זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קליגער מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 5:01 pm

זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער מענטש »

ווי איך פארשטיי דרייען זיך דא א גרויסער עולם דינוב'ע תלמידים, אזאלעכע וואס האבן געלערנט אין קווינס, סיגעט, bc לאמבער וכדומה, די קעמפ אויף שוואנקאנג רד. די אלטע כאטקעלעך, די מקוה, די שול, ווער רעדט נאך פון די רב זז"ג,
אלזא, עפען איך א אשכול פאר אלע יוצאי הישיבה צו פאראייביגען דא די געשמאקע זכרונות, בילדער, און אפשאצונגען,

אויב איז שוין דא אזא אשכול פירטס מיר אהין.
קליג קען יעדער זיין "קליגער" קען נישט יעדער
אוועטאר
איש השלום
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 11:11 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש השלום »

א תלמוד בין איך נישט אבער א אורח ארעי בין איך יא וואס יש לי הזכיה צי זיין מיט די בחורים זיממער!!! אשרי חלקם, ( איך מיין פין ישיבה גדולה- ישיבה קטנה איז מער א פינקטלעכע מסודריגע מנהל).
וועל איך פשוט פראבירן אויסצימשלן מיין ערשטע נסיעה צים קעמפ!.

משמייסט אויפן 17 מגעבט זיך א דריי אריין אין 118 און משפירט שוין די אפּסטעיטע לופט- געשמאק רייך א געמיש פין בלעטער און פייער, מפארט א קליינע שפּאן- והנה ממאכט א שטייפע רעכטס- און דא זעמיר א שיפע בארג אן קיין סיינס ווי מגעפינט זיך- אבער סאיז נישט שייך בכלל צי פארלירן דעם ציל- ווייל אדער קימט מען אן אין קעמפ- אדער באגעגענט מען זיך צים גרינעם פעלד (סאַרי גרינעם וואסער).

דא איז דער קעמפ!!!! ווי??? איך זעה נישט גארנישט!?.
אההה ברוכים הבאים צי קעמפ דינוב- יא יא דעי פּיצי אפגעשיילטע ווייסע קאלעכדיגע כאטקעלעך, וואס זענען שטימע עדות פין פארגאנגענהייט- זענען פרייליכע און לעבעדיגע זכרונות פין צענדליגע יוצאי ישיבתינו ה״ק וואס האבן דא פארבראכט אינטער דעם שאטן פין נאטור יעדן זוממער!!!.
דער וועלט איז א גלגל החוזר- אין קעמפ דינוב וואס קעמפ איז געמאכט איבער צי חזרן די מסכת איז אויך רינדעכיג!! א בלינדער קען זיך נישט פארלירן אינעם צירקול ארינגס און ארים!!!!..
א מענטש איז נישט קיין מושלם אבער יא א איש השלום!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

א פיינעם אשכול!

ס’איז יעצט חול המועד, איך האב נישט קיין צייט, אבער איך וועל נאך אריינקומען מיט שטארקע רעפורטאזשן.
אמונה בטחון מיט שמחה
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 2:43 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה בטחון מיט שמחה »

דעס איז א פיינע אשכול. עס איז געווען דארט גאר פיינע צייטען
מצה טאש
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

נישט פארגעסן א זומער אין הילבורן!
נעסטאלגיע, אה
אמונה בטחון מיט שמחה
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 2:43 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה בטחון מיט שמחה »

אויך נישט די ווואך ביי ראטענבערגס שול אין פלעטבש
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

