Re: פאליטישע קלאץ קשיות
דער סיסטעם פון די בחירות אין א"י לויפט, אז אויב וויל א פארטיי ווערן א חלק פון די פארלימענט, דארף עס ברענגן א געוויסע פראצענט פון שטימען, דוכט זיך עס האלט יעצט ביי 3.25%, און אויב האט דער ספעציפישע פארטיי נישט דער סכום פון שטימען, ווערט עס אינגאנצן אויס. קומט אויס אז די אלע וואס האבן געוועלט פאר דעם פארטיי, האבן אראפגעפלאשט זייערע שטימען, ווייל זייער פארטיי איז אין ערגעץ נישט אנגעקומען.מקווה איד האט געשריבן:וואס מיינט אראפגעפלאשטע שטומען ביי די בחירות אין א''י?
א שטייגער ווי ווען איינער גייט שטימען פאר פרעזידענט אין אמעריקא פאר דער אינדעפענדענט קאנדידאט, וואס האט געווענליך נישט קיין שאנס צו געווינען, האט ער אויך אראפגעפלאשט זיין שטימע.