ווי אזוי לעשט מען עין הרע

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז א באקאנטע זאך, אז דערפאר האט יהושע בן נון אויסגעקליבן מענטשן וואס זענען געבוירן געווארן אדר ב' כדי "כישוף" זאל נישט שולט זיין אין זיי (נישט געהערט וועגן עין הרע)
הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הורוויץ »

באקומען פון איינעם:

בפירוש החזקוני (שמות יז ט) כתב שאין כלל מזל לאלו שנולדו בחודש אדר השני. וכן כתב בעל מנות הלוי בשם הרוקח והמדרש, כי משה אמר ליהושע במלחמת עמלק בחר לנו אנשים [שמות יז, ט] שנולדו באדר שני, כי אז אין להם מזל ולא יחול עליהם כישוף, ובספר יערות דבש (חלק שני - דרוש ח) ביאר ע``פ הקבלה מדוע באמת אלו שנולדו באדר השני אין להם מזל.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

יישר כח 'אויפריכטיג' & 'לאקשן ברעט'
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

עניני לחש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

אינטערסאנט איך האב אמאל געזעהן אין א ספר אז נישט יעדער מענטש האט די כח צו שפרעכען אן עין הרע.
דרך כלל ווען מען שפרעכט ווערט דער וואס שפרעכט אפגעשוואכט לפי גודל העין הרע, ס'דא וואס הייבן אהן צו געניצען וכו'.
די ספרדים גייען מיט א חמסא א זוי ווי פינף פינגערס עס ווערט געברענגט אין בן איש חי, דאכט זיך אויך עס ווערט שוין געברענגט פונעם הייליגען חיד"א.
דער הייליגער בן איש חי שרייבט אויכעט וועגען א אויג פון א פיש.
עס ווערט געברענגט אין מדרש תלפיות אז א אות ה אויסגעקריצט אויף זילבער איז נגד עה"ר.
ושמעתי אז דער סאטמערער רב זצוק"ל אין אנהייב ווען מען איז געגאנגען וואוינען קיין קרית יואל האט געהייסען לייגען אויפען טיהר א זוינע מטבע, מפי השמועה.
עס ווערט געברענגט אז דער הייליגער חוזה דער רבי פון לובלין האט זיך אסאך געשפראכען און עס האט זיך געקענט מאכען אפילו עטליכע מאל אין טאג, און אפילו אין מיטען דאווענען בענטשען ברכה"מ האט ער געקענט ווינקען צו שפרכען, ער פלעגט אויך שיקען פון צייט צו צייט צום הייליגען קאזניצער מגיד זאל איהם אפשפרעכען, ער האט געזאגט אז דער הייליגער מגיד איז פון שורש יוסף הצדיק.
עס איז דא א לחש וואס ווערט געברענגט בשם הרה"ק ר' שמלקא מניקלשבורג זצוק"ל.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

עס איז דא א באקאנטע לחש פון הייליגן חיד"א אנטקעגן עין הרע, אסאך צדיקים האבן זיך באנוצט מיט דעם על כל צרה שלא תבא, דאס צו זאגן
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

אפשר וועט איינער האבן דערפון א ניצן. וועל איך דערציילן פאר אלע גיטע פריינד.
צוליב א סיבה האב איך א געוויסע צייט חושש געווען כמ"פ לעין הרע
א צייט צוריק בין איך געווען אין ישראל, כאב באזיכט א גרויסן מקובל און א ערליכע איד. וואס רבים נהנים ממנו עצה ותושי'
איך האב אים געפרעגט בין הדברים צו איך זאל חושש זיין לעין הרע. האט ער געשמייכלט און גענטפערט "האב בטחון אין השי"ת זיי נישט חושש אין גארנישט, נאר זיך פארלאזן אויף השי"ת און ער וועט אייביג העלפן".
זייט איך האב אים געפרעגט, ווען עס מאכט זיך אמאל א ספק אפשר זאל איך חייש זיי על דא ועל הא, בין איך מכוון אז איך פארלאז מיך נאר אויפ'ן אייבערשטן און עס איז א גיטע בארואינגס מיטל.
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

דאס האט אפשר מיט דעם לכאורה...
thefact האט געשריבן: אבער די גמרא זאגט שוין אין פרק ערבי פסחים (פסחים קי:) כללא דמילתא: כל דקפיד קפדי בהדיה, ודלא קפיד לא קפדי בהדיה.

