וויכטיגע מעלדונג: מוצ"ש ארום 12:00 וועט מען ארבעטן אויף די סייט סערווער צו פארזיכערן די סעקיוריטי, עס וועט מעגליך זיין אויסגעלאשן פאר קורצע צייטן, א דאנק, מיט פארשטענדעניש.

היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

א גוט יאר טייערע חשובע יודן
האמיר אביסל ארומגענישטערט אויפן וועלטל, זוכנדיג אן אשכול וואס רעדט איבער היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניעהאמיר זיך אנגעטראפן אז אויף אידישע היסטאריע פון ענגלאנד איז שוין דא אן אשכול אבער נישט אויף אלגעמיינע היסטאריע. וועט די דאזיגע אשכול זיין געווידמעט פאר היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע(אלגעמיינע)

העמיר גיין פתיחה

קאמענטארן ביטע דא
לעצט פארראכטן דורך בריטישע קעניג אום דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 1:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

וואף, דער איז קוים געווארן קעניג שוין טוט ער אויף אסאך!!!
קיפ אן א גוטע איידיע!
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

דיעגא האט געשריבן:
וואף, דער איז קוים געווארן קעניג שוין טוט ער אויף אסאך!!!
קיפ אן א גוטע איידיע!
יישר כח

קאמענטארן אויף דיעזע אשכול ביטע דא
לעצט פארראכטן דורך בריטישע קעניג אום דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 12:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

אביסל איבער היסטאריע פון דעמאקראטיע אין ענגלאנד

אין 1782 האבן אנגעהויבען שטארק ארויסשפראצן די Whig and Tory (סקאטטיש און אייריש טוירמס) באוועגונגען ווי דער קעניג דזשארדזש דער דריטער (1760–1820) איז געווען געצוואונגען אויפצונעמען א Whig (ליבעראלע) פריים מיניסטער און באקומען פון אים/זיי עפפראוועל פאר יעדע נייע געזעץ און/אדער טעקס העכערונג און איז אריינגעשריבען געווארן אין די אומאפיציעלע קאנסטיטוציע אלץ פאקט.

(פריים מיניסטער'ס זענען שוין געווען אין ענגלאנד זינט 1721 אבער נאכנישט געהעריג דעמאקראטיש געשטימט,
מיט Robert Walpole (1721–42)צו זיין דער ערשטער)

