ט. ווי אויך האט עס, ווי פארשטענדליך, ארויסגעברענגט א שטארקע קנאה בייי געוויסע אנדערע מעמבערס פון די רויעל פאמיליע וואס האבן זיך געשפירט באדראעט אז זיי זענען נישט אזוי פאפולער.

אן אריינגיין און צופיל דעטאלן, האט די שלום בית נישט געטויגט און זיי האבן זיך צום סוף גע'גט. און די זעלבע יאר האט זיין ברודער אנדרוי זיך אויך גע'גט פון זיין ווייב.

די רויעל פאמיליע איז דאן פארשוועמט געווארן מיט נעגאטיווע פובליסיטי און די FIRM ווי מ'רופט זיי (די וואס האבן די עכטע מאכט אונטערן טראן) האבן געזעהן אז די אלטע מהלך פון נישט ארבעטן מיט די מידיא וועט זיי אוועקלייגן די גאנצע מלוכה (ספעציעל דערפאר וואס רוב עולם האט געהאלטן מיט דייאנא).

זיי האבן דאן געמאכט א שטיקל יד אחת מיט די מידיא און זיי אנגעהויבן צו פיטערן אינפארמאציע און "פארלעסליכע" געשיכטעס לויט זייער אינטערעסן.

יעצט לאממיר אריבערגיין צו די צוויי פרינצען וויליעם און הערי.

ווי פארשטענדליך, טראץ וואס זיי זענען געווען פרינצן, האבן זיי ביידע נישט געלעקט קיין האניג.

וויליעם איז די צוקונפטיגע קעניג און אים האט מען געדארפט פראטעקטן אויף אלע קאסטן. ער איז גאנץ א פיינער, עכ''פ אזוי שטעלט אים די מידיא פאר, אבער ווי ס'שטעלט זיך לעצטנס ארויס ראט ער אויך אביסל אינעם טאטן... הערי, די אינגערע פרינץ, איז אויפגעוואקסן וויסנדיג אז ער איז די ספעיר (יא, די נאמען פון זיין ביך. און פאר די שרייסט נעם און אכט אז קיינער האט נאכנישט געלייקנט די פאקט. ווי אויך גיי קוק נאך וואס מ'האט געטוהן צו טשארלס שוועסטער פרינצעס אננה אין די אינגערע יארן). ער איז אויך אינגאנצן געראטן אין די מאמע און האט באקומען איר נאטורליכע חן.

איז יא, כאטש וואס וויליעם איז געווען די חשוב'ערע איז הערי אבער געווען אסאך מער באליבט און פאפולער ביים פאלק.

דאס איז געווען א פראבלעם פאר די מלוכה וויבאלד וויליעם איז דאך די צוקונפטיגע קעניג. האט מען געדארפט אראפמאלן (געדענק זיי ארבעטן דאך מיט די מידיא) הערי ווי א ווילדער אינג (וואס ער איז טיילמאל טאקע געווען) וואס לעבט פאר שוואולטאג און איז זיכער נישט פאסיג צו זיין קעניג כאטש וואס ער איז באליבט ביים פאלק.

אינציווישן איז זייער מאמע דייאנא גע'הרג'עט געווארן "פונקט" אין די ריכטיגע מינוט אז ס'זאל זיין גוט פאר די מלוכה...

הערי איז פון אייביג אן געווען מער סענסיטיוו, ווי אויך אינגער ווי וויליעם און עס האט אים גאר שטארק אפעקטירט. און ער האט זיך טאקע אויפגעפירט גאנץ ווילד ביז ער איז געגאנגען און מיליטער און זיך געשטעלט אויף די פיס.

אן אריינגיין און אלע דעטאלן (ס'ווערט שוין צו לאנג...), ווען זייער טאטע האט חתונה געהאט צו קאמילא האט טשארלס און קאמילא געארבעט זייער שווער אויף זייער PR נישט אויסצוזעהן אזוי שלעכט און ווערן מער באליבט פאר'ן המון עם.

האבן זיי אנגעהויבן צו פיטערן מעשיות צו די מידיא אפילו קעגן זייער אייגענע קינדער, ספעציעל הערי, כדי צו פארוואסערע'ן אנדערע מעשיות אדער צו זיך מאכן אויסזעהן בעסער.

דאס אז די מידיא האט א ספעציפישע פלאץ וואס מיז אנגעפילט ווערן מיט נייעס פון די רויעל פאמיליע און אז מ'וויל נישט אז איין זאך זאל ווערן באריכטעט, פיטערט מען זיי א אנדערע מעשה, איז איינע פון די עיקר זאכן וואס הערי האט אויפגעדעקט און זיין ביך און אויף טעלעוויזיע וואס האט אזוי שטארק אויפגערעגט די רויעל פאמיליע. און די מידיא אליינס לייקנט עס אויך נישט דערפאר גלייב איך אז ס'אמת.

וויליעם און הערי, די צוויי ברידערס, האבן זיך אמאל אויסגעקומען און אמאל נישט, ווי נארמאלע ברידערס. זיי האבן אבער געהאט אן אפמאך ציווישן זיך אז זיי וועלן קיינמאל נישט ארבעטן מיט די מידיא קעגן איינער די אנדערן אזויווי זייער טאטע האט געטוהן צו זיי.

