Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)
ייש''כ לכאורה, א געוואלדיגער סיפור!
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אין די וואך.בניהו האט געשריבן:און איינע פון די וועכנטליכע אויסגאבעס (וואך אדער בליק דאכט זיך) איז אויך געווען יעצט אזא סארט מעשה מיט אידיש מיידל און איר מחזור וואס האט איר צוריקגעברענגט.
נישט צו פארדרייען די נושא אדער ווארעמקייט, אבער די נקודה איז גאר שטארק און אמת, אויך ביי די ״שוואכערע סארט״ אינגעלייט. ווארט נישט ביז ער גליטשט ח״ו טיף און דעמאלטס אנערקענען אז נאר אזוי קען מען צוריקברענגען.זאלץוואסער האט געשריבן:מ'האט מיר אנגעוויזן צו קומען ליינען דעם ארטיקל, און איך מוז זאגן אז ס'האט עושה רושם געווען אויף מיר אליינס.
איך האב מיטגעהאלטן ליידער אזא מעשה'לע וואס די ענדע איז נאך נישט גוט, אבער ס'איז גענויגט צום בעסערן. און איך האב מיך געלערנט אפאר זאכן, וואס די זאכן ווערן נאר ריקאנפירמד מיט די מעשה דא.
1. כדי צוריק צו ברענגען א איד אויפן דרך הישר קען מען נישט מיט טוישן זיינע תאוות אדער נטיות נעבעך, (און דאס גייט פאר אונז אלע אויך, אפי' די וואס זענען בעצם ערליכע אידן) מ'דארף נאר פרובירן אויסדרייען דעם מענטש מיט א קליינע שיעפקייט צום ליכטיגן זייט, און מיט א אמת'דיגע הארציגקייט און מיטגעפיל. (איך קען פארציילן אסאך מעשיות וואס ווייזן דעם ווארהייט פון דעם.)
2. א נקודה וואס ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים לגבי תשובה, און דא זעהט מען מורא'דיג שטארק איז דער ענין פון רוקן דעם "נקודת הבחירה" אנשטאט צו טוישן דעם גאנצן מהלך. דהיינו, ברענגן דעם באטרעפנדען (און צומאל אונז אליינס) צו זוכן א נקודה וואו ער האט נאך יא א בחירה, און ער קען אויסוועלן די גוטע וועג אן קיין שטערונגען צו זיינע ליידער פארקלעמטע און פארקלאפטע תאוות אדער נטיות רעות.
3. סיי וועלכע מהלך וואס מ'זעהט אין ספרים הקדושים און מ'טוט דאס מיט א אמונת צדיקים האט געארבייט עווענטועל.
4. א איד בלייבט א איד אין סיי וועלכע אומשטענדן, און מיר דארפן פרובירן צו טון דאס בעסטע.
יישר כח פארן אריינברענגען די מעשה'לע דא