וויכטיגע מעלדונג: מוצ"ש ארום 12:00 וועט מען ארבעטן אויף די סייט סערווער צו פארזיכערן די סעקיוריטי, עס וועט מעגליך זיין אויסגעלאשן פאר קורצע צייטן, א דאנק, מיט פארשטענדעניש.

זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טוהר המחנה
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 1:30 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהר המחנה »

קלמי קאהן האט געשריבן:
אין א שמועס מיט עטליכע חברים פארציילן זיי מיר עלטערע זכרונות:

ר’ מרדכי אלי’ מארקאוויטש אין כיתה ט’ נאכמיטאג,
נאכדעם ר’ יואל הערמאן,
ר’ יודל ברייער אין כיתה ח’,
ר’ דוד הערש פריעד אלץ פרישטאג רבי לאנגע יארן,
ר’ אברהם יעקב איז געווארן מנהל נ"ז,
ר’ ליפא וואלנער איז געווען מנהל אפאר מינוט צווישן ר’ יחיאל פריעד און ר’ אברהם יעקב,
פארדעם איז ער געווען כיתה ג’ רבי, ר’ מענדל טארעם הצעיר האט איבערגענומען כיתה ג’ אינמיטן יאר,
נ"ח האט מען אריינגעמופט אין ציגל בילדיג , דעמאלטס האט עס געהייסן די נייע בילדונג..
ר’ מענדל טארים איז געווען רבי פאר כיתה ב און ג’ צוזאמען,

א צווייטע חבר פארציילט מיר:

איין טאג פרשת לך לך בין איך געקומען שפעט און איך הער קולי קולות אין כיתה מ’האאאאקט מ’זעצט. . כ’האב מורא געהאט און זיך געשעמט אריינצוגיין ווייל איך בין אנגעקומען שפעט, ר’ קלמן מענדל מיט זיין גאלדן הארץ האט מיר באמערקט און ארויסגעהאלפן,
אינעווייניג האט מען פשוט געהאלטן אינמיטן העלפן אברהם אבינו צוברעכן די עבודה זרות...
ביי ר’ מענדל טארים פארשטייט זיך...
ווען ער קומט ווען א וואך שפעטער וואלט מען אים אריינגענומען אינאיינעם מיט די מלאכים מיט א ריזיגע שלום עליכם
פרשת תולדות האט מען אריינגעברענגט שטיינער פון גאס און ר’ מענדל האט זיך גלייגט שלאפן אויף דער ערד מיט די שטיינער צוקאפנס
יוסף רייסט זיך ארויס פון פוטיפר....
די מכות...
כי תבוא ביכורים פאר די גאנצע חדר
געווען
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 24, 2022 3:03 pm

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געווען »

קלמי קאהן האט געשריבן:
(די נעקסטע טאג איז צו אונזער שאק געווען א שטעלפארטרעטער וואס האט געזאגט אז פרייטאג קומט נישט ר'בעריש און אז א רבי'ס טיש איז מוקצה א גאנצע וואך)
יעפ, אלץ כיתה ה' מלמד איז פרייטאג געקומען ר' זלמן לייב לאנדא'ס ברודער ר' שמעון זאב און געלערנ'ט מיט אונז די "פשטא" [טראפן].
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

Borrower האט געשריבן:
קלמי קאהן - הערליכע פעדער
צושרייבן די באלייפיגע יאר וואלט (מיר - אלס תושב ק"י מאז ומקדם מחסידי מהרא) געווען אינטרעסאנט

מיז זיין מינימום שפעטע נ
דענק נאך ר' בעריש לויפער אלס כיתה ד מלמד אויף געצעל בערגער
איך האב הנאה אז איר ליינט עס, פון וועלעכע זאך דארפסט איר א יאר?
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

נו, נו, קינדעררררר, קינדעררררר, האט זײן קול אפגעדונערט מיט א גריצעלדיגן טאן,
דאס איז געווען גענוג און אלע זענען זיך צולאפן ווי די מייז, ר' אברהם יעקב יאקאבאוויטש אדער ווי יעדער רופט אים ר' אברהם יענקל, א איד מיט פארצייטישע געשטעל פון די שארפע אויגן ביז די פארקורצטע וועסטל, און די נאסטאלגישע טאשן זייגער, א איד וואס אין בית מדרש וועסטו נישט הערן קיין מוק, אבער אין חדר איז ער דער גאנצע קנאקער, ער מאכט א רושם ווי א תם איינער וואס בכלל נישט באהאווענט וואס טוט זיך, אבער די וואס קענען אים גוט ווייסן אז ער איז גאנץ געריבן אין ווייסט שוין מער ווי איינמאל וואס טוט זיך, א שטרענגע כאראקטער וואס לאזט זיך נישט פארפירן, די קינדער האבן אזא שרעק פון אים אז מען קען עס ממש שמעקן, אז די האסט דיך פראבירט צו פארענטפערן האט ער צוריקגעבען און די ענפערסט נאך, און די ענפערסט נאך, אבער אז די האסט זיך געהאלטן שטארק האסטו אייביג געקענט עפעס אויס ארבעטן, אז ער האט דיר געדארפט עפעס זאגן פריוואט האט ער ווי א גוטע פריינד ארויפגעלייגט זיין הענט אויף דיין אקסל און שפאצירט מיט דיר ארויף און אראפ די פארקינג לאט, און מיט א ליבליכקייט זיך איינגעבעטן ביי דיר, למען השם זיך צוציפלייסן מיט די חזרות.. אדער מחזק געווען אין אנדערע הינזיכטען,
די שטארקע חילוק צווישן אים אין ר'מיכל וואלף, אז ביי ר' מיכל וואלף קודם אהבה און דערנאך יראה, ביי ר' אברהם יעקב איז קודם יראה און דערנאך אהבה.
אבער הצד השווא איז אז ביידע האסטו ליב געהאט,

