גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

אחראי: יאנאש

אויווען
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 06, 2023 2:19 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויווען »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 4:18 am
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 10:46 pm
ווערעצקי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 8:44 pm
איז עס לכאורה א געוואלדיגע דערגרייכונג, הלכה למעשה. ווייל ביז יעצט האבן זיי געקענט רודפ'ן די אדמינסטראטארן פון די מוסדות, וועלכע זענען געווען אין זייער א ענגע פאזיציע, און געקענט ח"ו אונטערברעכן אונטער די אומגעהויערע דרוק פון די רעגירונג. אבער יעצט קענען זיין ס"ה נאכלויפן די עלטערן, וואס בדרך הטבע מיינט דאס אז זיי קענען גארנישט טוהן, אויסער לייגן "שטעכל דראטן" ארום גאנץ ברוקלין והגלילות.

דער ריכטער האט בעצם גארנישט מחדש געווען, ער האט נישט געמאכט קיין שום נייע רול. דאס אז די גיידליינס איז מחייב די "סטודענטן", און נישט די "מוסדות", דאס איז דאך גענוי וואס די גיידליינס אליינס זאגט.. און טאקע דאס איז וואס דער ריכטער מאכט קלאר.

אין אמת׳ן אריין, טאקע ווייל מען ברויך נישט מורא האבן פון ענפארסמענט (פאר נאך סיבות גראדע), האט נישט אויסגעפעלט די לאו סוט אויף וואס דער ריכטער האט היינט גע׳פסק׳ט. עס איז אבער אריינגעגעבן געווארן אין א טיים סענסעטיווע מאמענט, ווען זיי האבן זיך געגרייט צו קלאגן די צעהלימער מוסדות.

דער קאמישענער קען אבער מארגן באשליסן אז די גיידליינס זענען יא פאר די סקולס. און דער ריכטער האט שוין געגעבן זיין הכשר אויף די עצם גיידליינס.

דער באשעפער העלפט.
די גיידליינס זאגט אז ס'נאר מחייב סטודענטן און זיי האבן דערקלערט א סקול נאן-קאמפלייענט?

עפעס שטימט נישט דא
די נעיי גיידליינס זאגט אז זיי קענען דערקלערט א סקול נאן-קאמפלייענט, די ריכטער זאגט אז זיי קענען נישט ווייל די מוסדות דארפן נישט זיין קאמפלייענט לויטן געזעץ, נאר די עלטערן.
Don't judge a book by its spelling. (אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו)
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4744
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

ס'איז לכאורה נאכנישט דא קיין קלארע מהלך אויף ווייטער, פון איין זייט זענען די מוסדות ארויס די געווינער און פון די צווייטע זייט די נושא פון די עלטערן איז געבליבן אפן, וואס דאס קען שטארק אויסקלאפן אויף אינדיווידועלע קעיסעס, און מען ווייסט נאך אפי' נישט וואס יא און וואס נישט זיי ווילן און קענען טון, קיינער האט זיך נישט גערישט אויף אזא פסק, מען האט זיך לכאורה גערישט אויף א יא אדער א ניין און אויף דעם האט מען געבויט די פלענער אויף ווייטער.

די יעצטיגע אנקלעגער זענען שוין זיכער נישט קיין מאן דאמר, די אלע ישיבות אין די קלאגע, לכאורה נאר פעירלס און אגודת ישראל, און אפשר זיי אויך נישט? אפשר גייט דאס יעצט גיין מיט אינדיווידועלע עלטערן?

פאלט מיר יעצט ביי, האו אבאוט די רבנים זאלן אריינגעבן די קלאגע? אפשר גייט דאס זיין אסאך שטערקער?
פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 6:13 am
דאָס האָט פארוואנדלט דאס ווארט 'סאטמאר' פון א שטאט אין אייראפע צו באגריף אין אונטערחסידות'יאנאלע אידישקייט פון נאכן קריג ועד היום הזה.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

מען דארף ווייטער רחמי שמים.

אבער אביסל מער קלארקייט.

גוט פאריקט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 11:39 pm
מיין מיינונג נאכן דורכליינען די אריבער 20 זייטן פסק איז זייער געמישט
פון איין זייט טוט די קוארט קלארשטעלן א נקודה וואס קען נאך אסאך ארויפקומען אין קומענדיגע קאורטס דהיינו די קאורט טוט קלארשטעלן אז די רעגירונג איז בעפוולמעכטיגט צו פארלארנגען אלע לימודים וואס עס ווערט אויסגערעכנט אין די נייע גיידליינס וואס דאס איז א ערענסטע פראבלעם
םון די צווייטע זייט קומטט די שופט ארויס מיט (איר) אייגענע מיינונג אויף א נקודה וואס מען האט זיך נישט עכט געטענט דהיינו אז די רעגירונג האט אריברגעגאנגען אירע גדרים מיטן נעמען אויף זיך די רעכטן צו פארמאכן א מוסד אויב זיי קומען נישט נאך ווי אויך די רעכט צו פארלאנגען פון א טאטן ארויסצונעמען א קינד פון א מוסד וואס קומט נישט די טענה וואס די שופטת שרייבט (די חידוש איז אז לויער האט ער בכלל נישט ארויסגעברענגעט עס איז איר אייגענע געדאנק) אז אפי' די מוסד קומט נישט נאך קען די עלטערן פונעם אליינס לערנען די לימודים מיטן קינד

ריכטיג, עס איז א חידוש פונעם ריכטער זעלבסט.

יעצט ווערן האט דא געווינען און פארלוירען
די מוסד אין ווימ"ס וואס די סטעיט האט זיך ארויפגעלייגט האט געווינען דערמיט וואס לע"עקען די רעגירונג נישט אפשפארן די מוסד ווי אויך קען די טאטע טענען אז ער געבט די חינוך וואס עס קומט
כלל ישראל האט פארלוירןווייל עס איז קלאר געווארן דורכן געריכט אז די ריגערונג האט א רעכט ארויפצולייגן די אלע לימודים אויפ קינד און עס איז נישט באשיצט מטעם רעליגע וואס דערמיט האט מען אסאך דערלייגט ווי אויך אז די מלמדים דארפן זיין קאמפעטענט ווי אויך אז יעדער קען יעצט קלאגן יעדע מוסד

נישט ריכטיג
1) די גאנצע קוריקולים מאנדאט האט גארנישט מיט די סקול, מלמדים, נאר מיט די עלטערן פערזענליך. זיי קענען דינגען סיי וועמען צו לערנען מיט'ן קינד, א טוטאר, א בעיביסיטער, וכו', וואו ווען און וויאזוי זיי ווילן. (אין אורטייל שטייט קלאר ארויס "טוטאר"). מ'קען בכלל נישט קלאגן די מוסד ווייל די מוסד טוט גארנישט ראנג, זיי זאגן זיי געבן נאר 60 פראצענט פון די עדיוקעישאן און די אנדערע 40 פראצענט קומט פון טאטן. נישטא קיין שום קלאגע.

די עדיוקעישן דעפ. האט געווינעןמיטן קלארשטעלן אז זיי קענען פאלאנגען אלע לימודים ווי אויך אז די מלמדים דארפן זיין קאמפעטענט ווי אויך אז יעדער קען יעצט קלאגן יעדע מןסד

נאכאמאל, די סקול און מלמדים זענען ארויס פון סצענע, נישטא קיין קלאגע בכלל. עס ווערט א פייט צווישן די עדיוקעישאן באאמטע און די עלטערן.

