ווארט! ווארט! ער קומט! ער קומט!, ער קומט נישט! ער קומט נישט!, האבן די קינדער פון זיין כתה צוריק געשריגן, און זיי זענען טאקע געווען גערעכט די באס האט פארמאכט די טיר און ווייטער געפארן צום חדר.
ר' נחמי' געלב האט זיך געגעבן א שאר אריין מיטן טלית אזוי פאר ברכי, אונטער גערוקט צוויי טישוס אונטערן סידור זיך אויס געקלארט די שטום בענדער און אנגעפאנגען מה טובי, די הכנות פארן, אין אינמיטן, אין נאכן דאווענען, האט פארנומען ביי אים א שטארקע פלאץ, מיט די ריכטיגע סאטמארע מסורה פלעגט ער אפרעכטן לאנגע תיקונים ביז ער איז גרייט געווארן אנצופאנגן די קלאס, ענדליך בערך א האלבע שעה נאך פרישטאג איז ער אריינגעקומען, אויב עס האט גענומען צו לאנג פלעגט ר' מיכל וואלף אריינגעקומען אין אנגעהויבן פארלערנעןן חומש רש"י, אבער די עולם האט זיך ליידער נישט צוגעהערט, ווייל חומש רש"י איז געווען ר' נחמי'ס עיקר עקספערטיז, און יעדע מינוט האט זיך געלוינט צו ווארטן אויף זיינע קלארע שיעורים, מען האט זיך איינגעהאנדעלט פאלדער'ס מיט (לואָס ליף) לויזע בלעטער פאפיר, און מען נאך געשריבן מיט דארשט וואס ר' נחמי' האט נאך געזאגט פון גור אריה, מאירי, ועוד מפרשים, שפעטער ביי ריסעס האט די עולם אויסגעטוישט פאלדער'ס און זיך געשריבן הסכמות איינער פארן צווייטן, יעדער איינער האט פארמאגט א רבנות פאסטן פאר די דאזיגע הסכמות. די מער פראפעסיאנאלע קינדער האבן געהאט פרינטעט לעדער העד'ס מיט רבנישע זיגלען, די אנדערע האבן זיך געמוזט באגיין מיט א טוישער זיגל, די גאר פשוטע האבן אלעס געשריבן מיט די הענט.
שפעטער סוף וואך האבן די טאלאנטפולע קינדער צוזאם גענומען זייערע געשרייבאכצער, און ארויס געגעבן גליונות, פארשטייט זיך באצירט מיט לאגאס און גראפיקס.
ביי מזרח צפון ווינקל פון קלאס איז געווען א רער דערנאך א שראנק (אזוי האב איך בקבלה פון די סדרה צעטל, שראנק נישט שאנק), צווישן דעם רער אזוי אויפן שראנק איז געווען כל מיני מודעות וואס די קינדער האבן זיך באנוצט צו לאזן וויסן זייערע חברים אז ביי אים קען מען באקריגן א סולם פאר אכט סענט (מער איבער דעם שפעטער) אדער אז מען האט געעפנט א ספרים בינדעריי א.דג.
דער אויבנדערמאנטער רער איז געלאפן אויף אראפ צו די כתה פון ר' יואל טעלער, אין אז א קינד האט געשפירט פאר וויכטיג צו מאכן אינטן לעבעדיג האט ער עס אנגעפאנגען שאקלן, איינמאל אזוי אינמיטן שאקלן האט ר' אברהם יענקל פארהערט די אונטערשטע כתה, ער איז ארויף געלאפן אויבן געכאפט דעם באגאבונט רויט האנטיג פיין מכבד געווען און ביי דעם האט זיך עס גענדיגט,
רבי ליפא וואלנער ער האט געהאט מעשיות פון די עשרת השבטים ,און מיליטער, עס איז געווען א געשמאקע מצב אין זיין כתה, אויך האט ער געהאט א סדר פון פארהערן פאר די פארהער, יעדע אינגל באזינדער,
די טיר געט זיך א מאך אויף, קינדער פליען אריין, די רבי קומט! די רבי קומט! א מינוט שפעטער עפענט זיך די טיר מיט א געזאנג: שיעעעור המעלות בשוב השששם,רבי ליפא שפאנט אריין זינגעדיג אין כתה, ברוך הבא צו די געשמאקע כתה פון רבי ליפא וואלנער, א חסיד פון שארמאשע רב זצ"ל, ער פלעגט כסדר רעדן פון אים אין קלאס.
