זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג
איך געדענק קלאר די אלטע רב ר' אליהו אריה טערקולטויב ז"ל, ר' שבתי פוקס בן ר' מרדכי חנה ז"ל, ר יוסף ווייס, וועגשיידע רב ר' יואל היימליך, די באליבטע גבאי ר יוסף רוזענבערג, ר' יוסף זיידענפעלד, ר מנחם מאיר בערקאוויטש, ר ליפא מאנן, ר יוסל געלבער, ר מאיר ובנו ר דוד ברך פאשקעס, ר ישעי גראס מקערעסטיר בערבעשט, ר שמעיה פישמאן, ר משה יוזעפאוויטש, ר ירחמיאל פריעד, ר מאיר צבי דייטש ז"ל ועוד
ולהבחל"ח מיין זיידע ר פישל שמעלצער, ר אשר מאנן, ר ישראל ענגעלמאן, די רב שליט"א, ר מענדל קליין, ר שמואל אהרן צין, ר מענדל גאלד, ר שמואל דוד טויב שיחי'
די ערשטע זאך וואס איך געדענק איז ווי די אלטע אשוי רב פלעגט שטארק פייערען ביי קבלת שבת בפרט ביי בואי בשלום. איבערגעווארפען מיט די טלית פלעגט ער טאנצען אויף די קאסענע מצוה טאנץ ניגון (טייל זונגען דאס אויף יוונים) ער פלעגט טאנצען פון מזרח צו מעריב אויף די לענג פון בית מדרש. עס איז געווען א מחזה הוד. נאכן דאווענען פלעגט ער געבען די הענט ביי גוט שבת זאגען פאר די קינדער. יעדע וואך פלעגט ער שמעקען מיין האנט אין זאגן אה בשמים!. שפעטער פלעגט ער טאנצען ארום די בימה וזכני לקבל שבתות. אגב די בימה איז די איינציגסטע זאך וואס איז געבליבען פון יענע יאהרען.
ר שמואל דוד טויב מיט זיינע ווערטלעך אויף די פרשה.
ר יוסל רוזנבערג פלעגט אויסקלאפען וידבר! ביי מנחה שבת אין דערנאך אשרי! פינף מינוט שפעטער.
ר מנחם מאיר בערקאוויטש בכיות ביים דאווענען, אין אין די מקוה. (אשוי מקוה איז א מעשה פאר זיך...)
ר שבתי פוקס פלעגט קאכן שבת צופרי ביי אהבה רבה אין שמע ישרא-ל
הושענא רבה שנת תשס"ד ר שבתי פוקס איז געווען זייער שוואך. מיט שווערע כוחות איז ער געקימען אין שוהל. נאך א לאנגען דאווענען האט ער געלייגט א אויג אויף מיר אין מיך געוואלט מזכה זיין מיט א חסד, עם העלפען אהיים שלעפען זיינע ד' מינים אין טלית וכו. ר מנחם מאיר בערקאוויטש פלעגט געבען תיקון אויף הושענא רבה אין סוכה. בין איך נישט זיכער צו אלטץ א יארצייט אדער יום הצלה פון די מלחמה. עכ"פ איך בין געווען עלעף יאהר אלט אויסגעהינגערט נאך א לאנגע דאווענען האב איך געזאגט פאר ר' שבתי איין מינוט איך גיי אריין אין סוכה עסן אין איך קום שוין. למעשה האב איך אינגאנצען פארגעסן.
שבת צופרי פרשת וישלח אדער וישב זאג איך פאר מיין טאטע "לאמיר ארויף גיין מבקר חולה זיין ר שבתי נאכן דאווענען. ער איז שוין נישט געווען אין שוהל א שטיק צייט" איך קום אריין צו ר' שבתי איז געווען דארטען אפאר יודן מבקר חולה זיין. ר שבתי הייבט אן צו פארציילען ווי שווער עס איז געווען אהיים צוגיין הושענה רבה אין ער ווייזט אויף מיר אז איך האב נישט געהאלפען. איך בין זייער סענסעטיו בטבע, האב איך אנגעהובען וויינען. רופט זיך אן מיין טאטע אז איך איז א חשובע יונגל אין האב גאר געבעטען מיין טאטע צו מקיים זיין מצות ביקור חולים.
א וואך צווי שפעטער ערב חנוכה זאגט מיר מיין טאטע אז ר שבתי רופט מיך צו זיך אהיים. ר שבתי איז געווען שוואך ער רופט זיך אן איך וויל דיר איבערבעטען. ער נעמט ארויס א שיינע מנורה אין זאגט מיר דאס איז דיין מתנה.
די מנורה איז זייער חשוב ביי מיר. א זוהן פין ר מרדכי חנא פוקס געט מיר א מתנה!. מיין יונגעל צינד אין דעם מנורה יעדע חנוכה אין איך דערמאן זיך אין די גיטע אשוי זיכרונות.
המשך יבא אי"ה