רבי נחום מטשערנאביל ה"מאור עינים" י"א חשון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי נחום מטשערנאביל ה"מאור עינים" י"א חשון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

י"א חשון איז דער יאהרצייט פון דער הייליגע צדיק ר' נחום טשערנאבלע זצ"ל ער איז געבוירען געווארן אין יאהר ת"צ צו זיין טאטע ר' צבי וואס איז געוועהן א זוהן פון ר' נחום גאון זצ"ל.

זיינע רבי'ס זענען געוועהן גאהר גרויסע צדיקים, ערשט האט ער געלערנט ביים הייליגע בעל שם טוב, און דערנאך ווען דער בעל שם איז נסתלק געווארען איז ער געווארען א תלמיד ביים הייליגען מגיד דער רבי ר' בער זצ"ל דער מגיד פון מיזריטש.

דער הייליגע צדיק ר' נחום זצ"ל איז געווארען דער מגיד אין דער שטאט שטערנאבל, און געהאט דארט אסאך חשוב'ע תלמידים וועלכע ער האט אויסגעלערנט די דרך החסידות, און זיי דערנענטערט צום הייליגן בורא, צו זיין דבוק אין דער הייליגע באשעפער יעדער מינוט אין יעדער רגע.

אפילו אויף א קליינע זאך בעהט איך אויך נאר דער באשעפער
די תלמידים פון הרה"ק ר' מנחם נחום פון טשערנאבל זי"ע, האבען איינמאהל ביי מעריב געזעהן ווי דער רבי האט שוין געענדיגט די שמונה עשרה און ער זאגט נאך עפעס, פון גרויס נייגעריגקייט האבען זיי זיך צוגעבויגן און געהערט ווי ער זאגט עטליכע מאהל נאכאנאנד:

"רבונו של עולם, איך בעהט דיך אז די ארויסגייערן פון מיין שטוב זאל זיך צירוק קערן!"

די תלמידים האבען נישט פארשטאנען דעם פשט פון די תפלה, איז איינער פון די גרויסע תלמידים צוגעגאנגן צום רבי'ן און מיט גרויס דרך ארץגעפרעגט וואס ער מיינט דערמיט, האט די רבי געענטפערט: "די משרתתאיז וועק פון מיין שטוב, זי וויל נישט צירוק קומען, בעהט איך דער אויבערשטער אז ער זאל אין איהר אריין לייגן א גוט הארץ זי זאל וועלן צירוק קומען, ארויס צוהעלפן די רעבעצין מיט די שטוב ארבעט".

ווי די תלמידים האבען דאס דערהערט האבען זיי פארוואונדערט געפרעגט: "רבי, וועגן אזא קלייניגקייט דארף מען דען בעהטן דעם אויבערשטען?" האט ער געענטפערט "סיי א קליינע זאך און סיי א גרויסע זאך איז נאר פון אויבערשטען, האב איך דען אן אנדערע וועמען צו בעהטן?".

ר' נחום זצ"ל איז נסתלק געווארן י"א חשון תקנ"ח איבער לאזענדיג א זוהן א גרויסע צדיק ר' מאטעלע טשערנאבלע זצ"ל וואס האט געהאט אכט זוהן וואס האבען דערלאכטען דער וועלט אלע זענען געוועהן גרויסע צדיקים.

ר' נחום האט ארויס געגעבן א ספר מאור עינים זי"ע.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אלע טעג פון דעם צדיק הרה"ק ר"ר נחום מטשערנאבל ז"ל האט ער עוסק געווען אין די מצוה פון פּדיון שבויים. שטענדיג האט מען אים געזען גיין קלויבן נדבות פאר די מצוה. עס האט פּאסירט אמאל אז ער איז אנגעקומען אין דעם שטעטל זיטאמיר. די איינוואוינער פון שטאט, די ארטיגע גוים, האבן באמערקט א איד'ל גייט, האבן זיי באשלאסן צו מאכן די זאך מיט אים, און האבן ארויסגעלאזט א בלבול אויף אים, און מ'האט אים באלד אריינגעלייגט אין תפיסה. דער צדיק האט דערפון געהאט גרויס חלישות הדעת.
ווען איינער פון די צדיקים איז אים געקומען באזוכן אין תפיסה, האט ער אים געזאגט, אז ווען השי"ת האט געזען ווי אברהם אבינו איז אזוי שטארק עוסק אין די מצוה פון הכנסת אורחים, האט אים דער אויבערשטער באפוילען ארויסצוגיין פון זיין לאנד, און אליין ווערן אן אורח, וואס דאס האט אים געגעבן די מעגליכקייט אז ער זאל זיך איבערצייגען וואס דער געפיל פון אן אורח איז, און ווי אזוי אן אורח שפּירט זיך ווען מ'נעמט אים שיין אויף.
דאס זעלבע איז ביי אייך, האט דער צדיק אויסגעפירט, ווען דער אויבערשטער האט געזען ווי שיין איר גיט זיך אפּ מיט די מצוה פון פּדיון שבוים, האט דער אויבערשטער אייך געוואלט ווייזן ווי גוט איינער שפּירט זיך ווען מ'נעמט אים ארויס פון תפיסה, כדאי איז זאלט שפּורן דעם גוטען געפיל וואס איר שאפט פאר אידן...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ושמרו בני ישראל את השבת וגו'
יעדן ערב שבת קודש פלעגט מען אין שטוב פון הרה"ק ר' נחום טשערנאבלער אנצינדן גרויסע ליכט וועלכע האבן געלויכטן א גאנצע נאכט ביז אינדערפרי, ווייל רבי נחום פלעגט אויפשטיין אינמיטן דער נאכט און לערנען ביז שחרית.

