אין א שמועס מיט עטליכע חברים פארציילן זיי מיר עלטערע זכרונות:
ר’ מרדכי אלי’ מארקאוויטש אין כיתה ט’ נאכמיטאג, נאכדעם ר’ יואל הערמאן, ר’ יודל ברייער אין כיתה ח’, ר’ דוד הערש פריעד אלץ פרישטאג רבי לאנגע יארן, ר’ אברהם יעקב איז געווארן מנהל נ"ז, ר’ ליפא וואלנער איז געווען מנהל אפאר מינוט צווישן ר’ יחיאל פריעד און ר’ אברהם יעקב, פארדעם איז ער געווען כיתה ג’ רבי, ר’ מענדל טארעם הצעיר האט איבערגענומען כיתה ג’ אינמיטן יאר, נ"ח האט מען אריינגעמופט אין ציגל בילדיג , דעמאלטס האט עס געהייסן די נייע בילדונג.. ר’ מענדל טארים איז געווען רבי פאר כיתה ב און ג’ צוזאמען,
א צווייטע חבר פארציילט מיר:
איין טאג פרשת לך לך בין איך געקומען שפעט און איך הער קולי קולות אין כיתה מ’האאאאקט מ’זעצט. . כ’האב מורא געהאט און זיך געשעמט אריינצוגיין ווייל איך בין אנגעקומען שפעט, ר’ קלמן מענדל מיט זיין גאלדן הארץ האט מיר באמערקט און ארויסגעהאלפן, אינעווייניג האט מען פשוט געהאלטן אינמיטן העלפן אברהם אבינו צוברעכן די עבודה זרות...
ביי ר’ מענדל טארים פארשטייט זיך... ווען ער קומט ווען א וואך שפעטער וואלט מען אים אריינגענומען אינאיינעם מיט די מלאכים מיט א ריזיגע שלום עליכם פרשת תולדות האט מען אריינגעברענגט שטיינער פון גאס און ר’ מענדל האט זיך גלייגט שלאפן אויף דער ערד מיט די שטיינער צוקאפנס יוסף רייסט זיך ארויס פון פוטיפר.... די מכות... כי תבוא ביכורים פאר די גאנצע חדר
נו, נו, קינדעררררר, קינדעררררר, האט זײן קול אפגעדונערט מיט א גריצעלדיגן טאן, דאס איז געווען גענוג און אלע זענען זיך צולאפן ווי די מייז, ר' אברהם יעקב יאקאבאוויטש אדער ווי יעדער רופט אים ר' אברהם יענקל, א איד מיט פארצייטישע געשטעל פון די שארפע אויגן ביז די פארקורצטע וועסטל, און די נאסטאלגישע טאשן זייגער, א איד וואס אין בית מדרש וועסטו נישט הערן קיין מוק, אבער אין חדר איז ער דער גאנצע קנאקער, ער מאכט א רושם ווי א תם איינער וואס בכלל נישט באהאווענט וואס טוט זיך, אבער די וואס קענען אים גוט ווייסן אז ער איז גאנץ געריבן אין ווייסט שוין מער ווי איינמאל וואס טוט זיך, א שטרענגע כאראקטער וואס לאזט זיך נישט פארפירן, די קינדער האבן אזא שרעק פון אים אז מען קען עס ממש שמעקן, אז די האסט דיך פראבירט צו פארענטפערן האט ער צוריקגעבען און די ענפערסט נאך, און די ענפערסט נאך, אבער אז די האסט זיך געהאלטן שטארק האסטו אייביג געקענט עפעס אויס ארבעטן, אז ער האט דיר געדארפט עפעס זאגן פריוואט האט ער ווי א גוטע פריינד ארויפגעלייגט זיין הענט אויף דיין אקסל און שפאצירט מיט דיר ארויף און אראפ די פארקינג לאט, און מיט א ליבליכקייט זיך איינגעבעטן ביי דיר, למען השם זיך צוציפלייסן מיט די חזרות.. אדער מחזק געווען אין אנדערע הינזיכטען, די שטארקע חילוק צווישן אים אין ר'מיכל וואלף, אז ביי ר' מיכל וואלף קודם אהבה און דערנאך יראה, ביי ר' אברהם יעקב איז קודם יראה און דערנאך אהבה. אבער הצד השווא איז אז ביידע האסטו ליב געהאט,
