מיימאנעדיס גייט צום פארבעסערונג - יישר כח עסקני העיר
איך האב געשריבן א לאנגער ארטיקל און קריטעקירט די מהלך פון די "סעיוו מייעמאנעדיס קאמפיין" כאטש איך האב קלאר ארויסגעברענגט אז עפעס האט געמוזט געטוען ווערן נאר איך האב געשפירט אז אנזייען פחד און שרעק קען האבן א שלעכטער אפעקט ווען חלקים פונעם שפיטאל זענען בכלל נישט שלעכט נאר זייער גוט.
איך האב דאס געשריבן נאר לויט די אנפארמאציע וואס איך האב באקומען אויפן מינוט אז געוויסע חלקים זענען אייביג געווען גוט, אויף דעם ארויף האב איך געפרעגט פארוואס אנזייען שרעק פאר די וואס דארפן צוקומען צום שפיטאל, מיינענדיג אז מען טראגט זיי אריין צום מלאך המוות הויפט קוואטיר, ווען זיי זענען זייער גוט און געוויסע חלקים.
למעשה האט דער עולם ראיגירט אויף דעם ארטיקל אז דאס גאנצע גוטע צוגאנג וואס איך האב געהאט אין שפיטאל איז א דירעקטאר תוצאה פונעם קאמפיין.
אויב אזוי וויל איך אויסשרייען בשער בת רבים יישר כח פאר די חשובע עסקניםאיר האט שוין עפעס אויפגעטוען און כה לחי אויף ווייטער אוועקצושטעלן א גוטער שפיטאל צו העלפן אחינו בני ישראל.
מיין עקפירעינס אין שפיטאל איז ברוך השם געווען העכער אלע ערוואטונגען, גלייך ביים אנקומען האבן די שטאב גלייך זיך אפגעגעבן מיט מיין קינד און גלייך צוגעטראפן צום פראבלעם, געווען זייער העפליך און אלעס קלאר און שיין מסביר געווען.
דורכאויס מיין גאנצע צייט וויילן אינעם שפיטאל האב איך געהאט צענדליגע נורסעס און ברוך השם איך קען זאגן איינס ביי איינס זענען זיי געווען מוראדיג איבערגעגעבן און סענסעטיוו, און באמת געקעירט פארן פאציענט. איך האב אפילו איינמאל געהאט א שטיקל שפארעריי מיט איינע פון די רעזידענס דאקטורים און די נורסעס אויפן פלאר האבן זיך מוראדיג אנגענומען פאר מיר.
יא, מ’קען ניצן שענערע שטיבער און אביסל בעסערע עיר קאנדישן אבער דאס איז נאר א טפל צום עיקר וואס מען דארף.
איך האב אויך א שוואגער וואס איז דא געווען מיט א קינד לעצטענס און געהאט זייער א געשמאקע עקספיריענס.
דער אייבישטער זאל באצאלן פאר די חשובע עסקנים בכל מילי דמיטב און עטס זאלטס קענען אויספירן און טאקע ברענגען דעם שפיטאל צו די שטאפלן וואו עס באלאנגט.
כה דברי א טאטע פון א קינד וואס האט געהאטע גוטע באהנדלונג אין שפיטאל אדאנק אייער ארבייט.
אויב האט איר אדער א משפחה געהאט א גוטע עקפיריענס די לעצטע פאר טעג קומט אריין אפגעבן א יישר כח פאר די חשובע עסקנים און איינוועגס בארואיגן אחינו בני ישראל וואס דארפן ניצן דעם שפיטאל.