דאס איז זיכער אז די עדיוקעישן דעפארטמענט גייט אפעלירן די אורטייל וואס קען ווערן גאר א שטארע טעמע (אפי' אין פאליטיק ) איבער זייער רעכט צו פארמאכן א מוסד און איבער שטראפן א טאטע

שווער צו זעהן זייער אפעלאט אויף דעם. די אורטייל זאגט אז די געזעץ וואס גיט די רעכט פאר די סטעיט צו פארלאנגען געוויסע לימודים "איז בכלל נישט געוואנדן צו קיין סקולס, נאר צו די עלטערן פערזענליך, ממילא קען נישט די סטעיט פייניגן סקולס וועגן דעם בכלל, די סקולס טוען גארנישט ראנג אפילו זיי לערנען "גארנישט" וואס מען פארלאנגט, נאר וואס די עלטערן ווילן פאר זייער קינד, און די סטעיט קען זיך גיין שלאגן מיט די עלטערן. סאו וואס איז די סטעיטס אפעלאט, אז די געזעץ איז יא אויף די סקולס? עס איז דאך נישט! די געזעץ פארלאנגט נישט פון "סקולס" צו גאראנטירן ערצויגענע קינדער, נאר פון די קינדער'ס עלטערן.

פאר פערלס איז היבש שווער יעצט צו אפעלירן ווייל למעשה קען די רעגירונג טענען למעשה קענסטו טוען וואס די ווילסט לע"ע

איה"נ, טאקע א שווערע אפעלאט, הגם מי אנכי צו וויסן, די גאנצע וועג ביז אהער איז אויך שווער, וד' יעזור.

אין כחי אלא בפה ביטע זייטס מתפלל
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

סטעיט ריכטערין וואַרפט אַרויס באַדייטענדן טייל פון גזירת החינוך

ניו יאָרק – נעכטן, דאָנערשטאָג, ראש חודש ניסן אשר ישועות בו מקיפות, האָט די נ.י. סטעיט ריכטערין קריסטינאַ ריבאַ געאורטיילט אין דעם קעיס אריינגעגעבן דורך פּערל"ס אין די גזירת החינוך און האט גע'פסל'ט דעם טייל פון די סטעיט עדיוקעישאָן דעפּאַרטמענט'ס גזירת החינוך, וועלכע האָבן געלויטעט אַז זיי קענען באַצייכענען מוסדות אַז זיי קומען נישט נאָך דעם געזעץ און צווינגען עלטערן ארויסצונעמען די קינדער. כלל ישראל האָפט אַז די איבריגע טיילן פון דער גזירה וועלן אויך בטל ווערן.

די ריכטערין האָט געזאָגט אַז דערווייל קען זי נישט דן זיין אויף די אַנדערע טיילן פונעם געזעץ, וועלכע פּערל"ס האָט גע'טענה'ט אַז זיי צילן דירעקט קעגן מוסדות מיט פאַרלאַנגען שטרענגערע אינספּעקציעס א.ד.ג. אָבער דאָס האָט זי יאָ געפונען אז אפילו אויב די סטעיט געפינט אז א מוסד לערנט נישט וואס זיי פארלאנגען, דאך קען די סטעיט נישט נעמען קיין שום שריט קעגן דעם מוסד און קען אויך נישט פארארדענען אז עלטערן זאלן ארויסנעמען די קינדער פון דארט, ווייל דאס געזעץ זאגט נישט אז מ'מוז לערנען די זאכן אין שולע. עס איז נאך געבליבן א זארג אז די אויטאריטעטן קענען אנהייב שיקאנירן עלטערן, אויב א מוסד ווערט געפינען אז זיי קומען נישט נאך דאס געזעץ, און פארלאנגן צו וויסן וואו זיי פירן אויס די עדיוקעישאן פליכטן. די עסקנים און אדוואקאטן זענען אין באראטונגען און וועלן איבערשמועסן מיט די גדולי הרבנים איבער מעגליכע ווייטערדיגע שריט.

"מיר זענען צופרידן אז דאס געריכט האט אנערקענט אז די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט איז אריבערגעגאנגען איר אויטאריטעט אין איינשטעלן די רעגולאציעס וועלכע באדראען די ישיבות און עלטערן מיט גאר שווערע שטראפן. אין אראפווארפן די טיילן פון די רעגולאציעס, האט דאס געריכט איינגעשטימט מיט עלטערן און פריוואטע שולעס לענגאויס ניו יארק סטעיט וועלכע האבן זיך קעגנגעשטעלט די רעגולאציעס. דאס געריכט האט אויך פרעזערווירט אונזער מעגליכקייט צו ברענגן א קאנסטיטוציאנעלע אנקלאגע אויב זאל סיי וועלכע ישיבה ווערן אומ'יושר'דיג פאראורטיילט אדער באלאסטיגט דורך סטעיט'ס דורכפירן די רעגולאציעס," האט פערל"ס געזאגט אין א סטעיטמענט.

כלל ישראל איז דאנקבאר פאר די חשוב'ע ארגאניזאציע פערל"ס, והעומדים בראש, אריינגערעכנט העסקן הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאן הי"ו און דער באגאבטער אדוואקאט ר' אבי שיק און זיין געלונגענע גרופּע, וואס האט שוין צום דריטן מאל באוויזן צו באזיגן די ביטערע גזירה, און מ'איז מתפלל פאר זייער ווייטערדיגע הצלחה, און די גזירה זאל גענצליך בטל ווערן, ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי.
Der Yid Daily
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