פרייטאג אינדערפרי שובבים פלעג איך אים זען צוריקקומען פון ציון ווארטענדיג אויפן באס (פארעסט קאר סקאנאמאנק) פינעף מינוט שפעטער איז דער באס געווען ביי אייזיק גליק אין ער האט שוין געהאלטן נאכן מקוה. יעדע שטיק צייט נאכן דאווענען פלעגט ער אזוי מיטן טערקישע טלית, ארימדרייען די בעל תפילת עמוד, און אויספאקן זיינע ספרים, א דברות קודש, אויף א על הגאולה, דערויף די נשא תורה, איבער דעם א דברי יואל, אויף דעם א ויואל משה, נאך א דברי יואל, א חנוכה מהדירא תניניא, און נאך א דברות קודש פון שובבים, אזוי אלע ספרים איינע אויפן צווייטן, און פון דארט האט ער אונז געלאזט וויסן וואס די רבי זי"ע וואלט ווען געזאגט און אזא מצב, צום ביישפיל די רבי וואלט ווען קיינמאל נישט געלאזט גיין מיט די גוי'שע היטלעך (העלמעט בלע"ז), ער פלעגט נאכזאגן "פחד נוראדיגע ווערטער" פון ספרים, ווען יעדע שטיק צייט בליקט ער אין טאשן זייגער.
"אחדשה"ט באה"ר" איך ווייס נאך אלץ נישט וואס דאס באדייט, אבער אזוי האט זיך אנגעפאנגען א בריוון אויסטויש צווישן צוויי פריינט איבער ערציילונגען פון נ"ך, וואס אונז האבן געדארפט נאך שרייבן, כדי אויסצובעסערן אונזער האנט שריפט אין ווערטער אויסלייג (ספעלינג).
און די נייע בילדונג ביים אנקומען אין חדר, פלעגט ער אונז אפווארטן פון אויבן פון די אויבערשטע שטאק אראפ שרייענדיג אומפארשטענדליכע ווערטער פון איזהו מקומן, לכאורה צו אריינשטעלן דעם טאג אין טאן.
שפעטער נאך פרישטאג איז ער ארומגעגאנגען מיט א ליסטע, זיך צו מסדר זיין מיט די וואס האבן זוכה געווען אז זייער נאמען זאל דערמאנט ווערן אויף זיין וואויסמעיל דורך אויס פרישטאג,
איך געדענק ווי ער האט נעבעך געכאפט צוויי אינגלעך מיט קאפיס פון די העולם החרדי, דאס בלוט איז אים ארויף און קאפ, און זיי מכבד געווען מיטן קאנטשיק, איך מיין וואס האבן זיי געטראכט? ברענגען ציוניסטישע בילדער אין חדר...
"דער קאנטשיק" עס איז געווען צוויי ערליי קאנטשיקעס די דינע און די גראבע, די דינע קאנטשיק איז געווען געמאכט פון ראבער, עס איז געווען מקובל אז די מלמדים האבן דאס באקומען אין געימס פלאס, מיר האט עס ענדערש אויסגעקוקט ווי מען האט דאס אראפגעפליקט פון די ציגל בילדונג פון אינטען ביי די וואנט, די גראבע איז געקומען פון די שריים פון די סטעפס אין די נייע בילדונג, און אז עס האט זיך אויסגעפעלט האט מען מכבד געווען מיט ביידע. אבער אלעס נאר למען השם ותורתו, עס זאל זיין א תועלת פארן אינגל,
זיין אשר יצר זאגן איז געווען א ווינדערליכע מחזה, ווי אויך דאס טאנצן כ"א כסלו, אזש מען האט ממש געקענט זען דעם נס, ל"ג בעומר זינגענדיג צמאה מיט פארמאכטע אויגן כאילו מען איז יעצט בײ א טיש פון רבין זי"ע,
וויאזוי גייט די ניגון: איך וואלט צוריק געגאנגען אין חדר, אוי איז דאס געווען געשמאק... יא, עס איז געווען געשמאק!
