לְהַחְזִיר עֲטָרָה לְיוֹשְׁנָהּ; שטייט אויף לעבודת הבורא...
ישראל עם קדושים,
שטייט אויף צו סליחות,
שטייט אויף לעבודת הבורא...
עורו נא,
התעוררו נא,
עומדו נא,
התייצבו נא,
כי לכך נוצרת...
דאס זענען געווען די מעלאדיע קלאנגען, וואס זענע רעגלמעסיג געהערט געווארן אין די פרי בעגינען שטונדן, אין דער אלט-היימישער שטעטעלע ווען דער קהל'ישע שמש האט געשפאנט זיינע טריט פון הויז צו הויז, און מיט האמער'ל געקלאפט אויפן שויב, ערוועקנדיג אירע איינוואוינער זיך אויסצובעטן א גוט יאר
זיין הארמאנאטישער שטימע וואס האט אפגעהילכט אין די פינסטערע גאסן, צום בלאסן שיין פון די לבנה, האט אריינגעדרינגען אין די הערצער פון די אנטשלאפענע פאמיליע מיטגלידער, וואס האבן זיך תיכף ערוועקט מיט ערציטערטע הערצער, און פלינק איינגעהילט אין א דיקע פעלענע ראק, זיך צו באהיטן פונעם קילן אלול-ווינטל, און פאטער-און-קינד האבן פארלאזט דעם אלטן כאטקע און געריכטעט די טריט צום ריכטונג פונעם שטאטישן קלויז, אין די וויילע וואס די פריע שטראלן וואס האבן זיך נארוואס אנגעהויבן שפראצן אויפן וויטן האריזאנט, און אט הערט זיך די פעסטע שטימע פונעם חזן ווי ער הייבט אן מיט א בעטנדע שטימע דעם "אשרי יושבי ביתך"...
אבער פאלט מיר ביי, אז ענליכס צו אזא געדאנק, א מעין דמעין, איז יא שייך אויסצופירן.
דער היינטיגער שמש איז שוין דיגיטאליזירט געווארן אין א פאכמאשינער וועקער-זייגער, וואס מיט זיינע ציינדלעך טוט ער אויספירן דעם ארבעט פון זיין פארגייער דער קלאפער'ל. אויב אזוי היינט בימינו אלה קעם מען אים שוין צוגעבן נאך א שטעלע, צו לאזן הערן דעם הארציגן שטימע און ערוואכן דעם פאשלאפענעם הארץ... דעם אלטער שמש'נס הארציגקייט קעם מען נישט רעפלאצירן, אבער וואס מיר קענעם יא ערמעגליכן, פארוואס זאלן מיר דאס נישט אויספירן?
אגב, אויף איינער פון די רעקארדירונגען זאגט דער רעפעראטור אז דער תנועה'לע האט מען געזינגען אין מעזריטש ביים הייליגן מגיד. פינג @סטאוו

***
ועתה חסרנו כל אלה...
אין צוואנסטיגטן יארע הונדערט, אין די ברויזנדע ניו יארקער גאסן, צופיסנס פון די הויכשטאקיגע וואלקן-קראצער-טורעמס איז נישט אויספירבאר אזאנע געדאנקען.אבער פאלט מיר ביי, אז ענליכס צו אזא געדאנק, א מעין דמעין, איז יא שייך אויסצופירן.
דער היינטיגער שמש איז שוין דיגיטאליזירט געווארן אין א פאכמאשינער וועקער-זייגער, וואס מיט זיינע ציינדלעך טוט ער אויספירן דעם ארבעט פון זיין פארגייער דער קלאפער'ל. אויב אזוי היינט בימינו אלה קעם מען אים שוין צוגעבן נאך א שטעלע, צו לאזן הערן דעם הארציגן שטימע און ערוואכן דעם פאשלאפענעם הארץ... דעם אלטער שמש'נס הארציגקייט קעם מען נישט רעפלאצירן, אבער וואס מיר קענעם יא ערמעגליכן, פארוואס זאלן מיר דאס נישט אויספירן?
***
פאלגנד זענען עטליכע צוטאטן וואס איך האב ספעציעל אויסגעשניטן פאר דעם צוועק, געאייגנט ארויפצולאדענען אויפן טעלעפאון-אלארם-קלאנגען, לתועלת הרבים.
ירמי' דמן
אפרים מארקאוויטש
קינדערלעך
מיט א פארצייטישער חן
נאך א פארצייטישער חזן
***
מער איבער דעם פארצייטישן מנהג,איז שוין מבואר במ"א
, עיי"ש ותמצא נועם.פאלגנד זענען עטליכע צוטאטן וואס איך האב ספעציעל אויסגעשניטן פאר דעם צוועק, געאייגנט ארויפצולאדענען אויפן טעלעפאון-אלארם-קלאנגען, לתועלת הרבים.
ירמי' דמן
אפרים מארקאוויטש
קינדערלעך
מיט א פארצייטישער חן
נאך א פארצייטישער חזן
***
אגב, אויף איינער פון די רעקארדירונגען זאגט דער רעפעראטור אז דער תנועה'לע האט מען געזינגען אין מעזריטש ביים הייליגן מגיד. פינג @סטאוו
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.