שוין, וויליעם האט חתונה געהאט און ער מיט זיין ווייב זענען געווארן מער פאפולער ביים פאלק. ס'האט נישט גענומען לאנג און מ'האט איר אויך גע'רודפ'ט אין די מידיא וויבאלד קאמילא האט עס נישט אויסגעהאלטן... אבער ס'האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג ווייל די מלוכה דארף דאך האבן אז מ'זאל גלייכן די צוויי.

אין דא איז הערי ענדליך א חתן געווארן. צו אן אמעריקאנער, אן אקטיאר, א גרושה און פין א געמישטע אפשטאם. זיי האבן זיך מן הסתם גערעכנט אז די עולם גייט איר סייווי נישט גלייכן האבן זיי נישט מורא געהאט פון איר אנהייב ( אז די קוקסט צוריק וועסטו זעהן גאנץ פאזיטיווע דעקונג פון אנהייב).

אבער למעשה האט זיך ארויסעשטעלט אז זי ראט און די שוויגער דייאנא און צוזאמען מיט די פאקט אז הערי איז סתם אזוי געעוען א WAR HERO און שטארק באליבט ביים פאלק, האבן זיי אנגעהויבן צו ווערן "צו" פאפולער פאר די מאנארכיע.

איין זאך האט געפירט צום צווייטן, אונקלודינג דאס אז וויליעם האט צובראכן זייער אפמאך און ארויסגעלאזט א מעשה קעגן אים און זיין ווייב פאר די מידיא (ווען הערי האט אים פארגעהאלטן האט ער זיך פארענטפערט אז אזוי ארבעט עס...) און הערי האט זיך געטראפן אין א מצב (צו ס'גערעכט צו נישט עכ''פ אזוי האט ער געפילט) אז זיי קענען נישט בלייבן אזוי שטארק אין די צענטער פון זאכן אויב ער וויל נישט אז ס'זאל געשעהן מיט זיי וואס איז געשעהן מיט זיין מאמע...

ס'געווען פיל פלענער אז זיי זאלן דינען די מלוכה און אפריקע אדער קאנאדע און לאזן וויליעם און זיין ווייב קעיט האבן די אטענשן און לאנד, אבער געוויסע אונטערן טראן האבן דאס נישט געוואלט און זיי געוואלט איגאנצן פארטרייבן.

איז געשעהן וואס ס'איז געשעהן.

שפעטער האט הערי געפילט אז ער וויל דערציילן זיין זייט פון די מעשה וויבאלד ער איז סייווי אינדערויסן (וואס כאטש איך פארשטיי אים, האלט איך אויך איז נישט גערעכט), וואס האט שטארק פארשמוצט די רויעל פאמיליע מיט'ן אויפדעקן סודות פון חדר ווי מ'זאגט.

ווילסט עס בלעימען אויף זיין ווייב געזינטערהייט אבער איך מיין אז ס'איז אביסל מער קאמפליצירט ווי דעם.

אגב, פאר די קרוינונג האט ער גערעדט צו זיין טאטע, דער קעניג, און זיך אויסגעקומען מיט אים (עפעס וואס די מידיא האט כמעט נישט בארוכטעט) וואס די פלאן איז אז ס'זאל ארבעטן פאר ביידע פון זיי. אבער די ברידער וויליעם בלאזט נאך און האט נאכנישט געוואלט רעדן מיט אים...

שוין. דאס איז די מעשה ווי מ'האלט יעצט (איך האב געדארפט אויסלאזן אסאך פון די מעשה ווייל ווען נישט איז עס נאך לענגער...) בקיצור.

יעצט וועט זיין 15 מינוט אינטערמישן...
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

שכח @חסידישע מבין פון מיין זייט קענסטו מאריך זיין מיט די נעקסטע סצענע
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
זאגזשע
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 19, 2020 7:36 pm

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאגזשע »

חסידישער מבין האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 11:59 am
אקעי, פאר די אלע וואס ווילן פארשטיין אביסל מער די היסטורי':

מבין
דיין באריכט באבעלט פשוט נאך זיין בוך, וואס איז נישט באשטעטיגט דורך עני עווידענס.
ויאמר וידבר.

ער איז פשוט מקנה זיין ברודער. אלס חסידישע מבין גלייב איך אז די פארשטייסט צו בנשק'לעך. אזוי גייט עס ביי די וואס נעמען נישט איבער.

איך האב נישט קיין טענות אז ער אט פארלאזט די מליכה. אבער מען דארף נישט קויפן יעדער לאקש וואס ער פארקויפן פאר נעטפליקס (פאר 100 מיליון דולר).
טרעבא טרעבא זנאטי יאק גוליאטי, טרעבא טרעבא זנאטייאק ברעכאטי. אוי חשבון צדק אטדאוואטי, פערעד פאנאם כאזיאינאם אטוועטשאטי. א מי פיעם, דא פיעם דא מי גולאיעם, און מיר טרינקען יין אזוי ווי מים, און מיר זאגן אלע צוזאמען לחיים, ואתה תשמע מן השמים
חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער מבין »

מי כעמך האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 12:36 pm
שכח @חסידישע מבין פון מיין זייט קענסטו מאריך זיין מיט די נעקסטע סצענע
א דאנק פאר די און פאר אלע וואס האבן געלייקט!

