שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די 'אומרוען' אין איראן, זענען אין די לעצטערע טעג אריבער צו א פרישער פאזע, ווען פילע אוניווערסיטעטן סטודענטן לענגאויס דעם לאנד האבן זיך אנגעשלאסן אין די אנגייענדע אנטי רעזשים פראטעסטן, וועלכע גייען שוין אן אין די לעצטע וואך-צוויי. אזעלכע סלאגאנען ווי "טויט צום דיקטאטור" זענען געווארן די נארמאל. די אומרוען האבן זיך באזונדערס פארשארפט נעכטן, נאך וואס די פאליציי און די רעזשימס מיליציעס האבן דורכגעפירט רציחות קעגן סטודענטן און אלגעמיינע פיס-גייער.

דעריבער, מיין איך, איז די צייט רייף אז עס זאל געעפנט ווערן א באזונדערן אשכול, דעזיגנירט פאר'ן יעצטיגן קריזיס וואס איראן גייט יעצט דורך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

באזארגענדע באריכטען קומט ארויס פון שאריף אונווערסיטעט און טעהראן, די קלעריקאלען האבען אהין געשיקט מיליציעס באוואפענט ביז די ציין און באנדעס פון די טרויעריג בארימטע ציוויל געקליידטע באסיזש מערדער וועלכע דרייען זיך אויף מאטארסייקעלס און האבען אייגענע פייניגונג קעלערען,

די אונווערסיטעט איז אינגאנצען ארום גערינגעלט מהאט יעדעם אוועק געשיקט, בילדער וואס קומען ארויס קוקען אויס ווי פון א שלאכט פעלד..
די איראנע פאלק איז באזארגט אז סקומט א שחיטה דארטען,
דרינגענדע רופען ווערען ארום געשיקט אז די עולם זאל זיך פארזאמלען דארט און נישט אראפנעמען קיין אויג,

א באס וואס האט געטראגען מיליציעס האט מיאוס אריינגעקראכט ערגעץ לכאורה פאר דוקא, שווער פארוואונדעט צענדליגע מיליציע און איינער איז שוין באשטעטיגט טויט משמיעסט דארטען אז די דרייווער האט עס געטון נאכען הערען זייערע פלענער, גארנישט איז באשטעטיגט סאיז נאך זייער פארנעפעלט די מצב,

די באסיזש מיליציע און די פאליציי האט באשטעטיגט אז סאיז שוין דא איבער 100 געשאסענע, אבער די איראנע בירגער פון איבער די וועלט זאגען אז לויט זייער חשבון איז שוין דא איבער 500 רח"ל,

די פראו רוסלאנד עקסטרעמיסטען וועלכע האלטען אן דאס לאנד ביים גארגעל האבען היינט געטרייט ארויפצילייגען א פולשטענדיגע קארפיו אבער סאיז גענצליך דורך געפאלען
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

צענדליגע מענטשען האבען זיך פארזאמעלט און פראנט פון די אונווערזיטעט, צענדליגע פייערס האבען אויסגעבראכען ווי מהאט אויך פארברענט מאטערסייקעלס פון די באסיזש מיליציע זיי זאלען נישט קענען אפטראגען,

און א נייע סטראטעגיע רייסט מען אראפ זייער מאסקעס פון פנים,

סהאט אויסגעבראכען אפענע געשלעגען מיט זיי און אפאר שטעט

די באריכטען זענען זייער נישט קלאר און די עקסטרעמיסטען פארשפרייטען אסאך פאלשע אינפארמאציע,
אבער סקוקט אויס ווי געוויסע האבען געמאכט מזאל נישט קענען אפהאקען די בירגער פון אינטערנעט דאסמאל און סקומט ארויס סאך מער אינפא פון דארטען ווי ביי די פאריגע פראטעסטען
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

איראן פארט אויף רעדער:

סהאט שוין אויסגעקוקט ווי די עקסטרעמיסטען נעמען ציביסלעך קאנטראל אפאר טאג צירוק ווען זיי האבען דערשאסען צום טויט צענדליגע פראטעסטירער אבער די לעצטע 24 שעה האט עס סך מער און ווילדער אויפגעפלאקערט ווען מאסיווע פראטעסטען האבען זיך שטארק צישפרייט אין איבער 100 שטעט!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אין ניזאמאביד א שטאט לעבען טעהראן האבען פראטעסטירער איבער געפאלען א באסיזש פעסטונג נאכדעם וואס זיי האבען געטרייט אראפציסנעטשען פראטעסטירער פון די גאסען און דארט געטראגען,
דארט איז די איינציגסטע פלאץ ווי די רעזשים שיק אינגלעך האבען נאך געהאט קאנטראל צי טיען גרוילטאטען נאכדעם וואס די לאקאלע פאליציי האט נישט געוואלט מער מיטארבעטען

די פראטעסטירער זענען נאכגעגאנגען די באנדעס און זיך גענומען שטורעמען די באסיזש געביידע מיט שטיינער און שטעקענעס
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

די באסיזש געביידע און ניזאמאבאד איז לויט באריכטען גענצליך חרוב
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אפאר מאטארביצקלעך זענען יעצט ארויס געפארען פון די אונווערזיטעט מיט פארכאפטע סטודענטען און געשאסען אויף יעדעם וואס האט געטרייט צי כאפען בילדער דערפון
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אין קערמאן סיטי האבען נעכטען (אקטאבער 1) די שיק אינגלעך פון די עקסטרעמיסטען אפגעליידיגט די גאסען דורך פשוט דערשיסען יעדער וואס וואקט אויפען גאס,
היינט אקטאבער 2 (3 און איראן) זענען די גאסען צירוק פיל און די געשרייען זענען שוין געריכטעט אפען קעגען די דיקטאטור און פוטין פאפעט כומעני
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

ריזיגע פראטעסטען זענען היינט פארגעקומען און עטליכע אמעריקאנע שטעט און סאלדאריטעט מיט די איראנע בירגער, אריינגערעכענט יוטא, לאס אנגעלעס, און קלענערע פראטעסטען און ניו יארק, וואשינגטאן,

ווי אויך איז פארגעקומען א מאסיווע פראטעסט און טאראנטא

די פראטעסטען האבען פארלאנגט אז די וועלט רעגירונגען דארפען זיך פאראיינוגען און זיך זאפארט אריינמישען (עקאנאמיש) און אפשטעלען די בלוט באד

און די הויפט שטאט פון טשילי האבען זיך פראטעסטירער פארזאמעלט און גערופעו פאר זייער גאווערמענט גענצליך אפציהאקען מיט די עקסטרעמיסטען פון טעהראן
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

א שוידערליכע מעשה איז ארויסגעקומען פון די בלוכאסטאן געגענט ווי די עקסטרעמיסטען האבען דערשאסען א קינד פאר די אויגען פון זיין משפחה,

סהאט יעצט ארויסגערופען א פרישע כוואליע מיט פראטעסטען,

די פראטעסטירער האבען גערופען פאר די באאמטע און די פאליציי זיך אפצילאזען פון די מערדער באנדע און טעהראן
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3903
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

ISW
Oct 2
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

סאיז היינט ארויסגעקומען קליפס פון אראק סיטי פון אקטאבער 1 ווי משרייט שוין דארט אויך און צענטער פון שטאט, טויט צי כומעני טויט צי די דיקטאטור
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פאלעסיידס האט געשריבן:
די פראטעסטירער האבען גערופען פאר די באאמטע און די פאליציי זיך אפצילאזען פון די מערדער באנדע און טעהראן
דו האלטסט אז ס'איז דא שאנסן אז די פאליציי און מיליטער זאל זיך פשוט אויסדרייען דעם רוקן און אומווארפן דעם רעזשים?

---

א ריזיגן דאנק פאר דיינע קלארע און געשמאקע באריכטן!
גוט מארגן אמעריקע!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20430
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פאלעסיידס האט געשריבן:
ריזיגע פראטעסטען זענען היינט פארגעקומען און עטליכע אמעריקאנע שטעט און סאלדאריטעט מיט די איראנע בירגער, אריינגערעכענט יוטא, לאס אנגעלעס, און קלענערע פראטעסטען און ניו יארק, וואשינגטאן,

ווי אויך איז פארגעקומען א מאסיווע פראטעסט און טאראנטא

די פראטעסטען האבען פארלאנגט אז די וועלט רעגירונגען דארפען זיך פאראיינוגען און זיך זאפארט אריינמישען (עקאנאמיש) און אפשטעלען די בלוט באד
שכח פאר די רייכע אפדעיטס.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

די עקסטרעמיסטען האבען פארעפענטליך אז צווישען די צענדליגע ארעסטירטע און געקידנעפטע האבען זיי געטראפען ניין בירגער מיט אייראפעאישע פאספארטען, דהיינו דאבעלטע בירגערשאפט
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

א ריזיגע יש׳כ פאר די נאכאנאנדע באריכטן.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אמנעסטי אינטערנעשנאל האט שארף פארדאמט די איראנע רעזשים און מיליציעס פאר זיך באנוצען מיט אמבולאנסען צי פארכאפען פראטעסטירער פון די גאסען
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אן ארויסגעליקטע ווידיא פון שאריף אונעווערסיטעט אפאר טאג צירוק זעט מען ווי די סייענס מיניסטער פון איראן זאגט פאר די סטודענטען, "דא איז נישט דא קיין פרייהייט פון ווארט, דא קאנטראלען מיר (אפאר מענטשען) וואס צי זאגען, עטס וועטס רעדען וואס עטס ווילטס וועלען ענק באצאלען א טייערע פרייז

סאיז ארויסגעקומען שארפע פארדאמונגען פון אונווערסיטעטן פון איבער די וועלט
רואה חשבונות
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואה חשבונות »

די ראיאטן האלטן היינט ביי טאג נומער 18

אן איראנער ספעציעלע פאליציי מאן האקט שטיקער
אטעטשמענטס
Pe.jpeg
Pe.jpeg (54.94 KiB) געזען 7080 מאל
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

דער העכסטע איראנע סוני גייסטליכער האט שארף פארדאמט די שיסערייען אין די שטאט זאהאדאן אויף ציווילע בירגער אריינגערעכנט קינדער,
ער האט אנגערופען די שיסערייען אויף די פראטעסטירער אן אנפרעצעדענטליכע טראגעדיע
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום מאנטאג אקטאבער 03, 2022 1:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

די פרעזידענט פון אזארבירזשאן האט גערופען צי די רעזשים און טעהראן זיי זאלען שוין נידערען די וויילענס, ער האט געווארענט אז ס'טאר נישט ארויסגיין פון קאנטראל,
ער האט געשיקט מיליטער צו די גרעניץ האלטען אן אויג,
און בעיקר זיי זאלען העלפען האלטען ארדענונג אויב סקומט א פלייץ פון פליטים,
אוועטאר
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 28447
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

דער איראנער סופרים פירער כומעיני איז ארויסגעקומען באשולדיגן די 'יונייטעד סטעיטס' און די 'ציוניסטישע רעזשים' פאר די ראיאטן אין לאנד.
אוועטאר
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 28447
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

דייטשלאנד פראנקרייך דענמארק שפאניע איטאליע און טשעכיי האבן אריינגעגעבן פארשלאגן פאר נייע אייראפעאישער פאראיין סאנקציעס אויף איראן צוליב מענטשן רעכט פארלעצונגן.
אוועטאר
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 28447
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: ראיאטען אין איראן - קאנסטענט אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

די אלוועלטליכע מענטשן רעכטן ארגאניזאציע זאגט אז 133 מענטשן זענען שוין אומגעקומען אויף די גאסן פון איראן זינט אנהויב פון די דעמאנסטראציעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”