א ליסטע (אין ספוילער):
◄ ווייז ספוילער
Robert Walpole (1721–42)
Spencer Compton (1742–43)
Henry Pelham (1743–54)
Thomas Pelham-Holles (1754–56; 1st time)
William Cavendish (1756–57)
Thomas Pelham-Holles (1757–62; 2nd time)
John Stuart (1762–63)
George Grenville (1763–65)
Charles Watson Wentworth (1765–66; 1st time)
William Pitt, the Elder (1766–68)
Augustus Henry Fitzroy (1768–70)
Frederick North (1770–82)
Charles Watson Wentworth (1782; 2nd time)
William Petty-Fitzmaurice (1782–83)
William Henry Cavendish-Bentinck (1783; 1st time)
William Pitt, the Younger (1783–1801; 1st time)
Henry Addington (1801–04)
William Pitt, the Younger (1804–06; 2nd time)
William Wyndham Grenville (1806–07)
William Henry Cavendish-Bentinck (1807–09; 2nd time)
Spencer Perceval (1809–12)
Robert Banks Jenkinson (1812–27)
George Canning (1827)
Frederick John Robinson (1827–28)
Arthur Wellesley (1828–30; 1st time)
Charles Grey (1830–34)
William Lamb (1834; 1st time)
Arthur Wellesley (1834; 2nd time)
Robert Peel (1834–35; 1st time)
William Lamb (1835–41; 2nd time)
Robert Peel (1841–46; 2nd time)
John Russell (1846–52; 1st time)
Edward Geoffrey Stanley (1852; 1st time)
George Hamilton-Gordon (1852–55)
Henry John Temple (1855–58; 1st time)
Edward Geoffrey Stanley (1858–59; 2nd time)
Henry John Temple (1859–65; 2nd time)
John Russell (1865–66; 2nd time)
Edward Geoffrey Stanley (1866–68; 3rd time)
Benjamin Disraeli (1868; 1st time)
William Ewart Gladstone (1868–74; 1st time)
Benjamin Disraeli (1874–80; 2nd time)
William Ewart Gladstone (1880–85; 2nd time)
Robert Cecil (1885–86; 1st time)
William Ewart Gladstone (1886; 3rd time)
Robert Cecil (1886–92; 2nd time)
William Ewart Gladstone (1892–94; 4th time)
Archibald Philip Primrose (1894–95)
Robert Cecil (1895–1902; 3rd time)
Arthur James Balfour (1902–05)
Henry Campbell-Bannerman (1905–08)
H.H. Asquith (1908–16)
David Lloyd George (1916–22)
Bonar Law (1922–23)
Stanley Baldwin (1923–24; 1st time)
Ramsay Macdonald (1924; 1st time)
Stanley Baldwin (1924–29; 2nd time)
Ramsay Macdonald (1929–35; 2nd time)
Stanley Baldwin (1935–37; 3rd time)
Neville Chamberlain (1937–40)
Winston Churchill (1940–45; 1st time)
Clement Attlee (1945–51)
Winston Churchill (1951–55; 2nd time)
Anthony Eden (1955–57)
Harold Macmillan (1957–63)
Alec Douglas-Home (1963–64)
Harold Wilson (1964–70; 1st time)
Edward Heath (1970–74)
Harold Wilson (1974–76; 2nd time)
James Callaghan (1976–79)
Margaret Thatcher (1979–90)
John Major (1990–97)
Tony Blair (1997–2007)
Gordon Brown (2007–10)
David Cameron (2010–16)
Theresa May (2016–19)
Boris Johnson (2019–22)
Liz Truss (2022– )
אין 1831 ווען Charles Grey, 2nd Earl Grey (אולי מכאן קומט דער נאמען Earl Greyצו די פאפולערע ענגלישע טיי..) איז געווען פרעמיער מיניסטער האט ער פראבירט עס צו מאכן אפיציעל און איז 3 מאל דורכגעפאלן נאכן דורך קומען די הויז-אוו-קאממאנס, אבער נישט קענענדיג דורך קומען די הויז-אוו-לארדס האט ער זיך געוואנדען צום דעמאלטיגן קעניג וויליאם דער פערטער(אגב: אונזער נעקסטע קעניג וועט הייסן וויליאם דער פיפטער...) טענה'ענדיג אז דאס פאלק וויל דעמאקראטיע נאר די הויכע עליטע זענען נישט מסכים און געבעטן זיין הילף צו האבן זיין אטאריטעט צו צווינגען די הויז-אוו-לארדס מסכים צו זיין.

דער קעניג וואס האט זיך נישט געזוכט קיין איבעריגע צרות האט אבער נישט געוואלט אזוי גרינג מסכים געווען דערצו און האט פראבירט צו פארמירן א נייע גאווערמענט וואס זאל זיך אויסקומען מיט די לארדס אבער האט גאנץ שנעל זיך אויפגעוויזען אז סארבעט נישט! ענגלאנד איז שטילערהייט אריבער א טויש! דא איז געשעהן די טשעינדזש.

אין June 4, 1832 איז דעמאקראטיע אדורך אויך אין די הויז-אוו-לארדס און געווארן א אפיציעלע פאקט אז ענגלאנד איז א דעמאקראטיש לאנד און איז געווארן אריינגעשריבען אפיציעל אין געזעץ!
דאס איז געווען די ערשטע רעפארם פון קעניגרייך צו דעמאקראטיע (קאנסערוואטיוו) וואס האט געשאנקען אויך פאר נידעריגערע קלאס מענטשען די זכות בחירה.

די צווייטע רעפארם בילל איז פארגעקומען אין 1876 ווי אלץ רעזולטאט זענען די צאל ערמעגליכטע שטימערס ארויף צו 938,000, און האט ערלויבט ארבעטסלייט צו שטימען פונקט ווי יעדער אין שטאט לאנדאן.