ס'איז נישט דא צופיל צוצולייגן פריש חוץ אויב מ'וויל צוריקגיין און פארברייטערן מער אויף געוויסע געשעענישן.

איין זאך וואלט איך יא צוגעלייגט איז אז ס'איז אינטערעסאנט צו באטראכטן וואס האט פאסירט מיט PRINCESS ANNE די PRINCESS ROYAL.

זי האט זיך אויך גע'גט פון איר ערשטע מאן מיט אפאר יאר פאר טשארלס און ענדריו, כאטש וואס זי האט שפעטער נאכאמאל חתונה געהאט. איר צוויי קינדער טראגן נישט קיין קעניגליכע טוטלען כאטש וואס זיי זענען אויך אייניקלעך פון די קעניגן. בכלל האט זי זיי געהאלטן אוועק פון די מידיא, זיי ארבעטן נישט פאר די מלוכה אבער מיט דעם אלעם האלטן זיי זיך גאנץ נאנט מיט זייער מער באקאנטע קוזינס. זי איז אויך געווען היבש באזייטיגט דורך די מידיא און אירע אינגערע יארן טראץ דעם וואס מ'זאגט אז זי ראט שטארק אין די מאמע (אדער אפשר טאקע וועגן דעם). זי איז נאר לעצטנס געווארן מער פאפולער ווען טשארלס האט פארעפנטליך ווי נאנט זיי זענען און ווי שטארק זי העלפט אים ארויס אינטער די קוליסן. ער האט איר טאקע געגבן א ספעציעלע ראלע ביי די קרוינונג צעראמאניע און זי איז געריטן פאראויס אויף א פערד אויפן וועג צוריק צום פאלאץ.

יעצט דארף מען ווארטן צו זעהן וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסשפילן ווייטער...

די מציאות יעצט איז אז די אינגערע דור איז ווייט נישט אזוי אנטציקט פונם מאנארכיע און די רויעל פאמיליע ווי די עלטערע דור איז. אויך איז קעניג טשארלס ווייט נישט אזוי פאפולער ביים פאלק ווי זיין מאמע איז געווען. ס'העלפט אויך נישט צו אז די קעניגן קאמילא איז די ווייניגסטע ארויפגעקוקטע מעמבער פון די רויעל פאמיליע ביי פאר.

דאס האט זיך שטארק ארויסגעוויזן טאקע יעצט ביי די קרוינינג ווען פיל ווייניגער האבן מיטגעהאלטן די קרויניג ווי די וואס האבן מיטגעהאלטן די לווי' פונם קעניגן מיט עטליכע חדשים צוריק.
נאך אן אינטערעסאנטע פאקט איז אז ווען ס'געווען די קעניגן'ס DIAMON JUBILEE נישט לאנג צוריק האט די רעגירונג באקומען 2 מיליאן פארלאנגען פאר א פערמיט צו קענען אפשפארן א גאס און פראווענען לכבוד די קעניגן. יעצט ביי די קרוינינג האבן זיי באקומען א קארגע 600 רעקוועסטס פאר פערמיטס...

די פאקט איז אויך אז אפילו די וואס גלייכן יא די מלוכה קוקן אן קעניג טשארלס אלץ א ציייטוויליגע זאך און ווארטן צו זעהן וויליעם אויפן טראן.

די פראבלעם איז אבער אז דערווייל איז נאכנישט עכט געלונגען סיי פאר טשאלרס און סיי פאר וויליעם און קעיט צו אויפהייטערן און באמת קאנעקטן מיט די אינגערע דור - עפעס וואס הערי מיט זיין ווייב האבן יא געקענט און וואלטן געקענט עכט ארויסהעלפן דערמיט. ווען זיי פרעגן ווען מיך וואלטן זיי געדארפט אויסניצן הערי מיט זיין ווייב ביזן לעצטן טראפ. אבער שוין זיי האבן מיך נישט געפרעגט איז וועט מען דארפן ווארטן צו זעהן וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן...
חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער מבין »

זאגזשע האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 1:28 pm
חסידישער מבין האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 11:59 am
אקעי, פאר די אלע וואס ווילן פארשטיין אביסל מער די היסטורי':

מבין
דיין באריכט באבעלט פשוט נאך זיין בוך, וואס איז נישט באשטעטיגט דורך עני עווידענס.
ויאמר וידבר.

ער איז פשוט מקנה זיין ברודער. אלס חסידישע מבין גלייב איך אז די פארשטייסט צו בנשק'לעך. אזוי גייט עס ביי די וואס נעמען נישט איבער.

איך האב נישט קיין טענות אז ער אט פארלאזט די מליכה. אבער מען דארף נישט קויפן יעדער לאקש וואס ער פארקויפן פאר נעטפליקס (פאר 100 מיליון דולר).
איך הער, און ס'קען זיין. איך זאג בכלל נישט אז ער איז אזא צדיק'ל.