ביים באמערקן דאס התייסדות פון דעם אשכול איז עס שוין געווען פאר אונז די בעסטע חול המעד האלטן.
דעי קעפל 'געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה שער יששכר דינוב' איז אן אינהאלט פון נאסטלאגישע און גייסטרייכע זכרונות וואס טאנצן ארום אויפן מוח אויבערפלאך פון יעדן תלמיד און וועט זיך לכאורה קיינמאל פון דארט נישט אפטון.
מינוטן, שעות, סדרים, טעג, וואכן, חדשים, זמנים, יאהרן, אנגעזאפט און איבערגפילט מיט... מיט וואס נישט? רייך און קאלערפול! א ציזאמשטעל פון בחורים יעדער א סארט פאר זיך, א ציזאמשטעל פון טעג און וואכן יעדע א סארט פאר זיך, און דאס האט געקליקט מיט אזא מין פאווער!
אויב מיינסטו אז אין ישיבה זעלבסט אין אנגעגאנגען א טאג ווי געהעריג, נאר יעצט אפאר יאר שפעטער כאפט מען זיך ווי זיס דאס איז געווען, ניין זאג איך דיר. בשעת מעשה האט מען גוט געוויסט און פארשטאנען ווי געהויבן אורה'דיג און זיס די מצב איז און מהאט האט עס ב"ה אויסגעניצט על צד היותר טוב, מיט די הילף פון א קראָ חברים וואס איז באשטאנען פון א גאנצע ישיבה פון דריי עדזשעס ס"ה בערך 70\80 בחורים יעדער מיט זיין יוּניק טאָטש, הצד השווה שבהם: אהבה אחדות שלום וריעות.
צייט אפצושרייבן א טאגבוך פון יענע טעג האב איך נישט געהאט (סאיז געווען בעסערס וואס צו טון דארט) אבער סאיז נישט קיין גרויסע פארלוסט, ב"ה ווי דערמאנט זענען די טעג חקוקים בזכרונינו און בע"ה מיט די הילף פון די אויבנדערמאנטע חברים וואס שטייען נאך אלס צוזאם מיטן זעלבן קשר, וועט זיך דא פארמירן א גאר אינהלטסרייכן אשכול.
ווי הויבט מען אן? וואס הייסט ווי? אנהויב זמן! אהה די בחורישע התחדשות! א פרישע זמן יעצט, אבער נישט אזויווי לעצטע יאר וואס כהאב אויכעט געהאט די זעלבע התחדשות, אבער וויאזוי האט נאר ר"ר זושא געזאגט... לעצטע זמן האסטו דאס אויכעט געזאגט? ניין דעי זמן וועט עס טאקע זיין! סנישט קיין דזשאקס, כבין א רעגולער ישיבה גדולה בחור (א ראַנג אין לעבן אויף ווואס מקוקט שוין ארויס זינט זוממער אין כיתה ו).
זונטאג פרשת לך לך 8:50 פארטאגס איך וועק מיר אויף מיט א פחד, אזוי שפעט! 9:45 פארט שוין די באס... מקוה וועט שוין זיין מארגן, סדאך ווינטער.. די רענצל שוין צאמגעפאקט פון פרייטאג, מיט איין אטעם קומט מען אן צום דינובע ביהמ"ד הודו לד' כהאב מיר נישט אויסגעגליטש אויף די אפענע שיך בענדל, און...
נא? ווער געדענקט? מ'עפנט אויף דעם צענטראלען טיר פון שול ווען א פולפארביגן הויפן רענצלעך ביזן דאך גיבט א טראסקע אראפ פארנט פון מיין געזעהל, סשפעט נישט קיין צייט פארדעם מגיבט א שליידער ארויף סרענצל אויפן בארג, סאם האו איז מיר יעצט ארויפגעקומען אין געדאנק די בארג שוך פון אוישוויץ, גיי ווייס פארוואס...
אה דו ביסט אויך דא? וואט?! דו אויך? האט עס נישט געהייסן אז דו קומסט נישט צירוק די זמן? יא א גאנצע מעשה... געכאפט א דאווענען תיכף נאך נקדישך געבט מען א ריק אראפ די הוט אויפן תפילין של ראש... יעצט ווייסט קיינער נישט אז איך האב תפילין, די בארג רענצלען איז שוין אביסל רואיגער ווען גאנצעטע סטאדעס בחורים ווארטן שוין אידרויסן יעדער מיט זיין רענצל, און מווארט... מהאט געהאט אנגעזאגט אז די באס גייט שוין ווארטן פון 9:30 און 9:45 פארט מען ארויס, מגייט נישט אנהויבן א זמן מיט א שפעטע מאוו, אבער נישט געפערליך – בארואיגן מיר די עלטערע בחורים וואס גייען שוין אריין אין צווייטע עדזש – דעיס איז נוסח... כהאב אויך געוויסט אז דעס איז די נוסח אבער די ערשטע זמן ישיבה גדולה אויכעט? קוקט אויס אז איך בין נאך יונג, נישט אלעס געוויסט.
10:30 די באס איז דא.... מי שלא ראה... לא ראה... זיבעציג בחורים יעדער איינער מיט א רענצל צוויי, אויף "איין" געלע באס... עומדים צפופים ומשתחוים צפופים דעס איז א מראה וואס מיר אלע יוצאים זענען מעיד מיט א בהירות אז דאס איז געווען נסים בהתגלות! יא אמאליגע צייטן איז דאס געווען אן אפטע ערשיינונג מיר זענען געווען רגיל בנסים. די באס פארט מיט אן אנגעצויגענעם שטייטקייט ביז וויליאמסבורג סט. ביי די הייוועי, ריבונו של עולם!! נאך צוואנציג בחורים מיט רענצלעך ווארטן דא!! און די באס האט זיך אפגעשטעלט פאר זיי? פאר וויייטער! נישטא קיין פלאץ מער! נישט דא מו וועמען צו רעדן יעדער האט געהאט פלאץ.
ארויף אויפן הייוועי נאך אזא פופצן בחורים ווי מיר שטייען אזוי מיטן הוט איבערן תפילין, א פרישער בחור לויפט ארום זיכערמאכן אז סאיז דא מנין און... אשרי יושבי וכו'... קדיש תתקבל, קדיש נאכן יום - כאטש וואס סתם אזוי זאגט מען נישט די קדיש אבער אויפן באס איז אנדערש... געווען דאס א מנין קבוע יעדע וואך, צוגעבנדיג נאך א פופצן מינוט צום מקוה אינדערפרי
יא יענע ערשטע טאג פון זמן האבן מיר בעמערקט אויפן בי קיאָ אי דעם סיין וואס האט מודיע געווען אויף די פארגרייטנדע קאנסטראקשאן וואס גיין אריינגיין אין קראפט ביז אפאר וואכן ארום מיטם ציל איבערצובויען דעם טרויעריג בארימטן קאסקיאסקא בריק, די בשורה האט פארגעזאגט שווערע טרעפיקס וואס וועט אינז באגלייטן די אלע יארן ישיבה אין קווינס המהוללה, אריינגערעכנט "צוויי אין א האלב שעה וועגן" פון קווינס ביז ווילי יעדן פרייטאג און ביומי דחנוכה יעדן טאג עקסטער, אויף א צישטיפטע באס מיט מנינים מעריב איינס נאך אנאנד. גראדע די ערשטע טאג איז געווען א שנעלע וועג, און מאיז אנגעקומען צו ישיבה...
ער איז די מנהל? ניין ער איז א מגיד שיעור, ער? ניין, וואס הייסט? ער איז עס! וואס? ער גייט זיין די מנהל? יא! אוקעי...
האמיר דערווייל אנגעכאפט בלויז די וועגן וואס איז געווען א פרשה לפני עצמו, דאס האט זיך אפגעשפילט וואך איין וואך אויס. געוויסע זענען געקומען אין ישיבה מיט די בוכארישע קארסערוויסעס וואס האבן געווארט מיט זייערע מזוזה קארס ביים טויער פון הייוועי, א גאנצע קאפ וויי וויאזוי מציטיילט 17 דאללער פאר 9 בחורים... איי זכרונות! די פינף דאללער וואס איך האב מיר געברענגט פאר די קרן חתנים ווענדינג מאשין (וכד') האב איך געמוזט געבן פארן קאר... פון מאל צו מאל זענען מיר געגאנגען מיט די סאטמער ישיבה באס כאפנדיג דערנאך א שפאנציר ביז אונזער ישיבה, אויפן וועג איז די משגיח פארביי געפארן און אינז נישט באמערקט ביז צוויי טעג שפעטער ביי לאנטש...
אי"ה עוד חזון מיט די טעג אין ישיבה, אוי איז דאס זיס געווען!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