איינמאל האבן על פי סיבה די ליכט זיך פארלאשן באנאכט. ווען די משרתת, די גוי'טע, האט דאס באמערקט, האט זי נישט געפרעגט קיין שאלות, נאר זי איז צוגעגאנגען און האט זיי צוריק אנגעצינדן.

שפעטער ביינאכט, ווען רבי נחום איז אויפגעשטאנען צום לערנען, האבן די שטוב מענטשן זיך שטארק געוואונדערט זעענדיג ווי רבי נחום גייט און טאפט אין די לופט, אזוי ווי איינער וואס גייט אין די פינסטער, כאטש די שטוב איז געווען ליכטיג. ווען ער איז כמעט אריין אין א שענקל, האט איינער אים געפרעגט פארוואס ער גייט אזוי.

ענטפערט רבי נחום, "פארוואס?? פארוואס איז פינסטער אין שטוב און מען האט נישט אנגעצינדן קיין גרויסע ליכט אויף שבת אזוי ווי יעדע וואך?"

רופן זיי זיך אן, "וואס מיינט דער רבי, ס'איז דאך ליכטיג און פיין און די גרויסע ליכט שטייען אויפ'ן טיש און לייכטן אזוי ווי אלעמאל?"

האט רבי נחום געהייסן מען זאל נאך פארשען דעם זאך, זענען זיי געוואר געווארן אז די משרתת האט אנגעצונדן די ליכט אין שבת פארזיינעטוועגן און מען טאר נישט הנאה האבן פון זיי, פארדעם האבן זיינע ליכטיגע אויגן נישט געזען דעם אור.

נישט בחנם הייסט זיין הייליגער ספר 'מאור עינים'.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין די צייטן פון ר' נחום טשערנאבלער איז געווען א איד וואס האט אייביג געטרינקן וויין און בראנפן און איז געווען א שטענדיגער שיכור. אלעמאל האט ער געקויפט ברוינפן פון געלט וואס ער האט געבארגט פון מענטשן, און פארשטייט זיך אז ער האט נישט געהאט צו באצאלן די געלט וואס ער האט געבארגט , אבער ער האט אינגאנצן פארגעסן דערפון. און ווען די מענטשן זענען געקומען מאנען די געלט פון דער שיכור האט ער נישט געהאט קיין ברירה און ער האט געבארבט פון דער פריץ א ריזיגע סומע געלט און מיט דעם באצאלט די מענטשן. אבער ווען עס איז געקומען די צייט וואס ער האט געדארפט אפגעבן די ריזיגע סומע פאר'ן פריץ, האט ער נישט געהאט קיין פעני, און עטליכע טעג דערנאך האבן צוויי פון די פריץ'ס באדינער אים אנגעכאפט, געבינדן אין קייטן און אריינגעווארפן דעם שיכור אין א גריב.
דער ר' נחום, איז געווען באקאנט מיט זיין אימגעהויערן אהבת ישראל, און ווען ער האט זיך דערוויסט דער מעשה מיט דער איד וואס זיצט אין א טינקעלן קעלער, האט ער באלד אנגעהויבן ארומגיין איבער די הייזער פון שטאט, צאמנעמען די סומע געלט וואס דורך דעם וועט דער איד זיין באפרייט פונ'ם פינסטערן תפיסה. נאכ'ן ארומגיין די גאנצע שטאט, איז די סומע געלט וואס ר' נחום טשערנאבלער האט געהאט אין די הענט, נישט געקומען צו אפילו א האלב פון די סומע וואס דער פריץ האט געבעטן. ר' נחום שטייט און טראכט "מאין יבא עזרי", פון ווי וועט קומען מיין הילף. אלע מענטשן האבן מיר געגעבן זייער מערסטע מעגליכקייטן. צו וועמען זאל איך יעצט גיין בעטן? ער שטייט אזוי אינמיטן גאס. ער קוקט מיט רחמנות אויף די אלע ארומיגע ארימע הייזקעלעך פון שטאט. פלוצלינג דערזעט ער א הערליכן בנין פון דריי שטאק, ווי דער עושר פון שטאט וואוינט. אפשר זאל איך גיין צו אים בעטן א נדבה? עה!! טראכטן טאר איך אפילו נישט וועגן גיין בעטן א נדבה פון אים. ער איז דאך אזא קארגער! ער וועט מיר נאר פארהאקן די טיר אויפן פנים. אבער אפשר דאך?… ער גייט צו צום הערליכן פאלאץ און קלאפט אן אויפן טיר .דער עושר ,זעענדיג אז דאס איז דער רב, האט אויפגעמאכט דער טיר פאר ר' נחום. ר' נחום דערציילט פאר דער עושר די גאנצע געשיכטע מיט דער שיכור ווי ער שמאכט אין תפיסה. דער גביר האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די גאנצע מעשה און גע'טענה'ט: "וואלט עס געווען א חשוב'ער אינגערמאן וואס זיצט און לערנט, וואלט עס דאך געווען א מצוה אים צו העלפן, אבער דער שיכור? אים איז אן עבירה צו העלפן! דער צדיק פראבירט מסביר צו זיין-אבער זיינע ווערטער זענען געפאלן אויף טויבע אויערן.