גראדע די פאקטן וואס איך ברענג נאך זענען יא באשטעטיגט געווארן דורך דערויסנדיגע מענטשן. צו פון די מידיא אליין צו פון אנדערע פלעצער.

טאקע דערפאר האב איך אויסגעלאזט אירע טענות פון ראסיזם א.ד.ג., זיינע טענות אויף זיין ברידער וכ' וכ'. ווייל גיי ווייס וואס איז אמת.

אבער די היסטורי' איבער זיין מאמע און וואס האט זיך אפגעשפילט דא איז דאס וואס טייל פארשער האלטן אדער פון די וואס האבן געקענט די מעשה פון דערנאנט, וואס איך האב נאכגעברענגט.
קענסט דיך דינגען און קענסט האלטן אנדערש ווייל איך גלייב אז ס'איז דא וואס האלטן אנדערש ווען ס'קומט צו געוויסע זאכן.
עילוי נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 28, 2021 4:28 pm

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עילוי נפלא »

איז דא א קלארע הגדרה פאר "פאפולער" "נישט פאפולער"?
חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער מבין »

עילוי נפלא האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:22 pm
איז דא א קלארע הגדרה פאר "פאפולער" "נישט פאפולער"?
ס'איז דא אזא סארט רעיטינג סיסטעם וואס די מידיא האלט פונקט ווי ביי אונזער פרעזידענטן.
איך קען דיך נישט זאגן פינקטליך אויף וואס ס'איז באזירט (מ'קען עס נאכקוקן) אבער טייל פון עס האט צו טוהן מיט טרענדס וואס זיי זעען.

למשל, פרינצעס קעיט, וויליעם'ס ווייב איז פון די מערסטע פאפולער. ווי נאר זי טראגט סיי וואס (און היינט אירע קינדער אויך) ווערט עס גלייך אויספארקויפט און די געשעפטן. צו דאס וואס זיי טראגן צו עפעס ענליך. דאס האט אויך א גרויסע עפעקט אויף די עקאנאמיע. גלייך נאך הערי איז א חתן געווארן האט מען געזעהן די זעלבע עפעקט מיט זיין דעמאלטסדיגע כלה (היינט שוין נישט אזוי שטארק) וכו

ווען הערי און זיין וויב האבן באזיכט געוויסע פלעצער, ספעציעל אין אפריקע זענען זיי געווארן אסאך ווארעמער אויפגענומען און אויפגעטוהן מער ווי וויליעם אין זיין ווייב אפאר חדשים שפעטער א.א.וו.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22792
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

מעגסט שרייבן וואס עס פאלט דיר איין, אבער שרייב נישט אז דו ברענגסט נאר פאקטן. עס איז שטארק קענטיג אז איר האט נישט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען פון די נאנט ווען זיי האבן זיך טאקע אפגעשפילט, און איר זאגט נאך פון וואס געוויסע מידיע קאמפעניס פארקויפן. איך פארשטיי אז דו ביסט אלץ געווען אויף זייער זייט, אבער צו זאגן אז הערי ומשפחתו זענען געווען באליבט און געווארן "צו פאפולער" און זיי האבן מורא אז זי גייט ענדיגן ווי דייענע איז שוין פשוט ליגנט.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3785
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

סטיטשינער האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 7:40 am
מעגסט שרייבן וואס עס פאלט דיר איין, אבער שרייב נישט אז דו ברענגסט נאר פאקטן. עס איז שטארק קענטיג אז איר האט נישט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען פון די נאנט ווען זיי האבן זיך טאקע אפגעשפילט, און איר זאגט נאך פון וואס געוויסע מידיע קאמפעניס פארקויפן. איך פארשטיי אז דו ביסט אלץ געווען אויף זייער זייט, אבער צו זאגן אז הערי ומשפחתו זענען געווען באליבט און געווארן "צו פאפולער" און זיי האבן מורא אז זי גייט ענדיגן ווי דייענע איז שוין פשוט ליגנט.
איך בין מיט @חסידישע מבין, געדענק אויך אזוי
אפילו יעץ רעדן זיי מיט גרויס קנאה, אז ס'עקלט
ולמ[לש]ינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

למעשה ווען סקומט אראפ צו געלט, באקומט נאך הערי געלט פון די מלוכה?
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע:גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

אזוי ווי אסאך האבן דא ארומגערעדט איבער די ענין פון מלכות און קעניגטום, וויל איך צוצייכענען א תגובה וואס כ'האב געשריבן איבער די ענין, אין אן אנדער אשכול
viewtopic.php?p=4298747#p4298747
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3943
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

Jhon האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 10:30 am
סטיטשינער האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 7:40 am
מעגסט שרייבן וואס עס פאלט דיר איין, אבער שרייב נישט אז דו ברענגסט נאר פאקטן. עס איז שטארק קענטיג אז איר האט נישט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען פון די נאנט ווען זיי האבן זיך טאקע אפגעשפילט, און איר זאגט נאך פון וואס געוויסע מידיע קאמפעניס פארקויפן. איך פארשטיי אז דו ביסט אלץ געווען אויף זייער זייט, אבער צו זאגן אז הערי ומשפחתו זענען געווען באליבט און געווארן "צו פאפולער" און זיי האבן מורא אז זי גייט ענדיגן ווי דייענע איז שוין פשוט ליגנט.
איך בין מיט @חסידישע מבין, געדענק אויך אזוי
אפילו יעץ רעדן זיי מיט גרויס קנאה, אז ס'עקלט
זיי זענען געווען אין יענע צייט פאפולער אין אמעריקא, ווייל זי איז פון א צופראסקעטע אפשטאם און עס מעטשט די נערעטיוו פון די אמעריקאנער מידיא, אין ענגלאנד איז זי נישט געווען פאפולער.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