א בילד פון א דרשה דורך רבי חיים יודל פריעדמאן אין ישיבה וואס איז געווען דאן סטאנציאנירט אין קאזשניצע בית מדרש אין סיגעיט, די דאטום אויפן בילד איז נישט גוט, ס'איז געווען תשע"ו אין די זומער.
אטעטשמענטס
09230006.JPG
09230006.JPG (247.01 KiB) געזען 1667 מאל
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום זונטאג אקטאבער 23, 2022 11:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

אהה, אהה, אהה, רבי חיים יודל'ען א דמות פון ישיבה וואס זיין דאווענען פארלאנגט זיך א פרק פאר זיך... קרית שמע בציבור ביי פארנט... ה' ימלוך לעולם ועד... וואטעווער כהאב נישט יעצט קיין צייט פאר א ארטיקל... מוועט נאך אנקומען דערצו, (צו זיין דאווענען איז מען דאך אלס אנגעקומען שפעט... נו! סקומט באלט א דרשה)
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

נזר הנבונים האט געשריבן:

די ערשטע טאג וואס איך בין דארט אנגעקימען אין קווינס האט נישט געארבעט די לעקטער אין וואס ווען ווי האט שוין די עולם אריין געפייערט אין די גמרא....
איך האב נאכנישט געוויסט אויף וועלכע וועלט איך בין

ביי שמו''ע האט שוין די עמוד געהאלטן נעבן די באלעמער...
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

נאך א בילד פון סיגעיט, דאס בילד איז געכאפט געווארן בעפאר א שבע ברכות וואס איז אפגעראכטן געווארן לכבוד די מנהל ר' משה שמואל ראטטנבערג מ'קאזאבא ביים וואסער, דאס בילד איז פון בשעת די הכנות צום שבע ברכות.

