צו די זאךהאט געשריבן:↑פרייטאג מארטש 24, 2023 6:32 pm
דאס האב איך געשריבן פאר איינעם אין אישי:
און בכלל דארפסטו פארשטייין, אויף אן אמת, שלאגט מען זיך נישט אויף די גיידליינס, ווייל אזוי ווי די ריכטר ברענגט ארויס, זאגן זיי פשוט פשט פונעם געזעץ, און סאיז כמעט די זעלבע ווי אלע יארן, און קיינער האט נישט געהאט א פראבלעם די אלע יארן מיט די סאבדזשעקטס.
די עיקר פחד דא איז געווען, אז זיי האבן האבן זיך גענומען די אויטיריטעט, אריינצוקומען אינעם מוסד, און אינטיילן רעכסט און לינקס, און אפמאכן אויב מאינפארסירט די געזעץ, דאס איז געווען די גרעסטע סכנה,
און דאס איז ב״ה אנילירט געווארן.
זיי גייען ווייטער קענען אריין קומען אין א מוסד און זאגן אז מען לערנט נישט גענוג
סך הכל קענען זיי נישט אפשפארן די מוסד, נאר זיי קענען איינשפארן די עלטערן היל"ת....
איך פארשטיי נישט פארוואס מען טענה'ט דא אז זיי קענען אוועקנעמען פאנדס פון די מוסדות.
עס שטייט דא בפירוש אז זיי קענען נישט באשטראפן דעם סקול מיט סיי וועלכע קאנסעקווענצן אויב די מוסד שטעלט נישט צו די פארלאנגטע לימודים, וויבאלד דאס איז נישט אויף די מוסד צו זיכער מאכן אז דער קינד באקומט די גאנצע סובסטענשל עקוויווילענט ערציאונג, נאר אויף די עלטערן.
עס שטייט ווייטער אז זיי קענען באשטראפן דעם סקול דיסטריקט און אוועק נעמען פאנדס, אויב די סקול דיסטריקט נעמט נישט קעיר אז די קינדער אין איר דיסטריקט באקומען אזא ערציאונג, אבער דער סקול דיסטריקט קען ווייטער נישט באשטראפן די מוסדות, ווייל ווי געזאגט זענען זיי נישט דער וואס דארף דאס צושטעלן, נאר די עלטערן. סא לו יצויר זיי זעען אז אין א געוויסע סקול דיסטריקט נעמט מען נישט קעיר אז די קינדער פון יענעם דיסטריקט באקומען די פארלאנגטע ערציאונג, קענען זיי שטראפן דעם דיסטריקט אדער די עלטערן דיירעקט.
און לכאורה האבן זיי נישט קיין וועג דאס נאכצוגיין, ווייל אויב זאלן זיי קוקן אויף די טעסטס, קענען זיי אפהאלטן פון אלע פאבליק סקולס אויכעט, ווייל עס איז באקאנט די גאר שוואכע טעסט ראטעס פון אסאך סקולס דורכאויס דעם סטעיט, וואס אסאך קומען אן צו ממש אין די פופציגער אדער ווייניגער אפילו ביי די טעסט רעזולטאטן.
עפעס אנדערשהאט געשריבן:↑זונטאג מארטש 26, 2023 12:46 am
SCR.jpg איך פארשטיי נישט פארוואס מען טענה'ט דא אז זיי קענען אוועקנעמען פאנדס פון די מוסדות.
עס שטייט דא בפירוש אז זיי קענען נישט באשטראפן דעם סקול מיט סיי וועלכע קאנסעקווענצן אויב די מוסד שטעלט נישט צו די פארלאנגטע לימודים, וויבאלד דאס איז נישט אויף די מוסד צו זיכער מאכן אז דער קינד באקומט די גאנצע סובסטענשל עקוויווילענט ערציאונג, נאר אויף די עלטערן.