ביי די באלעמער איז רבי מעכיל וואלף געזיצען, די סחורה פון די באלעמער איז געווען צוגעדרילט מיט צוויי העלצער ביי די זייט עס זאל נישט גליטשען, רבי מעכיל וואלף פלעגט דאווענען מיט א ברען, און די בענקל פלעגט קרעכצען, א גאנצע סדר האט ער איינגעפירט צו קישען די ספר תורה יעדע כתה אין א שורה ביי אשרי, נאך די שריפה האט ער איינגעפירט א תקנה נישט צו רעדן ביים ליינען, וואס דאס איז געווען גאר שטרענגע,
ביי די ברוינע טיש פאר די בלעמער איז רבי אברהם יענקל געזיצען, און אראפלייגן א דאווענען, רבי דוד שווארץ האט אויך געהאט אזא טיש,
יעדע יאר האט די כתה ט' פון פריש געפלאנט צו קויפן א נייע ארון קודש אבער עס איז געבליבן ביים אלטען,
ביי די בעל תפילות עמוד הענגט א צעטל מיט די סדר בעלי תפילה וואס רבי דוד שווארץ פלעגט שרייבן, יעדע בחור האט געהאט א שאנס צוציגיין, און אויב ער האט נישט געוואלט איז געווען זיין אחריות צוצישיקען א צווייטער, רבי דוד פלעגט אנזאגען די בעלי תפילות ארויפצוגיין מיט א טאן ביי הויעך שמו"ע, די אמן'ס פלעגט ברעכן ווענט...
אוי שמחתי באומרים לי בית השם נלך.. האט די גאנצע כתה געזינגען גייענדיג אין די האל באוואפענט מיט אלע ערליי קערבלעך און בעסקיטס, אנגעפילט מיט טרויבען, ביים שפיץ שטייען עטליכע קינדער מיט שיריים פון א אלטע פויק אין האקן.. און פאר זיי שפאצירט רבי מענדל די כתה ב' מלמד און זינגט מיט הויעך,
מען עפענט אויף יעדע כתה אין מען שפאצירט אריין, וואס איז? כתה ב' טראגט ביכורים... אויב איז געווען א כהן פלעגט ער הייסן די כהן זיין פאראויס, און ער האט געקענט עסען די ערשטע די טרויבען...
צווישען אנדערע פלעגט ער אריינרופן רבי בעריש לויפער ז"ל און אנדערע מלמדים אין כתה און זיי מכבד זיין מיט מזונות ווען מען האט געלערנט וועגן די הכנסת אורחים פון אברהם אבינו, רבי בעריש לויפער ז"ל האט געדינט די ראלע פון די מלאכים... שטעלטס ענק פאר...
ער פלעגט אריינברענגען ציגעל און צוהאקן מיט א גרויסע האק וואס ער האט געבארגט פון וואכוי די גוי, ווען אברהם אבינו האט צובראכען די געטשקעס, רבי מענדל פלעגט אלץ ערפינדען זאכן צו מאכן לעבעדיג אין קלאס,
רבי בעריש ז"ל פלעגט אריינקומען צו כתה ג' ווען מען האט געלערנט די משנה פון ברכות און ער פלעגט אראפלייגן טעלערס מיט אלע סארטן פרוכט און ווייזן יעדע פרוכט וועלעכע ברכה מען מאכט, און אויב מען פארגעסט און מען מאכט א אנדערע ברכה צי מען האט יוצא געווען... אזוי אויך פלעגט ער ארומגיין מסביר זיין פאר אלע כתות די נסכים און קרבנות, ער פלעגט טיילן קאפיס פון צעטלעך מיט די סדר פון אלע קרבנות.