אויך פון שנת תשע"ו
אטעטשמענטס
19130015.JPG
19130015.JPG (284.09 KiB) געזען 1609 מאל
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום זונטאג אקטאבער 23, 2022 11:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

מיינע מגי''ש זענען געווען
שיעור ד' פארטאגס הרב ש''נ דאמב שליט''א שיעור עיון הרב י העסס שליט''א שיעור עיון קל הרב מ אייכענשטיין שליט''א אין קעמפ הרב מ זילבער שליט''א ביינאכט הרב י מאשקאוויטש שליט''א אין קעמפ הרב י''א אשרי שליט''א מנהל הרב מקאזאווא שליט''א משגיחים הרב מ גרובער שליט''א הרב י''מ פריינד שליט''א הרב מ האניג שליט''א נאכט משגיח הרב מ''ר הורוויץ שליט''א
שיעור ה' פארטאגס הרב מ אייכענשטיין שליט''א שיעור עיון מרן הר''י שליט''א שו''מ הרב י אויש שליט''א שיעור עיון קל הרב ש''צ פריינד שליט''א ביינאכט הרב מ זילבער שליט''א מנהלים ביז חנוכה בערך הרב מקאזאווא שליט''א איבריגע זמן הרב י''ש שפיגל שליט''א זמן הקיץ הרב מ''ש פאללאק שליט''א משגיחים זמן החורף הרב מ האניג שליט''א א יונגערמאן גרובער הרב י''מ פריינד שליט''א זמן הקיץ הרב ש''א גראסבערג שליט''א הרב מ ווייס שליט''א
שיעור ו' פארטאגס הרב מ אייכענשטיין שליט''א שיעור עיון מרן הר''י שליט''א שיעור עין קל הרב ש''צ פריינד שליט''א ביינאכט הרב א האראנטשיק שליט''א מנהל הרב מ''ש פאללאק שליט''א משגיחים הרב ש''א גראסבערג שליט''א הרב מ ווייס שליט''א אין קעמפ א יונגערמאן יאקאבאוויטש
לעצט פארראכטן דורך מחצה''ק אום זונטאג אקטאבער 23, 2022 11:54 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

מחצה''ק האט געשריבן:
די ערשטע טאג וואס איך בין דארט אנגעקימען אין קווינס האט נישט געארבעט די לעקטער אין וואס ווען ווי האט שוין די עולם אריין געפייערט אין די גמרא....
איך האב נאכנישט געוויסט אויף וועלכע וועלט איך בין
יענע ווינטער זמן אין קווינס האט נישט געארבעט די לעקטער ביים אנקומען די ערשטע טאג, און די זמן האט זיך געענדיגט ווען מ'האט אפגעשפארט די לעקטער סוף זמן...
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

תרמב האט געשריבן:
נאך א בילד פון סיגעיט, דאס בילד איז געכאפט געווארן בעפאר א שבע ברכות וואס איז אפגעראכטן געווארן לכבוד די מנהל ר' משה שמואל ראטטנבערג מ'קאזאבא ביים וואסער, דאס בילד איז פון בשעת די הכנות צום שבע ברכות.

אויך פון שנת תשע"ה
די אלע חורבנות זענען פון סענדי
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

תרמב האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:
די ערשטע טאג וואס איך בין דארט אנגעקימען אין קווינס האט נישט געארבעט די לעקטער אין וואס ווען ווי האט שוין די עולם אריין געפייערט אין די גמרא....
איך האב נאכנישט געוויסט אויף וועלכע וועלט איך בין
יענע ווינטער זמן אין קווינס האט נישט געארבעט די לעקטער ביים אנקומען די ערשטע טאג, און די זמן האט זיך געענדיגט ווען מ'האט אפגעשפארט די לעקטער סוף זמן...
יא דערמאנסט מיר מר' גרעבי האט אינז געטראגען אין עפעס א קווינסע שול
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

די ראש ישיבה לערנט פאר תשעה באב, לכאורה תשע"ז
אטעטשמענטס
IMG_20140101_055516.jpg
IMG_20140101_055516.jpg (183.92 KiB) געזען 1587 מאל
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

