די געשיכטע איז נישט געווען א איינמאליגע, ס'איז געווען כאטש איין מאל אין סענאט אויך אזא מעשה ווי דעמאקראטן האבן זיך אנטזאגט צו אקצעפטירן די רעזולטאטן און כ'מיין אז אין קאנגרעס איז עס אויך געווען נאך איין אדער מער מאל, כ'געדענק נישט די פרטים, אויב ס'איז נוגע וועל איך עס פרובירן אויפצוזוכן.
דאס איז פשוט פשט פון "איבערדרייען אן עלעקשאן".
אדרבה, ברענג מער, ס'איז מיר אינטערסאנט.
איך בין נישט איבערצייגט אז מען האט גע'גנב'ט די וואלן אין 2020. אבער דעס אז ס'איז אן עוולה מצד טראמפ צו פארלאנגען אז מ'זאל אים דערקלען אלץ געווינער דורך כח פון קאנגרעס, וויצע פרעזידענט צו וואס, איז עפעס וואס כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען.
איב ס'איז לעגאל האט ער רעכט צו בעטן און טאמער נישט וואס גייט דיך אן אז ער האט עס געבעטן?
איך בין נייגעריג וויפיל מאל מ'האט דאס געטוהן אין די פארגאנגענהייט און די דעטאלן ארום.
אקעי, סאו כ'האב געטראפן 2 אזעלכע מעשיות.
די ערשטע איז פארגעקומען אין די ניו העמפשיר סענאט פארמעסט אין 1974 ווען דער רעפובליקאנער וויימען האט געוואונען מיט א גאר שמאלע אויבערהאנט פון עטליכע הונדערט שטימען, דער דעמאקראט דורקין האט פארלאנגט א ריקאונט וואס האט אים למעשה געגעבן א אויבערהאנט פון 10 שטימען און ער איז געווארן באשטעטיגט אלס דער געווינער, למעשה האט וויימען פארלאנגט נאך א ריקאונט און ער האט צוריקבאקומען א אויבערהאנט פון בלויז 2 שטימען און דער גאווערנאר האט צוריקגעצויגן פון זיין באשטעטיגונג פאר דורקין און סערטיפייד וויימען אלס געווינער, למעשה האט דורקין אריינגעגעבן א פארלאנג אינעם סענאט אז זיי זאלן נישט באזעצן וויימען.
די סענאט וואס איז דאן געווען אין דעמאקראטישע הענט האט קודם פאר לאנגע חדשים דורכגעפירט א אייגענע אויספארשונג אויף די דיספיוטעד בעלאטס, אבער נאכדעם וואס זיי האבן נישט געטראפן גארנישט וואס זאל געבן א אויבערהאנט פאר דורקין האבן זיי געשטימט צו פארלאנגען א נייע עלעקשאן, (אגב, דאס איז געקומען נאכדעם וואס ס'איז געבליבן שטעקן אין קאמיטע צוליב וואס איין דעמאקראט האט געשטימט מיט די רעפובליקאנער אז מ'זאל יא באזעצן וויימען וויבאלד ער איז דער ענדגילטיגער געוואונער). און ביי די פרישע וואלן זענען רעפובליקאנער שוואך ארויסגעקומען זייענדיג אנטמוטיגט נאך די גאנצע פרשה און דאן האט דער דעמאקראט געווינען.
די צווייטע איז פארגעקומען אין 1984 ווען די פארמעסט אויפן קאנגרעס זיץ אין אינדיאנא'ס 8'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט זיך געענדיגט גאר שמאל (איך בין נישט קלאר ווער ס'האט לכתחילה געוואונען). מ'האט דורכגעפירט 2 ריקאונטס און ביידע האט געגעבן א אויבערהאנט פאר דער רעפובליקאנער מעקינטייער, און ביידע זייטן האבן מסכים געווען אז דער ריקאונט איז אויסגעהאלטן און איז אפילו געווארן באשטעטיגט דורך די דעמאקראטישע עלעקשאן קאמיסיע.
אטא דאס איז די באדייט פון "איבערדרייען אן עלעקשאן". יא יא, די שרעקעדיגע טערמין מיט וואס מ'פארפירט און מ'ליארעמט די לעצטע צוויי יאר. וואס דאנעלד טראמפ האט פרובירט צו טון אבער איז נישט געקומען אפילו נאנט צו מצליח זיין אויף למעשה, האבן דעמאקראטן סוקסעפול באוויזן אויסצופירן. דאס איז די 'דעמאקראטיע' פון די 'דעמאקראטישע פארטיי'. ווי זאגט נאר דזשאו ביידען: "דעי רעפיוז טו עקסעפט די וויל אף די פיפל".

א גוטן פורים.
ביידע מעשיות רעדט זיך פון ריקאונטס וואס האבן געצייגט קעגנזייטיגע גאר שמאלע רעזולטס, דאס הייסט נישט דענייד אן עלעקשאן.
ניין ניין ניין. ביידע מעשיות רעדט זיך ווען ס'איז געווען א שמאלע אויסגאנג און די סטעיטס האבן סערטיפייד א געוואונער, און דא וואלט זיך די מעשה געדארפט ענדיגן. למעשה זענען דעמאקראטן געגאנגען און געטון דאס וואס טראמפ האט פארלאנגט פון מייק פענס, גענוצט זייער כח אויפן פעדעראלן לעוול איבערצודרייען די רעזולטאטן.
