Re: זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"
@נזר'ל טייערע, זאגסט דאך גוט, הלואי קען מען זיך צוזאם נעמען מיטן גאנצן עולם, אבער כ'וואלט געזאגט ווארט נאך א יאר צוויי ביז אלע עדזעס קענען זיך גוט, און נאכדעם העט עס זיין אסאך בע'טעמ'טער!נזר הנבונים האט געשריבן: ↑ מאנטאג אוגוסט 05, 2024 4:01 pmביידע קען מען נישט באשרייבן, מען קען, אבער ווער עס האט זיך נישט געווייקט דארט וועט נישט פארשטיין פינקטליך די גאנצע נושא, און ווער סאיז יא דארט געועזן א איינוואוינער וועט האלטן אז עס איז נישט אזוי גוט אראפגעלייגט… יא סאיז געווען גוטע צייטן, אין די ריכטיגע פלאץ מיט די ריכטיגע חברה האט זיך עס גוט אויסגעארבעט…
כהיום איז די קעמפ מקוה שוין איבערגעבויעט (ליין: אויפגעבויעט, סאיז קיינמאל נישט געשטאנען אז דאס זאל הייסן איבערגעבויעט…) איך מיין איז קווינס איז שוין אויך איבער געפרישט, דאס דארף מען קאנפערמען מיט די סאטמערע תלמידים, אזוי צו אזוי, איז פאר אונז געבליבן פיינע נאסטאלגיע
נאר וואס יא, כ'האב הנאה אז מ'האט צוריק אויפגעוועקט דעם אשכול, מ'האמיר גענוג וואס צו שרייבן, און מ'דארף מער שרייבערס, ס'אשאד אז די זכרונות זאלן פארוואסערט ווערן!