עס שטייט ווייטער אז זיי קענען באשטראפן דעם סקול דיסטריקט און אוועק נעמען פאנדס, אויב די סקול דיסטריקט נעמט נישט קעיר אז די קינדער אין איר דיסטריקט באקומען אזא ערציאונג, אבער דער סקול דיסטריקט קען ווייטער נישט באשטראפן די מוסדות, ווייל ווי געזאגט זענען זיי נישט דער וואס דארף דאס צושטעלן, נאר די עלטערן. סא לו יצויר זיי זעען אז אין א געוויסע סקול דיסטריקט נעמט מען נישט קעיר אז די קינדער פון יענעם דיסטריקט באקומען די פארלאנגטע ערציאונג, קענען זיי שטראפן דעם דיסטריקט אדער די עלטערן דיירעקט.
און לכאורה האבן זיי נישט קיין וועג דאס נאכצוגיין, ווייל אויב זאלן זיי קוקן אויף די טעסטס, קענען זיי אפהאלטן פון אלע פאבליק סקולס אויכעט, ווייל עס איז באקאנט די גאר שוואכע טעסט ראטעס פון אסאך סקולס דורכאויס דעם סטעיט, וואס אסאך קומען אן צו ממש אין די פופציגער אדער ווייניגער אפילו ביי די טעסט רעזולטאטן.
דער פראבלעם איז אבער, אינעם לאו סוט האבן זיי טאקע ווי געזאגט אטאקירט די עצם געזעץ (substantially equivalent), אבער זייער נישט ריכטיג. אנשטאטס דערציילן פאר׳ן ריכטער אז כהיום קומען די מוסדות נאך די סטעיט געזעץ מיט די לימודים, און נאר מיט די גיידליינס פאלן די מוסדות ארויס, האבן זיי אינעם סוט געהאט טענות אויפן substantially equivalent טערמין, אז דאס איז דיסקרימאנעישן (ווי צוזאגן אז וועגן דעם קומען די מוסדות "נישט" נאך די געזעץ). איי פארוואס איז טאקע נישט געווען די קלאגע אז אונז קומען יא נאך דעם געזעץ, נאר די גיידליינס שטופן אונז אומגערעכטערהייט ארויס? קשיא...
ביזט זיכער אז נישט דאס איז געווען די טענה,? און דאס האט די ריכטערין געאורטיילט אז ווילאנג זי "מעג" פארלאנגען (אזוי שטייט אינעם געזעץ) זענען די רעגולאציעס סוכ"ס אין איינקלאנג מיטן געזעץ?
איי זי נוצט אויס די געזעץ צו דיסקרימינירן, נו דאס דארף ווארטן אויף א געלעגנהייט ווען זי וועט פאקטיש בפועל דיסקרימינירן

די ריכטער זאגט דאך קלאר אז די גיידליינס זענען אויסגעהאלטן געזעצליך. און אויב האסטו א טענה, האסטו א טענה אויפן עצם געזעץ. וואס אויף דעם זאגט זי עוד חזון למועד.
אויב וואלט די טענה געווען אז די ניצט אויס די געזעץ נישט ריכטיג, וואלט זי, לפחות געזאגט, אז די גיידליינס זענען אינטער פראגע צייכן.
איך וואלט זייער נייגעריג געווען וואס @געוואלד געשריגן האט צו זאגן אויף די חלק פון פאנדינג, ווייל אויב איז דאס ריכטיג איז עס נישט א הצלה פורתא, נאר א גאנצע הצלה במלוא מובן המילה. דאס מיינט אז זיי מעגן מאכן וואספארא גזירות נאר זיי שמעקט, די געיט איז אבער פארמאכט. דו קענסט אונז נישט מחייב זיין בכל אופן. דער פראבלעם איז אז עס איז כמעט זיכער נישט ריכטיג, ווייל די סטעיט ריכטער האט דא גע׳עקאוט די לאו. און די געזעץ איז אז פרייוועט סקולס קענען געניסן פון פאנדינג ווילאנג זיי זענען אן ליניע מיטן געזעץ. (איך האב נישט די גענוי טעקסט, אדרבה, ברענג עס אהער.) דאס יא, זיי האבן גענומען אוטארעטעט וואס זיי האבן נישט. און זיי קענען נישט פארשפארן סקולס, אדער אויספירן זייערע דעקלעראציעס וואס זיי סטראשען אין די גיידליינס.