און אויף דעם ולמיחש מיהו בעי, האט דער גדול געבעטן, בטח בה', זייער גלייך,
הכל בכל מכל האט געשריבן:
ראמני 08 האט געשריבן: סדא א באקאנטע סגולה זיך איבער דרייען דאס קאפעל,

דער סאטמערער רבי פלעגט דאך דאס טוהן כמה פעמים.
יעדע זאך וואס מאכט איהם נישט מען זאל אנקוקן וואו דער גרעסטער מצליח נאר אשטיקל לא יצלח אויך

ואגב, בכלליות דמילתא, האט איר שוין דען געזעהן גדולים וטובים זיך נוהג זיין מיט זיך לאזן אפשפרעכן ..?, אדרבה טיילט'ס מיט מיט'ן ציבור דא,

ומן הסתם, תפילה קען זיין אלץ גאר נוצליך, ווי עס שטייט שוין אין גמרא, ..והלואי שיתפלל אדם כל היום,

ושיבקש רחמים.
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

אין זכרון טוב, תולדות פון הגה"ק ר' יצחק מנעשחיז זי"ע שרייבט ער, אז פאר זיין פטירה איז ער געווען עלול צו ווערן געשעדיגט פון עין הרע, און וועגן דעם פלעגט מען האלטן אין איין לוחש זיין קעגן עין הרע. (עס שטייט אבער נישט וואספארא לחש מען האט גענוצט)

אין זכור לאברהם (מנהגי הגה"ק האדמו"ר מתולדות אהרן זי"ע) ווערט געברענגט אז ער פלעגט גאר אפט נוצן דעם לחש פון חיד"א, סיי זיך אליין אפצושפרעכן און סיי ווען מען איז געקומען מזכיר זיין א ישועה

מען דערציילט אויך אז דער קאזשניצער מגיד זי"ע פלעגט שיקן צום חוזה זי"ע ער זאל אים אפשפרעכן פון עין הרע

עס איז אויך דא א לחש נגד עין הרע פון ר' פנחס מקאריץ זי"ע (אין ליקוטי אמרי פנחס דף ק) און פון הרה"ק ר' מנחם מענדל מרימנוב זי"ע און פון נאך צדיקים- די 11 פסוקים פון רמב"ן (געדרוקט אין אלע סידורים מוצ"ש) וואס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט א נון, איז אויך א סגולה קעגן עין הרע.

די ראשונים און די פוסקים רעדן אויך ארום צו מען מעג שבת לוחש זיין קעגן עין הרע, עי' לדגומא ארחות חיים (ספינקא סי' ש"ו) שו"ת לב חיים (ח"ג סי' פ"ח) ועוד.

און לגופו של ענין צו מען דארף חושש זיין, דער מחבר פסקנ'ט דאך אין ש"ע (או"ח קמ"א ס"ו) אז מען זאל נישט אויפרופן צוויי ברודער איינס נאכן צווייטן וועגן עין הרע, נו איז דאך קלאר הלכה למעשה אז מען דארף חושש זיין, וכן אנו נוהגין, און עס איז בכלל נישט שייך זיך צו דינגען אדער אוועקמאכן דער ענין פון עין הרע. אסאך הלכות און מנהגים וואס אונז טוען איז וועגן עין הרע (גיין תשליך צו א פלאץ פון פיש (משנ"ב תקפ"ג סק"ח), ארויסגיין ביי יזכור (שער אפרים לבעל מטה אפרים שער י' סי' ל"ב), פון ראפשציער רב זי"ע שטייט אז חד גדיא זאגט מען נאכ'ן סדר, אלס לחש אנקעגן עין הרע פון די מלאכים וואס זענען מקנא די אידן פאר'ן פירן אזא סדר. ועוד) און דאס איז געווען א זאך וואס אלע גדולי ישראל האבן חושש געווען און אכטונג געגעבן נישט ארויפצוברענגען אויף זיך א עינא ירוקא עינא אוכמא עינא חוורא וכו' וכו' (פון לחש לרבינו החיד"א)