נו, נו, קינדעררררר, קינדעררררר, האט זײן קול אפגעדונערט מיט א גריצעלדיגן טאן, דאס איז געווען גענוג און אלע זענען זיך צולאפן ווי די מייז, ר' אברהם יעקב יאקאבאוויטש אדער ווי יעדער רופט אים ר' אברהם יענקל, א איד מיט פארצייטישע געשטעל פון די שארפע אויגן ביז די פארקורצטע וועסטל, און די נאסטאלגישע טאשן זייגער, א איד וואס אין בית מדרש וועסטו נישט הערן קיין מוק, אבער אין חדר איז ער דער גאנצע קנאקער, ער מאכט א רושם ווי א תם איינער וואס בכלל נישט באהאווענט וואס טוט זיך, אבער די וואס קענען אים גוט ווייסן אז ער איז גאנץ געריבן אין ווייסט שוין מער ווי איינמאל וואס טוט זיך, א שטרענגע כאראקטער וואס לאזט זיך נישט פארפירן, די קינדער האבן אזא שרעק פון אים אז מען קען עס ממש שמעקן, אז די האסט דיך פראבירט צו פארענטפערן האט ער צוריקגעבען און די ענפערסט נאך, און די ענפערסט נאך, אבער אז די האסט זיך געהאלטן שטארק האסטו אייביג געקענט עפעס אויס ארבעטן, אז ער האט דיר געדארפט עפעס זאגן פריוואט האט ער ווי א גוטע פריינד ארויפגעלייגט זיין הענט אויף דיין אקסל און שפאצירט מיט דיר ארויף און אראפ די פארקינג לאט, און מיט א ליבליכקייט זיך איינגעבעטן ביי דיר, למען השם זיך צוציפלייסן מיט די חזרות.. אדער מחזק געווען אין אנדערע הינזיכטען, די שטארקע חילוק צווישן אים אין ר'מיכל וואלף, אז ביי ר' מיכל וואלף קודם אהבה און דערנאך יראה, ביי ר' אברהם יעקב איז קודם יראה און דערנאך אהבה. אבער הצד השווא איז אז ביידע האסטו ליב געהאט,
פרייטאג אינדערפרי שובבים פלעג איך אים זען צוריקקומען פון ציון ווארטענדיג אויפן באס (פארעסט קאר סקאנאמאנק) פינעף מינוט שפעטער איז דער באס געווען ביי אייזיק גליק אין ער האט שוין געהאלטן נאכן מקוה. יעדע שטיק צייט נאכן דאווענען פלעגט ער אזוי מיטן טערקישע טלית, ארימדרייען די בעל תפילת עמוד, און אויספאקן זיינע ספרים, א דברות קודש, אויף א על הגאולה, דערויף די נשא תורה, איבער דעם א דברי יואל, אויף דעם א ויואל משה, נאך א דברי יואל, א חנוכה מהדירא תניניא, און נאך א דברות קודש פון שובבים, אזוי אלע ספרים איינע אויפן צווייטן, און פון דארט האט ער אונז געלאזט וויסן וואס די רבי זי"ע וואלט ווען געזאגט און אזא מצב, צום ביישפיל די רבי וואלט ווען קיינמאל נישט געלאזט גיין מיט די גוי'שע היטלעך (העלמעט בלע"ז), ער פלעגט נאכזאגן "פחד נוראדיגע ווערטער" פון ספרים, ווען יעדע שטיק צייט בליקט ער אין טאשן זייגער.
"אחדשה"ט באה"ר" איך ווייס נאך אלץ נישט וואס דאס באדייט, אבער אזוי האט זיך אנגעפאנגען א בריוון אויסטויש צווישן צוויי פריינט איבער ערציילונגען פון נ"ך, וואס אונז האבן געדארפט נאך שרייבן, כדי אויסצובעסערן אונזער האנט שריפט אין ווערטער אויסלייג (ספעלינג).
און די נייע בילדונג ביים אנקומען אין חדר, פלעגט ער אונז אפווארטן פון אויבן פון די אויבערשטע שטאק אראפ שרייענדיג אומפארשטענדליכע ווערטער פון איזהו מקומן, לכאורה צו אריינשטעלן דעם טאג אין טאן.
שפעטער נאך פרישטאג איז ער ארומגעגאנגען מיט א ליסטע, זיך צו מסדר זיין מיט די וואס האבן זוכה געווען אז זייער נאמען זאל דערמאנט ווערן אויף זיין וואויסמעיל דורך אויס פרישטאג,
איך געדענק ווי ער האט נעבעך געכאפט צוויי אינגלעך מיט קאפיס פון די העולם החרדי, דאס בלוט איז אים ארויף און קאפ, און זיי מכבד געווען מיטן קאנטשיק, איך מיין וואס האבן זיי געטראכט? ברענגען ציוניסטישע בילדער אין חדר...