גוט פאריקט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 11:39 pm
מיין מיינונג נאכן דורכליינען די אריבער 20 זייטן פסק איז זייער געמישט
פון איין זייט טוט די קוארט קלארשטעלן א נקודה וואס קען נאך אסאך ארויפקומען אין קומענדיגע קאורטס דהיינו די קאורט טוט קלארשטעלן אז די רעגירונג איז בעפוולמעכטיגט צו פארלארנגען אלע לימודים וואס עס ווערט אויסגערעכנט אין די נייע גיידליינס וואס דאס איז א ערענסטע פראבלעם
םון די צווייטע זייט קומטט די שופט ארויס מיט (איר) אייגענע מיינונג אויף א נקודה וואס מען האט זיך נישט עכט געטענט דהיינו אז די רעגירונג האט אריברגעגאנגען אירע גדרים מיטן נעמען אויף זיך די רעכטן צו פארמאכן א מוסד אויב זיי קומען נישט נאך ווי אויך די רעכט צו פארלאנגען פון א טאטן ארויסצונעמען א קינד פון א מוסד וואס קומט נישט די טענה וואס די שופטת שרייבט (די חידוש איז אז לויער האט ער בכלל נישט ארויסגעברענגעט עס איז איר אייגענע געדאנק) אז אפי' די מוסד קומט נישט נאך קען די עלטערן פונעם אליינס לערנען די לימודים מיטן קינד
יעצט ווערן האט דא געווינען און פארלוירען
די מוסד אין ווימ"ס וואס די סטעיט האט זיך ארויפגעלייגט האט געווינען דערמיט וואס לע"עקען די רעגירונג נישט אפשפארן די מוסד ווי אויך קען די טאטע טענען אז ער געבט די חינוך וואס עס קומט
כלל ישראל האט פארלוירןווייל עס איז קלאר געווארן דורכן געריכט אז די ריגערונג האט א רעכט ארויפצולייגן די אלע לימודים אויפ קינד און עס איז נישט באשיצט מטעם רעליגע וואס דערמיט האט מען אסאך דערלייגט ווי אויך אז די מלמדים דארפן זיין קאמפעטענט ווי אויך אז יעדער קען יעצט קלאגן יעדע מוסד
כלל ישראל האט געווינען לע"עאז זיי קענען נישט פארמאכן א מוסד און עס וועט זיין היבש שווער אוועקצונעמען פאנדינג
די עדיוקעישן דעפ. האט געווינעןמיטן קלארשטעלן אז זיי קענען פאלאנגען אלע לימודים ווי אויך אז די מלמדים דארפן זיין קאמפעטענט ווי אויך אז יעדער קען יעצט קלאגן יעדע מןסד
די עוקעישן דעפ. האט פארלוירן די רעכטן צו פארמאכן א מוסד און צו שטראפן א טאטע וואס נעמט נישט ארויס זיין קינד
וואס ווייטער
דאס איז זיכער אז די עדיוקעישן דעפארטמענט גייט אפעלירן די אורטייל וואס קען ווערן גאר א שטארע טעמע (אפי' אין פאליטיק ) איבער זייער רעכט צו פארמאכן א מוסד און איבער שטראפן א טאטע
פאר פערלס איז היבש שווער יעצט צו אפעלירן ווייל למעשה קען די רעגירונג טענען למעשה קענסטו טוען וואס די ווילסט לע"ע
בלייבט איבער צו זעהן ווי אזוי עס וועט זיך אויסשפיעלען און עס איז א חיוב פאר יעדן מתפלל צו זיין ווייל די זאכן זענען זייער האקעל און עס קען ביז די לעצטע מניט צופאלן די גאנצע זאך
אין כחי אלא בפה ביטע זייטס מתפלל
די פאפירען פון פערלס מענטשענט גראדע יא אז די SED האט נישט די מאכט,
והעיקר די דזשאדזש האט עגריעט צו די פאנדעמענטעל ארגיומענט פון פערלס אז די 'עדיקעשאן לאו' ליגט אויף די עלטערן און נישט אויפן מוסד,
און איין ווארט דערווייל זענען מיר בעז''ה באשיצט דורך די אורטייל, און וויפיל די סטעיט גייט למעשה וועלן מער גייען זיי דארפען ריפען און העכערען געריכט (ער איז די מוציא) און דארט קען מען ניצען קאנסטעטושענעל ארגיומענטס וכ''ו,
פארשטייטזיך אז די עסקנים מיט די לויער'ס קוקען איצט אריין גרינטלעך וויאזוי צו גיין ווייטער פון דא בהוראת הרבנים שליט''א אבער דאס איז זיכער איז ס'איז ב''ה געווען א געוואלדיגע טריט פאראויס אין די 7 יעריגע קאמפף למען חינוך דורותינו און מ'איז מתפלל אויף ווייטער היה עם פיפיות שלוחי עמך ישראל עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו חסדיך ה"א ואל תטשנו ה"א לנצח און מ'זאל ווייטער קענען מחנך זיין אינזערע לעכטיגע דורות בדרך שקבלנו מאבותינו ורבותינו הקדושים מייסדי החינוך און אמעריקא עד ביאת הגואל
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: געריכטליכע קלאגע אקעגען די גזירת החינוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

אורח הכבוד האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 9:27 am
...די פסק איז אז די SED און זייערע גיידליינס האט גענומען צופיל מאכט, נישט זיי און נישט די לאקעל סקול בארד האט די מאכט אפצושפארען א מוסד אדער הייסען עלטערן טוישען מוסד,
און די פסק קען די קאמישענער נישט טוישען כמובן
פיין געזאגט, אבער עס גייט נאך טיפער. די אורטייל זאגט אז די יסוד אויף וואס די גיידליינס זענען באזירט צו פארלאנגען עקווילענט עדיוקעישאן איז די געזעץ וואס פארלאנגט פון "עלטערן" צו ערציען זייערע קינדער, און די סטעיט וויל עס יעצט סטרעטשן אויך אויף סקולס, "אומלעגאל."

די אורטייל שטעלט די סטעיט עדיוקעישאן דעפט. אין א שווערע און גאר אומגעראכטענע פאזיציע.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

פערל''ס סטעיטמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

פון פיערלס
Good Evening,

The Albany Supreme Court handed down a decision in our case ( See attached ). The court ruled that significant parts of the substantial equivalency regulations exceeded the State Education Department’s authority.

Specifically, the Court held that SED and local school boards lacked the authority to direct parents to switch their children to different schools, to penalize schools or to direct their closure.

Fundamentally, the Court agreed with our argument that the Compulsory Education Law is directed at parents, not schools. As Judge Ryba wrote, “the Compulsory Education Law does not authorize or contemplate the imposition of penalties or other consequences upon a nonpublic school that has been found to not provide substantially equivalent education.”

At the same time, the Court rejected the SAPA challenge, and upheld the curricular requirements of the New Regulations, while leaving for another day an evaluation of our constitutional claims that the New Regulations were unfairly applied to yeshivas.

We are gratified that the Court recognized that the State Education Department exceeded its authority in enacting regulations that threaten yeshivas and parents with draconian penalties. In striking those provisions of the regulations, the Court agreed with parents and non-public schools across New York State who opposed these regulations.
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

יצמחפורקניה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 9:03 pm
נישט געבן דעם ליגאלן עדיוקעישען הייסט נישט טשיילד עביוז מצד די עלטערן?
די גיידליינס ביז איצט האט געלויטעט אז א מוסד וואס קומט נישט נאך די עקווילימענט פאלירט איר לעגאלע סטאטוס אלץ א מוסד,
איצט אז די מוסד פאלירט איר לעגאלע סטאטוס אלץ א מוסד קומט אטאמאטיש אויס אז די עלטערן שיקען נישט די קינדער און שולע בכלל, ממילא דארפן זיי ביי לאו לאזען וויסען פאר די עלטערען אז די מוסד וואס זיי שיקען איז מער נישט קיין לעגאלע מוסד סא טעכניש שיקען זיי נישט און קיין מוסד בכלל וואס דאס איז תיקף ומיד א פארלעצונג און געזעץ און שטייט אויס תפיסה, אזוי שטייט ארויס און זייערע גיידליינס,
די פסק נעכטען האט גענצליך געצוימט די אטארעטי פון די SED איבער די מוסד'ס לעגאלעטי, און אז די מוסדות זענען ווייטער 100% לעגאל און די עלטערן שיקען און א לעגאלע מוסד איז גארנישט ביי דיפאלט עפעס אומגעזעצליך מיט אונז ווייל מיר טוען שיקען אין א 100% לעגאלע מוסד.

גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

אורח הכבוד האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 9:39 am
גוט פאריקט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 11:39 pm
מיין מיינונג נאכן דורכליינען די אריבער 20 זייטן פסק איז זייער געמישט
פון איין זייט טוט די קוארט קלארשטעלן א נקודה וואס קען נאך אסאך ארויפקומען אין קומענדיגע קאורטס דהיינו די קאורט טוט קלארשטעלן אז די רעגירונג איז בעפוולמעכטיגט צו פארלארנגען אלע לימודים וואס עס ווערט אויסגערעכנט אין די נייע גיידליינס וואס דאס איז א ערענסטע פראבלעם
םון די צווייטע זייט קומטט די שופט ארויס מיט (איר) אייגענע מיינונג אויף א נקודה וואס מען האט זיך נישט עכט געטענט דהיינו אז די רעגירונג האט אריברגעגאנגען אירע גדרים מיטן נעמען אויף זיך די רעכטן צו פארמאכן א מוסד אויב זיי קומען נישט נאך ווי אויך די רעכט צו פארלאנגען פון א טאטן ארויסצונעמען א קינד פון א מוסד וואס קומט נישט די טענה וואס די שופטת שרייבט (די חידוש איז אז לויער האט ער בכלל נישט ארויסגעברענגעט עס איז איר אייגענע געדאנק) אז אפי' די מוסד קומט נישט נאך קען די עלטערן פונעם אליינס לערנען די לימודים מיטן קינד
יעצט ווערן האט דא געווינען און פארלוירען
די מוסד אין ווימ"ס וואס די סטעיט האט זיך ארויפגעלייגט האט געווינען דערמיט וואס לע"עקען די רעגירונג נישט אפשפארן די מוסד ווי אויך קען די טאטע טענען אז ער געבט די חינוך וואס עס קומט
כלל ישראל האט פארלוירןווייל עס איז קלאר געווארן דורכן געריכט אז די ריגערונג האט א רעכט ארויפצולייגן די אלע לימודים אויפ קינד און עס איז נישט באשיצט מטעם רעליגע וואס דערמיט האט מען אסאך דערלייגט ווי אויך אז די מלמדים דארפן זיין קאמפעטענט ווי אויך אז יעדער קען יעצט קלאגן יעדע מוסד
כלל ישראל האט געווינען לע"עאז זיי קענען נישט פארמאכן א מוסד און עס וועט זיין היבש שווער אוועקצונעמען פאנדינג
די עדיוקעישן דעפ. האט געווינעןמיטן קלארשטעלן אז זיי קענען פאלאנגען אלע לימודים ווי אויך אז די מלמדים דארפן זיין קאמפעטענט ווי אויך אז יעדער קען יעצט קלאגן יעדע מןסד
די עוקעישן דעפ. האט פארלוירן די רעכטן צו פארמאכן א מוסד און צו שטראפן א טאטע וואס נעמט נישט ארויס זיין קינד
וואס ווייטער
דאס איז זיכער אז די עדיוקעישן דעפארטמענט גייט אפעלירן די אורטייל וואס קען ווערן גאר א שטארע טעמע (אפי' אין פאליטיק ) איבער זייער רעכט צו פארמאכן א מוסד און איבער שטראפן א טאטע
פאר פערלס איז היבש שווער יעצט צו אפעלירן ווייל למעשה קען די רעגירונג טענען למעשה קענסטו טוען וואס די ווילסט לע"ע
בלייבט איבער צו זעהן ווי אזוי עס וועט זיך אויסשפיעלען און עס איז א חיוב פאר יעדן מתפלל צו זיין ווייל די זאכן זענען זייער האקעל און עס קען ביז די לעצטע מניט צופאלן די גאנצע זאך
אין כחי אלא בפה ביטע זייטס מתפלל
די פאפירען פון פערלס מענטשענט גראדע יא אז די SED האט נישט די מאכט,
והעיקר די דזשאדזש האט עגריעט צו די פאנדעמענטעל ארגיומענט פון פערלס אז די 'עדיקעשאן לאו' ליגט אויף די עלטערן און נישט אויפן מוסד,
און איין ווארט דערווייל זענען מיר בעז''ה באשיצט דורך די אורטייל, און וויפיל די סטעיט גייט למעשה וועלן מער גייען זיי דארפען ריפען און העכערען געריכט (ער איז די מוציא) און דארט קען מען ניצען קאנסטעטושענעל ארגיומענטס וכ''ו,
פארשטייטזיך אז די עסקנים מיט די לויער'ס קוקען איצט אריין גרינטלעך וויאזוי צו גיין ווייטער פון דא בהוראת הרבנים שליט''א אבער דאס איז זיכער איז ס'איז ב''ה געווען א געוואלדיגע טריט פאראויס אין די 7 יעריגע קאמפף למען חינוך דורותינו און מ'איז מתפלל אויף ווייטער היה עם פיפיות שלוחי עמך ישראל עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו חסדיך ה"א ואל תטשנו ה"א לנצח און מ'זאל ווייטער קענען מחנך זיין אינזערע לעכטיגע דורות בדרך שקבלנו מאבותינו ורבותינו הקדושים מייסדי החינוך און אמעריקא עד ביאת הגואל
ריכטיג אבער ווען מען ליינט דורך זעהט מען אז די ריכטערן האט למעשה אטטעקגענימען די קאנסטיטושענול רעכט נאר געטענעט אז די עדיוקעישן דעפארטמענט האט נישט די רעכט עס צו פארלאנגען פון א טאטע נאר די לעגיסלעיטער קען עס טוען דהיינו אויב זאל די לעגיסלעטאר טוישן די געזעץ וועט לויט די ריטער יא זיין א מעגליכקייט צו פארמאכן די מוסד און אנקלאגן די עלטערן נאר די דעפארטמענט אף עדיוקעישן קען עס נישט איינפירן אויף די אייגענע האנט און דאס האב איך געמיינט צו זאגן איז איר אייגענע חידוש דא דהיינו אז אפי' אן די קאנסטיטושענאל רעכט מיטדעמאלעמען קען עס די רעגירונג נישט טוען און אויף דעם קען קומען א ערענסטע אפיעל פון די עדיוקעישן דעפארטמענט ווייל אנדערע (גויאישע)
קענען ניצן די פסק אויף אנדערע זאכן אויך
קענסט זעהן אנהייב פונעם פסק ווי זי צולייגט די קאנסטיטושנענול חלק ווארפט זי אפ פערלס טענה אז די עלעטערן האבן א קאנסטיטושענל רעכט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אורח הכבוד האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 11:00 am
יצמחפורקניה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 9:03 pm
נישט געבן דעם ליגאלן עדיוקעישען הייסט נישט טשיילד עביוז מצד די עלטערן?
די גיידליינס ביז איצט האט געלויטעט אז א מוסד וואס קומט נישט נאך די עקווילימענט פאלירט איר לעגאלע סטאטוס אלץ א מוסד,
איצט אז די מוסד פאלירט איר לעגאלע סטאטוס אלץ א מוסד קומט אטאמאטיש אויס אז די עלטערן שיקען נישט די קינדער און שולע בכלל, ממילא דארפן זיי ביי לאו לאזען וויסען פאר די עלטערען אז די מוסד וואס זיי שיקען איז מער נישט קיין לעגאלע מוסד סא טעכניש שיקען זיי נישט און קיין מוסד בכלל וואס דאס איז תיקף ומיד א פארלעצונג און געזעץ און שטייט אויס תפיסה, אזוי שטייט ארויס און זייערע גיידליינס,
די פסק נעכטען האט גענצליך געצוימט די אטארעטי פון די SED איבער די מוסד'ס לעגאלעטי, און אז די מוסדות זענען ווייטער 100% לעגאל און די עלטערן שיקען און א לעגאלע מוסד איז גארנישט ביי דיפאלט עפעס אומגעזעצליך מיט אונז ווייל מיר טוען שיקען אין א 100% לעגאלע מוסד.
איך זע דא פארקערט היל"ת
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-03-24 112307.png
Screenshot 2023-03-24 112307.png (147.56 KiB) געזען 2519 מאל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: געריכטליכע קלאגע אקעגען די גזירת החינוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קוואל וואסער האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 9:42 am
אורח הכבוד האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 9:27 am
...די פסק איז אז די SED און זייערע גיידליינס האט גענומען צופיל מאכט, נישט זיי און נישט די לאקעל סקול בארד האט די מאכט אפצושפארען א מוסד אדער הייסען עלטערן טוישען מוסד,
און די פסק קען די קאמישענער נישט טוישען כמובן
פיין געזאגט, אבער עס גייט נאך טיפער. די אורטייל זאגט אז די יסוד אויף וואס די גיידליינס זענען באזירט צו פארלאנגען עקווילענט עדיוקעישאן איז די געזעץ וואס פארלאנגט פון "עלטערן" צו ערציען זייערע קינדער, און די סטעיט וויל עס יעצט סטרעטשן אויך אויף סקולס, "אומלעגאל."
און דעריבער לאזט עס די רעגולאציעס, אבער נעמט סך הכל אראפ די רעכט פון פארשפארן א מוסד
אורח הכבוד האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 9:27 am
די אורטייל שטעלט די סטעיט עדיוקעישאן דעפט. אין א שווערע און גאר אומגעראכטענע פאזיציע.
דאס יא, גאר אן אומגעראכטענע פאזיציע פאר אלע צדדים
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 11:23 am
אורח הכבוד האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 11:00 am
יצמחפורקניה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 9:03 pm
נישט געבן דעם ליגאלן עדיוקעישען הייסט נישט טשיילד עביוז מצד די עלטערן?
די גיידליינס ביז איצט האט געלויטעט אז א מוסד וואס קומט נישט נאך די עקווילימענט פאלירט איר לעגאלע סטאטוס אלץ א מוסד,
איצט אז די מוסד פאלירט איר לעגאלע סטאטוס אלץ א מוסד קומט אטאמאטיש אויס אז די עלטערן שיקען נישט די קינדער און שולע בכלל, ממילא דארפן זיי ביי לאו לאזען וויסען פאר די עלטערען אז די מוסד וואס זיי שיקען איז מער נישט קיין לעגאלע מוסד סא טעכניש שיקען זיי נישט און קיין מוסד בכלל וואס דאס איז תיקף ומיד א פארלעצונג און געזעץ און שטייט אויס תפיסה, אזוי שטייט ארויס און זייערע גיידליינס,
די פסק נעכטען האט גענצליך געצוימט די אטארעטי פון די SED איבער די מוסד'ס לעגאלעטי, און אז די מוסדות זענען ווייטער 100% לעגאל און די עלטערן שיקען און א לעגאלע מוסד איז גארנישט ביי דיפאלט עפעס אומגעזעצליך מיט אונז ווייל מיר טוען שיקען אין א 100% לעגאלע מוסד.
איך זע דא פארקערט היל"ת
וואס איך זאג איז אז ביז איצט איז געווען פשוט אז בד בבד אז די מוסד פאלירט איר לעגאלעטי זענען די עלטערן ביי דיפאולד זיכער עובר אופן געזעץ ווייל מ'דארף שיקען די קינדער און שולע, און זיי זענען מחיוב צו נעמען שריט (לאזען וויסען פאר די עלטערן צו טוישען ביז 30 טעג און אויב נישט קנסות,תפיסה וכ''ו) און ס'נישט שייך מעלים עין צו זיין פון די עלטערן וואס איז איצט קלאר געווארן אז זיי זענען אלע עובר אויפן געזעץ,
משא''כ איצט איז נישט די געזעץ פון די חוב אויף די עלטערן געבינדען צו די מוסד, ממילא אפילו א מוסד קומט נישט נאך די עקווילענסי איז גארנישט Wראונג מיט די מוסד אדער מיט די עלטערן וואס שיקען דארט, ס'בכלל נישט איצט מוכרח אז עלטערן פון די מוסד זענען עובר אופן געזעץ, יתכן זיי זענען משלים די % נאכדעים וכ''ו? קאן זיין יא קאן זיי נישט, קענסט טשעקן אז די ווילסט, אבער ס'נישט איצט קלאר געווארן אז כך וכך עלטערן זענען בוודאי עובר אויפן געזעץ, ממילא איז נישט קיין חלק פון זייער פראסעס וואס זיי מוזען צו גיין פאראויס צו די עלטערן מער ווי סתם אזוי.
לעצט פארראכטן דורך אורח הכבוד אום פרייטאג מארטש 24, 2023 11:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