די דריטע און לעצטע פון די סעריע, אין 1884/5, האט געלויטעט אז יעדע געגענט/שטאט מעג האבן 50,000 שטימער'ס וואס האט געטריפלט דער עלעקטאראט און אויסגעטרויטען די וועג פאר די היינטיגע דעמאקראטיע.
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

דער אויבערדערמאנטער וויליאם דער פערטער(געווען דער דריטער זוהן פון דזשארדזש דער דריטער) האט איבערגענומען דעם טראן פון זיין עלטערער ברודער דזשארדזש דער פערטער(נאך וואס זייער שוועסטער פרינצעסן טאשארלאטט- דער צווייטער קינד פונעם קעניג - איז געשטארבן אין 1818) וואס איז געווען דער עלטסטער זוהן פון דזשארדזש דער דריטערוואס איז געווען קעניג בשעת די אויבערדערמאנטע אמעריקאנע ענגלישע קריג
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

לאמיר אנהייבן
ווי באקאנט און קען אויך געזעהן ווערן יעצט ווען די קעניגענס ארון פארט ארום פון פלאץ צו פלאץ אז די ארון איז איבערגעדעקט מיט א פאן
דער פאן איז צוטיילט אין 4, צייגנדיג אויף די פיר לענדער אונטער די יונייטעד קינגדאם
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

די פאן
Screenshot 2022-09-13 211105.png
Screenshot 2022-09-13 211105.png (259.72 KiB) געזען 3280 מאל
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

די דריי לייבן זענען צו סימבאליזירן ענגלאנד
דער רויטער לייב אין פרעים סימבאליזירט סקאטלענד (די סקאטטישע מלוכה סימבאל)
און דער הארפ-אוו-איירלענד סימבאליזירט אירלאנד (אירישע מלוכה סימבאל)

דער קעניג האט די סימנים צו ווייזען אז די אלע זענען אונטער זיין הערשאפט
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

די גאנצע קאוט-אוו-ארמס וואס איז דער סימבאל פון די קעניגרייך (באמערקט אין דעם די פריערדיג געברענגטע כמו פָאן)
Screenshot 2022-09-13 230646.png
Screenshot 2022-09-13 230646.png (66.59 KiB) געזען 3237 מאל
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

The function of the Royal coat of arms is to identify the person who is Head of State. In respect of the United Kingdom, the Royal arms are borne only by the Sovereign.

The arms are used in the administration and government of the country, appearing on coins, in churches and on public buildings. They also appear on the products and goods of Royal warrant holders.

The Sovereign's coat of arms has evolved over many years and reflects the history of the Monarchy and of the country.

In the design the shield shows the various Royal emblems of different parts of the United Kingdom: the three lions of England in the first and fourth quarters, the lion of Scotland in the second and the harp of Ireland in the third.

It is surrounded by a garter bearing the motto Honi soit qui mal y pense ('Evil to him who evil thinks'), which symbolises the Order of the Garter, an ancient order of knighthood of which the Queen is Sovereign.

The shield is supported by the English lion on the left and Scottish unicorn on the right and is surmounted by the Royal crown. Below it appears the motto of the Sovereign, Dieu et mon droit ('God and my right').

The plant badges of the United Kingdom - rose, thistle and shamrock - are often displayed beneath the shield.

Separate Scottish and English quarterings of the Royal arms originate from the Union of the Crown in 1603.

The Scottish version of the Royal coat of arms shows the lion of Scotland in the first and fourth quarters, with that of England being in the second. The harp of Ireland is in the third quarter.

The mottoes read 'In defence' and 'Nemo une impune lacessit' ('No one will attack me with impunity'). From the times of the Stuart kings, the Scottish quarterings have been used for official purposes in Scotland (for example, on official buildings and official publications).

The special position of Wales as a Principality was recognised by the creation of the Prince of Wales long before the incorporation of the quarterings for Scotland and Ireland in the Royal Arms.

The arms of the Prince of Wales show the arms of the ancient Principality in the centre as well as these quarterings.

Coats of arms of members of the Royal Family are broadly similar to The Queen's with small differences to identify them.

