ניגוני סאטמאר ומקורותיהם
ניגון נענועים: ווערט געזינגען סוכות ביי די נענועים און מאנכע זינגען עס ביי חופות.
סיגוט'ע נענועים: ווערט געזינגען ר"ה און יוה"כ אויף היה עם פיפיות, אויך יוה"ק אויפדערנאכט אויף 'אמנם'.
אהבה רבה: ווערט געזינגען שבועות ביי אהבה רבה, און טיילמאל ביי די נענועים.
טל-גשם ניגון: ווערט געזינגען ביי גשם-וטל אויף די גרויסע פזמון אויך יוה"ק ביינאכט אויף 'יעלה תחנונו'.
היום תאמצינו מארש: געשינגען די הייליגע טעג נאך מוסף אויף היום תאמצינו, אויך נאך גשם-וטל אויף 'לחיים ולא למות'
ניגון קדיש: געזינגען די הייליגע טעג אויף קדיש נאך מוסף און נעילה.
אנא ה': ווערט געזינגען ביי הלל אויף אנא ה'.
קען איינער אראפשרייבן מקורות און מחברים פון די ניגונים, אדער סיי וועלכע אינפארמאציע דערוועגן.