פרייטאג אינדערפרי שובבים פלעג איך אים זען צוריקקומען פון ציון ווארטענדיג אויפן באס (פארעסט קאר סקאנאמאנק) פינעף מינוט שפעטער איז דער באס געווען ביי אייזיק גליק אין ער האט שוין געהאלטן נאכן מקוה.
יעדע שטיק צייט נאכן דאווענען פלעגט ער אזוי מיטן טערקישע טלית, ארימדרייען די בעל תפילת עמוד, און אויספאקן זיינע ספרים,
א דברות קודש, אויף א על הגאולה, דערויף די נשא תורה, איבער דעם א דברי יואל, אויף דעם א ויואל משה, נאך א דברי יואל, א חנוכה מהדירא תניניא, און נאך א דברות קודש פון שובבים, אזוי אלע ספרים איינע אויפן צווייטן, און פון דארט האט ער אונז געלאזט וויסן וואס די רבי זי"ע וואלט ווען געזאגט און אזא מצב, צום ביישפיל די רבי וואלט ווען קיינמאל נישט געלאזט גיין מיט די גוי'שע היטלעך (העלמעט בלע"ז), ער פלעגט נאכזאגן "פחד נוראדיגע ווערטער" פון ספרים, ווען יעדע שטיק צייט בליקט ער אין טאשן זייגער.

"אחדשה"ט באה"ר" איך ווייס נאך אלץ נישט וואס דאס באדייט, אבער אזוי האט זיך אנגעפאנגען א בריוון אויסטויש צווישן צוויי פריינט איבער ערציילונגען פון נ"ך, וואס אונז האבן געדארפט נאך שרייבן, כדי אויסצובעסערן אונזער האנט שריפט אין ווערטער אויסלייג (ספעלינג).

און די נייע בילדונג ביים אנקומען אין חדר, פלעגט ער אונז אפווארטן פון אויבן פון די אויבערשטע שטאק אראפ שרייענדיג אומפארשטענדליכע ווערטער פון איזהו מקומן, לכאורה צו אריינשטעלן דעם טאג אין טאן.

שפעטער נאך פרישטאג איז ער ארומגעגאנגען מיט א ליסטע, זיך צו מסדר זיין מיט די וואס האבן זוכה געווען אז זייער נאמען זאל דערמאנט ווערן אויף זיין וואויסמעיל דורך אויס פרישטאג,

איך געדענק ווי ער האט נעבעך געכאפט צוויי אינגלעך מיט קאפיס פון די העולם החרדי, דאס בלוט איז אים ארויף און קאפ, און זיי מכבד געווען מיטן קאנטשיק, איך מיין וואס האבן זיי געטראכט? ברענגען ציוניסטישע בילדער אין חדר...

"דער קאנטשיק"
עס איז געווען צוויי ערליי קאנטשיקעס די דינע און די גראבע,
די דינע קאנטשיק איז געווען געמאכט פון ראבער, עס איז געווען מקובל אז די מלמדים האבן דאס באקומען אין געימס פלאס, מיר האט עס ענדערש אויסגעקוקט ווי מען האט דאס אראפגעפליקט פון די ציגל בילדונג פון אינטען ביי די וואנט,
די גראבע איז געקומען פון די שריים פון די סטעפס אין די נייע בילדונג,
און אז עס האט זיך אויסגעפעלט האט מען מכבד געווען מיט ביידע.
אבער אלעס נאר למען השם ותורתו, עס זאל זיין א תועלת פארן אינגל,

זיין אשר יצר זאגן איז געווען א ווינדערליכע מחזה, ווי אויך דאס טאנצן כ"א כסלו, אזש מען האט ממש געקענט זען דעם נס, ל"ג בעומר זינגענדיג צמאה מיט פארמאכטע אויגן כאילו מען איז יעצט בײ א טיש פון רבין זי"ע,

וויאזוי גייט די ניגון: איך וואלט צוריק געגאנגען אין חדר, אוי איז דאס געווען געשמאק... יא, עס איז געווען געשמאק!