ביי רבי ליפא האט מען געלערנט משניות, ער פלעגט זיצען מיטן בענקל פאר די טיש,זיך אנכאפן אין די הענטלעך און זיך שאקלען אהין אהער שנעלערהייט, אדער פלעגט ער שפאצירען אין די כתה בשעת ער זויבערט זיך די שטארקע פלאס גלעזער, מיר קינדער האבן זיך געווינדערט פארוואס די רבי דארף א טיש אויב ער זיצט פארן טיש, אויך פלעגט ער פארלערנען כולל ענינים אין א ווייסע באנד וואס איז געלעגן אויף א הויעכע שעלף, ער פלעגט עס סוף טאג א נעם טוהן און פארלערנען עטליכע שטיקלעך, רבי ליפא פארמאגט א גאונישע קאפ פיל מיט ידיעות,
רבי ליפא האט געהאט ביי זיך א באנד פון די סיפורים נפלאים באידיש און ער פלעגט אזוי מיט איין פיס אויפן צווייטן פארציילן מעשיות פון ל"ו צדיקים און כל מיני מיסטעריעס, אויב א העליקאפטער איז דורכגעפלויגן האט זיך די גאנצע קלאס אפגעשטעלט און געהערט א שיעור איבער די מלחמה אין אפגאניסטאן, און אז מסתמא איז דאס א מלחמה העליקאפטער וואס פליט יעצט קיין וועסט פאוינט.. די קינדער זענען דארט געוואר געווארן כל מיני היסטאריע און מיסטעריעס וואס די וועלט פארמאגט, די אינדיאנער פון אמעריקע, די בעל התכלת, די עשרת השבטים, די אמעריקאנע מיליטער, ל'ו צדיקים, ער האט פארציילט א מעשה פון קיוויאשד, אלע קינדער האבן די קומענדיגע פאר טאג פראבירט נאכצוזאגן די ווארט,
אויך פלעגט זיין אין חדר א קונטרס מיט מעשיות, איך האב פארגעסן די נאמען, מען פלעגט עס געבן פאר יעדע מלמד ער זאל קענען פארציילן מעשיות פאר די קינדער, ער פלעגט זיך אוועקזעצן דערמיט, און פארציילן, און מוסיף זיין כל מיני מיסטעריעס..
דארט אין זיין כתה האט מען זיך אויך געלערנט שרייבן אידיש, מען פלעגט זיצען ביי שיינשרייבן און שרייבן איינער דעם צווייטנס ביכער, ווער עס האט נישט געקענט מאכן א "ף" אדער "ץ" פלעגט בעטן א חבר זאל עס אריינשרייבן... דערנאך פלעגט עס די מנהל רבי אברהם יעקב דורכגיין און צישרייבן הגהות, שפעטער האט די מנהל געקויפט זיגלעך "אויסגעצייכנט" "כמעשה" און נאך ... אויך האט רבי ליפא אויסגעלערנט די הלכות פון משיב הרוח וכו', פון רבי ליפא האב איך גאר גיטע זכרונות, זיינע מעשיות געדענק איך נאך ביז היינט.
"ובן משק ביתי" זאגט רש"י קען מען טייטשען אויף עטליכע מהלכים..., אט די ווערטער קלינגט מיר אין די אויערן בשעת איך טראכט פון די זכרונות פון דער כתה ט' נאכמיטאג מלמד הג"ר חיים יצחק שטויבער,
באקאנט די מעשה מיט נאפאליען ווען ער האט נישט געקענט עפעס נעמען פון א הויעכע שאנק, האט זיך א גענעראל דארט אנגערופן אז ער איז העכער, ער קען עס נעמען, האט אים נאפאליון פאראכטן און געזאגט די ביסט נישט "העכער" די ביסט "לענגער".. די המלצה קען מען זאגן אויף הג"ר חיים יצחק, די קענסט אים פארהערן גאנץ חומש רש"י רמב"ן ועוד פון שלאף,
רבי חיים יצחק פלעגט זיצען ביים שפיץ פון בענקעל, זיפען פון א טיי און מיט א געשמאק וואס מען טרעפט נישט אזוי, פלעגט ער פארלערנען חומש רש"י, יעדער וואס איז דורכגעגאנגען זיין כתה האט א ידיעה אין חומש רש"י, איך פלעג אלץ שטיין אין שול און באטראכטן וויאזוי ער לייגט טלית ותפילין, ער פלעגט שטיין ביי די טיש גאנץ אינטען, זיין תפילין בייטל אנגעפילט מיט ספרים, א שווארצע בעג מיט צעטלעך פלעגט זיך אלץ ארויסשטעקן, ער פלעגט נעמען זיינע גרויסע תפילין מיט די "ם" קשר, און בצנעה פארארבעטען מעשים, עטליכע מינוט האט גענימען צו זיכער מאכן אז די תפילין איז ממש גראד מכיוון אינמיטען די אויגן, אלעס מיט א ברען און קאך,