אין אנדערע ווערטער, נישט געניסן פון די פאנדינג איז נישט קיין ״קאנסצעקווענסן״. פארקערט, ווער עס איז ליניע מיט די לאו, האט די ״בענעפיט״.
עטליכע פרעגן מיר אין אישי, אויב דאס וואס איך זאג ריכטיג, פארוואס האט די ריכטער נישט אליינס אויפגעברענגט דאס אז בעצם זענען מיר אינטערן געזעץ אין דיפאלט (ווייל די געזעץ אליינס לייגט דאך פאר סובדשעקטס, ווי מסביר געווען.) און מיט דעם אויסבעסערן די טענה פומעם די לאו סוט? ״די ריכטער איז דען אזא נער?״.
גוט געפרעגט, די תירוץ אויף דעם איז אז א ריכטער איז נישט דיין לעגאלע קאוטש. זיין פסק וועט אלעמאל אדרעסירט ווערן צו דיין קלעים, און וויזוי די סוט/מאשען איז אריינגעגעבן געווארן. זייער זעלטן אז א ריכטער זאל אריינגיין אין אנאליזן און רעדן ברייטער פונעם עצם קלאגע.
שנית, די ריכטער ווייסט נישט (אזוי צו זאגן) וואס אונזערע לימודים זענען. ווילאנג אונז טענה׳ן מיר נישט אז אונז זעמער איינשטומיג מיטן געזעץ, מיז זי דאס נישט וויסן..
צו די זאךהאט געשריבן:↑פרייטאג מארטש 24, 2023 6:32 pm
דאס האב איך געשריבן פאר איינעם אין אישי:
און בכלל דארפסטו פארשטייין, אויף אן אמת, שלאגט מען זיך נישט אויף די גיידליינס, ווייל אזוי ווי די ריכטר ברענגט ארויס, זאגן זיי פשוט פשט פונעם געזעץ, און סאיז כמעט די זעלבע ווי אלע יארן, און קיינער האט נישט געהאט א פראבלעם די אלע יארן מיט די סאבדזשעקטס.
די עיקר פחד דא איז געווען, אז זיי האבן האבן זיך גענומען די אויטיריטעט, אריינצוקומען אינעם מוסד, און אינטיילן רעכסט און לינקס, און אפמאכן אויב מאינפארסירט די געזעץ, דאס איז געווען די גרעסטע סכנה,
און דאס איז ב״ה אנילירט געווארן.
נישט ריכטיג.
די גאנצע גזירה האט זיך ״נישט״ אנגעהויבן ווייל זיי ״האבן זיך גענומען די אויטיריטעט, אריינצוקומען אינעם מוסד וכו׳. דאס איז אינגאנצן א האלבע יאר אלט.
עס האט זיך אנגעהויבן נאך ווען די גאווערמענט האט אונז מנוחה געלאזט, שוין זייט די צווייטע וועלט מלחמה. נאר די ערב רב פון כלל ישראל האבן די לעצטערע יארן זיך אנגעהויבן פארלייגן און לייגן דריק אויף די גאווערמענט, אז זיי פארסירן נישט די נוא יארק געזעץ אויף די פרייוועט סקולס.
ביז, די גאווערמענט (ליין: בארד אוו עדזשוקעישן) האט זיך ענדגילטיג געבראכן פאר זיי, מיט די יעצטיגע גיידליינס, וואס איז א גרויסער פראבלעם, און דערמיט געסטראשעט אריינצושטעלן די לאפעס אין די ת״ת.