לויט ווי אזוי כאב לעצטנס געליינט, קאסט בערך הונדערט מיליאן פונט א יאר צו אויפהאלטן די קעניגליכע פאמיליע, אבער פון די אנדערע זייט, ברענגט עס אריין איבער פיר ביליאן פונט א יאר פון טוריסטן וואס קומען קוקן די אלע צערעמאניעס. מאכטס אליינס די חשבון.....

בדרך אגב, די ראיעל פעמילי צאלט טעקס אויף זייערע פארדינסטן פונקט ווי יעדער איינער, און עס קומט אויס צו עטליכע מיליאן פונט א יאר, סא א חלק פון די קאסטן צאלן זיי במילא אליינס, ווייל עס איז טעקס פעיארס מאני....
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

חסידישער מבין האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:37 pm
עילוי נפלא האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:22 pm
איז דא א קלארע הגדרה פאר "פאפולער" "נישט פאפולער"?
ס'איז דא אזא סארט רעיטינג סיסטעם וואס די מידיא האלט פונקט ווי ביי אונזער פרעזידענטן.
איך קען דיך נישט זאגן פינקטליך אויף וואס ס'איז באזירט (מ'קען עס נאכקוקן) אבער טייל פון עס האט צו טוהן מיט טרענדס וואס זיי זעען.

למשל, פרינצעס קעיט, וויליעם'ס ווייב איז פון די מערסטע פאפולער. ווי נאר זי טראגט סיי וואס (און היינט אירע קינדער אויך) ווערט עס גלייך אויספארקויפט און די געשעפטן. צו דאס וואס זיי טראגן צו עפעס ענליך. דאס האט אויך א גרויסע עפעקט אויף די עקאנאמיע. גלייך נאך הערי איז א חתן געווארן האט מען געזעהן די זעלבע עפעקט מיט זיין דעמאלטסדיגע כלה (היינט שוין נישט אזוי שטארק) וכו

ווען הערי און זיין וויב האבן באזיכט געוויסע פלעצער, ספעציעל אין אפריקעזענען זיי געווארן אסאך ווארעמער אויפגענומען און אויפגעטוהן מער ווי וויליעם אין זיין ווייב אפאר חדשים שפעטער א.א.וו.
נו אוודאי אזוי, איר מאמע איז דאך אן אפריקאנער....
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

אונטערסאנט איז אויכעט, אז בשעת הערי מיט זיין ווייב האבן נאך געוואוינט דא, האבן זיי יעדע פאר חדשים געזוכט נייע איינגעשטעלטע, און נאכדעם וואס זיי האבן אוועקגעמופט צו אמעריקע, האבן אנגעהויבן ארויסצוקומען מעשיות פון מענטשן וואס האבן געארבעט דארט, און אלס איז שוין געווארן פארענטפערט פארוואס זיי האבן יעדע פאר חדשים געזוכט פרישע ארבעטערס, ווייל זי איז א שווערע בחורטע, פלעגט שנעל ווערן אויפגערעגט און צוהיצט, בקיצור, זי ליידט אויף, ADHD, APBS, GPS, BAHAMA.... וכו', און איך דארף נאך גלייבן אירע לגיונות און באשולדינונגען, זי איז א פשוטע אומפארגינער און א שקרן, און אויך א שווערע מענטש.
אוועטאר
יעך פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:19 am
לאקאציע:אין הימעל

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך פארשטיי »

קארן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 8:29 am
אונטערסאנט איז אויכעט, אז בשעת הערי מיט זיין ווייב האבן נאך געוואוינט דא, האבן זיי יעדע פאר חדשים געזוכט נייע איינגעשטעלטע, און נאכדעם וואס זיי האבן אוועקגעמופט צו אמעריקע, האבן אנגעהויבן ארויסצוקומען מעשיות פון מענטשן וואס האבן געארבעט דארט, און אלס איז שוין געווארן פארענטפערט פארוואס זיי האבן יעדע פאר חדשים געזוכט פרישע ארבעטערס, ווייל זי איז א שווערע בחורטע, פלעגט שנעל ווערן אויפגערעגט און צוהיצט, בקיצור, זי ליידט אויף, ADHD, APBS, GPS, BAHAMA.... וכו', און איך דארף נאך גלייבן אירע לגיונות און באשולדינונגען, זי איז א פשוטע אומפארגינער און א שקרן, און אויך א שווערע מענטש.
אסאך פון אירע סימטמס זענען גלייך צו די סימטאמס פון PD - PERSONAL DISORDER