A coat of arms should not be referred to as a crest. The crest is only one part of the full coat of arms: the three-dimensional object placed on top of the helm.
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

דער בריטישער-באדן היסטאריע הייבט זיך נאך אן פון די רוימישע צייטן

דער רוימישער אימפעריע אין בריטאניע

אין יאר 55-האט יוליוס קייסער פון רוים אריבערגעפיהרט א גרופע סאלדאטן פון זיין ארמיי קיין בריטאניע עס איינצונעמען, אן אקציע, וואס איז דורכגעפאלן.

אין 54-א יאר שפעטער האט יוליוס קייסער פון רוים נאכאמאהל פראבירט זיין מזל דורכפיהרנדיג אן אינוואזיע אבער איז צום צווייטן מאהל דורכגעפאלן.
א געמאלן בילד פון די רוימישע מלחמה אויף בריטאניע אין יענע יארן
romaninvasion.jpg
romaninvasion.jpg (50.17 KiB) געזען 3190 מאל
אין יאר 27-בערך 27 יאר שפעטער איז אגאסטוס געווארן געקרוינט אלץ דער ערשטער רוימישער עמפעראר - א נייע נאמען פאר קייסער נאכן טויט פונעם פריערדיג-אויבערדערמאנטען קייסער, יוליוס.

אין יאר 43, (70 יאר שפעטער) האט דער דעמאלטיגער עמפעראר פון רוים קלאדיאס אריבערגעשיקט 4 ליגיאנען (גרופעס סאלדאטן) איינצונעמען בריטאניע. יענעם יאר אין אוגוסט (פון דא קומט מעגליך דער נאמען פונעם 8'טן חודש אינעם געארגיען קאלענדאר) איז פאר דער רוימישער אימפעריע געלונגען צו אייננעמען די הויפטשטאט פון די קאטאוועלאוני שבט אין קאלטשעסטער, עססעקס, דרום מזרח ענגלאנד (די שטח מיט וואס די נייער אידישע יישוב וועסטקליף איז ארומגענומען מיט).

אין יאר 44אין חודש June (כמעט א יאר שפעטער) האט דער רוימישער אימפעריע איינגענומען דארסעט וואס געפינט זיך אין דרום מערב ענגלאנד.

אין יאר 47צווינגט רוים זייערע פריינד די אייסני שבט פון מזרח אנגליע אויפצוגעבן זייערע געווער לטובת דער רוימישע אימפעריע, א זאך וואס זיי האבן נישט אזוי מסכים געווען צו, און האט געברענגט צו א שטיקל מלחמה צווישען די צוויי באפריינדעטע גרופעס וואס האט אבער נישט געהאלטן פאר לאנג ביז ווען די רוימער האבן געוואונען און זיי האבן אויפגעגעבן.

אין יאר 48האבן די רוימער שוין געהאט אונטער זיך איינגענומען א גרויסע טייל פון ענגלאנד. וואס איז געבליבען אונטער בריטישע (אויב מקען עס אזוי רופן) הערשאפט איז געווען קארנוואל געגענט (פון די טיטלען וואס גייען אריבער צווישען די רויעל פאמיליע, יעדער אין זיין צייט ( "דיוק אוו קארנוואל" בלע"ז) דעוואן, וועילס און צפון-מערב ענגלאנד.

אין יאר 49האבן די רוימער געפונען א פאסיגע פלאץ פאר רעטייערטע סאלדאטן אין די געגענט פון קאלטשעסטער וואס איז געווען די ערשטע ציווילע צענטער פון רוימישע-בריטאניע.

אין יאר 51ווערט דער פירער פון די אויבנדערמאנטען קאטאוועלאוני שבט, קאראטאקוס, געצווינגען דורך דער רוימישער גאווערנאר פון בריטאניע, פאבליאוס אסטאריוס, ארויסצוקומען אין די עפנטליכקייט אין א פנים-אל-פנים קאנפראנטאציע מלחמה נאכן פיהרן פאר יאהרן א גורילע אויפשטאנד קעגן די אייננעמענדע רוימער, ווי ער איז געפאנגען געווארן דארט אויפן פלאץ דורך די רוימער און געפירט געווארן קיין רוים ווי ער האט אפגעלעבט זיינע איבריגע יארן אין איטאליע.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22767
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

שיינע התחלה.