ביי די באלעמער איז רבי מעכיל וואלף געזיצען, די סחורה פון די באלעמער איז געווען צוגעדרילט מיט צוויי העלצער ביי די זייט עס זאל נישט גליטשען, רבי מעכיל וואלף פלעגט דאווענען מיט א ברען, און די בענקל פלעגט קרעכצען, א גאנצע סדר האט ער איינגעפירט צו קישען די ספר תורה יעדע כתה אין א שורה ביי אשרי, נאך די שריפה האט ער איינגעפירט א תקנה נישט צו רעדן ביים ליינען, וואס דאס איז געווען גאר שטרענגע,

ביי די ברוינע טיש פאר די בלעמער איז רבי אברהם יענקל געזיצען, און אראפלייגן א דאווענען, רבי דוד שווארץ האט אויך געהאט אזא טיש,

יעדע יאר האט די כתה ט' פון פריש געפלאנט צו קויפן א נייע ארון קודש אבער עס איז געבליבן ביים אלטען,

ביי די בעל תפילות עמוד הענגט א צעטל מיט די סדר בעלי תפילה וואס רבי דוד שווארץ פלעגט שרייבן, יעדע בחור האט געהאט א שאנס צוציגיין, און אויב ער האט נישט געוואלט איז געווען זיין אחריות צוצישיקען א צווייטער, רבי דוד פלעגט אנזאגען די בעלי תפילות ארויפצוגיין מיט א טאן ביי הויעך שמו"ע, די אמן'ס פלעגט ברעכן ווענט...
אטעטשמענטס
בני יואל חדר
בני יואל חדר
ביהמד אינעווייניג-01_copy_1024x768.jpeg (221.39 KiB) געזען 1596 מאל
חזנות איז מיין ליבלינג.
געווען
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 24, 2022 3:03 pm

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געווען »

דו שרייבסט אייזן גוט @קלמי!!

שכוח פאר די מעמארי שילדערונגען מיט אלע פארבן...
געווען
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 24, 2022 3:03 pm

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געווען »

קלמי קאהן האט געשריבן:

בילד
ווען דעי בילד וואלט ווען געקענט רעדן...
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

אוי שמחתי באומרים לי בית השם נלך.. האט די גאנצע כתה געזינגען גייענדיג אין די האל באוואפענט מיט אלע ערליי קערבלעך און בעסקיטס, אנגעפילט מיט טרויבען, ביים שפיץ שטייען עטליכע קינדער מיט שיריים פון א אלטע פויק אין האקן.. און פאר זיי שפאצירט רבי מענדל די כתה ב' מלמד און זינגט מיט הויעך,

מען עפענט אויף יעדע כתה אין מען שפאצירט אריין, וואס איז? כתה ב' טראגט ביכורים... אויב איז געווען א כהן פלעגט ער הייסן די כהן זיין פאראויס, און ער האט געקענט עסען די ערשטע די טרויבען...

רבי מענדל טארעם פלעגט האלטן געשפאנט זיין כתה מיט אקטיוועטיס וואס נאר אים איז בייגעפאלן..

צווישען אנדערע פלעגט ער אריינרופן רבי בעריש לויפער ז"ל און אנדערע מלמדים אין כתה און זיי מכבד זיין מיט מזונות ווען מען האט געלערנט וועגן די הכנסת אורחים פון אברהם אבינו, רבי בעריש לויפער ז"ל האט געדינט די ראלע פון די מלאכים... שטעלטס ענק פאר...

ער פלעגט אריינברענגען ציגעל און צוהאקן מיט א גרויסע האק וואס ער האט געבארגט פון וואכוי די גוי, ווען אברהם אבינו האט צובראכען די געטשקעס, רבי מענדל פלעגט אלץ ערפינדען זאכן צו מאכן לעבעדיג אין קלאס,

רבי בעריש ז"ל פלעגט אריינקומען צו כתה ג' ווען מען האט געלערנט די משנה פון ברכות און ער פלעגט אראפלייגן טעלערס מיט אלע סארטן פרוכט און ווייזן יעדע פרוכט וועלעכע ברכה מען מאכט, און אויב מען פארגעסט און מען מאכט א אנדערע ברכה צי מען האט יוצא געווען...
אזוי אויך פלעגט ער ארומגיין מסביר זיין פאר אלע כתות די נסכים און קרבנות, ער פלעגט טיילן קאפיס פון צעטלעך מיט די סדר פון אלע קרבנות.
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14253
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