דער ר' נחום רעדט און רעדט, און ער הייבט אן צו זאגן אזוי: "מיר ווייסן אלע אז די בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב די מעשה פון קמצא און בר קמצא. איינמאל איז געווען א מענטש וואס האט געמאכט א סעודה, ער האט גערופן זיין פיינט בר קמצא אנשטאט זיין פריינט קמצא. ווען ער האט באמערקט זיין פיינט זיצן ביי זיין סעודה האט ער אים ארויסגעווארפן פון דארט"
דער צדיק איז געווען צופרידן אז דער גביר הערט אויס מיט אינטערעסע און זאגט ווייטער: "איז בר קמצא געווארן זייער פארשעמט. איז ער געגאנגען טענה'ן פאר'ן קעניג, נישט פאר'ן קיסר פון רוים נאר פאר'ן מלך מלכי המלכים. ער האט געטענה'ט פאר'ן באשעפער אז די אידן ווידערשפעניגן אין אים. האט דער באשעפער געפרעגט: פון ווי ווייסטו דאס? האט בר קמצא געענפערט: איך וועל גיין ברענגן א קרבן. נישט א קרבן וואס מען איז מקריב אויפ'ן מזבח, נאר אזויווי די זוהר הקדוש זאגט, אז אן ארימאן איז גלייך צו א קרבן, און דאן וועט מען זען: אויב וועלן זיי עס מקרב זיין, דאס מיינט אויפנעמען די ארימאן מיט א פריינטליך געזיכט, איז א סימן, אז זיי זענען דיר געטריי, הייליגער באשעפער, אבער אויב נישט איז א באווייז אז פארקערט…..
און אז איך בין געקומען בעטן א נדבה פאר דער ארימאן, אנשטאט צו געבן א נדבה האסטו נאר געמאכט א פעלער אין אים…. אט דאס איז ליידער א באווייז, אז דער בר קמצא איז געווען גערעכט…און אויב וואלט דער בית המקדש יעצט געשטאנען וואלט אזא ענטפער געקענט גורם זיין דעם חורבן.
דער גביר איז געבליבן שטיין פארגליווערט אויף זיין ארט. ער האט זיך באמת נישט געראכטן אויף אזא מוסר שמועס. "און דו גביר " זאגט דער צדיק ר' נחום ווייטער " האסטו די ברירה צו געבן א נדבה אדער נישט, אויב יא איז גוט, אבער אויב נישט קענסטו זיין די סיבה אז עס זאל ווערן א חורבן פון דיין גאנצע פארמעגן…"
דער עושר איז זייער בארירט געווארן פון די שטרענגע רייד, און האט זאפארט ארויסגענומען די גאנצע סכום וואס האט נאך אויסגעפעלט צו באפרייען דעם איד, און פון דעמאלס אן און ווייטער, איז אייביג דער גביר'ס טיר געווען ברייט אפן פאר א יעדע מענטש צו געבן וויפיל געלט ער וויל נאר. און ער איז געווארן באקאנט אלץ א גרויסע בעל צדקה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווען דער מאור עינים איז געוועהן א קליין קינד איז זיין טאטע רבי צבי הירש נפטר געווארען , האט אים זיין טאטענ'ס ברודער הרה"ק רבי נחום אריינגענומען צו זיך אין שטוב און אים אויפגעצויגען אינאיינעם מיט זיינע אייגענע קינדער איינמאהל איז דער פאטער רבי נחום אוועק געפארען פון דער היים אויף א לענגערע צייט ,
ווען ער איז צוריק געקומען א היים האט ער געברענגט מתנות קליינע שיינע מעסערלעך פאר אלע זיינע קינדער אבער פאר זיין פלימעניק דעם יתום נחום'ל האט ער גארנישט געברענגט . די קינדער האבען זיך געשפילט מיט זייערע מעסערלעך און דער קליינער נחום'ל איז געווארען זייער פארביטערט ער האט אויך געוואלט האבען אזא מעסערל, פארוואס האט ער גארנישט באקומען ? האט ער זיך געוואנדען צום דעם טאטען פון די יתומים , השי"ת ,און ער האט זיך אוועקגעשטעלט ביים ארון הקודש און געזאגט "רבונו של עולם! איך האב נישט קיין טאטען וואס זאל מיר ברענגען א מעסערל, דו ביסט דאך אבער דער טאטע פון יתומים און דער טאטע פון אלע אידן בעהט איך דיך גיב מיר אזא מעסערל ווי מיינע אלע שוועסטער קינדער האבען!"
אזוי ווי ער האט געענדיגט זיין תפלה איז אראפ געפאלען פון אויבען א מעסרל! טאקע פונקט דאס זעלבע ווי אלע קינדער האבען באקומען פון זייער טאט'ן !
צו מארגענס ווען דער פעטער האט געזעהן ווי נחום'ל האט אויך א מעסערל פונקט ווי אלע קינדער האט ער מורא געהאט אז ער האט דאס צו גענומען פון איינעם פון די קינדער אבער ער האט געקלערט אפשר האט דאס דער קליינער געקויפט ערגעץ מיט גע'גנב'עט געלט חלילה, ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטען זעענדיג ווי אלע קינדער האבען מעסערלך און ער נישט , האט ער גענומען געלט און געקויפט א מעסערל? און עס האט אים שוין זייער באנג געטוהן פארוואס ער האט טאקע געשעטעלט דעם קליינעם אין אזא נסיון פארוואס האט ער נישט געברענגט פאר אים אויך א מעסערל?
האט ער צוגערופען דעם קליינעם און אים געפרעגט "פון וואו האסטו דאס מעסעסרל?" האט אים נחום'ל געענפערט "מיין טאטע האט דאס מיר געגעבען!" האט רבי נחום אים אנגעשריגן וואס רעדסטו שטותים? דיין טאטע איז דאך שוין פון לאנג אויף יענע וועלט?" ווי קען זיין אז ער האט דיר געברענגט דאס מעסערל?" האט דער קליינער געענפערט "נישט דעם טאטען מיין איך איך מיין דעם טאטען פון הימל , דער באשעפער ער האט מיר געשיקט דאס מעסערל!" און האט גענומען דערציילען וואס עס איז געוועהן אז ער האט זיך אוועקגעשטעלט ביים ארון הקודש און געבעטן דעם באשעפער ער זאל אים שיקן א מעסערל .
זעלבסט פארשטענדליך אז רבי נחום האט נישט געוואלט גלייבען די מעשה האט ער אים געפרעגט "דו קענסט אפשר מיר ווייזען דעם וואונדער? איך וועל יעצט טיילען פאר אלע קינדער מטבעות, דיר וועל איך נישט געבן און דו וועסט יעצט אויך בעטן דעם טאטן פון הימל ער זאל דיר אויך געבן א מטבע" רבי נחום האט אזוי געטוהן און האט אויסגעטיילט מטבעות פאר אלע קינדער אויסער פאר דעם קליינעם יתום'ל
האט זיך דער קליינער אוועק געשטעלט פאר'ן ארון הקודש און געזאגט "מיין גוטער טאטע! קוק וואס א וואויל קינד איך בין איך בין מקיים דיינע אלע מצות און איך פאלג אויך מיין פעטער כאטש ער גיט מיר נישט אלע גוטע זאכען וואס זיינע קינדער באקומען בעהט איך דיך פארשעם מיך נישט און שיק מיר אויך א מטבע"! ווען ער האט געענדיגט זיין תמימות'דיגע תפלה האט זיך געהערט א קלונג עס איז אראפ געפאלען פון אויבען א מטבע! דער קליינער האט עס שנעל א כאפ געטוהן און אויפגעהויבן און געוויזען פארן פעטער. זינט דאן האט זיך שוין דער פעטער רבי נחום מער אפגעגעבען מיט דעם קליינעם יתום און האט אים אויפגעצויגען מיט גרויס ליבשאפט ..
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