בנוגע די ראיעל סטענדערד (די פאן פונעם קעניגן) איז אינטערסאנט אנצומערקן אז אין סקאטלענד האט זי געהאט א צווייטע פאן. אשטאטס צו האבן די ענגלישע סימבאל צוויי מאל האט עס די סקאטישע. די זעלבע איז בנוגע די קאוט אוף ארם'ס. אין סקאטלענד האט זי געהאט א צווייטע לאזונג ווי אין די איבריגע חלקים פונעם מלוכה.

די עולם שפעקולירט צו קעניג טשארלס גייט נוצן די זעלבע פאן ווי זיין מאמע, אדער צולייגן די סימבאל פון וועילס - וואס האט נאכנישט געהאט איינס ווען די קעניגן איז געווארן קעניג.

און אמר''ש. יעדער אדעלמאן האט אן אייגענע קאוט אף ארם'ס. עס טוט נישט רעפריזענטירן די לאנד, נאר די אדעלמאן וואס באנוצט זיך דערמיט. קעניג טשארלס גייט זיך לכאורה באנוצן מיט זיין אייגענע.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22767
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

בריטישע קעניג האט געשריבן:
דער אויבערדערמאנטער וויליאם דער פערטער(געווען דער דריטער זוהן פון דזשארדזש דער דריטער) האט איבערגענומען דעם טראן פון זיין עלטערער ברודער דזשארדזש דער פערטער(נאך וואס זייער שוועסטער פרינצעסן טאשארלאטט- דער צווייטער קינד פונעם קעניג - איז געשטארבן אין 1818) וואס איז געווען דער עלטסטער זוהן פון דזשארדזש דער דריטערוואס איז געווען קעניג בשעת די אויבערדערמאנטע אמעריקאנע ענגלישע קריג
לויט די דעמאלסטיגע ענגלישע געזעץ האט א מאן אייביג איבערגענומען, אפילו אויב ער האט געהאט אן עלטערע שוועסטער.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

ייש"כ .
----
לאמיר פארזעצן.
אין יאר 60האבן די רוימער אטאקירט "דרויד סטראנגהאלד" פון אנגלעזלי. דער קאמפיין צו אייננעמען וועילס איז איבערגעשניטען געווארן דורך דער פראנט וואס האט זיך פארמירט קעגן די רוימער אין דרום-מזרח ענגלאנד

אין יאר 61, נאכן פראבירן צו צולייגען מזרח ענגלאנד צום רוימישער טעריטאריע, האט באודיקע צאמגענומען א גרופע פון די אייסעני שבט צו רעבעלירן קעגן די רוימער. נאכן אפברענען עד היסוד קאלטשעסטער, לאנדאן און סט. אלבאנס. איז באודיקע מיט זיינע רעבעלישע סאלדאטן אראפגעקלאפט געווארן דורך די רוימער אין די מלחמה וואס ווערט גערופן די "באטלינג סטריט מלחמה".
קאמענטארן אשכול
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

א פעינטינג פון באודיקע אין שפיץ פון די אייסעני רעבעלן אנטקעגן די רוימער
romanboudica.jpg
romanboudica.jpg (80.61 KiB) געזען 2427 מאל
אוועטאר
גליקליכע אינגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 31, 2018 11:54 am

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכע אינגערמאן »

לאנג לעבן זאל @בריטישע קעניג

איר לעבט אויף אביסל די פארשלאפענע לאנדענע אידנטום.
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

אין יאר 75הייבט זיך אן צו אויפבויען די רוימישע פאלאץ אין פישבאורן, סאססעקס, ענגלאנד.