"דער קאנטשיק" עס איז געווען צוויי ערליי קאנטשיקעס די דינע און די גראבע, די דינע קאנטשיק איז געווען געמאכט פון ראבער, עס איז געווען מקובל אז די מלמדים האבן דאס באקומען אין געימס פלאס, מיר האט עס ענדערש אויסגעקוקט ווי מען האט דאס אראפגעפליקט פון די ציגל בילדונג פון אינטען ביי די וואנט, די גראבע איז געקומען פון די שריים פון די סטעפס אין די נייע בילדונג, און אז עס האט זיך אויסגעפעלט האט מען מכבד געווען מיט ביידע. אבער אלעס נאר למען השם ותורתו, עס זאל זיין א תועלת פארן אינגל,
זיין אשר יצר זאגן איז געווען א ווינדערליכע מחזה, ווי אויך דאס טאנצן כ"א כסלו, אזש מען האט ממש געקענט זען דעם נס, ל"ג בעומר זינגענדיג צמאה מיט פארמאכטע אויגן כאילו מען איז יעצט בײ א טיש פון רבין זי"ע,
וויאזוי גייט די ניגון: איך וואלט צוריק געגאנגען אין חדר, אוי איז דאס געווען געשמאק... יא, עס איז געווען געשמאק!
איין זאך קען איך דיר זאגן, ביזט פיין. הוי ביזטע גוט. איי געס אז אין חדר שוין האסטע זיך פארשריבן נאוטיצן...
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
ביי די בעל תפילות עמוד הענגט א צעטל מיט די סדר בעלי תפילה וואס רבי דוד שווארץ פלעגט שרייבן, יעדע בחור האט געהאט א שאנס צוציגיין, און אויב ער האט נישט געוואלט איז געווען זיין אחריות צוצישיקען א צווייטער, רבי דוד פלעגט אנזאגען די בעלי תפילות ארויפצוגיין מיט א טאן ביי הויעך שמו"ע, די אמן'ס פלעגט ברעכן ווענט...
רבי בעריש ז"ל פלעגט אריינקומען צו כתה ג' ווען מען האט געלערנט די משנה פון ברכות און ער פלעגט אראפלייגן טעלערס מיט אלע סארטן פרוכט און ווייזן יעדע פרוכט וועלעכע ברכה מען מאכט, און אויב מען פארגעסט און מען מאכט א אנדערע ברכה צי מען האט יוצא געווען....
דארט ווי אליעזר האט געטראפן רבקה פאר יצחק (שמעוס עס ברייטער אויס מיט דיין גאלדענע פעדער (נדנ)) זיינע תניעות ואנכי לא ידעתי /להודיע צי מאכן צי וויסן טוהן
טעוועליךהאט געשריבן:↑מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
א עקסטערע פרשה איז געווען דאס גיין שווימען, די שווים רביס זענען געווען רבי שלמה יוסף פאלקאוויטש רבי אברהם משה ברוין די באס מעכאניקער רבי שמואל זאנוויל גוטמאן רבי זלמן לייב לאנדא אויב איך געדענק גוט, רבי יואל נאה? ווער געדענקט נעמען?
ר יואל גליק
טעוועליךהאט געשריבן:↑מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
רבי בעריש ז"ל פלעגט אריינקומען צו כתה ג' ווען מען האט געלערנט די משנה פון ברכות און ער פלעגט אראפלייגן טעלערס מיט אלע סארטן פרוכט און ווייזן יעדע פרוכט וועלעכע ברכה מען מאכט, און אויב מען פארגעסט און מען מאכט א אנדערע ברכה צי מען האט יוצא געווען....