די מוסדות וועלן ווייטער אויסשטיין אינספעקציעס אויב זיי קומען נאך די "סובסטענטשעלי עקוויווילענט" געזעץ, נאר אויב נישט קען מען נישט צווינגען די עלטערן ארויס צו נעמען די קינדער פון דארט, נאר זיי דארפן צולערנען - האום סקולינג.

זייער א שווערע און אומגעראכטענע פסק

עס פארבלייבט יעצט נאכאלץ די מעגליכקייטן פון ארבעטן אויף אקרעדיטעישאן, אדער קאנסטיטוציע קאורט קעגן די עצם "סובסטענטשעל עקוויווילענסי" געזעץ (די ריכטערין האט עטליכע מאל אונטערגעשטארכן אז ווילאנג דו טענה'סט נישט אז די סובסטענטשעל עקוויווילענסי געזעץ איז אומקאנסטיטוציאנעל קעסטו נישט טענה'ן אז די רעגולאציעס זענען אומקאסטיטוציאנעל)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אורח הכבוד האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 11:45 am
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 11:23 am
אורח הכבוד האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 11:00 am
יצמחפורקניה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 9:03 pm
נישט געבן דעם ליגאלן עדיוקעישען הייסט נישט טשיילד עביוז מצד די עלטערן?
די גיידליינס ביז איצט האט געלויטעט אז א מוסד וואס קומט נישט נאך די עקווילימענט פאלירט איר לעגאלע סטאטוס אלץ א מוסד,
איצט אז די מוסד פאלירט איר לעגאלע סטאטוס אלץ א מוסד קומט אטאמאטיש אויס אז די עלטערן שיקען נישט די קינדער און שולע בכלל, ממילא דארפן זיי ביי לאו לאזען וויסען פאר די עלטערען אז די מוסד וואס זיי שיקען איז מער נישט קיין לעגאלע מוסד סא טעכניש שיקען זיי נישט און קיין מוסד בכלל וואס דאס איז תיקף ומיד א פארלעצונג און געזעץ און שטייט אויס תפיסה, אזוי שטייט ארויס און זייערע גיידליינס,
די פסק נעכטען האט גענצליך געצוימט די אטארעטי פון די SED איבער די מוסד'ס לעגאלעטי, און אז די מוסדות זענען ווייטער 100% לעגאל און די עלטערן שיקען און א לעגאלע מוסד איז גארנישט ביי דיפאלט עפעס אומגעזעצליך מיט אונז ווייל מיר טוען שיקען אין א 100% לעגאלע מוסד.
איך זע דא פארקערט היל"ת
וואס איך זאג איז אז ביז איצט איז געווען פשוט אז בד בבד אז די מוסד פאלירט איר לעגאלעטי זענען די עלטערן ביי דיפאולד זיכער עובר אופן געזעץ ווייל מ'דארף שיקען די קינדער און שולע, און זיי זענען מחיוב צו נעמען שריט (לאזען וויסען פאר די עלטערן צו טוישען ביז 30 טעג און אויב נישט קנסות,תפיסה וכ''ו) און ס'נישט שייך מעלים עין צו זיין פון די עלטערן וואס איז איצט קלאר געווארן אז זיי זענען אלע עובר אויפן געזעץ,
משא''כ איצט איז נישט די געזעץ פון די חוב אויף די עלטערן געבינדען צו די מוסד, ממילא אפילו א מוסד קומט נישט נאך די עקווילענסי איז גארנישט Wראונג מיט די מוסד אדער מיט די עלטערן וואס שיקען דארט, ס'בכלל נישט איצט מוכרח אז עלטערן פון די מוסד זענען עובר אופן געזעץ, יתכן זיי זענען משלים די % נאכדעים וכ''ו? קאן זיין יא קאן זיי נישט, קענסט טשעקן אז די ווילסט, אבער ס'נישט איצט קלאר געווארן אז כך וכך עלטערן זענען בוודאי עובר אויפן געזעץ, ממילא איז נישט קיין חלק פון זייער פראסעס וואס זיי מוזען צו גיין פאראויס צו די עלטערן מער ווי סתם אזוי.
ס'ארבעט בכלל נישט מיט די מהלך פון " קענסט טשעקן אויב דו ווילסט"
די רגע די סקות איז נישט דער וואס שטעלט צו די עדיוקעישאן (דהיינו די עד. דעפט. טרעפט אז א מוסד לערנט נישט אלעס) פאלן די עלטערן אונטער די האום סקולינג געזעצן - און עס הייסט ווייטער אז זיי שיקן נישט אין קיין סקול.