אן איבערגעבליבענע וואנט וואס צייגט אביסל פון די רוימישע קולטור אין בריטאניע אין יענע צייטן
Screenshot 2022-09-15 021902.png
Screenshot 2022-09-15 021902.png (331.91 KiB) געזען 2367 מאל
דער ערד
Screenshot 2022-09-15 021805.png
Screenshot 2022-09-15 021805.png (292.24 KiB) געזען 2367 מאל
אזוי האט מעגליך אויסגעקוקט די סטראקטשער פון די פאלאץ
Screenshot 2022-09-15 021653.png
Screenshot 2022-09-15 021653.png (371.6 KiB) געזען 2367 מאל
נאך בילדער
אין יאר 80איז לאנדאן שוין געווען גענוג א גרויסע שטאט און האט שוין פארמאגט א פארום, באזילקע און אפילו איר אייגענע אמפי-טיאטער
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

אזוי האט מעגליך אויסגעקוקט דער באזילקע, פארום
reconstruction.jpg
reconstruction.jpg (31.63 KiB) געזען 2364 מאל
איבערבלייבענישן פון די ארטשעס פונעם באזילקע, פארום
remainsofbasilica.jpg
remainsofbasilica.jpg (39.46 KiB) געזען 2364 מאל
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

איבערבלייבענישן פון דער אמפי-טיאטער (זוילן און שטיקער באלאטעס)
secretlondonromanamphitheatre1.jpg
secretlondonromanamphitheatre1.jpg (41.88 KiB) געזען 2362 מאל
מערקט דעם שווארצן רונדעכיגען ליין וואס איז ווי א סימן העכער די ארגינעלע ווענט וואס איז באהאלטן טיף אונטער דעם, באדעקט מיט ערד, מיסט און אפשר היסטארישע מטבעות וכדו' פון יענע יארן
secretlondonromanamphitheatre2.jpg
secretlondonromanamphitheatre2.jpg (29.53 KiB) געזען 2362 מאל
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

אין יאר 84באגעגענען זיך די אייננעמענדע רוימער אין די קאלעדאניענ'ס ביי מאנס גראופיאס, סקאטלאנד. סנישט זיכער היינט ווי דאס איז פונקטליך, אבער ווערט שפעקולירט צו זיין אין די היינטיגע אבערדינשעיר, סקאטלאנד.

אין יאר 100ווערן מערסטענס פון די רוימישע גאסן געפארטיגט, ערמעגליכענדיג די טרופן/סאלדאטן און וויכטיגע צוגעהערן פאר זיי צו רייזען איבערן לאנד.

א רוימישע גאס אין בריטאניע
romanroad.jpg
romanroad.jpg (15.63 KiB) געזען 2336 מאל
מערקט ביים צענטער דער אפלויף סיסטעם פאר רעגן וואסער וואס טיילט שוין אין איינוועגס אפ די צוויי זייטן פונעם גאס צו צוויי דירעקציעס פאר פיסגייער
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

פעינטינג וויאזוי מענטשען נוצען אויס די גאסן צו בויען הייזער און געשעפטען אין די זייטן
romanvillageandroad.jpg
romanvillageandroad.jpg (37.48 KiB) געזען 2205 מאל
(רעכטס אונטען) א פארקויפער אונטער א דעכל אינדרויסען פון זיין הויז פארקויפט וויין און אויל (מערקט די קריגלעך)

נעבן דער פארקויפער קניהט א סאלדאט אויפן ערד אויפצוהייבן זיין גאלדענע מטבע (וואס איז אין יענע צייטן געווען א סאלדאטס וועידזש פאר א חודש) וואס וועט געטראפן ווערן 1800 יאר שפעטער (בערך הונדערט יאר צוריק)

די סאלדאטן קויפן אין די געשעפטען פון די איינוואוינער באצאלנדיג מיט געלט! נישט אלעס איז אונטער די הערשאפט פון די רוימער. זיי קענען נישט טון וואס זיי ווילען!