קלמי קאהן האט געשריבן:
נו, נו, קינדעררררר, קינדעררררר, האט זײן קול אפגעדונערט מיט א גריצעלדיגן טאן,
דאס איז געווען גענוג און אלע זענען זיך צולאפן ווי די מייז, ר' אברהם יעקב יאקאבאוויטש אדער ווי יעדער רופט אים ר' אברהם יענקל, א איד מיט פארצייטישע געשטעל פון די שארפע אויגן ביז די פארקורצטע וועסטל, און די נאסטאלגישע טאשן זייגער, א איד וואס אין בית מדרש וועסטו נישט הערן קיין מוק, אבער אין חדר איז ער דער גאנצע קנאקער, ער מאכט א רושם ווי א תם איינער וואס בכלל נישט באהאווענט וואס טוט זיך, אבער די וואס קענען אים גוט ווייסן אז ער איז גאנץ געריבן אין ווייסט שוין מער ווי איינמאל וואס טוט זיך, א שטרענגע כאראקטער וואס לאזט זיך נישט פארפירן, די קינדער האבן אזא שרעק פון אים אז מען קען עס ממש שמעקן, אז די האסט דיך פראבירט צו פארענטפערן האט ער צוריקגעבען און די ענפערסט נאך, און די ענפערסט נאך, אבער אז די האסט זיך געהאלטן שטארק האסטו אייביג געקענט עפעס אויס ארבעטן, אז ער האט דיר געדארפט עפעס זאגן פריוואט האט ער ווי א גוטע פריינד ארויפגעלייגט זיין הענט אויף דיין אקסל און שפאצירט מיט דיר ארויף און אראפ די פארקינג לאט, און מיט א ליבליכקייט זיך איינגעבעטן ביי דיר, למען השם זיך צוציפלייסן מיט די חזרות.. אדער מחזק געווען אין אנדערע הינזיכטען,
די שטארקע חילוק צווישן אים אין ר'מיכל וואלף, אז ביי ר' מיכל וואלף קודם אהבה און דערנאך יראה, ביי ר' אברהם יעקב איז קודם יראה און דערנאך אהבה.
אבער הצד השווא איז אז ביידע האסטו ליב געהאט,

פרייטאג אינדערפרי שובבים פלעג איך אים זען צוריקקומען פון ציון ווארטענדיג אויפן באס (פארעסט קאר סקאנאמאנק) פינעף מינוט שפעטער איז דער באס געווען ביי אייזיק גליק אין ער האט שוין געהאלטן נאכן מקוה.
יעדע שטיק צייט נאכן דאווענען פלעגט ער אזוי מיטן טערקישע טלית, ארימדרייען די בעל תפילת עמוד, און אויספאקן זיינע ספרים,
א דברות קודש, אויף א על הגאולה, דערויף די נשא תורה, איבער דעם א דברי יואל, אויף דעם א ויואל משה, נאך א דברי יואל, א חנוכה מהדירא תניניא, און נאך א דברות קודש פון שובבים, אזוי אלע ספרים איינע אויפן צווייטן, און פון דארט האט ער אונז געלאזט וויסן וואס די רבי זי"ע וואלט ווען געזאגט און אזא מצב, צום ביישפיל די רבי וואלט ווען קיינמאל נישט געלאזט גיין מיט די גוי'שע היטלעך (העלמעט בלע"ז), ער פלעגט נאכזאגן "פחד נוראדיגע ווערטער" פון ספרים, ווען יעדע שטיק צייט בליקט ער אין טאשן זייגער.

"אחדשה"ט באה"ר" איך ווייס נאך אלץ נישט וואס דאס באדייט, אבער אזוי האט זיך אנגעפאנגען א בריוון אויסטויש צווישן צוויי פריינט איבער ערציילונגען פון נ"ך, וואס אונז האבן געדארפט נאך שרייבן, כדי אויסצובעסערן אונזער האנט שריפט אין ווערטער אויסלייג (ספעלינג).

און די נייע בילדונג ביים אנקומען אין חדר, פלעגט ער אונז אפווארטן פון אויבן פון די אויבערשטע שטאק אראפ שרייענדיג אומפארשטענדליכע ווערטער פון איזהו מקומן, לכאורה צו אריינשטעלן דעם טאג אין טאן.

שפעטער נאך פרישטאג איז ער ארומגעגאנגען מיט א ליסטע, זיך צו מסדר זיין מיט די וואס האבן זוכה געווען אז זייער נאמען זאל דערמאנט ווערן אויף זיין וואויסמעיל דורך אויס פרישטאג,

איך געדענק ווי ער האט נעבעך געכאפט צוויי אינגלעך מיט קאפיס פון די העולם החרדי, דאס בלוט איז אים ארויף און קאפ, און זיי מכבד געווען מיטן קאנטשיק, איך מיין וואס האבן זיי געטראכט? ברענגען ציוניסטישע בילדער אין חדר...

"דער קאנטשיק"
עס איז געווען צוויי ערליי קאנטשיקעס די דינע און די גראבע,
די דינע קאנטשיק איז געווען געמאכט פון ראבער, עס איז געווען מקובל אז די מלמדים האבן דאס באקומען אין געימס פלאס, מיר האט עס ענדערש אויסגעקוקט ווי מען האט דאס אראפגעפליקט פון די ציגל בילדונג פון אינטען ביי די וואנט,
די גראבע איז געקומען פון די שריים פון די סטעפס אין די נייע בילדונג,
און אז עס האט זיך אויסגעפעלט האט מען מכבד געווען מיט ביידע.
אבער אלעס נאר למען השם ותורתו, עס זאל זיין א תועלת פארן אינגל,

זיין אשר יצר זאגן איז געווען א ווינדערליכע מחזה, ווי אויך דאס טאנצן כ"א כסלו, אזש מען האט ממש געקענט זען דעם נס, ל"ג בעומר זינגענדיג צמאה מיט פארמאכטע אויגן כאילו מען איז יעצט בײ א טיש פון רבין זי"ע,