מיין פריוואטער אנאליז: די קאנסטיטושענל רעכטן איז צוטיילט אין צוויי א' צו בעצם האט די די או אי א רעכט: דאס ווערט בכלל נישט אויסגעפסקענט און דער שופט שטעלט קלאר אז דאס איז נישט א חלק פונעם דיון ב' אויב די גיידליינס זענען אנקאנסטיטושענל: דהיינו: אויב מען איז קלאר אז בעצם איז די די או אי יא אויסגעהאלטן צו די פרטי הרעגולעשנס צו איז יענס אויסגעהאלטן אדער נישט: דע האט דער שופט געזאגט אז עס גייט צוריק צום שורש הגעזעץ און אויף אזויפיל אז עס איז נאן-דיסקרימינטארי ממילא ווערט דער שאלה ווייטער נישט אויסגע'פסק'ענט ג' בנוגע די חיובים פון די סקולס, דא האט סטעיט געכאפט א געזונטס והוא העיקר ווייל יעצט דארפן סקולס נישט קא-אפערירן ד' אויב די סטעיט וויל איינעם צופיקסן קען עס מער נישט זיין אןיף א סקול/מוסד בעסיס און זיי וועלן מוזן ברענדגן אינדיווידועל קעיסעס אויב זיי הרבן א פראבלעם
איך קוק עס אן ווי א ריזיגע געווינס וואס האט גארנישט געטוישט אין מציאות פון די לעצטע הונדערט יאר און געלאזט די אלטע יאדער קעיס שאלה פון קאנסטיטושן ווייטער אומגע'פסק'נט
איז עס לכאורה א געוואלדיגע דערגרייכונג, הלכה למעשה. ווייל ביז יעצט האבן זיי געקענט רודפ'ן די אדמינסטראטארן פון די מוסדות, וועלכע זענען געווען אין זייער א ענגע פאזיציע, און געקענט ח"ו אונטערברעכן אונטער די אומגעהויערע דרוק פון די רעגירונג. אבער יעצט קענען זיין ס"ה נאכלויפן די עלטערן, וואס בדרך הטבע מיינט דאס אז זיי קענען גארנישט טוהן, אויסער לייגן "שטעכל דראטן" ארום גאנץ ברוקלין והגלילות.
ס'איז גארנישט אזוי פרייליך ווי די מאכסט עס, די ווייסט נישט וואס גאווערנמענט קען אלס, היל"ת,עלטערן פריוואט זענען אסאך שוואכער ווי מנהלי המוסדות, זעה וואס טיט זיך אין קאנאדע,נאר וואס דען אז אלע וועלן ארבעטן מיט איין כח צוזאמען מיט די רבנים און עהרליכע עסקנים קען ארויסקומען א ישועה
ערשטמאליגער אריינבליק אינערהאלב די הויפטקווארטירן פון כלל ישראל'ס פערל"ס ארגאניזאציע אפצושלאגן ביטערער גזירות החינוך אין ניו יארק גאר אינפארמאטיווער שמועס אפגעהאלטן מיט דער פארזיצער און דירעקטאר פון פערל"ס מו"ה ר' יוסף גרינוואלד הי"ו על החינוך
שטייט(זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח, דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
שטיקל קאררעקשען: זיי האבן נאכנישט אפיעלט, זיי האבן אריינגעגעבען אנאטיס אוו אפיעל איצט האבן זיי א האלבע יאר צו אריינגעבן די עקטשועל אפיעל מיט זייערע טענות דערקעגן, נאכדעם גייט מען צוריקענפערן, וחוזר וחלילה.. אין אויפדערווייל מיטן פסק האבען זיי ב''ה נישט קיין שליטה אויף די מוסדות הקדושים, כן יעזור ה' להלאה.
די אייבערשטער וואס האט געהאלפען ביז היינט וועט אוודאי העלפען ווייטער שלא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשו.