אין ספר שער השמים ברענגט ער בשם האריז"ל "אע"ג שהסתכלות עין אינו מורגש לבריות מכל מקום הוא דבר שיש בו ממש והוא פועל הרבה"

אין אור ישראל (כסלו תשס"ב, דף קפ"ב) איז דא א לענגערע שמועס וועגן א רויט בענדל אנקעגן עין הרע
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

הערליך שיין, 'חכם לב',

ערבים לקוראיהם,

ויישר כח.

די רויט בענדל, האט א שייכות מיט רחל אמינו'ס ציון ..??
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

שטרוי האט געשריבן: דער סאטמערער רבי פלעגט דאך דאס טוהן כמה פעמים.
יעדע זאך וואס מאכט איהם נישט מען זאל אנקוקן וואו דער גרעסטער מצליח נאר אשטיקל לא יצלח אויך
ואגב, בכלליות דמילתא, האט איר שוין דען געזעהן גדולים וטובים זיך נוהג זיין מיט זיך לאזן אפשפרעכן ..?, אדרבה טיילט'ס מיט מיט'ן ציבור דא,

מיר ליגט עפעס אין קאפ נישט זיכער אז דער סאטמאר רבי בעל דברי יואל זצ"ל פלעגט זיך קומען אפשרעכן ביי הרה"ח ר' אברהם ווערצבערגער ז"ל
איינער געהערט אמאל?
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

שטרוי האט געשריבן: הערליך שיין, 'חכם לב',

ערבים לקוראיהם,

ויישר כח.

די רויט בענדל, האט א שייכות מיט רחל אמינו'ס ציון ..??

עיי"ש באור ישראל לגבי די רויט בענדל און קבר רחל
לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעת »

איינער ווייסט פון ווער עס שפרעכט אפ עין הרע פאר אומזינסט? ביטע דא שרייבן.

ולמצוה גדולה יחשב
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לדעת האט געשריבן: איינער ווייסט פון ווער עס שפרעכט אפ עין הרע פאר אומזינסט? ביטע דא שרייבן.

ולמצוה גדולה יחשב

ווי הייסט ער דער איד אויף קעיפ קארנער דעוויזשען, ער בעט נישט קיין געלט, און איר קענט אים געבן וויפיל איר שפירט פון א 10 ביז א 100 וכו'.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:

באקומען אין אישי, פון איינע פון די טייערע אידן דא ביי אונז זיין נאמען:

"ר' יוסף קדיש ראטה הי"ו".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעת »

א דאנק אייך אלע
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

ווייסט איינער ווער עס גיסט בליי פאר א צוגענגליכע פרייז ווליאמסבורג\קרית יואל, און אויב מעגלי מיטטיילן עקספיריענס מיט עהם, ייש"כ
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עקבי הצאן האט געשריבן: ווייסט איינער ווער עס גיסט בליי פאר א צוגענגליכע פרייז ווליאמסבורג\קרית יואל, און אויב מעגלי מיטטיילן עקספיריענס מיט עהם, ייש"כ

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לדעת האט געשריבן: איינער ווייסט פון ווער עס שפרעכט אפ עין הרע פאר אומזינסט? ביטע דא שרייבן.

ולמצוה גדולה יחשב

ווי הייסט ער דער איד אויף קעיפ קארנער דעוויזשען, ער בעט נישט קיין געלט, און איר קענט אים געבן וויפיל איר שפירט פון א 10 ביז א 100 וכו'.