רבי חיים יצחק איז אויך באוויסט געווען אין חדר אלץ א ידען נפלא, ער פלעגט פארציילן איבער רבי מיכאל בער'ס פריוואונגען צו ראטעווען אידן ביים קריג, און וויאזוי די ציונים האבן אים געשטערט,
ער פלעגט פארלערנען רוב סדרה, מען פלעגט קענען מאכן א בחינה אויף חומש רש"י און מען פלעגט באקומען א סלע מיין איך אויב מען האט זיך אויך פארהערט די שטיקל וואס מען האט נישט פארגעלערנט,
אין כתה ט' פלעגט רבי הערשל פאלקאוויטש צו לאנגע געזינטע יארן, א תלמיד פון רבין זצ"ל, די טאטע און זיידע פון א גרויס חלק איינגעשטעלטע און אינגלעך, קומען געבן א שמועס, א זיסער טעם זקינים שמועס, ער איז געזיצען מיט די קוטשמע אויף אזא ווייסע צוזאמלייג בענקעל, ארומגענומען פון ביידע זייטן מיט מלמדים און זיין רבי מעכיל וואלף די מנהל וכדומה, רבי דוד שווארץ פלעגט נאכן שמועס טיילן צעטלעך פאר אלע בחורים און הייסן אפשרייבן וואס ער האט געזאגט, ער פלעגט אוועקלייגן די צעטלעך,
ווארט! ווארט! ער קומט! ער קומט!, ער קומט נישט! ער קומט נישט!, האבן די קינדער פון זיין כתה צוריק געשריגן, און זיי זענען טאקע געווען גערעכט די באס האט פארמאכט די טיר און ווייטער געפארן צום חדר.
ר' נחמי' געלב האט זיך געגעבן א שאר אריין מיטן טלית אזוי פאר ברכו, אונטער גערוקט צוויי טישוס אונטערן סידור זיך אויס געקלארט די שטום בענדער און אנגעפאנגען מה טובו, די הכנות פארן, און אינמיטן, און נאכן דאווענען, האט פארנומען ביי אים א שטארקע פלאץ, מיט די ריכטיגע סאטמארע מסורה פלעגט ער אפרעכטן לאנגע תיקונים ביז ער איז גרייט געווארן אנצופאנגן די קלאס, ענדליך בערך א האלבע שעה נאך פרישטאג איז ער אריינגעקומען, אויב עס האט גענומען צו לאנג פלעגט ר' מיכל וואלף אריינגעקומען אין אנגעהויבן פארלערנען חומש רש"י, אבער דער עולם האט זיך ליידער נישט צוגעהערט, ווייל חומש רש"י איז געווען ר' נחמי'ס עיקר עקספערטיז, און יעדע מינוט האט זיך געלוינט צו ווארטן אויף זיינע קלארע שיעורים, מען האט זיך איינגעהאנדעלט פאלדער'ס מיט (לואָס ליף) לויזע בלעטער פאפיר, און מען האט נאכגעשריבן מיט דארשט וואס ר' נחמי' האט נאך געזאגט פון גור אריה, מאירי, ועוד מפרשים, שפעטער ביי ריסעס האט דער עולם אויסגעטוישט פאלדער'ס און זיך געשריבן הסכמות איינער פארן צווייטן, יעדער איינער האט פארמאגט א רבנות פאסטן פאר די דאזיגע הסכמות. די מער פראפעסיאנאלע קינדער האבן געהאט פרינטעט לעדער העד'ס מיט רבנישע זיגלען, די אנדערע האבן זיך געמוזט באגיין מיט א טוישער זיגל, די גאר פשוטע האבן אלעס געשריבן מיט די הענט.
שפעטער סוף וואך האבן די טאלאנטפולע קינדער צוזאם גענומען זייערע געשרייבאכצער, און ארויס געגעבן גליונות, פארשטייט זיך באצירט מיט לאגאס און גראפיקס.
ביי מזרח צפון ווינקל פון קלאס איז געווען א רער דערנאך א שראנק (אזוי האב איך בקבלה פון די סדרה צעטל, שראנק נישט שאנק), צווישן דעם רער אזוי אויפן שראנק איז געווען כל מיני מודעות וואס די קינדער האבן זיך באנוצט צו לאזן וויסן זייערע חברים אז ביי אים קען מען באקריגן א סולם פאר אכט סענט (מער איבער דעם שפעטער) אדער אז מען האט געעפנט א ספרים בינדעריי א.דג.