שטייט(זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח, דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
אינטערוויו: "גזירות החינוך", די ניו יארק סטעיט גרייט זיך אריינצוגעבן אן אפיעל קעגן די גינסטיגע פסק וואס איז לעצטענס ערשינען אנבאלאנגט די גזירות החינוך ג' אח"ק פ״ג הרב חיים דוד צוויבל https://www.yiddish24.com/interviews/12/82589
סטעיט פלאנירט צו אפעלירן ריכטער'ס אורטייל איבער ישיבות
unnamed (2).jpg (25.16 KiB) געזען 3481 מאל
אלבאני - פארגאנגענעם ראש חודש ניסן איז ארויסגעקומען דער אורטייל פונעם געריכט לויט וועלכע די סטעיט קען נישט נוצן די ישיבות צו אינפארסירן ניו יארק סטעיט'ס עדיוקעישאן פארלאנגען - כאטש די עצם רעגולאציעס זענען לויטן געריכט יא געזעצליך - נאר די מוסדות זענען בארעכטיגט צו אפערירן ווי א דעי קעיר א.ד.ג. און די עלטערן דארפן עקסטער זיכער מאכן אז די קינדער לערנען די פארלאנגטע לימודים אינדרויסן פונעם בית חינוך. דער אורטייל איז געווען א געווינס פאר די ישיבות וועלכע האבן זיך אזוי ארום באוויזן צו ארויס דרייען פון די סטעיט'ס פארלאנגען, און זיי האבן נישט פרובירט צו אפעלירן, אבער די סטעיט האט די טעג איינגעגעבן א נאטיץ אז זיי פלאנען צו אפילן, וויבאלד עס איז זיי פיל גרינגער צו אינפארסירן די רעגולאציעס דורך די מוסדות ווי נאכגיין צענדליגער טויזנטער פאמיליעס עקסטער. די אנטוויקלונג איז א דערמאנונג אז די געפאר איז נאך ווייט פון פאריבער און מען איז מתפלל שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים.
סטעיט פלאנירט צו אפעלירן ריכטער'ס אורטייל איבער ישיבות unnamed (2).jpg אלבאני - פארגאנגענעם ראש חודש ניסן איז ארויסגעקומען דער אורטייל פונעם געריכט לויט וועלכע די סטעיט קען נישט נוצן די ישיבות צו אינפארסירן ניו יארק סטעיט'ס עדיוקעישאן פארלאנגען - כאטש די עצם רעגולאציעס זענען לויטן געריכט יא געזעצליך - נאר די מוסדות זענען בארעכטיגט צו אפערירן ווי א דעי קעיר א.ד.ג. און די עלטערן דארפן עקסטער זיכער מאכן אז די קינדער לערנען די פארלאנגטע לימודים אינדרויסן פונעם בית חינוך. דער אורטייל איז געווען א געווינס פאר די ישיבות וועלכע האבן זיך אזוי ארום באוויזן צו ארויס דרייען פון די סטעיט'ס פארלאנגען, און זיי האבן נישט פרובירט צו אפעלירן, אבער די סטעיט האט די טעג איינגעגעבן א נאטיץ אז זיי פלאנען צו אפילן, וויבאלד עס איז זיי פיל גרינגער צו אינפארסירן די רעגולאציעס דורך די מוסדות ווי נאכגיין צענדליגער טויזנטער פאמיליעס עקסטער. די אנטוויקלונג איז א דערמאנונג אז די געפאר איז נאך ווייט פון פאריבער און מען איז מתפלל שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים.
ווי ערווארטעט האט די סטעיט איצט נאכמיטאג פארמאל אריינגעגעבען זייער אפיעל אקעגען די גינסטליכע פסק פון געריכט פארגאנגענעם ראש חודש ניסן לטובת פערל''ס אז די סטעיט קען בשו''א נישט נוצן די ישיבות צו אינפארסירן ניו יארק סטעיט'ס עדיוקעישאן פארלאנגען! כלל ישראל איז ווייטער מתפלל און מעורר רחמים שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים ותטה לב המלכות עלינו לטובה און די געטרייע שליחא דידן ושליחא דרחמנא זאלען קענען ווייטער שטיין על המשמר צו פארטיידיגען די זעלבסשטענדיגע ריינע חינוך פון אינזערע קינדער ע''ד שקבלנו מאבותינו ורבותינו נבג''מ אומגעשטערט ווי ביז היינט.
שטייט(זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח, דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!