דארט ווי אליעזר האט געטראפן רבקה פאר יצחק (שמעוס עס ברייטער אויס מיט דיין גאלדענע פעדער (נדנ)) זיינע תניעות ואנכי לא ידעתי /להודיע צי מאכן צי וויסן טוהן
די בנין איז געשטאנען ליידיג און די פייער דעפארטמענט איז געקומען מאכן א פייער דריל, עס איז געווען באנאכט, די כתה ט' בחורים האבן געהאט די זכיה צו קענען זעהן, זיי זענען געווען אין מתמידים, (איבער מתמידים שפעטער,) די פייער דעפארטמענט האט געמאכט רויעך, אויסגעשאסן פענסטערס, א טאג שפעטער איז די בנין געשטאנען ווי א דארן אין אויג פאר די לעבעדיגע קינדער, עטליכע פענסטער זענען נאך גאנץ האבן זיי געשריגן לויפענדיג אהין, און זיי האבן גלייך מקיים פסק געווען מיטן אויסשיסען אלע פארבליבענע פענסטערס, פארשטייט זיך ווען די לאנטש רבי אדער רבי אברהם יעקב האבן נישט באמערקט...
שפעטער א שטיק צייט שפעטער איז די טרעקטאר געקומען אראפווארפן די בילדינג, עס איז געווען ביי לאנטש די טרעקטער איז ציגעגאנגען צו די קוימען אויף די לינקע זייט, און עס א שאקל געגעבן און עס איז איינגעפאלן אין א סקונדע, די קינדער זענען געשטאנען פארגאפט פון די מראה, שפעטער האט ער זיך גענימען צו די איבריגע חלק בנין, ביים אנקומען צו די בוידעם האט זיך פליצלינג גענימען ארויס טאנצן איין ריקאן גרעסער פון צווייטן, וואכוי איז געשטאנען דארט מיט די גוי די שכן מיט זיין רייפל אין די האנט און פארזיכערט די מצב, נאכן ציווארפן די גאנצע בנין איז די טרעקטאר ארויפגעפארן אויפן דאך פון די קעלער גאס האט ער נישט צובראכען, און מסדר געווען די חרבנות, די בנין איז געווען גאר א אלטער, איבער הינדערט יאר, עס האט געהאט קאלירטע פענסטערס, שווערע אלטע טירן, א פארטש מיט האלצענע בענק, קוימענען, די עיקר האבן די קינדער גערעדט פון די קעלער, עס איז געווען די אריינגאנג פאר די פארטש, שטיגן אראפ, און עס איז געווען א האלץ אויף דעם, וואכוי פלעגט אראפגיין יעדע שטיק צייט און מסדר זיין גארביטש בעגס, עס איז געווען דארט א האלב הענגעדיגע באלב וואס דאס האט געמאכט לעכטיג, מען האט געשמיסט אז דארט האלט מען די שמות, געוויסע קינדער פלעגן פרובירען אריינצוגיין דארט ווען עס איז געווען אפען, אבער זיי פלעגן ארויסלויפן מיט שרעק... ווי איך געדענק האט די טרעקטער עס נישט אויפגעגראבן נאר באדעקט די דאך מיט זאמד.. מען האט דעמאלטס אנגעהויבן בויען א פארק גלייך דערנעבען, די שטיקלעך זענען געליגען דארט א היפשע וויילע ביז מען האט עס אויפגעשטעלט, אויף די בילדער ביים ציווארפן די בנין קען מען זעין די שטיקלעך פון די פארק ביי די זייט,
גלייך נעבן די קעלער אריינגאנג איז געשטאנען א אלטע גרויסע קעסטען בוים, קינדער פלעגן צאמנעמען די קעסטן און זיך שפילען דערמיט אדער אהיים טראגן, די בוים איז געבליבן שטיין, אבער צוליב וואס די בנין אינטערן בוים האט געפעלט האט עס נישט געקענט אויסהאלטן די שווערע ווינטען ביי איינע פון די האריקענס און עס האט אראפגעטראסקעט,
רבי בעריש ז"ל פלעגט אריינקומען צו כתה ג' ווען מען האט געלערנט די משנה פון ברכות און ער פלעגט אראפלייגן טעלערס מיט אלע סארטן פרוכט און ווייזן יעדע פרוכט וועלעכע ברכה מען מאכט, און אויב מען פארגעסט און מען מאכט א אנדערע ברכה צי מען האט יוצא געווען....
