דער גרויסער וויכוח!
די נסיונות איז, וואס האט מיר געבראכן,
טאטע זיסער, צוריק קומען איך וויל,
צו זיין בעסער, כאטש אזויפיל,
השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם,
פון אלץ קליין קינד, זיך שוין געמוטשעט,
שוין פון אזוי אינג, מיר כסדר דערקוטשעט,
געמיינט די אנדערע זייט, פיל מיט גליקן,
איך וויין היינט, צו האב איך נאך א תיקון.
השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם,
טאטע לאמיר זיך איבערבעטן, כסדר איך טראכט,
אבער ווילסט זיך נישט פארגלעטן, מיר עס דאכט,
מיינע געפילן נאגן, איך בין אזוי געפאלן,
איך טוה קלאגן, נאך אזויפיל דורכפאלן,
השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם,
דיין געוויין איך הער, עס טוהט מיר גאר באנג,
זאלסט קומען אהער, איך ווארט שוין אזוי לאנג,
מיין צער און ווייטאג, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן,
וועגן דיר יעדן טאג, פון די שכינה טרערן קוועלן,
שובו אלי ואשובה אליכם נאם ה',
דער יצר דיר פארפירט, זאלסט זיך נישט אויפהייבן,
און דו ניטאמאל פרובירט, אפילו צו אנהייבן,
רמזים דיר געשיקט, אויף דעם נישט געקוקט,
געזאגט דיין אינסטיקט, געשעהן איז עס פונקט,
שובו אלי ואשובה אליכם נאם ה',
אזויפיל פיין, דורך די חטאים מיר געמאכט,
אז איך וויין, האסטו אינגאנצן נישט געטראכט,
יעצט ווען ס'איז דיר שווער, צו לויפן דו קומסט,
פארוואס ביז אהער, פון מיר האסט נישט געוואוסט,
שובו אלי ואשובה אליכם נאם ה',
פון וואס איז געווען, לאמיר יעצט פארגעסן,
וואס איז געשעהן, איז דאך שוין אויפגעגעסן,
פון היינט און ווייטער, איך הייב אן פון אנהייב,
א יאהר א געבענטשטער, פאר מיר פארשרייב.
לאמיר אלע שרייען צוזאם לכו ונשובה אל ה'.
נ.ב. געבויעט אויף די מדרש אין איכה רבה פרשה ה, פסוק כ"א.
השיבנו ה' אליך ונשובה, אמרה כנסת ישראל לפני הקדוש ברוך הוא רבש"ע שלך הוא השיבנו, אמר להם שלכם הוא שנאמר שובו אלי ואשובה אליכם נאם ה',
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו