Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק
א גוטע ביישפיל אויף די פונקט אז יעדער קען אויסשטעלן וויאזוי עס שמעקט.ראש לימבא האט געשריבן:עצה טובה: אויב פלאנט איר צו לערנען יעדן טאג נאך שחרית, אפשר איז כדאי אויסצורעכענען נישט צו לערנען מאנטאג און דאנערשטאג, די טעג וואס מ'זאגט תחנון און ס'דא קריאת התורה. די דאווענען דויערט עטליכע מינוטן לענגער. די מטרה פונעם סדר איז עס זאל זיין גרינג צו תופס זיין - תפסת מרובה לא תפסת! מאנטאג און דאנערשטאג קען מען אפשר ביי קריאת התורה איבערגיין אין קאפ די פסוקים וואס מען האט דאס יאר געלערנט... (ביז שני)
מיר איז א ביישפיל דא איין טאג א וואך וואס כ'בין מער פארנומען, און כ'וויל גיין פריער אין ארבעט. יענעם טאג וועל איך געווענדליך אויסלאזן. פאר א צווייטן איז שבת גאר די גרינגסטע, פאר אנדערע איז שבת שווער. וכו' וכו'.
יעדער איינער קען זיך מאכן די אייגענע חשבון. מען דארף טאקע צולייגן צו די לוח וויפיל עס קומט אויס טעגליך, אז אויב איינער וויל אויסלאזן א טאג, אדער זיך מאכן א אייגענע סדר זאל האבן די פונקטליכע מספר.