די וואך דאנערשטאג געפאלט די יאהרצייט פונעם הייליגן מאור עינים זי"ע.
דער מאור עינים איז געווען צוויי מאל ביים הייליגן בעל שם טוב זי"ע, און ווי עס איז במסורה אז די צוויי מאל וואס דער מאור עינים שרייבט אין פרשת כי תשא מורי גייט דאס ארויף אויפ'ן בעש"ט, און דאס איבעריגע מיינט דאס דעם הייליגן גרויסער מגיד זי"ע.
בעפאר דער מאור עינים איז געקומען דאס ערשטע מאל צום בעש"ט, האט דער הייליגער בעש"ט געזאגט פאר זיין רביצין אז זי זאל אכטונג געבן ווייל עס קומט צו גיין א 'גנב', און ער האט איהר באפוילן אנצוגרייטן א סעודה.
לויט די מסורה, האט דער הייליגער בעש"ט געגעסן אינאיינעם מיט'ן מאור עינים, און זיי האבן געבענטשט 'מזומן', נאר די צוויי אליין.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

ס'איז באקאנט אז ווען דער מאור עינים איז געזעסן אין תפיסה, האט מען געקענט צוקומען צו אים דורך א קליין פענסטערל און רעדן צו אים, דערציילט מען אז איין טאג איז געקומען צו אים א פרוי און געזאגט אז זי האט א דין תורה מיט כביכול, וואס איז, אזא גרויסער צדיק וואס האט אזויפל געטון פאר פדיון שבויים זאל אליין אנקומען אין תפיסה.
האט דער מאור עינים שפעטער געזאגט אז דאס איז געווען רחל אמינו
אינטערעסאנט איז אז רחל אמינו'ס יארצייט געפאלט אויך י"א חשון
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3350
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

מקום מנוחת כבודו:

דעם מאור עינים האט מען געלייגט אינעם בית החיים אין זיין היימשטאט "טשערנוביל".

פונקט ווי אין גאנץ רוסלאנד, האבן די רויטע רשעים (די קאמעניסטן ימח שמם) נישט געשוינט די בית החיים, נאר געוואלט עוקר מן השורש זיין יעדע אידישע זאך, און זיי האבן אויפגעבויעט א שולע אויף די פלאץ פון די בית החיים.

שפעטער אין זומער שנת תשמ"ח ווען א גרופע פון חסידי סקווירא זענען געפארן קיין רוסלאנד און זיך אריינגעלייגט אין די לענג און אין די ברייט צו טרעפן די אלע מקומות הקדושים (וואס, אגב, איז דא אזויפיל צו שרייבן איבער די השגחה פרטיות וואס מ'האט געזען ביי יעדען טריט און שריט, ביי יעדן קבר ממש!), האט מען זיך פארבינדן מיט עטליכע רוסישע אידן בכל קצוי תבל וואס קומען פון טשערנוביל, יעדער האט געוויזן אויף א צווייטן וואס וועט מעגליך וויסן, ביז מ'האט דערכאפט א איד אין טוראנטו וואס האט געוואוינט אין טשערנוביל, ער האט פארציילט אז אלס קינד האט אים זיין פאטער אנגעזאגט נישט צו טרעטן אין חצר פון די שולע נעבן די טיר, ווייל דארט ליגט "דער צדיק"! דער איד האט אפגעמאלן אויף א פאפיר וויאזוי עס זעהן אויס די גאסן ארום דער געגענט, און ווי די שולע שטייט, און ווי אין די חצר עס איז די ציון.

(שמעתי, שהיהודים השתדלו אצל הממשלה לא לבנות בית הספר על מקום הציון ממש, ולכן עמד הבנין ממש ליד הקבר ולא עליו, כך שמעתי אבל איני מקבל אחריות על זה).

די עסקנים זענען אראפגעפארן אהין, און באלד געטראפן אז אלע גאסן מיט די שולע שטימען פונקטלעך לויט ווי ער האט אנגעצייכנט! דעמאלטס האבן זיי געזיכט מיט די נאטורליכע מאשינען וואס ווייזט ווי עס איז דא א קבר ארום אין די חצר, און זיי האבן פעסטגעשטעלט אז אלעס שטימט 100 פראצענט!

האדמו"ר מראחמסטריבקא שליט"א פון ירושלים דערציילט וואס ער האט געהערט פון א רוסישער איד, אז די רשעים האבן געוואלט פארגרעסערן די שולע, און האבן זיך געגרייט אויפצוגראבן ווייטער אין די בית החיים. יענע טאג וואס מ'האט געזאלט צורירן די קבר פונעם מאור עינים, האט געקראכט די אטאם אין טשערנוביל!!!
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

ס'איז דא א ספר מיטן נאמען "היסטאריש חסידיש צוריקקער", ווי עס ווערט מורא'דיג שיין באריכות ארומגערעדט פון די נסיעה תש"נ קיין רוסלאנד פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. דארט איז דא א אריכות ווערן ציון קדשו פון הייליגן מאור עינים זי"ע. (סתם אזוי פאר זיך איז די ספר זייער אינטרעסאנט).

און לגבי די מעשה וואס משיחדערציילט, בשם כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא-ירושלים שליט"א, וויל איך וויסן צו דו אליין האסט עס געהערט פון רבי'ן, אדער עס האט א גוטן מקור. הלא זה הפלא ופלא, וצדיקים במיתתן קרויין חיין.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3350
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

א טענצל! האט געשריבן: און לגבי די מעשה וואס משיחדערציילט, בשם כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא-ירושלים שליט"א, וויל איך וויסן צו דו אליין האסט עס געהערט פון רבי'ן, אדער עס האט א גוטן מקור. הלא זה הפלא ופלא, וצדיקים במיתתן קרויין חיין.


האדמו"ר מראחמסטריבקא שליט"א האט עס דערציילט מיט עטליכע יאר צוריק פאר האדמו"ר מסקווירא שליט"א, עס איז געווען געדריקט אין די וועכענטליכע "בחצר הקודש".

עס איז געווען א חידוש ביים רבי'ן, ווייל מ'האט קיינמאל נישט געהערט דערפון פארדעם.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
געוואלד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלד »

א קליינע הערה:
דער פעטער וואס האט מגדל געווען דעם מאור ענים האט געהייסן ר' מרדכי, נישט ר' נחום

אזוי דאכצעך מיר
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

געוואלד האט געשריבן: א קליינע הערה:


הערה קטנה: עס ווערט מבואר אין ספרי קודש, אז אין דעם כלל פון 'אסור להסתכל בפני אדם רשע' איז אויך נכלל סתם קוקן די פרצוף פון א גוי, א מגושם, א טמא. ממילא לענ"ד הקלושה וויל איך מעורר זיין אויפן ארויפלייגן לעבן דיין נאמען א פיקטשער פון א פאלנער גוי, "ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי" זאגט דער הייליגער באשעפער!

געוואלד האט געשריבן:
אזוי דאכצעך מיר
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

געוואלד האט געשריבן: א קליינע הערה:
דער פעטער וואס האט מגדל געווען דעם מאור ענים האט געהייסן ר' מרדכי, נישט ר' נחום

אזוי דאכצעך מיר


ס'דאכצעך דיר פאלש (שמו הי' ר' נחום שאסטיק).
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

כ'האב אמאל געהערט אז ר' נחום טשערנאבלער האט געהייסן נאך זיין זיידען ר' אדם בעל שם וואס האט אין אמת'ען אריין געהייסן נחום. כ'ווייס אז ס'איז דא א געטועכץ אויף דעם. ווייסט איינער מער איבער דעם?
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3350
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ללמוד וללמד האט געשריבן: כ'האב אמאל געהערט אז ר' נחום טשערנאבלער האט געהייסן נאך זיין זיידען ר' אדם בעל שם וואס האט אין אמת'ען אריין געהייסן נחום. כ'ווייס אז ס'איז דא א געטועכץ אויף דעם. ווייסט איינער מער איבער דעם?

וואס הייסט ס'טוט זיך איבער דעם? ס'איז דען דא א ספק דערין?
אבי אביו הי' ר' נחום גאון זצ"ל הנקרא רבי אדם בע"ש.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

דוכט זיך ס'איז געוועהן א שמועס איבער דעם אין איינע פון די "היכל הבעש"ט". ואינו תח"י כעת, אבער איך האב עס ערגעץ. עמיר עס אפירזיכען און פרובירן אויסצושמועסען אביסל קלארער בעזהשי"ת.
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל ההילולא קדישא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

ש"ב הרה"ק רמ"מ מלעלוב זי"ע אמר פעם לאחד שחש בעיניו, שלימוד בספה"ק " מאור עיניים" הוא סגולה ל " מאור עיניים".
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אהל הקדוש בעיר טשערנאביל [די קליינע געביידע אין פארנט פון די גרויסע רעגירונגס געביידע-געבויט אויפן בית החיים]
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

משיח האט געשריבן:
ללמוד וללמד האט געשריבן: כ'האב אמאל געהערט אז ר' נחום טשערנאבלער האט געהייסן נאך זיין זיידען ר' אדם בעל שם וואס האט אין אמת'ען אריין געהייסן נחום. כ'ווייס אז ס'איז דא א געטועכץ אויף דעם. ווייסט איינער מער איבער דעם?

וואס הייסט ס'טוט זיך איבער דעם? ס'איז דען דא א ספק דערין?
אבי אביו הי' ר' נחום גאון זצ"ל הנקרא רבי אדם בע"ש.


דער גאנצע ר' אדם בעל שם איז איין גרויסע פאנטאזיע
אין אויך דער פאנטאזיע זעלבסט איז א מחלוקות ציווישען חב"ד מיט טשערנוביל
אבער היות דאכצעך מיר אז כ'גיי אטקעגען דעם שטרום וועל איך בלייבען ביי דעם.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3350
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ביטע זיי מסביר,
וואס רופסטו פאנטאזיע?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5701
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כל המוסיף גורע!!

וועגן דער עקזיסטענץ פון א מקובל רבי אדם שטייט מפורש אין ספר שבחי הבעש"ט! דער ספר איז געווען למראה עיניהם פון תלמידי הבעל שם טוב, און ס'איז ידוע א מימרא טאקע פונעם בעל המאור עינים וועלכע האט זיך אויסגעדרוקט "די אלע זאכן (די מופתים וועלכע שטייען אין שבחי הבעש"ט) דאס קענען מיר אויך, פונדעסטוועגן קיין בעל שם טוב זעמיר נישט" מיינענדיג צו זאגן אז נישט די אלע מופתים זענען געווען דעם בעש"ט'ס גדלות.

ואם כן האסטו בלויז איין ברירה צו נעמען א שטעלונג צווישן "די" וואס האבן בכלל מפקפק געווען אין דער אמיתת פון ספר וועלכע איז כנ"ל געווען לעיני תלמידי הבעש"ט הקדוש זי"ע. און אז ווילסטו נישט דוקא נעמען אזא ליבעראלע שטעלונג, קענסטו זיך דינגען אויף דערויף וואס אינעם לשה"ק אויפלאגע פונעם שבחי הבעש"ט ווערט ער בלויז אנגערופען רבי אדם, ווידער אין דער אידישע אויפלאגע דארט איז צוגעקומען דעם טיטל "בעל שם".