היום סקולינג האט זייער שטייפע געזעצן, מען דארף אריין שיקן חברים מיט באווייזן וכדומה - און די ריכטערין האט יעצט געאורטיילט אז ביי דיפאולט איינער וואס שיקט אין א מוסד (וואס די עד. דעפט. זאגט אז עס איז נישט עקוויווילענט) פאלט אונטער דער קאטעגאריע
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

וויבאלד דער געריכט האט אוועקגעשטעלט א יסוד אז דער חובת החינוך באלאנגט אויסדריקליך אויף די עלטערן, און דער גאנצער סובסטענשל עקוויווילענס דארפן די עלטערן זיכער מאכן צו צושטעלן, קומט בכלל נישט אריין דא וואס דער מוסד שטעלט צו אדער נישט.
דער מוסד האט נישט קיין שום חיוב צוצושטעלן דאס אדער יענץ, ווילאנג זיי קומען נאך די פארלאנגען וואס א מוסד דארף זיין, עס האט טיטשערס, עס האט קלאסן, מען לערנט געוויסע סובדזשעקטס אין עדיוקעישן וכדומה, האט נישט די SED קיין שום רעכט נאכצוקוקן די סטאנדארט פון די לימודים, ווייל ווי געזאגט איז דאס נישט קיין חוב אויף די מוסד צוצושטעלן די גאנצע פארלאנגטע עדיוקעישן, קענען זיי נישט מאכן קיין אינספעקשנס אויף דעם.

לכאורה איז דער פסק גאר גינסטיג לעת עתה, ווייל זיי קענען נישט צימבלן די מוסדות, און דאס איז ווי ארויסגעלאזט די לופט פון די רעדער. די שונאים זענען לכאורה גאר אפגעפאטשט און גייען שוין נישט עכט האבן קיין גרינגע טול צו ציקירן דעם דעפארטמענט פארוואס דאס און פארוואס יענץ, ווייל דו גייסט דא דארפן האנדלן מיט אינדיווידואלן.

און אויב וועט ח"ו אנקומען צו א פאל וואס מען וועט יא טשעפענען מיט די עלטערן, קען מען אייביג ווייטער קלאגן איבער די קאנסטיטוציאנאליטעט פון דעם עצם געזעץ, וואס מען האט יעצט אינגאנצן נישט בארירט.
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

עפעס אנדערש האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 12:21 pm

למעשה האט די קאורט געלאזט די גיידליינס.
וואס מיינט אז די מוסד האט פארשריפטן וואס זיי מוזן נאכקומען.

וואס און וויפיל און וויאזוי די רעגירונג קען עס ענפארסן, איז נישט קלאר.
עפרות זהב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 2:42 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפרות זהב »

ווי איז
הכל הבל
מיט זיין קלארע באריכטן איבערן קאורט?
לאז אים אפטיישן די פסק און אלעס ועט זיין קלאר
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

עפעס אנדערש האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 12:21 pm
וויבאלד דער געריכט האט אוועקגעשטעלט א יסוד אז דער חובת החינוך באלאנגט אויסדריקליך אויף די עלטערן, און דער גאנצער סובסטענשל עקוויווילענס דארפן די עלטערן זיכער מאכן צו צושטעלן, קומט בכלל נישט אריין דא וואס דער מוסד שטעלט צו אדער נישט.
דער מוסד האט נישט קיין שום חיוב צוצושטעלן דאס אדער יענץ, ווילאנג זיי קומען נאך די פארלאנגען וואס א מוסד דארף זיין, עס האט טיטשערס, עס האט קלאסן, מען לערנט געוויסע סובדזשעקטס אין עדיוקעישן וכדומה, האט נישט די SED קיין שום רעכט נאכצוקוקן די סטאנדארט פון די לימודים, ווייל ווי געזאגט איז דאס נישט קיין חוב אויף די מוסד צוצושטעלן די גאנצע פארלאנגטע עדיוקעישן, קענען זיי נישט מאכן קיין אינספעקשנס אויף דעם.

לכאורה איז דער פסק גאר גינסטיג לעת עתה, ווייל זיי קענען נישט צימבלן די מוסדות, און דאס איז ווי ארויסגעלאזט די לופט פון די רעדער. די שונאים זענען לכאורה גאר אפגעפאטשט און גייען שוין נישט עכט האבן קיין גרינגע טול צו ציקירן דעם דעפארטמענט פארוואס דאס און פארוואס יענץ, ווייל דו גייסט דא דארפן האנדלן מיט אינדיווידואלן.

און אויב וועט ח"ו אנקומען צו א פאל וואס מען וועט יא טשעפענען מיט די עלטערן, קען מען אייביג ווייטער קלאגן איבער די קאנסטיטוציאנאליטעט פון דעם עצם געזעץ, וואס מען האט ביז יעצט בשיטה נאכ נישט בארירט.
דאס געריכט האט אויך פרעזערווירט אונזער מעגליכקייט צו ברענגן א קאנסטיטוציאנעלע אנקלאגע אויב זאל סיי וועלכע ישיבה ווערן אומ'יושר'דיג פאראורטיילט אדער באלאסטיגט דורך סטעיט'ס דורכפירן די רעגולאציעס," האט פערל"ס געזאגט אין א סטעיטמענט.
לעצט פארראכטן דורך אורח הכבוד אום פרייטאג מארטש 24, 2023 12:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

קיסריה האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 12:35 pm
עפעס אנדערש האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 12:21 pm
וויבאלד דער געריכט האט אוועקגעשטעלט א יסוד אז דער חובת החינוך באלאנגט אויסדריקליך אויף די עלטערן, און דער גאנצער סובסטענשל עקוויווילענס דארפן די עלטערן זיכער מאכן צו צושטעלן, קומט בכלל נישט אריין דא וואס דער מוסד שטעלט צו אדער נישט.
דער מוסד האט נישט קיין שום חיוב צוצושטעלן דאס אדער יענץ, ווילאנג זיי קומען נאך די פארלאנגען וואס א מוסד דארף זיין, עס האט טיטשערס, עס האט קלאסן, מען לערנט געוויסע סובדזשעקטס אין עדיוקעישן וכדומה, האט נישט די SED קיין שום רעכט נאכצוקוקן די סטאנדארט פון די לימודים, ווייל ווי געזאגט איז דאס נישט קיין חוב אויף די מוסד צוצושטעלן די גאנצע פארלאנגטע עדיוקעישן, קענען זיי נישט מאכן קיין אינספעקשנס אויף דעם.

לכאורה איז דער פסק גאר גינסטיג לעת עתה, ווייל זיי קענען נישט צימבלן די מוסדות, און דאס איז ווי ארויסגעלאזט די לופט פון די רעדער. די שונאים זענען לכאורה גאר אפגעפאטשט און גייען שוין נישט עכט האבן קיין גרינגע טול צו ציקירן דעם דעפארטמענט פארוואס דאס און פארוואס יענץ, ווייל דו גייסט דא דארפן האנדלן מיט אינדיווידואלן.

און אויב וועט ח"ו אנקומען צו א פאל וואס מען וועט יא טשעפענען מיט די עלטערן, קען מען אייביג ווייטער קלאגן איבער די קאנסטיטוציאנאליטעט פון דעם עצם געזעץ, וואס מען האט יעצט אינגאנצן נישט בארירט.
למעשה האט די קאורט געלאזט די גיידליינס.
וואס מיינט אז די מוסד האט פארשריפטן וואס זיי מוזן נאכקומען.

