זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל
און אזוי אויך געבן א אריינבליק פארן ציבור אין די זיסע זכרונות וואס מיר האבן פון דארט,
פארשטייט זיך אז עס איז דא געוויסע היץ קעפ וואס וועלן ווילן זעהן די אשכול אראפ אין די אדמה, צוזאמען מיט די "זיסע געשמאקע" זכרונות פון דארט,
ווילן מיר זיך בעטן ביי די סארט חברה, ביטע! אז איר ווילט עס נישט ליינען, ליינט עס נישט, אבער ביטע שרייבט נישט דא אייערע קינדערישקייטן.
צוריק צו די זיסע זכרונות:
איך וועל שרייבן נושאים וואס מען וועט שפעטער מרחיב זיין, און מען בעט די עולם ווער עס קען פארברייטערן זאל פארברייטערן,
די ווייסע בילדינג מיט די געהיימע קעלער, און די קעסטן בוים,
די ציגל בילדינג, מיט די גרויסע לאנטש ראום,
די פרישטאג רביס א עקסטערע פרשה פאר זיך, ווער רעדט נאך פון די מלמדים צימער וואס עס איז געווען דארט ביי די ווינקל, ווי מען פלעגט ניצען די פאבליק טעלעפאון, די מעשיות ביי לאנטש פון ר' משה יוסף פריעדמאן פארזעצונגען פון זיין בליענדע בלעטער ביכעל,
די אלטע בילדינג וואס איז פארברענט געווארן מיט די קאך פון אינטען אין שפיץ פון רבי אברהם יהושע בינער,
די מופן נאך די פייער יעדע כיתה אין א אנדערע בנין,
די נערסערי בנין מיט די טרעלערס ארום, די טיפול מיוחד טרעילאר פיל מיט שפילצייג, די בוטשער טרעילאר וואס מען האט ציווארפן, די טרעילערס פאר די לאנטש רום, די סענד באקס דערנעבען,
די נייע בנין בשעתו בויען, און ביים אריינמאפן,
ווער קען פארגעסן פון די פעלדער פאר יעדע כיתה, מיט די גאנצע אקעריי און וואסער פאדעלס,
וואכא מיט זיין גרינע טראק און זיינע געבויעכצער,
די צוויי עלעפאנט ביימער, די גרינע טישן דערנעבען,
די נייע פארקינג לאט, מיט די פרוכט ביימער,
די טרעיל אין וואלד ווי מלמדים פלעגן טראגן די קינדער,
די אלטע טארעם אינטער די ציגל בילדינג, און נאך און נאך,
איך וועל שפעטער מרחיב זיין
אשכול איבער
ישיבה תו"י מהרי"ט דסאטמאר טשעסטער ניו יארק