ווידער דער אמת'ע שאלה איז איבער דער ריכטיגער אידענטיטעט פון דער וועלכע ווערט דערמאנט אלס רבי אדם בעל שם, עס זענען פארהאן פארשידענע צדדים וועלכע זענען ארויסגערוקט געווארן דורך אפיקורסים פאנטאזירער מזייפים און סתם אזוי בעלי דמיון. עס איז אבער נישט פארהאן אזא זאך ווי א מחלוקה צווישן חב"ד און טשערנאביל. נאר וואס דען? במשך הזמן האט זיך אנגעקלעבט ביי געוויסע צדדים נייגונגען צו א געוויסע שטעלונג פון הנזכרים לעיל, אבער כבר ביארתי באשכול המיוחד לזהותו של רבי אדם בע"ש אז די זאכן זענען נישט במקור מקובל סיי אין טשערנאביל און סיי אין חב"ד.
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

בן בוזי האט געשריבן: כל המוסיף גורע!!

וועגן דער עקזיסטענץ פון א מקובל רבי אדם שטייט מפורש אין ספר שבחי הבעש"ט! דער ספר איז געווען למראה עיניהם פון תלמידי הבעל שם טוב, און ס'איז ידוע א מימרא טאקע פונעם בעל המאור עינים וועלכע האט זיך אויסגעדרוקט "די אלע זאכן (די מופתים וועלכע שטייען אין שבחי הבעש"ט) דאס קענען מיר אויך, פונדעסטוועגן קיין בעל שם טוב זעמיר נישט" מיינענדיג צו זאגן אז נישט די אלע מופתים זענען געווען דעם בעש"ט'ס גדלות.

ואם כן האסטו בלויז איין ברירה צו נעמען א שטעלונג צווישן "די" וואס האבן בכלל מפקפק געווען אין דער אמיתת פון ספר וועלכע איז כנ"ל געווען לעיני תלמידי הבעש"ט הקדוש זי"ע. און אז ווילסטו נישט דוקא נעמען אזא ליבעראלע שטעלונג, קענסטו זיך דינגען אויף דערויף וואס אינעם לשה"ק אויפלאגע פונעם שבחי הבעש"ט ווערט ער בלויז אנגערופען רבי אדם, ווידער אין דער אידישע אויפלאגע דארט איז צוגעקומען דעם טיטל "בעל שם".

ווידער דער אמת'ע שאלה איז איבער דער ריכטיגער אידענטיטעט פון דער וועלכע ווערט דערמאנט אלס רבי אדם בעל שם, עס זענען פארהאן פארשידענע צדדים וועלכע זענען ארויסגערוקט געווארן דורך אפיקורסים פאנטאזירער מזייפים און סתם אזוי בעלי דמיון. עס איז אבער נישט פארהאן אזא זאך ווי א מחלוקה צווישן חב"ד און טשערנאביל. נאר וואס דען? במשך הזמן האט זיך אנגעקלעבט ביי געוויסע צדדים נייגונגען צו א געוויסע שטעלונג פון הנזכרים לעיל, אבער כבר ביארתי באשכול המיוחד לזהותו של רבי אדם בע"ש אז די זאכן זענען נישט במקור מקובל סיי אין טשערנאביל און סיי אין חב"ד.


כ'וועל דיר זאגען דעם אמת,
אלס א פרישע דא אויף אייוועלט, איז מיר בלויז אויסגעקומען צו ליינען אפשר בלויז איין פראצענט פין די אשכולות.
אדרבה אויב קענסטו ארויף ברענגען יענעם אשכול, איז גוט, כ'וואלט געהאט חשק דאס צו ליינען.
איהר זאלט מיר ביטע אנטשולדיגען איך קען נישט גלייבען יעדעמ'ס מעשיות, איך האב אזא שוואכקייט.
וויבאלד א מעשה איז געדריקט געווארען צוויי הונדרעט יאהר מאכט עס נאך נישט ביי מיר אפילו מיט 10 פראצענט מער אמת.
ליגנט איז אלעמאהל געוועהן,

ס'איז מיר זייער שווער זיך מסביר ווען עס איז נישט "פאליטיקעל קארעקט", דאס הייסט אטקעגן די שטרום.
אסאך מענטשען וועלן וויסען אויף א געוויסע עובדא אז דאס איז נישט ריכטיג אעפי"כ וועלען זיי זאגען פונקט פארקערט.
אפילו אונם היינטיגען יאר-הונדרעט.