וויאזוי גייט די ניגון: איך וואלט צוריק געגאנגען אין חדר, אוי איז דאס געווען געשמאק... יא, עס איז געווען געשמאק!
איין זאך קען איך דיר זאגן, ביזט פיין. הוי ביזטע גוט. איי געס אז אין חדר שוין האסטע זיך פארשריבן נאוטיצן...
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

קלמי קאהן האט געשריבן:
ביי די בעל תפילות עמוד הענגט א צעטל מיט די סדר בעלי תפילה וואס רבי דוד שווארץ פלעגט שרייבן, יעדע בחור האט געהאט א שאנס צוציגיין, און אויב ער האט נישט געוואלט איז געווען זיין אחריות צוצישיקען א צווייטער, רבי דוד פלעגט אנזאגען די בעלי תפילות ארויפצוגיין מיט א טאן ביי הויעך שמו"ע, די אמן'ס פלעגט ברעכן ווענט...
אין מיינע צייטן איז אויך געשטאנען א קאלום "במקום" פאר א שטעל פארטרעטער
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

קלמי קאהן האט געשריבן:
רבי בעריש ז"ל פלעגט אריינקומען צו כתה ג' ווען מען האט געלערנט די משנה פון ברכות און ער פלעגט אראפלייגן טעלערס מיט אלע סארטן פרוכט און ווייזן יעדע פרוכט וועלעכע ברכה מען מאכט, און אויב מען פארגעסט און מען מאכט א אנדערע ברכה צי מען האט יוצא געווען....
דארט ווי אליעזר האט געטראפן רבקה פאר יצחק ( שמעוס עס ברייטער אויס מיט דיין גאלדענע פעדער (נדנ) )
זיינע תניעות ואנכי לא ידעתי /להודיע צי מאכן צי וויסן טוהן

ביי ר קלמן מענדל אויב האט ער געוואלט עפעס רעדן פון זיין רעבעצין פלעגט ער צי זאגן יחיאל יוסעלע'ס מאמע
מענין לעניןגעדענק איך אז א מאמע האט אמאהל גערופן ר זלמן לייב לאנדא אז איר זוהן זאל נישט דארפן וואשן די בענטשערס אין ער האט עס געגעבו א וואך דערנאך ( נאך אין די פארברענטע בילדינג )
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: זיסע זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

קלמי קאהן האט געשריבן:
א עקסטערע פרשה איז געווען דאס גיין שווימען, די שווים רביס זענען געווען
רבי שלמה יוסף פאלקאוויטש
רבי אברהם משה ברוין די באס מעכאניקער
רבי שמואל זאנוויל גוטמאן
רבי זלמן לייב לאנדא אויב איך געדענק גוט,
רבי יואל נאה?
ווער געדענקט נעמען?
ר יואל גליק
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

קלמי קאהן האט געשריבן:
לערנען ענגליש איז אנגעגאנגען פאר א שעה, די פרינצפעל איז געווען רבי יעקב גאלד, געוויסע מיוחסים קינדער פלעגן מאכן אין א ליידיגער כתה זעקלעך קוקיס און זעקלעך פרעצלס, לויט די גרויסקייט פון די כתה, אין יעדע בעג איז געווען דריי צו פיר קיכלעך אדער גרויסע פרעצלס,
די כתה וואס מען האט געניצט איז געווען א כתה וואס נאר מיוחסים האבן געקענט אריינגיין דארט, אויך פלעגט מען דארט וואשען די בענטשערס... די בענטשערס איז געווען געלעמענעיטע צעטלעך, עס איז געווען עלטער ברוינע בענטשערס מיט א שטארקע שימל שמעק, און צימאל שטיקלעך פינאט באטער/ניסעלע פיטער אויף דעם, און דערנאך מער נייערע וואס האט נישט געשמעקט, די קינדער פלעגן אויסכאפן די נייערע..
איז די בענטשערס פלעגט מען וואשן אין יענע מבצע צימער מיט ספרעיס און אפווישען מיט א שמאטע צו א טישו,

ענגליש טיטשערס זענען געווען אסאך, געוויסע זענען געגאנגען און געקומען, אנדערע זענען געזיצען שטייף אויפן בענקל, א שטייגער ווי ר' יואל נאה, וואס ער פלעגט אויך זיין אסאך א שטעלפארטרעטער, ער פלעגט אלץ אריינקומען קאלט און רואיג און אזוי באהערשט די קלאס מיט א שטארקייט, ער פלעגט זייער גוט אויסלערנען רעכענען און שרייבן, אלעס מיט א פינקטליכקייט, מיט די גראדע פליסיגע שריפט זיינע, פון אים איז מען ארויס קענענדיג אן קיין מעשיות,

נאך א טיטשער איז געווען ר' יואל פאלקאוויטש א געשמאקע אינגערמאן פול מיט ידיעות, ער פלעגט אנקומען מיט זיין קאווע, ווי א ביזנעסמאן, ער פלעגט אויך זייער גוט אויסלערנען, מסביר געווען, מיט געדילד, ער פלעגט אויך א שטיק צייט קעיר נעמען פון די גוים אין חדר,
אנדערע געדענקט איך נישט יעצט אויף די רגע,
ר משה יודא פאללאק
ר זלמן לייב לאנדא
לעצט פארראכטן דורך טעוועליך אום מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 7:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
געווען
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 24, 2022 3:03 pm

