פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם
א פחד.
מיט פארגלייזטע אויגן קוקן מיר פאראויס. אפילו קיין בלינק נישט געגעבן.
און די מלמד פארציילט ווייטער: נאך צוואנציג יאר, צוואנציג יאר פון פיין, צוואנציג יאר פון ווייטאג, האט ער זיך דערמאנט.
ווען ער איז געווען א אינגל אין ענקער עלטער, איז געווען א קינד, פישעלע האט ער געהייסן, וואס די גאנצע קלאס האט געטשעפעט. טייכן טרערן, טייכן טרערן, (אונזערע אויגעלעך ווערן פארגלייזט.) טייכן טרערן פלעגט ער פארגיסן פאר זיינע עלטערן יעדן טאג.
איין טאג האט אונזער ר' משה זיך נישט געקענט איינהאלטן, און געזאגט פאר דעם צובראכן קינד: "ביזט א נעבעך".
און אפשר וועגן דעם האט די אויבערשטער מיך געשטראפט אז שוין צוואנציג יאר וואס איך האב נישט קיין קינדער. טראכט צו זיך ר' משה.
שטילקייט.
די מוח'עלע מיינע האט זיך גענומען לויפן. כ'בין דאך אויך א גרויסן טשעפעניאק. פריער געזאגט פאר שמילי 'טשיטער'… נעכטן האביך געזאגט 'יאסי האסי'. צוואנציג יאר נאך מיין חתונה. וועל איך חס ושלום נישט האבן קיין … חס ושלום?!
מיין קליין קערפערל ווארפט זיך פאר שרעק. צי איז דאס מיין סוף?
די מלמד'ס קול האקט איבער מיינע רוישיגע געדאנקן …און ר' משה האט איבערגעבעטן פישעלען און 9 חדשים שפעטער געהאט דאס ערשטע קינד. מזל טוב!! יעדער ארויסנעמען די חומש! יענקל וואס האלטסטו נישט מיט, ביסט אין חלום לאנד? א רבי מעג פארשעמען! טאטל מיט ביידע פינגערס!
מיטגעהאלטן האב איך שוין נישט יענע טאג אין חדר. נישט איך און נישט קיינער. די רבי האט געשריגן און געהאקט. אבער מיר זענען געווען… איבעראל נאר נישט דא. ער האט נישט געקענט פארשטיין. פארוואס זענען די קינדערליך'ס קעפ נישטא היינט? א רחמנות געווען אויף די ענגליש טיטשער יענע טאג…
נאך ענגליש איז געווארן א טומל צייט. אזאנס אז BMG קען זיך פארשטעקן. יעדער איז ארומגעלאפן "מוחל? מוחל?" לאנגע שורות האבן זיך געשלענגעלט ביי די נרדפים מקבל צו זיין א "מחול לך", וועלכע מ'מוז דאך ארויסזאגן מיטן מויל דריי מאל…
די נעקסטע טאג אין חדר, פנים חדשות! קיינער זאגט נישט מער יאסי האסי, יעדער שערט די סופער סנעק. ס'הענגט נאך די אנגעצויגנקייט אין די לופטן. קיינער וויל דאך חס ושלום נישט זיין חס ושלום פון די וואס חס ושלום…
"יאסי האסי, יאסי האסי" הערט זיך ארויסזינגען פון קלאס רום, מיט דעם אלט פארצייטישן ניגון נענענענע…
די טשעפערייען איז צוריק צום אלטן. קיינער געדענקט שוין נישט די מעשה מיט פישעלע.
לא נודע כי בא אל קרבנה…