באקומען אין אישי, פון איינע פון די טייערע אידן דא ביי אונז זיין נאמען:

"ר' יוסף קדיש ראטה הי"ו".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
עקבי הצאן האט געשריבן: ווייסט איינער ווער עס גיסט בליי פאר א צוגענגליכע פרייז ווליאמסבורג\קרית יואל, און אויב מעגלי מיטטיילן עקספיריענס מיט עהם, ייש"כ

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לדעת האט געשריבן: איינער ווייסט פון ווער עס שפרעכט אפ עין הרע פאר אומזינסט? ביטע דא שרייבן.

ולמצוה גדולה יחשב

ווי הייסט ער דער איד אויף קעיפ קארנער דעוויזשען, ער בעט נישט קיין געלט, און איר קענט אים געבן וויפיל איר שפירט פון א 10 ביז א 100 וכו'.

באקומען אין אישי, פון איינע פון די טייערע אידן דא ביי אונז זיין נאמען:

"ר' יוסף קדיש ראטה הי"ו".

נומבער?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

גיסן בליי, אויף וואס העלפט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

יישר כח פאר די שנעלע רעספאנס פון די חשובע חברים דאהי, ישלם ה' שכרכם.

אנרופנדיג רב ראטה, זאגט ער מיר אז גיסן בליי איז דייקא פאר פחדים, ניטש פאר לעשן עין הרע, וואס פאר עין הרע טוט ער אין לעשן קוילן, ווייסט איינער מער באריכות איבער דעם ענין פון לעשן בליי, און קען דאס דא מיטטיילן מיטן עולם?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

ע"פ ידיעתי ווערט יא געגאסן בליי פאר לעשן עין הרע, דער עצם ענין פון גיסן בליי ווערט נאך דערמאנט אין שו"ת צמח צדק (ליבאוויטש)
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

חכם לב האט געשריבן: ע"פ ידיעתי ווערט יא געגאסן בליי פאר לעשן עין הרע, דער עצם ענין פון גיסן בליי ווערט נאך דערמאנט אין שו"ת צמח צדק (ליבאוויטש)

ייש"כ, דארט רעדט מען פון א חולי אפילו נישט עין הרע.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

עקבי הצאן האט געשריבן:
חכם לב האט געשריבן: ע"פ ידיעתי ווערט יא געגאסן בליי פאר לעשן עין הרע, דער עצם ענין פון גיסן בליי ווערט נאך דערמאנט אין שו"ת צמח צדק (ליבאוויטש)

ייש"כ, דארט רעדט מען פון א חולי אפילו נישט עין הרע.

קען זיין, איך האב נישט נאכגעקוקט, איך האב נאר צוגעצייכנט ווי מען רעדט פון גיסן בליי, אבער דער עצם ענין איז מקובל מדור דור נאך אין די אלטע היים אפצושפרעכן עין הרע מיט בליי, ויש נוהגין אפצושפרעכן מיט חלב
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

אויך ווערט דערמאנט אן ענין פון גיסן בליי בספר תולדות אדם מרבנו אליהו בע"ש.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

חכם לב האט געשריבן:
עקבי הצאן האט געשריבן:
חכם לב האט געשריבן: ע"פ ידיעתי ווערט יא געגאסן בליי פאר לעשן עין הרע, דער עצם ענין פון גיסן בליי ווערט נאך דערמאנט אין שו"ת צמח צדק (ליבאוויטש)

ייש"כ, דארט רעדט מען פון א חולי אפילו נישט עין הרע.

קען זיין, איך האב נישט נאכגעקוקט, איך האב נאר צוגעצייכנט ווי מען רעדט פון גיסן בליי, אבער דער עצם ענין איז מקובל מדור דור נאך אין די אלטע היים אפצושפרעכן עין הרע מיט בליי, ויש נוהגין אפצושפרעכן מיט חלב

דאס האב איך טאקע געמיינט א ראי' לדבריך נישט ווי יענער אז ס'איז נאר פאר פחדים ווייל דארט זעהט מען אז ס'איז איתמחי מומחה געווען אפילו פאר פיזישע מחלות
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

ס'איז דא אין וויליאמסבורג ר' שמואל ארי' עקשטיין פון א"י, וואס ער שפרעכט אפ דורך גיסן, כ'האב געהערט אויף אים גדולות ונצורות
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”