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געווען »

טעוועליך האט געשריבן:
קלמי קאהן האט געשריבן:
רבי בעריש ז"ל פלעגט אריינקומען צו כתה ג' ווען מען האט געלערנט די משנה פון ברכות און ער פלעגט אראפלייגן טעלערס מיט אלע סארטן פרוכט און ווייזן יעדע פרוכט וועלעכע ברכה מען מאכט, און אויב מען פארגעסט און מען מאכט א אנדערע ברכה צי מען האט יוצא געווען....
דארט ווי אליעזר האט געטראפן רבקה פאר יצחק ( שמעוס עס ברייטער אויס מיט דיין גאלדענע פעדער (נדנ) )
זיינע תניעות ואנכי לא ידעתי /להודיע צי מאכן צי וויסן טוהן
יוש, די וישתחו... בפישוט ידים ורגלים.
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

דער ווייסער בנין איז ארויס פון סערוויס,

די בנין איז געשטאנען ליידיג און די פייער דעפארטמענט איז געקומען מאכן א פייער דריל, עס איז געווען באנאכט, די כתה ט' בחורים האבן געהאט די זכיה צו קענען זעהן, זיי זענען געווען אין מתמידים, (איבער מתמידים שפעטער,) די פייער דעפארטמענט האט געמאכט רויעך, אויסגעשאסן פענסטערס,
א טאג שפעטער איז די בנין געשטאנען ווי א דארן אין אויג פאר די לעבעדיגע קינדער, עטליכע פענסטער זענען נאך גאנץ האבן זיי געשריגן לויפענדיג אהין, און זיי האבן גלייך מקיים פסק געווען מיטן אויסשיסען אלע פארבליבענע פענסטערס, פארשטייט זיך ווען די לאנטש רבי אדער רבי אברהם יעקב האבן נישט באמערקט...

שפעטער א שטיק צייט שפעטער איז די טרעקטאר געקומען אראפווארפן די בילדינג, עס איז געווען ביי לאנטש די טרעקטער איז ציגעגאנגען צו די קוימען אויף די לינקע זייט, און עס א שאקל געגעבן און עס איז איינגעפאלן אין א סקונדע, די קינדער זענען געשטאנען פארגאפט פון די מראה,
שפעטער האט ער זיך גענימען צו די איבריגע חלק בנין, ביים אנקומען צו די בוידעם האט זיך פליצלינג גענימען ארויס טאנצן איין ריקאן גרעסער פון צווייטן, וואכוי איז געשטאנען דארט מיט די גוי די שכן מיט זיין רייפל אין די האנט און פארזיכערט די מצב,
נאכן ציווארפן די גאנצע בנין איז די טרעקטאר ארויפגעפארן אויפן דאך פון די קעלער גאס האט ער נישט צובראכען, און מסדר געווען די חרבנות,
די בנין איז געווען גאר א אלטער, איבער הינדערט יאר, עס האט געהאט קאלירטע פענסטערס, שווערע אלטע טירן, א פארטש מיט האלצענע בענק, קוימענען, די עיקר האבן די קינדער גערעדט פון די קעלער, עס איז געווען די אריינגאנג פאר די פארטש, שטיגן אראפ, און עס איז געווען א האלץ אויף דעם, וואכוי פלעגט אראפגיין יעדע שטיק צייט און מסדר זיין גארביטש בעגס, עס איז געווען דארט א האלב הענגעדיגע באלב וואס דאס האט געמאכט לעכטיג, מען האט געשמיסט אז דארט האלט מען די שמות, געוויסע קינדער פלעגן פרובירען אריינצוגיין דארט ווען עס איז געווען אפען, אבער זיי פלעגן ארויסלויפן מיט שרעק...
ווי איך געדענק האט די טרעקטער עס נישט אויפגעגראבן נאר באדעקט די דאך מיט זאמד..
מען האט דעמאלטס אנגעהויבן בויען א פארק גלייך דערנעבען, די שטיקלעך זענען געליגען דארט א היפשע וויילע ביז מען האט עס אויפגעשטעלט, אויף די בילדער ביים ציווארפן די בנין קען מען זעין די שטיקלעך פון די פארק ביי די זייט,

גלייך נעבן די קעלער אריינגאנג איז געשטאנען א אלטע גרויסע קעסטען בוים, קינדער פלעגן צאמנעמען די קעסטן און זיך שפילען דערמיט אדער אהיים טראגן, די בוים איז געבליבן שטיין, אבער צוליב וואס די בנין אינטערן בוים האט געפעלט האט עס נישט געקענט אויסהאלטן די שווערע ווינטען ביי איינע פון די האריקענס און עס האט אראפגעטראסקעט,
אטעטשמענטס
די קעסטען בוים מיט גרינע בלעטער
די קעסטען בוים מיט גרינע בלעטער
Photo_042412_006-01_copy_960x768.jpeg (239.43 KiB) געזען 1328 מאל
Photo_042512_001-01_copy_960x768.jpeg
Photo_042512_001-01_copy_960x768.jpeg (233.35 KiB) געזען 1328 מאל
Photo_042412_002-01_copy_1152x922.jpeg
Photo_042412_002-01_copy_1152x922.jpeg (210.81 KiB) געזען 1328 מאל
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קליגער מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 5:01 pm