וואס און וויפיל און וויאזוי די רעגירונג קען עס ענפארסן, איז נישט קלאר.
די קאורט האט געלאזט די גיידליינס וואס די חינוך דארף זיין, נישט וואס דער מוסד דארף צושטעלן.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עפעס אנדערש האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 12:21 pm
וויבאלד דער געריכט האט אוועקגעשטעלט א יסוד אז דער חובת החינוך באלאנגט אויסדריקליך אויף די עלטערן, און דער גאנצער סובסטענשל עקוויווילענס דארפן די עלטערן זיכער מאכן צו צושטעלן, קומט בכלל נישט אריין דא וואס דער מוסד שטעלט צו אדער נישט.
דער מוסד האט נישט קיין שום חיוב צוצושטעלן דאס אדער יענץ, ווילאנג זיי קומען נאך די פארלאנגען וואס א מוסד דארף זיין, עס האט טיטשערס, עס האט קלאסן, מען לערנט געוויסע סובדזשעקטס אין עדיוקעישן וכדומה, האט נישט די SED קיין שום רעכט נאכצוקוקן די סטאנדארט פון די לימודים, ווייל ווי געזאגט איז דאס נישט קיין חוב אויף די מוסד צוצושטעלן די גאנצע פארלאנגטע עדיוקעישן, קענען זיי נישט מאכן קיין אינספעקשנס אויף דעם.

לכאורה איז דער פסק גאר גינסטיג לעת עתה, ווייל זיי קענען נישט צימבלן די מוסדות, און דאס איז ווי ארויסגעלאזט די לופט פון די רעדער. די שונאים זענען לכאורה גאר אפגעפאטשט און גייען שוין נישט עכט האבן קיין גרינגע טול צו ציקירן דעם דעפארטמענט פארוואס דאס און פארוואס יענץ, ווייל דו גייסט דא דארפן האנדלן מיט אינדיווידואלן.

און אויב וועט ח"ו אנקומען צו א פאל וואס מען וועט יא טשעפענען מיט די עלטערן, קען מען אייביג ווייטער קלאגן איבער די קאנסטיטוציאנאליטעט פון דעם עצם געזעץ, וואס מען האט יעצט אינגאנצן נישט בארירט.
עס איז נישט מעגליך וואס דו זאגסט, ווייל די אורטייל זאגט זייער קלאר אז זיי מעגן פארלאנגען "קורסעס" פאר די טיטשערס וכדומה, און זאגט נאר אז איינמאל זיי באשליסן אז א מוסד קומט נישט נאך די פארשריפטן קענען זיי נישט אפשפארן די מוסד אדער צווינגען די עלטערן צו טוישן מוסד זינט עס שטייט נישט אין ערגעץ אז מען דארף שיקן די קינדער אין א מוסד...

און ער זאגט טאקע קלאר אז אין דעם פאל דארף מען אפלייען די האום סקולינג רולס

וואס איך פארשטיי גייען ווייטער זיין אינספעקציעס, און די גיידליינס זענען זאכן וואס א מוסד דארף נאכקומען כדי עס זאל הייסן אז די קינדער באקומען אן ערציאונג, עס לאזט נאר נישט אפשפארן א מוסד וואס שטעלט זיך נישט צי זינט סוכ"ס איז די מוסד גארנישט מחויב, אבער די עלטערן וועט עס ווייטער הייסן ווי זיי שיקן נישט אין קיין מוסד
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע:לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

זי שטעלט נישט אוועק א יסוד אויפן "חובת החינוך". ס״ה זאגט זי אז די "גיידליינס" איז עפעס וואס באלאנגט פאר עלטערן זעכער צו מאכן אז עס ווערט נאכגעקומען. די מוסדות איז כלפי די גיידליינס גארנישט מער אחריות דערויף ווי א גראסערי. (ווער עס האט פארדינט פון די פסק איז די לאקאלעטיס אויף וועמען די עדזשוקעישן דעפ. האט מכבד געווען מיט די ענפארסמענט ראלע.)

די גיידליינס איז אבער נישט קיין געזעץ. ס׳איז א רול געבויעט אויפן עקזעסטירענדע געזעץ. די ריכטער זאגט קלאר אויב האלטסטו אז די גיידליינס איז נישט קאנסטעטוציענאל, ברויכסטו אטאקירן דעם עצם, איר אלטן געזעץ, אויף וואס די גיידליינס זענען געבויעט אויף. ווייל לויט די ריכטער איז די גיידליינס איינשטימיג מיטן עצם געזעץ פון נוא יארק. (עכ"פ לויט וויזוי די לאו סוט האט אראפגעשטעלט אירע טענה'ס. זעה מער הסביר דערויף אראפציר.)

די נוא יארק "געזעץ" זאגט שוין לאנגע יארן אז פריווייטע סקולס ברויכן זיין "זייער שטארק גלייך" (substantially equivalent) מיט זייער קאריקאלום (לימודים) צו דאס וואס מען לערנט אין די פובליק סקולס.

די טערמין substantially equivalent איז נישט קיין קלארע געזעץ, (מען רופט דאס א גרעי עריע). ווייל עס באשטומט נישט קלאר די זאך. מען קען זיך דינגן וויפיל דאס מיינט. דו קענסט טענה'ן אז 70% גלייך הייסט שוין substantially equivalent, א צווייטער קען אבער שרייען אז נאר 90% הייסט שוין substantially equivalent.

לאנגע יארן צוריק איז די פובליק סקול קאריקאלום באשטענען פון אסאך ווייניגער סובדזשעקטס ווי היינט. קומט אויס אזוי. אפילו אמאל זענען די מוסדות יא געווען היבש מער גלייך מיט די פובליק סקולס מיט די לימודי חול, כהיום שטייט מען אבער זייער ווייט פון צו זיין substantially equivalent. מסתמא נישט קיין 10% אויכנישט. און עס איז קיין דעבאטע, אויף דעם האט יאפעד אנגעהויבן און געפירט זייער מערכה. "די מוסדות זענען נישט אין קאמפלייענט מיט די נוא יארק סטעיט געזעץ".

ביז עטליכע יאר צוריק האט פאסירט דאס . (עס איז ווערד איבערצוליינען בעסער צו פארשטיין.)

קומט אויס אזוי. בעצם אין דיפאלט (אהן די פרישע גיידליינס) קומען שוין אלע מוסדות נאך דעם געזעץ 100%. נארוואס, דער קאמישענער קען הייסן טוישן לימודים, אבער נאר ווילאנג אירע גיידליינס קומען נאך די סטעיט געזעץ. און אויב זענען די גיידליינס זיך סותר מיטן סטעיט געזעץ, איז עס נישט אויסגעהאלטן לויטן סטעיט געזעץ.

וואס טוט זיך אבער אויב מוסדות וואס קומען נאך די געזעץ 100%, און די פרישע גיידליינס מאכט עס אז מוסדות פאלן ארויס פונעם געזעצליכן קאטאגאריע? איז זייער מעגליך אז עס איז אפילו נישט סטעיט-געזעצליך אויסגעהאלטן. א ריכטער ברויך דאס פסק'נען. און דאס איז אויסער די טענה אז דאס הייסן "טוישן" עפעס אהן קיין גרינטליכער סיבה, בעת וואס די מוסדות פאלגן אלעס, איז מעגליך דיסקרימענאציע קען רעליגיע.

נאכאמאל. דאס איז נאר אויב קומען די מוסדות "יא" נאך דעם עצם "געזעץ". נאר מיט אירע "גיידליינס" פאלסטו ארויס! אויב קומסטו "נישט" נאך דעם "געזעץ", מעגסטו האבן טענות אויף די גיידליינס ביז מארגן. די גיידליינס איז אין ליניע מיטן געזעץ.. האסט א פראבלעם דערמיט, קלאג דעם עצם געזעץ. און דאס איז גענוי וואס די ריכטער שרייבט! די גיידליינס זענען אויסגעהאלטן לויטן סטעיט געזעץ (ווידער, לויט וויזוי די לאו סוט האט אראפגעשטעלט אירע טענה'ס.) און אויב האסטו א פראבלעם מיט עצם געזעץ, נעם די געזעץ אין א קאנסטעטוציענאלע קלאגע.