ווי @כאפטצעם האט געשריבן, אין ביידע פעלער האט מען אין די ענדע סערטיפייט דער וואס האט געהאט מער שטימען.
דו ווילסט זאגן אז מ'האט געווארפן גורל אזוי לאנג ווי די דייס האט געצייגט וואס מ'וויל זעהן, קען זיין אבער למעשה האט מען נישט איבערדרייט דעם פארשמייליגטן "וויל אויף די פיפעל".
יהי' איך שיהי', איך האב די מעשיות נישט געוואוסט און איך באדאנק מיך פאר דיין מיה און פלאג פאר'ן עס אהער שטעלן.
נאכאמאל, איינמאל דאס שפאצירט ארויס פונעם סטעיט און ס'איז סערטיפייד איז די זאך פארטיג, דאס איז נישט קיין גורל אין חדר וואס מ'ווארפט די דייס וויפיל מאל ס'גייט. האסט טענות אז די סטעיט איז נישט געווען יושר'דיג? קענסט גיין אין געריכט. דאס וואס זיי האבן געטון איז אקוראט וואס זיי האבן גע'טענה'ט אז מייק פענס האט נישט די אויטאריטעט דערצו, דהיינו נוצן פעדעראלע מאכט צו איבערדרייען די רעזולטאטן.
כאפצעם האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
ניין ניין ניין. ביידע מעשיות רעדט זיך ווען ס'איז געווען א שמאלע אויסגאנג און די סטעיטס האבן סערטיפייד א געוואונער, און דא וואלט זיך די מעשה געדארפט ענדיגן. למעשה זענען דעמאקראטן געגאנגען און געטון דאס וואס טראמפ האט פארלאנגט פון מייק פענס, גענוצט זייער כח אויפן פעדעראלן לעוול איבערצודרייען די רעזולטאטן.
אינטערעסאנט נאר אז די דעמאקראטיש געפירטע עלעקשאן קאמיסיע האט מסכים געווען אז די געפונענע שטימען זענען אויסגעהאלטן.
און באמת האבן זיי געטון מער ווי טראמפ האט פארלאנגט פון פענס. ער האט בלויז פארלאנגט אז פענס זאל עס צוריקשיקן צו די סטעיטס אז זיי זאלן עס אויספארשן, ס'איז קיינמאל אין פלאן נישט געווען אז פענס זאל אויף די אייגענע האנט טוישן די רעזולטאטן. די דעמאקראטן אבער האבן עס נישט צוריקגעשיקט, זיי האבן פשוט און פראסט איבערגעדרייט די רעזולטאטן אויף די אייגענע האנט.
איך מיין אז עס פעלט נישט אויס צו ספינען, די 1987 מעשה איז געווען א פירצה, ויש אומרים אז אין רעספאנס צו דעם האט גינגריטש געטראגן די אמעריקאנער פאליטיק צו דארט ווי עס יעצט.
שטייצעך אז יענע מעשה איז פיל מער דומה צו 2000 ווי צו 2020.
און נאכאמאל, ביטע נישט מישן ארכי שמאלע פארמעסטן, ווי פארטייען האבן גרויסע נסיונות און גייען א פיצי איבער די ליניע, מיט 2020, א פשוט'ע רעפיוזלן צו קאנסידן, מיט א ריזן ווילדע מערכה, צוליב ווייל געווינען, קען נאר איך.
די אטערני דזשענערעל אין אריזאנע האט געפענט א אויספארשונג קעגן די מאריקאפע קאונטי באורד אף עלעקשען איבער פראוד וואס איז דארט פארגעקומען ווי פאל וואטעשערס זאגן עדות אז זיי האבן אווועג געווארן טויזענער עלעקשען דעי בעלעטעס אין אסאך מאשינען האבן נישט געארבעט ווייס איך נישט ווי אמת עס איז
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
די מעשה פון גיי איז וואר, עס איז געווען אין 1987, דער רעפאבליקאנער האט געווינען מיט עטליכע שטימען, אבער די דעמאקראטן האבן גורס געווען א צווייטע ווערסיע פון די ריקאונט.
יש אומרים אז דאס האט צוגעברענגט אז גינגריטש האט אנגעהויבן מיט די סקארטשד ערד פאליטיק וואס ווערט נאר ערגער און ערגער.
אין 2020 האט פעלאוסי נישט אזוי געטאן, נאר זי האט אריינגעלאזט צוויי רעפאבליקאנער וואס האבן געווינען מיט א האר, און האבן נישט געליעדט אין אלע ציילונגען, אין ניו יארק 22 װי די רעפאבליקאנע האט געווינען מיט צענדליגער, און אין אייאווע ווי עס איז געווען סינגל דידזשעטס.
אבער זי האט קלאהר אנגעדייטעד אז עס איז נאר פאר צייטווייליג, (עכ"פ אייאווע-2). און איך מיין איך האב אלע רעכטן צו גלייבן אז ווען נישט זי אימפיטשט טראמפ פארן וועלן איבערדרייען עלעקשאן'ס, וואלט זי איבערגעדרייט אטע די צוויי פארמעסטן.