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער מענטש »

געווען א היים פאר ריקאנס
קליג קען יעדער זיין "קליגער" קען נישט יעדער
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

טעוועליך האט געשריבן:
קלמי קאהן האט געשריבן:
רבי בעריש ז"ל פלעגט אריינקומען צו כתה ג' ווען מען האט געלערנט די משנה פון ברכות און ער פלעגט אראפלייגן טעלערס מיט אלע סארטן פרוכט און ווייזן יעדע פרוכט וועלעכע ברכה מען מאכט, און אויב מען פארגעסט און מען מאכט א אנדערע ברכה צי מען האט יוצא געווען....
דארט ווי אליעזר האט געטראפן רבקה פאר יצחק ( שמעוס עס ברייטער אויס מיט דיין גאלדענע פעדער (נדנ) )
זיינע תניעות ואנכי לא ידעתי /להודיע צי מאכן צי וויסן טוהן
רבי בעריש פלעגט טייטשען והנה און אט, משא"כ רבי ליפא וואלנער פלעגט טייטשען והנה און און, עס איז געווען עפעס א רבישע מחלוקה...
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

נאך פיקטשערס פון א מאנקי שאו, די קינדער שטייען פארגאפט, מען קען זעין בן הגאון משארמאש זצ"ל, און נאך,
אטעטשמענטס
בני יואל חדר
בני יואל חדר
IMG_0786-02_copy_800x600.jpeg (193.53 KiB) געזען 1142 מאל
חזנות איז מיין ליבלינג.
געווען
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 24, 2022 3:03 pm

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געווען »

ווי איז דעיס?
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

געווען האט געשריבן:
ווי איז דעיס?
ביי א באזוך אין מחנה רב טוב.
לעצט פארראכטן דורך קלמי קאהן אום זונטאג אקטאבער 30, 2022 3:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

נאך א פיקטשער אין ראזענס קאנטרי,
ר' שמעון אליעזר לעבאוויטש, די גאון די באס דרייווער, מיט זיין סלינקי אין די האנט פלעגט ער זיצען און אויסניצען יעדע מינוט,
רבי מרדכי אלי' מארקאוויטש מלמד,
רבי יואל הערמאן מלמד,
אטעטשמענטס
IMG_0270-02_copy_610x693.jpeg
IMG_0270-02_copy_610x693.jpeg (202.47 KiB) געזען 1050 מאל
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קליגער מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 5:01 pm

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער מענטש »

קלמי קאהן האט געשריבן:
נאך א פיקטשער אין ראזענס קאנטרי,
ר' שמעון אליעזר לעבאוויטש, די גאון די באס דרייווער, מיט זיין סלינקי אין די האנט פלעגט ער זיצען און אויסניצען יעדע מינוט,
רבי מרדכי אלי' מארקאוויטש מלמד,
רבי יואל הערמאן מלמד,
מען האט געזעהן רבי שמעון אליעזר אייביג מיט א משניות
קליג קען יעדער זיין "קליגער" קען נישט יעדער
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

קלמי קאהן האט געשריבן:
,
ביזט גערעכט מיט דיין אישי
ווי קען מען פארגעסן פון די שטעלפארטרעטערס ביי ר בעריש ז"ל יעדע פרייטאג ווען ער פלעגט גיין נאך געלט
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

ווארט! ווארט! ער קומט! ער קומט!,
ער קומט נישט! ער קומט נישט!, האבן די קינדער פון זיין כתה צוריק געשריגן, און זיי זענען טאקע געווען גערעכט די באס האט פארמאכט די טיר און ווייטער געפארן צום חדר.

ר' נחמי' געלב האט זיך געגעבן א שאר אריין מיטן טלית אזוי פאר ברכו, אונטער גערוקט צוויי טישוס אונטערן סידור זיך אויס געקלארט די שטום בענדער און אנגעפאנגען מה טובו, די הכנות פארן, און אינמיטן, און נאכן דאווענען, האט פארנומען ביי אים א שטארקע פלאץ, מיט די ריכטיגע סאטמארע מסורה פלעגט ער אפרעכטן לאנגע תיקונים ביז ער איז גרייט געווארן אנצופאנגן די קלאס, ענדליך בערך א האלבע שעה נאך פרישטאג איז ער אריינגעקומען, אויב עס האט גענומען צו לאנג פלעגט ר' מיכל וואלף אריינגעקומען אין אנגעהויבן פארלערנען חומש רש"י, אבער דער עולם האט זיך ליידער נישט צוגעהערט, ווייל חומש רש"י איז געווען ר' נחמי'ס עיקר עקספערטיז, און יעדע מינוט האט זיך געלוינט צו ווארטן אויף זיינע קלארע שיעורים, מען האט זיך איינגעהאנדעלט פאלדער'ס מיט (לואָס ליף) לויזע בלעטער פאפיר, און מען האט נאכגעשריבן מיט דארשט וואס ר' נחמי' האט נאך געזאגט פון גור אריה, מאירי, ועוד מפרשים, מיט א גיוואלדיגע געשמאק און קלארקייט, שפעטער ביי ריסעס האט דער עולם אויסגעטוישט פאלדער'ס און זיך געשריבן הסכמות איינער פארן צווייטן, יעדער איינער האט פארמאגט א רבנות פאסטן פאר די דאזיגע הסכמות. די מער פראפעסיאנאלע קינדער האבן געהאט פרינטעט לעדער העד'ס מיט רבנישע זיגלען, די אנדערע האבן זיך געמוזט באגיין מיט א טוישער זיגל, די גאר פשוטע האבן אלעס געשריבן מיט די הענט.