(אין פאקט האט רוים קיינמאל געהאט פולע שליטה איבער בריטאניע און אייביג געדארפט האלטן אין בריטאניע סאלטאדן איבערן לאנד מורא האבנדיג פון די שבטים וואס זענען געבליבען נישט איינגענומען -להבדיל ווי די יודן נאכן אייננעמען ארץ ישראל בימי יהושע בן נון און האבן נאך געהאט אפילו נאך די 14 יאר פון כיבוש ויישוב גענוג צו אייננעמען, ווי סווערט געברענגט אין נ"ך אז דער אויבערשטער איז געווען בייז אויף די שבטים וואס האבן נישט איינגענומען די שטחים אין זייער באזיץ )
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

די גאס (אין די פריערדיגע פעינטינג) איז היינט באקאנט אלץ the Fosse Way, א זייטיג געסל צפון צו די M4 גאס
640px-Fosse_Way_Wiltshire.jpg
640px-Fosse_Way_Wiltshire.jpg (91.91 KiB) געזען 2190 מאל
בילד פון the Fosse Way געכאפט פון אויבען די ברינקלאו טורעם, ווארוויקשעיר
640px-Fosse_way_from_brinklow_castle_6y07.jpg
640px-Fosse_way_from_brinklow_castle_6y07.jpg (69.52 KiB) געזען 2190 מאל
אין די זעלבע צייט, טוט דער נייער רוימישע עמפעראר טראדזשאן הייסן די רוימישע סאלדאטן צו מאכן א ריקצוג פון סקאטלאנד און ווי אויך א גרעניץ וואנט צווישען ניוקאסל און קארליסל, ביידע אין די היינטיגע צפון ענגלאנד
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

איו יאר 122טוט דער עמפערער אדריינוס קייסער (געווארן קעניג אין יאר 107) אויפפאדערן אז א וואנט מוז געבויעט ווערן צווישען די רוים-אקופירטע בריטאניע און סקאטלאנד, אינטרעסאנט צו באמערקען אז אסאך פון די שטיקלעך ווערן געזעהן היינט, אריין אין די שטחים פון די בריגאנטיען טעריטאריע, ווייזענדיג די אנגעצויגענקייט וואס האט געהערשט צווישען די רוימער וועגן די נישט איינגענומענע טעריטאריע פון די שבטים אין יענע געגענט אין צפון-ענגלאנד.


פארבליבענע טיילן פונעם אדריינוס וואנט
vallum.jpg
vallum.jpg (79.02 KiB) געזען 1172 מאל
sewingshields.jpg
sewingshields.jpg (71.85 KiB) געזען 1172 מאל
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

דער עמפעראר אדריינוס קייסער
500px-Bust_Hadrian_Musei_Capitolini_MC817.jpg
500px-Bust_Hadrian_Musei_Capitolini_MC817.jpg (56.47 KiB) געזען 1170 מאל
(יא יא, טאקע דער רשע, וואס ווערט גערופען אין חז"ל (אין בראשית רבה, וישלח, עח:א און אין ויקרא רבה, קדושים, כה:ה ) "שחיק טמיא"(-זיינע ביינער זאלן צוריבען ווערן) וואס האט אונטערדריקט דער בר-כוכבא אויפשטאנד, און געלאזט הרג'ענען די הייליגע "עשרה הרוגי מלכות")
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

אין יאר 140הייסט אנטונינוס פיוס, צוויי יאר נאכן איבערנעמען די לייצעס אין רוים צו בויען א נייע וואנט צווישען רוים-אקופירטע בריטאניע (היינטיגע ענגלאנד) און סקאטלאנד וואס האט דראמאטיש פאראויסגערוקט די גרעניץ.

אין יאר 142האט זיך דער וואנט אנגעפאנגען צו בויען, געמאכט פון אסאך קלענערע שטיינער צוזאמען און פארשטערקערט געווארן דורך טורעמעס לענגאויס די וואנט.

אין יאר 148איז דער נייער וואנט פארטיג געווארן.

אלטע מאפע פון די צוויי ווענט (מערקט די צוויי רויטע שטריכן)
historyofscotlandmapofcaledonia.jpg
historyofscotlandmapofcaledonia.jpg (90.51 KiB) געזען 944 מאל
נייע מאפע (סטעקטש) צייגנדיג קלאר ווי די צוויי ווענט זענען געווען (ענגלאנד איז אונטן און סקאטלאנד אויבן)
Hadrians_Wall_map.svg.png
Hadrians_Wall_map.svg.png (58.67 KiB) געזען 944 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”