בנוגע די שבחי בעש"ט איז מיר נאך שווערע צו רעדן, מפני תקנת המקום,
כ'בין צומישט איך ווייס נישט וואס ממעג יא און וואס מ'טאר נישט אלס שרייבען,

אבער פון אייער שרייבונג זעה איך האסטו דערמאנט געוויסע פונקטן,
איין זאך דארף מען וויסען, וויבאלד א ספר איז געדריקט געווארען בחייו פון פלוני וכגון דא פון תלמידי בעש"ט,
מאכט עס נישט מער קראנט, ווייל וויפיל זאכען ווערען היינט געדריקט וכו' וכו'
ועוד חזון למועד
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

טאמער רעדט איהר בנוגע דער עקזיסטענץ בכלל פון אזא איינער ווי ר' אדם'ען, איז נישט שייך לפענ"ד דעם אויסדרוק "קעגן שטרום" עס איז פאסיגער דעם אויסדרוק "קעגן מציאות".
מיר זענען אייניקלעך פון ר' אדם דורך הגאון ר' עמרם חסידא זצוק"ל בן הגאון ר' משה נחום אב"ד וואזאן (משה האט מען צוגעגעבען סוף ימיו) וועלכע האט אויך געהייסן נאך ר' נחום. און עס איז ביי אונז א קלארע קבלה אויף זיין עקזיסטענץ.
ווידעראום, טאמער באציהט איהר זיך צו די מעשיות פון די ביכלעך איבער זיין באשאפן פאלאצן און פלוצלינג מאכן צונישט וכו' וכו', אויף דעם ווייס איך נישט צו עס איז פארהאן א "שטרום"... אבער דאס יא, מען פלעגט זאגן אז דער וואס גלייבט יעדע מעשה איז א נאר, אבער דער וואס גלייבט נישט אז דאס האט געקענט פאסירן איז אן אפיקורס.
און יעצט צום שבחי הבעל שם, איך האב שוין עטליכע מאל ערווענט אין פארשידענע אשכולות. עס זענען דא פארשידענען חוקרים און בעלי היסטוריא, שריפטשטעללער, וואס מאכן חשבונות אין היסטוריא און בויען גאנצעטע רעיונות און פאקטן און פרובירן צו דערגיין די נאטורן פון אונזערע צדיקים און פרובירן צו ערקלערן די געדאנקן-גאנג פון די צדיקים לויט זייער פאשטאנד און שכל. אונז ברויך מיר צו וואוסן, אז אונזערע רבי'ס זענען געוועהן למעלה מהשגתינו און זיי שטייען העכער פון אונזער מוגבל'דיגע מגושם'דיגע מוחות, און עס איז נישט קיין חיוב צו פארשטיין און עס מוז נישט שטומען אלעס אין מיין קאפ כדי עס זאל זיין אקצעפטבאר. מען מוז אויך נישט איבעראל נוצען דעם כלל אז "מ'טאר נישט גלייבן אלעס וואס איז געדרוקט". איך האלט אז דער גאנצער געטועכץ צו יא גלייבן אדער נישט קומט נאר פון דעם וואס איך וויל אז למען השם אין מיין קאפ זאל די מעשה קענען אריינגיין.
שאל זקיניך ויאמרו לך - עס זענען דא אזעלכע ספרים וואס ערליכע האבן געשריבן און באשריבן צדיקי עולם, וועלכע זענען געוועהן אנגענומען ביי פיל צדיקי אמת. צו זאגן אז צוליב ווייל עס איז געדרוקט געווארן 200 יאר צוריק און אונזערע פריערדיגע צדיקים זענען "נישט איינגעפאלן" וואס מיר חכם פאלט יא איין אז נישט אלעס וואס איז געדרוקט איז אמת וכו וכו, אזא וועג פון טראכטן שמעקט לפענ"ד פון דער טיפישער יודישיסטישער היסטאריקער וואס זוכט בלויז זיין מח זאל ארויסהאבן די לעבנס נאטור פון דאן.
איך מיין ח"ו נישט אייך פערזענטליך אנצוגרייפן. עס איז לעצטענס ליידער פארלוירן געווארן ביי א סאך היימישע די סענסיטיווקייט פון וואוסן מבחין צו זיין וואו מ'נוצט יא דעם כלל פון נישט גלייבן און אוואו מ'טאר עס נישט נוצן.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2202
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

ים רויבער האט געשריבן: ר' אדם בעל שם; זהותו יחוסו וצאצאיו


ייש"כ
איז דאס דער אשכול פין וואס בן בוזי רעד פון?
(אגב, בן בוזי, במילא דער בן אבער וואס איז די פאטער שולדיק...)
כ'בין גארנישט קלוגער געווארען אין יענעם אשכול,
יא אמת די אלע מענטשען האבען געהאט זיידעס, יא נחום נישט נחום,
גיב איהם אבער נישט צו א ניק אלס אדם בעל שם.
יא, סדא עפעס א ספר וואס צייכנט צו דערויף?

מען האט גענומען א סוגיא ולדוגמא פרשת בן סורר ומורר
מאיז זיך מפלפל אהין אין צוריק,
דערנאך לא היה ולא נברא, ודי

די רוסישע חסידים בכלל, שטודיר זייער היסטוריה האבען שטארק געגליכענט די ל"ו צדיקים נסתרים וכו' וכו'
קומט מען אן אויך צו א ר' אדם בעל שם, קומט אן צו כתבים
קומט מען אן צו א פארמאכטע צימער מיט הונדרעט שלעסער ווי קיינער טאר נישט אריין...
די שרייבערס פון די אלע פאנטאזיוס ווען זיי וואלטן נאר געוויסט...
שרייב תגובה

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”