ליכט יארן טינט איז שוין פארגאסן געווארן אוף די נושא פון וויילער טוירנאויט ביים היימישן עולם. אצינד איז אבער א עת לעשות לד'. אפגעזען פאר וועם מען שטימט אין די קומענדיגע גאווערנאר וואלן, איז כולם מודים פה אחד אז עס איז נישט געבליבן קיין ברירה און מיר מוזן שאקירן די אלבאני ביוקראטיע מיט א מאסיווע טוירנאויט וואס זאל טאטאל איבערדרייען די לאנג יעריגע פאליטישע סטעיט מאפע. עס איז דא די מעגליכקייטן עס צו באווייזן, אבער פון בלויזע אייוועלט רעטאריק און סאציאלע מידיא קען מען דאס נאכנישט עררייכן. די שטילע איד וואס דו זעסט אים שאקלען פארגלייזט ביים דאווענען אין ווינקל פון ביהמ"ד, ער דארף וויסן נאוועמבער אכט אז די הויט ברענט. די נגיד וואס פאסט אים נישט צו שטיין אין די ליין אפנעמען די שטים-בעלאט, ער דארף וויסן אז זיין צייט פון אוועקגעבן די פאר מינוטן איז אים ווערט! די פעי-טשעיק טו פעי טשעק ארבייטער וואס האט אלץ בעסערע דאגות ווי פאליטיק, ער דארף וויסן אז זיין שטימע קען פאקטיש דעצידירן זיין עקזיסטענץ! די בנש"ק'ל דארף וויסן אז ס'איז מער נישט קיין בושה א סטיקער אויפן בעקישע איי וואטעט.
ותשועה ברוב יועץ, ווער עס האט אן איידיע וויאזוי יעדער דא האט די מעגליכקייט גרינגערהייט צו קענען פראקטיש קאנטאקטן משפחה, חברים, ידידים, שכנים, ווארק מעיט'ס, און זיי מאכן ארויסגיין שטימען, איז וועלקאם דא עס אויסצוליפטערן. ווער עס האט סיי וועלכע בייפאל, וויאזוי אנצודרייען די גאנצע היימישע גאס אויף די קומענדיגע וואלן, אהער דערמיט! און מ'גיי מיר דאס אינאיינעם פראקטיצירן.
פארוואס דארף ער זיין 60 צו האלטן אז ס׳מאכט נישט אויס? וואס איז די הלכה אויב ער איז 40 און ער האלט ס׳מאכט נישט אויס? טוישט זיך עפעס?
בקיצור, קוק די נושא האשכול, און אויב האסטו עצות צו מאכן 60 יעריגע אידן וואס האלטן אז ס׳מאכט נישט אויס גיין צו די וואלן, זענט איר מאר דען וועלקאם עס צו שערן מיטן עולם.
ימים ידברוהאט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
ראבא קאלס מיט אלע רבנים פון כלל ישראל. ווי אויך אויפטריטן פון אלע רבנים שבת צופרי פארן ליינען ( די קליינע לאקאל רבנים מיט די גרויסע אדמורי"ם בכבודם ובעצמם )
פשוט זיצן אין די בתי מדרשים מיט כלים און ריקוועסטן עבסענטי'ס פאר יעדעם.
כלים? ווארט נאר ביז די כעוורע העבן קומען צולויפן...
דאנערי מאשינען..
מ'דארף נישט ברענגן די כלים אין בית מדרש. מ'קען אויסטיילן קארטלעך ווי מען זאל שרייבן די לעגאלע נאמען, געבורט דאטום, זיפ קויד, און סעל נאמבער, און די עסקנים וועלן עס מסדר זיין אינדרויסן פון בית מדרש