דארט ווי אליעזר האט געטראפן רבקה פאר יצחק (שמעוס עס ברייטער אויס מיט דיין גאלדענע פעדער (נדנ)) זיינע תניעות ואנכי לא ידעתי /להודיע צי מאכן צי וויסן טוהן
נאך א פיקטשער אין ראזענס קאנטרי, ר' שמעון אליעזר לעבאוויטש, די גאון די באס דרייווער, מיט זיין סלינקי אין די האנט פלעגט ער זיצען און אויסניצען יעדע מינוט, רבי מרדכי אלי' מארקאוויטש מלמד, רבי יואל הערמאן מלמד,

מען האט געזעהן רבי שמעון אליעזר אייביג מיט א משניות
ווארט! ווארט! ער קומט! ער קומט!, ער קומט נישט! ער קומט נישט!, האבן די קינדער פון זיין כתה צוריק געשריגן, און זיי זענען טאקע געווען גערעכט די באס האט פארמאכט די טיר און ווייטער געפארן צום חדר.
ר' נחמי' געלב האט זיך געגעבן א שאר אריין מיטן טלית אזוי פאר ברכו, אונטער גערוקט צוויי טישוס אונטערן סידור זיך אויס געקלארט די שטום בענדער און אנגעפאנגען מה טובו, די הכנות פארן, און אינמיטן, און נאכן דאווענען, האט פארנומען ביי אים א שטארקע פלאץ, מיט די ריכטיגע סאטמארע מסורה פלעגט ער אפרעכטן לאנגע תיקונים ביז ער איז גרייט געווארן אנצופאנגן די קלאס, ענדליך בערך א האלבע שעה נאך פרישטאג איז ער אריינגעקומען, אויב עס האט גענומען צו לאנג פלעגט ר' מיכל וואלף אריינגעקומען אין אנגעהויבן פארלערנען חומש רש"י, אבער דער עולם האט זיך ליידער נישט צוגעהערט, ווייל חומש רש"י איז געווען ר' נחמי'ס עיקר עקספערטיז, און יעדע מינוט האט זיך געלוינט צו ווארטן אויף זיינע קלארע שיעורים, מען האט זיך איינגעהאנדעלט פאלדער'ס מיט (לואָס ליף) לויזע בלעטער פאפיר, און מען האט נאכגעשריבן מיט דארשט וואס ר' נחמי' האט נאך געזאגט פון גור אריה, מאירי, ועוד מפרשים, מיט א גיוואלדיגע געשמאק און קלארקייט, שפעטער ביי ריסעס האט דער עולם אויסגעטוישט פאלדער'ס און זיך געשריבן הסכמות איינער פארן צווייטן, יעדער איינער האט פארמאגט א רבנות פאסטן פאר די דאזיגע הסכמות. די מער פראפעסיאנאלע קינדער האבן געהאט פרינטעט לעדער העד'ס מיט רבנישע זיגלען, די אנדערע האבן זיך געמוזט באגיין מיט א טוישער זיגל, די גאר פשוטע האבן אלעס געשריבן מיט די הענט.
שפעטער סוף וואך האבן די טאלאנטפולע קינדער צוזאם גענומען זייערע געשרייבאכצער, און ארויס געגעבן גליונות, פארשטייט זיך באצירט מיט לאגאס און גראפיקס.
ביי מזרח צפון ווינקל פון קלאס איז געווען א רער דערנאך א שראנק (אזוי האב איך בקבלה פון די סדרה צעטל, שראנק נישט שאנק), צווישן דעם רער אזוי אויפן שראנק איז געווען כל מיני מודעות וואס די קינדער האבן זיך באנוצט צו לאזן וויסן זייערע חברים אז ביי אים קען מען באקריגן א סולם פאר אכט סענט (מער איבער דעם שפעטער) אדער אז מען האט געעפנט א ספרים בינדעריי א.דג.
דער אויבנדערמאנטער רער איז געלאפן אויף אראפ צו די כתה פון ר' יואל טעלער, אין אז א קינד האט געשפירט פאר וויכטיג צו מאכן אינטן לעבעדיג האט ער עס אנגעפאנגען שאקלן, איינמאל אזוי אינמיטן שאקלן האט ר' אברהם יענקל פארהערט די אונטערשטע כתה, ער איז ארויף געלאפן אויבן געכאפט דעם באגאבונד רויט האנטיג פיין מכבד געווען און ביי דעם האט זיך עס גענדיגט.