ווי למשל נישט לאזן הערי זיין מיט די משפחה פארקויפן מעשיות קעגען זיי (און די זעלבע צייט שפילן וויקטים) וכו'
דברי יואל הצלה האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 8:31 pm
יעצט האב איך געכאפט הא הא נישט נארמאל יעצט מעק אויס די תגובה ווי די מאכסט חוזק פון מיר איך שעהם זיך
חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער מבין »

סטיטשינער האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 7:40 am
מעגסט שרייבן וואס עס פאלט דיר איין, אבער שרייב נישט אז דו ברענגסט נאר פאקטן. עס איז שטארק קענטיג אז איר האט נישט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען פון די נאנט ווען זיי האבן זיך טאקע אפגעשפילט, און איר זאגט נאך פון וואס געוויסע מידיע קאמפעניס פארקויפן. איך פארשטיי אז דו ביסט אלץ געווען אויף זייער זייט, אבער צו זאגן אז הערי ומשפחתו זענען געווען באליבט און געווארן "צו פאפולער" און זיי האבן מורא אז זי גייט ענדיגן ווי דייענע איז שוין פשוט ליגנט.
@ סטיטשיניער:

פאר די רעקארד, איך בין א קאנאדישער סאו אינז לעבן גאנץ פיין מיט מיט די רויעל פאמיליע אלץ א חלק פון די קאמענוועלטה.
ס'זעהט אבער אויס אז די ביסט נישט אזוי באקאנט מיט די היסטורי' פון דייאנא און אנדערע "צוגעקומענע" און די רויעל פאמיליע. ס'האט גאנץ ווייניג צו טוהן מיט וועם איך גלייך מער, וויליעם אדער הערי, ווי ענדערש א pattern וויאזוי די מאנארכיע פירט זיך אויף.

אבער למען האמת פאר ווער ס'איז נייגעריג:

איך קען נישט דערליידן טשארלס און קאמילא (שאא, זאג נישט פאר'ן קעניג...). זיי זענען צוויי געמיינע, פארביסענע, שלעכטע מענטשן וואס האבן זיך קיינמאל נישט צוריקגעהאלטן פון גארנישט צו דערגרייכן זייערע אינטערעסן.

וויליעם און הערי האב איך ווי רוב עולם אלעמאל מער געגליכן אלץ קינדער פון דייאנא. הערי איז אלעמאל געווען די מער אינטערעסאנטערע ווי וויליעם וואס איז געווען מער ערנסט. איך האב זיכער געהאפט אז מ'זאל איבערהיפן טשארלס און גיין גלייך צו וויליעם.

יעצט נאך די גאנצע מעשה מיט הערי און זיין ביך וכו' בין איך נישט אנטציקט פון קיינער פון זיי. איך האלט אז כאטש וואס יא איך גלייב אסאך פון וואס הערי דערציילט פשוט ווייל די מציאות שטעלט זיך ארויס אזוי אדער ווייל די היסטורי' האט אזוי געוויזן, האלט איך אז ער האט עס נישטגעטארט טוהן נישט קיין חילוק ווי גערעכט ער איז.

אבער די וועג וואס וויליעם האנדלט עס מיט'ן בלאזן מאכט מיר אויך נערוועז און צו מיך איז עס זייער קינדיש וויאזוי ער פירט זיך אויף. איך האלט אז עס שאדט שטארק און שוואכט אפ זיין אימעדזש, נישט קיין חילוק ווי גערעכט אדער נישט ער איז.

לגבי זייערע ווייבער, קעיט (וויליעם'ס) הייסט צו זיי א פיינער. מעיגען (הערי'ס) איז אין מיינע אויגן פשוט א לינקע, ליבעראלער אמעריקאנער , עפעס וואס די בריטישע האבן קיינמאל נישט געקנעט דערליידן און זיכער נישט אלץ א חלק פון די רויעל פאמיליע.

אבער וואס איז ממש נישט צו באגרייפן איז די פאקט אז די בריטישע מידיא איז ממש אבסעסד מיט זיי.
און די טאג פון די קרוינונג (און אין די טעג פארדעם) אנשטאטס זיין ביזי מיט די קעניג אדער וויליעם, זענען געווען הינדערטער ארטיקלען נאר וועגן הערי און זיין ווייב.
למעשה איז הערי געקומען, זיך באטייליגט, געבליבן רעספעקטפול, נישט געזוכט צו מאכן א רעש און גלייך אהיימגעגאנגען. זיין ווייב איז געבליבן אינגאנצן שטיל און אפילו זיך געהאלטן שטילער ווי געווענליך מיט ארטשי'ס געבורטסטאג. ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס וואס ס'גייט דא פאר, חוץ אויב ס'איז דא עפעס אנדערש וואס ליגט אינטער דעם...

אויך פאר די וואס ווייסן נישט, איז יעצט דא א פולשטענדיגע מידיא בלעקאוט אויף פרינץ וויליעם, די וועסט כמעט גארנישט זעהן באריכטעט וועגן אים, חוץ פון אפיציעלע באריכטן. די שאלה איז פארוואס? וואס פרובירן זיי צו באהאלטן?