שפעטער סוף וואך האבן די טאלאנטפולע קינדער צוזאם גענומען זייערע געשרייבאכצער, און ארויס געגעבן גליונות, פארשטייט זיך באצירט מיט לאגאס און גראפיקס.

ביי מזרח צפון ווינקל פון קלאס איז געווען א רער דערנאך א שראנק (אזוי האב איך בקבלה פון די סדרה צעטל, שראנק נישט שאנק), צווישן דעם רער אזוי אויפן שראנק איז געווען כל מיני מודעות וואס די קינדער האבן זיך באנוצט צו לאזן וויסן זייערע חברים אז ביי אים קען מען באקריגן א סולם פאר אכט סענט (מער איבער דעם שפעטער) אדער אז מען האט געעפנט א ספרים בינדעריי א.דג.

דער אויבנדערמאנטער רער איז געלאפן אויף אראפ צו די כתה פון ר' יואל טעלער, אין אז א קינד האט געשפירט פאר וויכטיג צו מאכן אינטן לעבעדיג האט ער עס אנגעפאנגען שאקלן, איינמאל אזוי אינמיטן שאקלן האט ר' אברהם יענקל פארהערט די אונטערשטע כתה, ער איז ארויף געלאפן אויבן געכאפט דעם באגאבונד רויט האנטיג פיין מכבד געווען און ביי דעם האט זיך עס גענדיגט.

שטעלפארטרעטער פלעגן אפט קומען פאר לענגערע צייט אפשניטן ביי אונז, נעבעך פאר דעם אינגערמאן וואס האט באשלאסן איבערצולאזן כולל צו אויספרובירן אויב דאס מלומדות איז געאייגענט פאר אים. אונזער כתה איז שוין געווען אויף לויזע שרויפן אזוי אויך, יעצט האט מען נאר צוגעלייגט אויל צום פייער, צו איז דאס געווען ווען איינער האט אונטער געלייגט א פראש אונטער א צווייטן'ס באנק, אדער אנגעפילט די כתה מיט היישעריקן. איינער האט אראפ גענידערט דאס בענקל ביז אונטן און ארויף געלייגט א בערעלע, א צווייטער האט אן אנדערער מאל צוטיילט דאס בענקל און צווייען, צוריק געשטעלט אויפן פלאץ כאילו דא וואלט גארנישט געווען, ר' אברהם יענקל איז דערנאך אריינגעקומען פארהערן ער האט זיך ארויף געזעצט אויפן בענקל, ער האט זיך כמעט אינגאנצן איבערגעדרייעט ווען ער וואלט זיך ווען נישט געכאפט ביים וואנט.

בכלל איז דאס בענקל געווען א מעטאד פון טראנספארטאציע, א ווילדע שטופ געגעבן מיט די פיס און געפלויגן ביז די אנדערע עק כתה, אין מכבד געווען דאס באדערפינדיגער, ביז איין חכם האט געהאט גענוג און האט אפגעטון עטליכע רעדער און אזוי פארשטייטערט דאס פלי-בענקל.

איינע פון ר' נחמי'ס פילע טאלאנטן איז געווען, אויפלעבן אלטע סאטמארע ניגונים וואס אפילו בשעתו ווען עס איז פארפאסט געווארן איז עס געווען אומפאפולער, ער האט פארמאגט א אלטע טעיפריקאדער מיט װאס ער האט פארגעשפילט, א חשוף פאר חנוכה, די ארגינעלע וועג פון די נענועים ניגון, ברוך אלוקני מיט פיר פעלער, א מארש אז ווען די סאלדאטן וואלטן עס ווען געזינגען וואלטן זיי זיך אויסגעגליטשט, אויפן באס צו א טריפ האט ער פאר די מער נייגעריגע אויסגעלערנט א ניגון וואס מען האט געזינגען פארן קריג אינדערהיים .

נאך אלעם איז רבי נחמיה געווען פון די בעסטע צייטן אין חדר, אסאך האט מען קונה געווען ביי אים, אוי איך וואלט צוריקגעגאנגען אין חדר נאר צו אים.
לעצט פארראכטן דורך קלמי קאהן אום מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 10:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חזנות איז מיין ליבלינג.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”