די קלאגע (אויף וואס דער ריכטער האט גע'פסק'ט נעכטן) האט אטאקירט די גיידליינס, די עצם געזעץאון די אווערסייט פאוער פונעם קאמישענער, באשלדיגנדיג אז איר "עצם אווערסייט", "דאס" דיסקרעמאנירט רעליגיעזע מוסדות. די נעכטיגע פסק כשר'ט אלעס. סיי די גיידליינס, די געזעץ, און אזוי אויך די אווערסייט פונעם קאמישענער. ס"ה זאגט זי אז די עדזשוקעישן דעפ זענען נישט די פאליס צו ״פארשפארן מוסדות״. און צו די גיידליינס ווערן נאכגעקומען צו נישט באלאנגט פאר די עלטערן.

דער פראבלעם איז אבער, אינעם לאו סוט האבן זיי טאקע ווי געזאגט אטאקירט די עצם געזעץ (substantially equivalent), אבער זייער נישט ריכטיג. אנשטאטס דערציילן פאר׳ן ריכטער אז כהיום קומען די מוסדות נאך די סטעיט געזעץ מיט די לימודים, און נאר מיט די גיידליינס פאלן די מוסדות ארויס, האבן זיי אינעם סוט געהאט טענות אויפן substantially equivalent טערמין, אז דאס איז דיסקרימאנעישן (ווי צוזאגן אז וועגן דעם קומען די מוסדות "נישט" נאך די געזעץ). איי פארוואס איז טאקע נישט געווען די קלאגע אז אונז קומען יא נאך דעם געזעץ, נאר די גיידליינס שטופן אונז אומגערעכטערהייט ארויס? קשיא...

האט מען אינעם לאו סוט אטאקירט די גיידליינס, עפעס וואס איז כשר לויטן סטעיט געזעץ (ווידער, לויט וויזוי די לאו סוט האט אראפגעשטעלט אירע טענה'ס) וואס געבט איר די אוטאראטעיט. און די סטעיט האט טאקע באקומען א הכשר אויף די גיידליינס. אז ס'איז נישט דיסקרימאנעשן. עפעס וואס יעדער האט אליינס געקענט פראדיקטן אז דאס וועט פאסירן.

יעצט, צו ענפארסמענט. קיינער האט נישט חושד געווען אז פאליס גייט אראפקומען צושפארקן די ת"ת. וויזוי זיי וואלטן עס פארסירט ווייסט קיינער, אבער די גאנצע ענפארסמענט האבן זיי אליינס ארויפגעלייגט אויף די לאקאלעטיס, וועלכע אנטזאגן זיך עס צו ענפארסן. און לגבי פאנדינג, פאנדינג איז אויסשליסליך פאר ווער עס פאלגט די תקנות, און אויב איינער פאלגט נישט קען די דעפארטמענט סטאפן פאנדינג. ווייל אויף פאנדינג איז די דעפארטמענט "יא" די "פאליס".

אפשר איז ווערד צו ענדיגן די תגובה מיט א פסוק? כ'מיןן דאס מאכט עס מער לעגעטים..
לעצט פארראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום פרייטאג מארטש 24, 2023 3:03 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
!!!NEVER SURRENDER
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

סתם קלאר צו שטעלן, ס'הייסט טאקע אלבאני סופרים קאורט אבער דאס איז די נידעריגסטע לעוול אינעם געריכט, אין סטעיט איז סופרים קאורט די קלענסטע משא"כ אין פעדערעל איז סופרים די העכסטע, העכער דעם איז נאך דא אפעלאט דיוויזשאן, דערנאך נ.י. סטעיט העכסטע געריכט, און דערנאך הערשט פעדערעל קאורט.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

סך הכל פונעם פסק אין איין ווארט

די ריכטערין האט אנטזאגט "אלע" 9 מאושענס פון די קלעגער, מיט די אויסנאם פון די מאושען אז די גיידליינס זענען נישט אויסגעהאלטן האט ער נאכגעגעבן איין שורה, אז מען דארף אויסשטרייכן איין שורה, אז זיי קענען פארמאכן די מוסד

אין אידיש: די גיידליינס האבן ענטהאלטן א שורה אז א מוסד וואס קומט נישט נאך די גיידליינס וועט נישט אנערקענט ווערן אלץ מוסד און עלטערן וועלכע שיקן אהין וועלן נישט פאררעכנט ווערן ווי זיי שיקן אין סקול און די עד. דעפט. וועט זיי צווינגען צו טוישן שולע(און דערמיט אטאמאטיש אפשפארן די מוסד)
האט זי אויסגעשטראכן די שורה אז מען וועט פארמאכן די מוסד, - דהיינו עס וועט ווייטער הייסן אז די עלטערן שיקן נישט אין קיין מוסד, אבער מען קען זיי נישט צווינגען צו שיקן אין א מוסד זינט עס איז דא די אפציע פון האום סקולינג.

די עצם אומאנערקענען א מוסד אלץ עקוויווילענט וועט ווייטער באדייטן אז די עלטערן קומען נישט נאך די עדיוקעישאן געזעץ, אבער אנשטאט פארמאכן די מוסד וועלן זיי דארפן גיין צו די עלטערן

און דערצו האט זי פארזיכערט אז די מוסדות זענען נישט א פארטיי אינעם קאנפליקט בכלל, נאר עס איז צווישן די עלטערן און די עד דעפט.
לעצט פארראכטן דורך פאליטישע עקספערט אום פרייטאג מארטש 24, 2023 3:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

דארף מען עס נאך געהעריג ליינען און שטודירן אבער בעצם קוק איך עס אן ווי א געוואלדיגע גוטע פסק פון א לעגאלן שטאנדפונקט
דאס איז אלץ געווען קלאר אז עס איז דא א חיוב חינוך כפי דיניהם אויף די עלטערן און אויף דעם האט זיך גארנישט געטוישט ניטאמאל איין אות
יעצט פאנגט זיך אן וויפיל דער מוסד דארף זיך ושטעלן צו פארפילן דעם פארלאנג וואס דא האט די רעגירונג ארויפגעלייגט אלע מינע תירוצים וואס ווי ווען וויאזוי
קומט דער שופט און זאגט אזוי:
אלע געזעצן ביזטו הונדערט פראצענט גערעכט אבער מיט דעם איז עס די זעלבע ווי הונדערט יאר צוריק
די ישיבות זענען נישט דיינע מחותנים און עס איז בכלל נישט נוגע וואס ער טוט יא אדער נישט ענד גאו פליי עי קייט
לאנטש פראגרעם וועלן זיי ווייטער מזן געבן על אפם ועל חמתם באסעס אויך פשוט ווייל זיי זענען א פאסיליטי וואס שטעלט צו פארשידענע ענטייטלד סערוויסעס
פאר די עצם לימודים האבן זיי סייווי נישט באצאלט ביז יעצט אויך נישט
צו די זאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו די זאך »

דאס האב איך געשריבן פאר איינעם אין אישי:

און בכלל דארפסטו פארשטייין, אויף אן אמת, שלאגט מען זיך נישט אויף די גיידליינס, ווייל אזוי ווי די ריכטר ברענגט ארויס, זאגן זיי פשוט פשט פונעם געזעץ, און סאיז כמעט די זעלבע ווי אלע יארן, און קיינער האט נישט געהאט א פראבלעם די אלע יארן מיט די סאבדזשעקטס.

די עיקר פחד דא איז געווען, אז זיי האבן האבן זיך גענומען די אויטיריטעט, אריינצוקומען אינעם מוסד, און אינטיילן רעכסט און לינקס, און אפמאכן אויב מאינפארסירט די געזעץ, דאס איז געווען די גרעסטע סכנה,

און דאס איז ב״ה אנילירט געווארן.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”