אויך איז הערי יעצט אין קאורט קעגן געוויסע אין די מידיא, ביז דערווייל זעהט עס אויס ווי זאכן פאר'ן גאנץ פיין זיין וועג...
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

ווען עס איז באקאנט געווארן אז הערי דרייט זיך ארום מיט א שיקסע, און מהאט געשמועסט אז זיי גייען לכאורה ברעכן טעלער, האט יעדער איינער גערעדט און גערעשט דערמיט, אויך די מידיא, און שפעטער ווען די בילדער פון הערי מיט איר האבן אנגעהויבן ארומצופארן, האבן געוויסע אנגעהויבן נאכפארשן מה טיבה, און סאיז גארנישט געווען אזוי פויגלדיג.... דו קענסט זאגן וואס דו ווילסט, אבער דאס וואס עס שפילט זיך יעצט אפ, דאס האט מען געשמועסט אז עס גייט געשעהן, זי איז א געמיינער יונגאטש וואס זוכט צו קאנטראלירן און נאך פראבלעמען, העריס טאטע די יעצטיגע קעניג האט פרובירט צו בטל מאכן די שידוך, הערנדיג די אלע שלעכטע אינפארמאציע אויף איר, אבער הערי איז שוין געווען צו פארטון אין איר, און ער איז געגאנגען ווייטער מיט די שידוך, און די רעסט איז היסטארי, איך ווייס נישט וואו זיין מאמע קומט אריין און בילד דא, אבער די אלע זאכן וואס זי טוהט יעצט, האט מען שוין פאראויסגכזאגט אז עס גייט געשעהן, נאך פארן ברעכן טעלער, זי איז פשוט א געמיינע יונג און הערי איז נעבעך אריינגעפאלן מיט איר.

און קעיס אז דו ווייסט נישט, זי איז א גרושה.....
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22792
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

@חסידישע מבין איך זעה נישט וואס דו שרייבסט אנדערש ווי מיר.

איך באצי מיך נאר צום דמיון (אדער דיינס אדער גאר הערי'ס) אז הערי און זיין ווייב זענען געווען פאפולער, זאגאר צו פאפולער, אז זיי האבן מורא געהאט אז מען גייט זיי אוועק לייגן. איך געדענק נישט מער א פארפיינטעטע פארפאלק ביים המון עם, קומסטו זאגן אז זיי זענען געווען צו פאפולער..

לגבי די טאג פונעם קרוינונג, איך האב אסאך געליינט, און איך מיין אז אונז זענען ביידע מודה אז גוזמא קתני... יא מען האט גערעדט פון אים, ווייל יעדער גלייכט גאסיפ. אבער עס איז געווען איין ארטיקל איבער אים פאר יעדע הונדערט ארטיקלן איבערן קרוינונג.

איך רעד פארשטייטצעך פון די ענגלישע מידיע און המון עם, נישט די אמעריקאנער.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער מבין »

סטיטשינער האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 2:17 pm
@חסידישע מבין איך זעה נישט וואס דו שרייבסט אנדערש ווי מיר.

איך באצי מיך נאר צום דמיון (אדער דיינס אדער גאר הערי'ס) אז הערי און זיין ווייב זענען געווען פאפולער, זאגאר צו פאפולער, אז זיי האבן מורא געהאט אז מען גייט זיי אוועק לייגן. איך געדענק נישט מער א פארפיינטעטע פארפאלק ביים המון עם, קומסטו זאגן אז זיי זענען געווען צו פאפולער..

לגבי די טאג פונעם קרוינונג, איך האב אסאך געליינט, און איך מיין אז אונז זענען ביידע מודה אז גוזמא קתני... יא מען האט גערעדט פון אים, ווייל יעדער גלייכט גאסיפ. אבער עס איז געווען איין ארטיקל איבער אים פאר יעדע הונדערט ארטיקלן איבערן קרוינונג.

איך רעד פארשטייטצעך פון די ענגלישע מידיע און המון עם, נישט די אמעריקאנער.
צו קלארשטעלן: ווען איך רעד פון די בריטישע מידיא, רעד איך נישט פון די אפיציעלע מידיא ווי די BBC וכו' (כאטש וואס זיי ווערן אויך אינוואלווד).
איך רעד פון די בריטישע טאבלאוד מידיא (נישט די זעלבע זאך).

פליז, זאג נישט אז איך בין מגזם, גיי קוק עס נאך אליינס. די זאג מיר וויפיל העדליינס זענען געווען איבער הערי און מעיגען די טאג פון די קרוינונג (אין די טעג פארדעם). יא, יעדער האט ליב גאסיפ און דראמא, אבער קאם אן.

לגבי זייער פאפולערקייט אויך, גיי קוק עס נאך.
אלעס איז געווען איבער די נייע עפאכע פון די מאנארכיע... צו מ'וועט איר טאקע אננעמען... די עולם איז געווען גאר שטארק אויפגעהייטערט מיט זיי - ספעציעל די אינגערע שיכטן און די פון אנדערע אפשטאמען וואס אגב מאכט עס אויס מער ווי האלב פון די קאמענוועלטה.

ס'האט טאקע נישט צו לאנג אנגעהאלטן, און זאכן האבן זיך שארף געטוישט.