דער אויבנדערמאנטער רער איז געלאפן אויף אראפ צו די כתה פון ר' יואל טעלער, אין אז א קינד האט געשפירט פאר וויכטיג צו מאכן אינטן לעבעדיג האט ער עס אנגעפאנגען שאקלן, איינמאל אזוי אינמיטן שאקלן האט ר' אברהם יענקל פארהערט די אונטערשטע כתה, ער איז ארויף געלאפן אויבן געכאפט דעם באגאבונד רויט האנטיג פיין מכבד געווען און ביי דעם האט זיך עס גענדיגט.
רבי מענדל טארעם, די כתה ב' מלמד, מיט זיינע פישקעס אין חדר, זיינע מעשיות פון איסטנבול... זיין כתה פלעגט גיין מיט גרויסע קאפלעך און ציצית אינדרויסען, ער פלעגט פארציילן די מעשה פון יוסף מוקיר שבת מיט די קוטשמע, און עס דערנאך ווארפן אין די מיסט...
ווי קאנסטו פארגעסן פון זיינע הכנסת אורחים'ס מיט די פינאט-באדער ברויט פרשת וירא...??
רבי ליפא וואלנער ער האט געהאט מעשיות פון די עשרת השבטים ,און מיליטער, עס איז געווען א געשמאקע מצב אין זיין כתה, אויך האט ער געהאט א סדר פון פארהערן פאר די פארהער, יעדע אינגל באזינדער,
די טיר געט זיך א מאך אויף, קינדער פליען אריין, די רבי קומט! די רבי קומט! א מינוט שפעטער עפענט זיך די טיר מיט א געזאנג: שיעעעור המעלות בשוב השששם,רבי ליפא שפאנט אריין זינגעדיג אין כתה, ברוך הבא צו די געשמאקע כתה פון רבי ליפא וואלנער,א חסידפון שארמאשע רב זצ"ל, ער פלעגט כסדר רעדן פון אים אין קלאס..

אן אייניקלפון שארמאשער רב זצ"ל כצ"ל
איך רעדט פון רבי יואליש, ער איז א אייניקעל פון רבי נפתלי הערצקא. שכח פארן קלארשטעלן,
ליקוטי בתר ליקוטי: אין די אלטע ווייסע בילדונג ביי רבי דוד שווארץ איז אמאל ארויסגעטאנצן א קעצל פון וואנט בשעת'ן פארלערנען, די מצב איז געווארן לעבעדיג, איך דערמאן מיר יעצט די טעם פון די וואסער גענומען פון די "וואסער קולער", דארטן אין די פארצימער, אגב די באטעלעך פלעגט געניצט ווערן דורך מלמדים פאר פארשידענע משלים און מעשיות,
רבי אח"ד פאלקאוויטש פלעגט עס ניצן ביים מסביר זיין די גמרא פון אלו מציאות די אלע סתירות אויב מען טרעפט פירות נעבן א כלי, האלב אינדרויסען, נאך די כלי, הא דאית לי אוגנין עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ מיינט א זוים.. איך פלעג מיר מוטשען צו פארשטיין וואס א זוים מיינט...
רבי מענדל טארעם פלעגט מסביר זיין דערמיט כמה מעשיות, א שטייגער ווי וואס א "לאגעל" מיינט,...
רבי יואל ווייס פלעגט ארומגיין אין די קלאסן נעמען די "איינטריט קארטלעך".. ער פלעגט אויך אנפירען די אינגערע קינדער ביים ארויפגיין אויף די באסעס, אלעס מיט זיין קוטשמע בשעת די אויערנשיצער פון די קוטשמע איז אראפגעמאכט, מיר פלעגט ווינדערן וואס די שטיקל איז געמאכט פאר..

ווען מען פלעגט אויטיילן און חדר די בריוון פאר די עלטערן בנוגע שכר לימוד....
טעוועליךהאט געשריבן:↑מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
רבי יואל ווייס פלעגט ארומגיין אין די קלאסן נעמען די "איינטריט קארטלעך".. ער פלעגט אויך אנפירען די אינגערע קינדער ביים ארויפגיין אויף די באסעס, אלעס מיט זיין קוטשמע בשעת די אויערנשיצער פון די קוטשמע איז אראפגעמאכט, מיר פלעגט ווינדערן וואס די שטיקל איז געמאכט פאר..
ווען מען פלעגט אויטיילן און חדר די בריוון פאר די עלטערן בנוגע שכר לימוד....
עס ליגט מיר אין קאפ ווען מען האט אויפגענומען רבי.. בראווער פאר שכר לימוד.