וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן
--צו ער האט געהאט עלטערן וואס זענען מרוב צרות ביי די שואה געווארן פארהאטעוועט און פארהאקט פון אליין שפירן אדער ארויסווייזן סיי וואספארא געפיל.
--צו ער האט געהאט -לדוגמה- א שטוף טאטע/מאמע, און נישט באקומען די נאטורליכע ליבשאפט [אהבה] און געפיל וואס ס'איז דא צו א קינד וואס מאכט דאס קינד פילן אז מ'האט עם ליב.
און בפרט ווען -בנוסף צו דעם - איז מען נאך געשטאנען אויף עם ביד חזקה (די שטוף טאטע האט אנגענומען אז 'חושך שבטו שונא בנו' איז ווי סיפור יציאת מצרים, כל המרבה הרי זה משובח/ לייג נאך צו אז ער האט נישט די נאטורליכע אהבה + דאס קינד איז נישט די גרינגסטע קינד...):
--צו ער איז געווארן גע'בוליע'ט אינדערהיים אדער אין חדר, און געווארן ביי זיך צוקלאפט עד עמקי נשמתו, ער פילט זיך א גארביזש וואס האט נישט קיין זכות קיום. ער פילט נישט באליבט און אנגענומען מצד עצמו פשוט ווייל ער איז מענטש פונקט ווי יעדן.
---אדער ער האט שטארקע ADHD און די טעגליכע דורכפעלער/טעותים במשך זיינע יארן אין חדר אדער ישיבה האבן עם צוקלאפט טאג נאך טאג ביז ער האט געפילט אומבאקוועם מיט זיין עקזיסטענץ און ער פילט ווי ער איז איין שטיק טעות...
---אדער ער איז ל"ע געווארן געטשעפעט אלס קינד דורך אומערליכע מענטשן, און נישט געהאט די באהאנדלוג גענוג צו היילן זיין צושאקלטע נפש,
פארשטייט זיך ס'ווענדט זיך אלס וועלכע סארט נאטורן מ'איז, וויפיל דרויסענדיגע/אנדערע שטיצע און ליבשאפט מ'האט יא אדער נישט באקומען,
אבער אויב האבן די מצבים גורם געווען אז ער קוקט זיך אן ווי דער גרעסטער דורכפאל, און פשוט ער איז אומבאקוועם מיט זיין אייגענע מציאות,
אזא איינער וואס וואקסט אויף, אויב פארהאקט ער די געפילן און באהאנדלט עס נישט:
און בפרט אויב ער איז נאך אן איידעלע נאטור, איז עס א ביטערע מעשה.
און ס'איז ''אוממעגליך'' צו לעבן געזונט אויב מ'לאזט עס פשוט לויפן און מ'איז נישט וואך צו היילן די [געשעדיגטע און באגראבענע]' געפילן.
א לעבן פון סעל"ף דעפענ"ס!
אזא איד שפירט זיך זייער געקלאפט. ער האט טיף אינערליך אין זיך אריינגעבאקן אז איך בין גארביזש. ער האט קיינמאל באקומען א געפיל אז ער איז א מענטש וואס מ'פרייט זיך אז ער עקזיסטירט...
די געפיל אז מ'איז נישט ווערד, מ'איז א דורכפאל, מ'איז א 0, איז די שרעקליכסטע געפיל וואס א מענטש קען פילן. ופשוט הוא. און דעריבער ארבעט מען א גאנץ לעבן זיך צו פראטעקטן צו יא פילן חשוב, און יא דעליווערן.
ער וועט יעצט ארבעטן כל ימי חייו עד זיבולא בתרייתא (בלי גוזמה)צו מאכן זיכער אז ער איז א אויפטוער. דאס געבט עם די געפיל אז ער איז עפעס, ער איז 'נישט' קיין דורכפאל וואס איז גארנישט ווערד, און איז יא מער ווי א גארנישט (וויאזוי ער פילט אין די ביינער פון אלס קינד).
דא קען מען הערן אן אינטערוויו מיט א אינגעמאן וואס איז דורך די גיהנום אין חדר פון ווערן גע'בוליע'ט. מורא'דיג קלאר וויאזוי ער האט שפעטער געטון און געטון, אויפגעטון א וועלט, און געכאפט אז ער טוט דאס נאר צו קאווערען די טיפע געפיל אז מ'איז גארנישט ווערט אויב מ'דעליווערט נישט. ווייל ער פאר זיך -אן זיינע מעשים/עשירות/טאלאנט/גוטע קינדער האט דאך נישט קיין זכות קיום...: (ביי בערך 41 מינוט) דא: https://www.yiddish24.com/miscellanies/197/67341
ער האט זיך גענומען צו די ספרים פון ר' אביגדור מיללער און אויפגעבויעט פונדאסניי זיין קוק אויף די וועלט. ווי א מענטש איז מצד נשמתו און זיין חלק אלוקי ממעל, אן אומשאצבארא אוצר פארן אייבירשטען וכו'.