לגבי זיין מורא, האב איך נישט געמיינט די פאפולערקייט אזוי ווייט ווייל זיי זענען שוין טאקע נישט געווען אזוי פאפולער דאן. זיין מורא איז געווען צוליב די אומגעהויערע רדיפות פון די טאבלאוד מידיא, וואס איז ברייט באקאנט אז דייאנא האט שטארק געליטן פון דעם.

בכלל לגבי הערי'ס ווייב, נישט קיין חילוק וואס די האלטס וועגן איר (איך האב נאכנישט מחליט געווען, ס'איז דא צופיל קעגנזייטיגע אינפארמאציע), האלט איך אז די מאנארכיע האט זיך ערנסט באנארישט אין וויאזוי זיי האבן געהאנדלט די פראבלעם. ווי די וועלט זאגט keep your friends close, but your enemies even closer.
אוועטאר
היסח הדעת
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:32 am

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסח הדעת »

קען איינער לייגן א בילד וואו ער שטייט אויפן פארטש בשעת די עראפלאנען פליען?
אוועטאר
סאכאטשאווער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2017 3:05 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכאטשאווער »

חסידישער מבין האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 11:27 am
סטיטשינער האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 7:40 am
מעגסט שרייבן וואס עס פאלט דיר איין, אבער שרייב נישט אז דו ברענגסט נאר פאקטן. עס איז שטארק קענטיג אז איר האט נישט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען פון די נאנט ווען זיי האבן זיך טאקע אפגעשפילט,
@ סטיטשיניער:

פאר די רעקארד, איך בין א קאנאדישער סאו אינז לעבן גאנץ פיין מיט מיט די רויעל פאמיליע אלץ א חלק פון די קאמענוועלטה.
דאס זאגט שוין אלעס, עס איז דא א גרויסע חילוק אין דער בליק פון די קאמענוועלטה חברה און די עצם מלוכה, איך געדענק אויך די תקופה נאך איר חתונה, אין ענגלאנד גופא זענען זיי אייביג געווען אראפגעקוקט.
עילוי נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 28, 2021 4:28 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עילוי נפלא »

חסידישער מבין האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 3:02 pm
סטיטשינער האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 2:17 pm
@חסידישע מבין איך זעה נישט וואס דו שרייבסט אנדערש ווי מיר.

איך באצי מיך נאר צום דמיון (אדער דיינס אדער גאר הערי'ס) אז הערי און זיין ווייב זענען געווען פאפולער, זאגאר צו פאפולער, אז זיי האבן מורא געהאט אז מען גייט זיי אוועק לייגן. איך געדענק נישט מער א פארפיינטעטע פארפאלק ביים המון עם, קומסטו זאגן אז זיי זענען געווען צו פאפולער..

לגבי די טאג פונעם קרוינונג, איך האב אסאך געליינט, און איך מיין אז אונז זענען ביידע מודה אז גוזמא קתני... יא מען האט גערעדט פון אים, ווייל יעדער גלייכט גאסיפ. אבער עס איז געווען איין ארטיקל איבער אים פאר יעדע הונדערט ארטיקלן איבערן קרוינונג.

איך רעד פארשטייטצעך פון די ענגלישע מידיע און המון עם, נישט די אמעריקאנער.

איך רעד פון די בריטישע טאבלאוד מידיא (נישט די זעלבע זאך).
מה זה?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29805
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קעניג טשארלס דער דריטער פון גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עילוי נפלא האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:22 pm
איז דא א קלארע הגדרה פאר "פאפולער" "נישט פאפולער"?
אין דעם פאל מיינט עס די אייגענע טעיסט.

(לויט אנקעטעס גלייכן מענטשן מער וויליאם ווי הערי. עס איז אבער נישט נוגע, וויליאם איז עניוועי ממלא מקום..)
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22792
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

עילוי נפלא האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 11:29 pm
חסידישער מבין האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 3:02 pm
סטיטשינער האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 2:17 pm
@חסידישע מבין איך זעה נישט וואס דו שרייבסט אנדערש ווי מיר.

איך באצי מיך נאר צום דמיון (אדער דיינס אדער גאר הערי'ס) אז הערי און זיין ווייב זענען געווען פאפולער, זאגאר צו פאפולער, אז זיי האבן מורא געהאט אז מען גייט זיי אוועק לייגן. איך געדענק נישט מער א פארפיינטעטע פארפאלק ביים המון עם, קומסטו זאגן אז זיי זענען געווען צו פאפולער..

לגבי די טאג פונעם קרוינונג, איך האב אסאך געליינט, און איך מיין אז אונז זענען ביידע מודה אז גוזמא קתני... יא מען האט גערעדט פון אים, ווייל יעדער גלייכט גאסיפ. אבער עס איז געווען איין ארטיקל איבער אים פאר יעדע הונדערט ארטיקלן איבערן קרוינונג.

איך רעד פארשטייטצעך פון די ענגלישע מידיע און המון עם, נישט די אמעריקאנער.

איך רעד פון די בריטישע טאבלאוד מידיא (נישט די זעלבע זאך).
מה זה?
די צייטונגען וואס האלטן זיך ווייניגער פראפעסינאל, און זענען מער פארנומען מיט לאקאלע יאכנעריי און שמוץ. א גוטע משל וואלט געווען די היימשטאט און וואכענשריפט צייטונגען...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”