וועלעכע יאר איז די ישיבה געגרינדעט געווארן?
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

intellectual האט געשריבן:
וועלעכע יאר איז די ישיבה געגרינדעט געווארן?
תשס"ט דאכצעך מיר
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

זייער אינטערסאנט, לייג נאך בילדער
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

Re: געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

אה זיסע זכרונות... געדענק מיר דאס אריין ציען אין סערעפייט (ז"ל) ווי נאכן זיך ארויפשלעפן די פיר גיגאנטישע שטאקן איז ווי מען האט אראפ געשטעלט א פיס איז מען געווארן כשלג ילבונו פון די פרישע רויע שיטראק וואס איז פארשטייט זיך געבליבן רוי ביזן זיך ארויסצוציען פון דארט... מיט די גיגאנטישע שלאף צימערן וואס איז מיט די יארן הערליך געפארבט געווארן מיט הערליכע מאלערייען און נוי סוכה אין בילדער פון יעדן אדמו"ר אויפן כדור פון די ווענט ביז די וואנעס...- וואס איז געווען אויסגעלייגט א יעדע פאר פיס אינעם בנין פונעם ביהמ"ד אין די לאנטש רום ביזן רב'ס שטיבל אין די מגידי שיעורים צימער... אה די עבודה וואס די בחורים האבן אריינגעלייגט צו באלייכטן די בנין געשלעפט ווייערס געבינדן לעקטעריק טעיפ געשאפט באלבס פון א דערנעבנדיגע לאמבער יארד געבויט סטעידשעס אין א ארון קודש... א בחור וואס האט געלערנט אין יענע יארן איז ארויסגעקומען א פארטיגע הענדימען לעקטערישן אין פלאמבער... די טאלאנטפולע חברה האבן זיך אויסשאפירט מיט די טייערסטע איטאַליענישע פירנוטשער וואס איז געלעגן ערגעץ וואו אינעם "שטח" הייליגע צייטן געוועזןַַ.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

פון דעם וואס מ’איז געזעצן אין געהאקט שטיקער גמרא תוספת פון דעם רעדט קיינער נישט, זעהט אויס אז דאס איז נישט אזוי אינטערסאנט...
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

תרמב האט געשריבן:
פון דעם וואס מ’איז געזעצן אין געהאקט שטיקער גמרא תוספת פון דעם רעדט קיינער נישט, זעהט אויס אז דאס איז נישט אזוי אינטערסאנט...
אוודאי מהאט געריסן שטיקער פונעם עולם כמעט נישט געווען אז א בחור נישט קיין חילוק ווער זאל א דורך גיין א טאג אין לערנען איך רעד שוין נישט פון דעם אז האלב פון מיין כיתה וואס איז געווען בערך 15 בחורים האבן פשוטו כמשמעו געלערנט פון פארטאגס ביז ביינאכט
די ביהמ’’ד האט געהאט לומדים כמעט די גאנצע מעת לעת ביז בערך 1 אזייגער ביינאכט האבן בחורים דארט געלערנט מיט קולי קולות אין דאן פלעגן איבער נעמען דעם ביהמ’’ד די נאכט וועכטער בחורים....
5 אזייגער פארטאגס פלעגט זיך אנהייבן די סדר הלימוד שוין פון די פאר ר’ צבי מאיר זילבערבערג חברה
א שטיק איז געווען צוויי בנש’’ק וואס פלעגן לערנען אין ביהמ’’ד א גאנצע נאכט אין געדאווענט שחרית אין געגאנגען שלאפן...
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

די ישיבה איז געווען צי טיילט צווישען שטארק חסידישע בחורים אין שטארקע למדנים
אין געוויסע וואס זענען געפאלן ערגעץ אינמיטן
ס’איז אבער קיינמאל געווען ח’’ו ראבערייען
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

געדענק איך אמאל ווי אזוי מען האט זיך ארויסגעכאפט צוויי אזייגער ביינאכט צי די יארצייט פונעם מהריי’’ץ אויף קווינס אין מאיז ציריק געקימען 5 אזייגער אין הרב דאמב די מגי’’ש האט זיך געווינדערט פארוואס די עולם שטייט נישט אויף צי פארטאגס...
די ר’’י איז געוואר געווארן דערפון א שטיק צייט שפעטער אין האט זייער הנאה געהאט איך געדענק ער האט געזאגט ווי לויפט א דינוב’ע בחור אינמיטן די נאכט? צי א ציון!....
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”