(מ'קען עס הערן אויף קול מבשר אויפן טעל. 212-444-1100 8 8 251#)
-
ווען א מענטש איז באקוועם מיט זיך און האלט זיך פאר א מענטש מצד עצמו ווייל ער איז פשוט א צלם אלוקים, און ער האט א זכות קיום פשוט ווייל דער אייבירשטער האט עם באשאפן און האט עם געוואלט דא האבן... איז עם אסאך גרינגער
- ווען איינער זאגט אנדערש ווי עם.
ווען ער פאלט אראפ בפני כל עם ועדה. ס'גארנישט געשעהן.... ער וועט קענען שלאפן יענע נאכט.
ווען ער מאכט א טעות ביים ברעטל.
ווען א קינד מאכט עם אביסל בושות אין ביהמ''ד..
ווען א אייניקל איז נישט פונקטלעך וויאזוי ער וואלט געוואלט.
ווען א קינד/אייניקל האט שוואכע כשרונות, בלייבט ער מיט די זעלבע געפיל און ליבשאפט (רחמנות האט יעדער. מ'רעדט פון א פאזעטיווע ליבשאפט וואס דער אייבירשטער האט נאטורליך אריינגעלייגט פון א טאטע/זיידע צו א קינד).
ווען ער זעהט א מענטש וואס האט נישט קיין פרנסה/כשרונות וכו' איז נאך נישט וועגן דעם יענער א 'זיראו'... א מענטש האט דאך נישט קיין חשיבות נאר ווייל ער דעליווערט/איז געלונגן!
1) מ'לויפט נאך ווי א דערטראקענער צו טון און אויפטוען/זיין א מתמיד/מאכן געלט/POWER/האבן גוטע קינדער, און ס'איז עפעס וואס מ'וועט אריינארבעטן דערין אסאך מער ווי נארמאל. ווייל ס'איז תלוי דערין די גאנצע עקזיסטענס. פשוט צו פילן אז מ'האט א זכות קיום.
מ'ווערט מורא'דיג פארלוירן אויף די אלע אויבנדערמאנטע זאכן אויב ס'גייט נישט. און ס'ברענגט א שטארקע דרוק.
מ'איז מורא'דיג פארלוירן פאר די IMAGE. מ'איז דאך נישט באקוועם מיט זיך, דארף מען דאך אהערשטעלן אלעס זאל קלאפן, ווייל פאר זיך אליינס איז מען דאך נישט ווערד צו עקזיסטירן.
2) מ'איז מחנך די אייגענע קינדער אז מ'איז נאר חשוב ווען מ'דעליווערט. "יענער? נעע, סתם א בטלן. "א גארנישט!" א מענטש האט דאך נישט קיין חשיבות נאר ווייל ער דעליווערט/איז געלונגן!
און דאס איז א געוואלדיגע בראך. ווייל דער קינד באקומט דער זעלבער מעסעדש אז זיין זכות קיום איז נאר ווען ער איז מאסיוו. בעצם איז מען גארנישט ווערד, נאר אויב מ'דעליווערט. דאס רימען דעם קינד אז ער האט זיך פארהערט, און עם געבן די געפיל אז דאס איז וואס מאכט עם חשוב, גייט עם נישט געבן קיין געפיל אז ער איז א אנגענומענע מענטט מיט א זכות קיום. נאר פונקט פארקערט. ביום מן הימים גייט דאס קינד איינזעהן דעם אמת אז ער איז נישט מאסיוו, ער וועט אנקומען אין א ישיבה און זעהן דארט אן אנדערע בחור וואס איז שטערקער פון עם, און זיין גאנצע זכות קיום -האט מען עם מחנך געווען- איז יעצט צופאלן!
הער דא ביי מינוט 44:34 זייער שיין אראפגעלייגט מבשרו אחזה https://www.yiddish24.com/miscellanies/197/67341 :
יעצט ווערט שוין די דור שלישי פונעם שטיף מאמע/טאטע הנ"ל צוקלאפט און צוזעצט...
3) מ'ווערט אגרעסיוו אויסצופירן וואס מ'האלט פאר ריכטיג. און מ'גייט אין מלחמות מיט די נאנטע זיך צו שטעלן דערויף.
-אמאל ווייל ער קוקט אן וואס יענער טוט אז ס'איז נישט קיין כבוד פאר עם, ס'איז עם א בושה, און דאס איז עק וועלט. ווייל זיין זכות קיום איז דאך אלס אויפן וואגשאהל דא, ער הענגט דאך אויף א האר. סא ער 'מוז!' האלטן די זאך אין קאנטראל. ס'איז דיני נפשות. ווען א אייניקל איז נישט פונקטלעך וויאזוי ער וואלט געוואלט, איז עס אים נישט נאר די פשוט'ע צער אז איין אייניקל איז נישט אזוי איי איי איי, ס'איז אסאך מער פון דעם. אן אייניקל וואס איז נישט פונקטלעך אזוי בעל בתיש און פרום ווי מיר, צוטראסקעט מיין זכות קיוםף. ס'איז דא די IMAGE דא, ווערט מען מער אגרעסיוו.
-אמאל ווייל מ'איז פשוט נישט גענוג מקושר צו געפילן, און מ'איז נישט מסוגל זיך צו אריינלייגן צו אריינטראכטן וועגן וויאזוי יענער פילט. במילא שטויסט מען יענעם.
4) און ס'איז שווער צו געבן ליבשאפט -פשוט'ע ליבשאפט וואס דער באשעפער געבט אונז צו שפירן כלפי די קינדער- און אנשטאט באזירט מען עס אויף אטענשן צו די גוטע מעשים וואס זיי טוען. און דאס גייט מיט א מורא'דיגע דרוק. די קינדער מוזן פארשטענדליך דעליווערן און זיין גאר גאר גוט - בכל מחיר. כי בזה תלוי כל זכות קיום של האב!! גוטע קינדער...
און א קינד, בפרט א געפיליש קינד, (און ווער רעדט נאך אז ער איז נאך א טראבל מעיקע''ר קינד וואס הערט ער אסאך קריטיק), אבער פון די אנדערע זייט באקומט ער נישט די געפיל אז ער איז באליבט ביי איינעם, איז דאס א שווערע מעשה.
ער דארף ער דארף צו בליען ווי וואסער פאר א בלום-, ער דארף די חיזוק צו פילן פשוט אז זיין מציאות איז WELCOME,
ער קען נישט געבן א קאננעקשן פון אפענע אהבה
ער האט שוין לאנג על כרחו פארמאכט זיינע געפילן און לעבט זייער נישט באוויסטזיניג מיט זיינע געפילן. ער איז נישט AWARE אויף זיינע געפילן. (פארוואס בין איך אזוי אויס מענטש פון דעם? וואס באדערט מיר טיף אינערליך? ער איז נישט אפען דערמיט. אלעס באקומט א טעכנישע אויבנאויף ענטפער). און בכלל איז אלעס נאר מיט 'תכלית'. וואס איז ריכטיג. וואס איז גוט.
ער ווייסט נישט וויאזוי צו קאננעקטן מיט א אפענע ליבשאפט צו אנדערע. די נושא פון געבן פשוט'ע 'ליבשאפט' איז עפעס וואס ער קען נישט אזוי פערזענליך.
נישט אז זיי ווערן חלילה אכזרים. 'רחמנות' איז יא דא ווען יענער איז אין א צרה. אבער קאננעקטן צו ווי שטארק יענער פילט אזוי און אזוי, איז נישט דא די פשוט'ע נאנטשאפט צו קאננעקטן צו וויאזוי יענער פילט. ווייל מ'קען נישט קאננעקטן מיט אהבה און ליבשאפט אויב מ'איז אליין פארהאקט געווארן דערפון.
די אלע קאנסיקווענסן פון זיין אויף סעל''ף דעפענ''ס, נישט באקוועם מיט די אייגענע מציאות פשוט אלס מענטש א חלק אלוקי ממעל, און די חוסר פון אפענע געפילן, מאכט א שטארקע צער סיי פאר זיך, און אויך צו האבן א געשמאקע קשר מיט אנדערע. היות ער קאננעקט נישט מיט אפענע געפיל און אהבה אפילו צו זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך, קאננעקט ער זייער טעכניש און קען אמאל נישט כאפן ווי שטארק ס'באדערט פאר יענעם ווען מ'טוט וואס ער טוט/טוט נישט.
---
וואס איז די עצה פאר אזא מענטש?
כ'בעט אז נאר ווער ס'איז שוין אליין אריינגעקראכן טיף אין די נושאים זאל אריינקומען.