Re: 2026 למספרם מידטוירם וואלן - נייעס און נאטיצן
2026 קענען דעמאקראטן פארלירן ניו העמפשעיר אויב סאנונו וועט לויפןר' זעקל האט געשריבן: ↑ מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:17 pmרעפאבליקאנער האבן צוויי זיצן וואס קענען זיין אין געפאר אין 2026, אין מעין וואו סוזען קאלינס לויפט פאר ריעלעקשען (אויב זי גייט לויפן, אויב נישט איז עס א זיכערע דעם פיקאפ), און אין נארט קאראליינע וואו טאם טיליס לויפט פאר ריעלעקאשן.בן טוב האט געשריבן: ↑ מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:02 pmווי עס שטייט יעצט קענען די רעפובליקאנע זיצן די נעקסטע 2 יאר מיט 54 און סענאט, איז צייט צו זען וואס מקען ערווארטן בעת נעילת טערם טראמפ,
די פאלגענדע סענעטארן זענען אפ פאר ריעלעקשאן וואס קען געזען ווערן צו ווערן געפליפט
דשאן אסעף ד. דשארדשיע
גערי פיטערס ד. מישיגען
טאם טיליס ר. נארט קאראליינע
דאס הייסט אפילו די רעפובליקאנער האבן א מילדע אדער מאדערעט שוואכע מידטורם בלייבן זיי נאך מיט די סענאט, און אויב זיי זענען שטארק, ווי למשל און דשארדשיע אויב קעמפ לויפט קען ער האבן שטארקע שאנסן, אדער אויב קען טראמפ ענדיגן זיין טערמין מיט נישטיגע 56 סענעטארן, דאס הייסט אז אנדערש ווי זיין ערשטע טערמין וועט טראמפ בלייבן מיט די סענאט פאר גאנצע פיר יאר!
און אויף די דעמאקראטישע זייט ווי דו זאגסט מישיגען (וואס וואלט געווען זייער שווער פאר רעפאבליקאנער אין א מידטוירם) און דזשארדזשיע וואס אויב קעמפ לויפט וואלטן זיי געהאט זייער שטארקע שאנסן.
סאו אין ערגסטן פאל אויב פארלירן זיי ביידע זיצן אין מעין און אין נארט קאראליינע, בלייבן זיי מיט כאטש 51 זיצן (לויט ווי ס'האלט יעצט אז רעפאבליקאנער האבן 53 זיצן), און אויב באווייזן זיי אויפצופיקן דזשארדזשיע האבן זיי כאטש 52 זיצן.
סך הכל, טראמפ גייט האבן סענאט אלע זיינע פיר יאר.
אזוי אויך איז דא א מעגליכקייט אז זיי קענען פארלירן ווערדזשיניע אויב יאנגקין זאל לויפן
בקיצור זיי האבן א מעגליכקייט אויב שטעלן זיי ארויס זייער 3 פאפולערע גאווערנאר'ס צו פארכאפן 3 פרישע זיצן
אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן