י"א חשון איז דער יאהרצייט פון דער הייליגע צדיק ר' נחום טשערנאבלע זצ"ל ער איז געבוירען געווארן אין יאהר ת"צ צו זיין טאטע ר' צבי וואס איז געוועהן א זוהן פון ר' נחום גאון זצ"ל.
זיינע רבי'ס זענען געוועהן גאהר גרויסע צדיקים, ערשט האט ער געלערנט ביים הייליגע בעל שם טוב, און דערנאך ווען דער בעל שם איז נסתלק געווארען איז ער געווארען א תלמיד ביים הייליגען מגיד דער רבי ר' בער זצ"ל דער מגיד פון מיזריטש.
דער הייליגע צדיק ר' נחום זצ"ל איז געווארען דער מגיד אין דער שטאט שטערנאבל, און געהאט דארט אסאך חשוב'ע תלמידים וועלכע ער האט אויסגעלערנט די דרך החסידות, און זיי דערנענטערט צום הייליגן בורא, צו זיין דבוק אין דער הייליגע באשעפער יעדער מינוט אין יעדער רגע.
אפילו אויף א קליינע זאך בעהט איך אויך נאר דער באשעפער די תלמידים פון הרה"ק ר' מנחם נחום פון טשערנאבל זי"ע, האבען איינמאהל ביי מעריב געזעהן ווי דער רבי האט שוין געענדיגט די שמונה עשרה און ער זאגט נאך עפעס, פון גרויס נייגעריגקייט האבען זיי זיך צוגעבויגן און געהערט ווי ער זאגט עטליכע מאהל נאכאנאנד:
"רבונו של עולם, איך בעהט דיך אז די ארויסגייערן פון מיין שטוב זאל זיך צירוק קערן!"
די תלמידים האבען נישט פארשטאנען דעם פשט פון די תפלה, איז איינער פון די גרויסע תלמידים צוגעגאנגן צום רבי'ן און מיט גרויס דרך ארץגעפרעגט וואס ער מיינט דערמיט, האט די רבי געענטפערט: "די משרתתאיז וועק פון מיין שטוב, זי וויל נישט צירוק קומען, בעהט איך דער אויבערשטער אז ער זאל אין איהר אריין לייגן א גוט הארץ זי זאל וועלן צירוק קומען, ארויס צוהעלפן די רעבעצין מיט די שטוב ארבעט".
ווי די תלמידים האבען דאס דערהערט האבען זיי פארוואונדערט געפרעגט: "רבי, וועגן אזא קלייניגקייט דארף מען דען בעהטן דעם אויבערשטען?" האט ער געענטפערט "סיי א קליינע זאך און סיי א גרויסע זאך איז נאר פון אויבערשטען, האב איך דען אן אנדערע וועמען צו בעהטן?".
ושמרו בני ישראל את השבת וגו' יעדן ערב שבת קודש פלעגט מען אין שטוב פון הרה"ק ר' נחום טשערנאבלער אנצינדן גרויסע ליכט וועלכע האבן געלויכטן א גאנצע נאכט ביז אינדערפרי, ווייל רבי נחום פלעגט אויפשטיין אינמיטן דער נאכט און לערנען ביז שחרית.
איינמאל האבן על פי סיבה די ליכט זיך פארלאשן באנאכט. ווען די משרתת, די גוי'טע, האט דאס באמערקט, האט זי נישט געפרעגט קיין שאלות, נאר זי איז צוגעגאנגען און האט זיי צוריק אנגעצינדן.
שפעטער ביינאכט, ווען רבי נחום איז אויפגעשטאנען צום לערנען, האבן די שטוב מענטשן זיך שטארק געוואונדערט זעענדיג ווי רבי נחום גייט און טאפט אין די לופט, אזוי ווי איינער וואס גייט אין די פינסטער, כאטש די שטוב איז געווען ליכטיג. ווען ער איז כמעט אריין אין א שענקל, האט איינער אים געפרעגט פארוואס ער גייט אזוי.
ענטפערט רבי נחום, "פארוואס?? פארוואס איז פינסטער אין שטוב און מען האט נישט אנגעצינדן קיין גרויסע ליכט אויף שבת אזוי ווי יעדע וואך?"
האט רבי נחום געהייסן מען זאל נאך פארשען דעם זאך, זענען זיי געוואר געווארן אז די משרתת האט אנגעצונדן די ליכט אין שבת פארזיינעטוועגן און מען טאר נישט הנאה האבן פון זיי, פארדעם האבן זיינע ליכטיגע אויגן נישט געזען דעם אור.
דעם מאור עינים האט מען געלייגט אינעם בית החיים אין זיין היימשטאט "טשערנוביל".
פונקט ווי אין גאנץ רוסלאנד, האבן די רויטע רשעים (די קאמעניסטן ימח שמם) נישט געשוינט די בית החיים, נאר געוואלט עוקר מן השורש זיין יעדע אידישע זאך, און זיי האבן אויפגעבויעט א שולע אויף די פלאץ פון די בית החיים.
שפעטער אין זומער שנת תשמ"ח ווען א גרופע פון חסידי סקווירא זענען געפארן קיין רוסלאנד און זיך אריינגעלייגט אין די לענג און אין די ברייט צו טרעפן די אלע מקומות הקדושים (וואס, אגב, איז דא אזויפיל צו שרייבן איבער די השגחה פרטיות וואס מ'האט געזען ביי יעדען טריט און שריט, ביי יעדן קבר ממש!), האט מען זיך פארבינדן מיט עטליכע רוסישע אידן בכל קצוי תבל וואס קומען פון טשערנוביל, יעדער האט געוויזן אויף א צווייטן וואס וועט מעגליך וויסן, ביז מ'האט דערכאפט א איד אין טוראנטו וואס האט געוואוינט אין טשערנוביל, ער האט פארציילט אז אלס קינד האט אים זיין פאטער אנגעזאגט נישט צו טרעטן אין חצר פון די שולע נעבן די טיר, ווייל דארט ליגט "דער צדיק"! דער איד האט אפגעמאלן אויף א פאפיר וויאזוי עס זעהן אויס די גאסן ארום דער געגענט, און ווי די שולע שטייט, און ווי אין די חצר עס איז די ציון.
(שמעתי, שהיהודים השתדלו אצל הממשלה לא לבנות בית הספר על מקום הציון ממש, ולכן עמד הבנין ממש ליד הקבר ולא עליו, כך שמעתי אבל איני מקבל אחריות על זה).
די עסקנים זענען אראפגעפארן אהין, און באלד געטראפן אז אלע גאסן מיט די שולע שטימען פונקטלעך לויט ווי ער האט אנגעצייכנט! דעמאלטס האבן זיי געזיכט מיט די נאטורליכע מאשינען וואס ווייזט ווי עס איז דא א קבר ארום אין די חצר, און זיי האבן פעסטגעשטעלט אז אלעס שטימט 100 פראצענט!
האדמו"ר מראחמסטריבקא שליט"א פון ירושלים דערציילט וואס ער האט געהערט פון א רוסישער איד, אז די רשעים האבן געוואלט פארגרעסערן די שולע, און האבן זיך געגרייט אויפצוגראבן ווייטער אין די בית החיים. יענע טאג וואס מ'האט געזאלט צורירן די קבר פונעם מאור עינים, האט געקראכט די אטאם אין טשערנוביל!!!
Professional bookkeeping for your small business [email protected]| 347-708-2079
ס'איז דא א ספר מיטן נאמען "היסטאריש חסידיש צוריקקער", ווי עס ווערט מורא'דיג שיין באריכות ארומגערעדט פון די נסיעה תש"נ קיין רוסלאנד פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. דארט איז דא א אריכות ווערן ציון קדשו פון הייליגן מאור עינים זי"ע. (סתם אזוי פאר זיך איז די ספר זייער אינטרעסאנט).
און לגבי די מעשה וואסמשיחדערציילט, בשם כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא-ירושלים שליט"א, וויל איך וויסן צו דו אליין האסט עס געהערט פון רבי'ן, אדער עס האט א גוטן מקור. הלא זה הפלא ופלא, וצדיקים במיתתן קרויין חיין.
א טענצל! האט געשריבן:
און לגבי די מעשה וואסמשיחדערציילט, בשם כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא-ירושלים שליט"א, וויל איך וויסן צו דו אליין האסט עס געהערט פון רבי'ן, אדער עס האט א גוטן מקור. הלא זה הפלא ופלא, וצדיקים במיתתן קרויין חיין.
האדמו"ר מראחמסטריבקא שליט"א האט עס דערציילט מיט עטליכע יאר צוריק פאר האדמו"ר מסקווירא שליט"א, עס איז געווען געדריקט אין די וועכענטליכע "בחצר הקודש".
הערה קטנה: עס ווערט מבואר אין ספרי קודש, אז אין דעם כלל פון 'אסור להסתכל בפני אדם רשע' איז אויך נכלל סתם קוקן די פרצוף פון א גוי, א מגושם, א טמא. ממילא לענ"ד הקלושה וויל איך מעורר זיין אויפן ארויפלייגן לעבן דיין נאמען א פיקטשער פון א פאלנער גוי, "ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי" זאגט דער הייליגער באשעפער!
כ'האב אמאל געהערט אז ר' נחום טשערנאבלער האט געהייסן נאך זיין זיידען ר' אדם בעל שם וואס האט אין אמת'ען אריין געהייסן נחום. כ'ווייס אז ס'איז דא א געטועכץ אויף דעם. ווייסט איינער מער איבער דעם?
ללמוד וללמד האט געשריבן:
כ'האב אמאל געהערט אז ר' נחום טשערנאבלער האט געהייסן נאך זיין זיידען ר' אדם בעל שם וואס האט אין אמת'ען אריין געהייסן נחום. כ'ווייס אז ס'איז דא א געטועכץ אויף דעם. ווייסט איינער מער איבער דעם?
וואס הייסט ס'טוט זיך איבער דעם? ס'איז דען דא א ספק דערין? אבי אביו הי' ר' נחום גאון זצ"ל הנקרא רבי אדם בע"ש.
Professional bookkeeping for your small business [email protected]| 347-708-2079
ללמוד וללמד האט געשריבן:
כ'האב אמאל געהערט אז ר' נחום טשערנאבלער האט געהייסן נאך זיין זיידען ר' אדם בעל שם וואס האט אין אמת'ען אריין געהייסן נחום. כ'ווייס אז ס'איז דא א געטועכץ אויף דעם. ווייסט איינער מער איבער דעם?
וואס הייסט ס'טוט זיך איבער דעם? ס'איז דען דא א ספק דערין? אבי אביו הי' ר' נחום גאון זצ"ל הנקרא רבי אדם בע"ש.
דער גאנצע ר' אדם בעל שם איז איין גרויסע פאנטאזיע אין אויך דער פאנטאזיע זעלבסט איז א מחלוקות ציווישען חב"ד מיט טשערנוביל אבער היות דאכצעך מיר אז כ'גיי אטקעגען דעם שטרום וועל איך בלייבען ביי דעם.
וועגן דער עקזיסטענץ פון א מקובל רבי אדם שטייט מפורש אין ספר שבחי הבעש"ט! דער ספר איז געווען למראה עיניהם פון תלמידי הבעל שם טוב, און ס'איז ידוע א מימרא טאקע פונעם בעל המאור עינים וועלכע האט זיך אויסגעדרוקט "די אלע זאכן (די מופתים וועלכע שטייען אין שבחי הבעש"ט) דאס קענען מיר אויך, פונדעסטוועגן קיין בעל שם טוב זעמיר נישט" מיינענדיג צו זאגן אז נישט די אלע מופתים זענען געווען דעם בעש"ט'ס גדלות.
ואם כן האסטו בלויז איין ברירה צו נעמען א שטעלונג צווישן "די" וואס האבן בכלל מפקפק געווען אין דער אמיתת פון ספר וועלכע איז כנ"ל געווען לעיני תלמידי הבעש"ט הקדוש זי"ע. און אז ווילסטו נישט דוקא נעמען אזא ליבעראלע שטעלונג, קענסטו זיך דינגען אויף דערויף וואס אינעם לשה"ק אויפלאגע פונעם שבחי הבעש"ט ווערט ער בלויז אנגערופען רבי אדם, ווידער אין דער אידישע אויפלאגע דארט איז צוגעקומען דעם טיטל "בעל שם".
ווידער דער אמת'ע שאלה איז איבער דער ריכטיגער אידענטיטעט פון דער וועלכע ווערט דערמאנט אלס רבי אדם בעל שם, עס זענען פארהאן פארשידענע צדדים וועלכע זענען ארויסגערוקט געווארן דורך אפיקורסים פאנטאזירער מזייפים און סתם אזוי בעלי דמיון. עס איז אבער נישט פארהאן אזא זאך ווי א מחלוקה צווישן חב"ד און טשערנאביל. נאר וואס דען? במשך הזמן האט זיך אנגעקלעבט ביי געוויסע צדדים נייגונגען צו א געוויסע שטעלונג פון הנזכרים לעיל, אבער כבר ביארתי באשכול המיוחד לזהותו של רבי אדם בע"ש אז די זאכן זענען נישט במקור מקובל סיי אין טשערנאביל און סיי אין חב"ד.

כ'וועל דיר זאגען דעם אמת, אלס א פרישע דא אויף אייוועלט, איז מיר בלויז אויסגעקומען צו ליינען אפשר בלויז איין פראצענט פין די אשכולות. אדרבה אויב קענסטו ארויף ברענגען יענעם אשכול, איז גוט, כ'וואלט געהאט חשק דאס צו ליינען. איהר זאלט מיר ביטע אנטשולדיגען איך קען נישט גלייבען יעדעמ'ס מעשיות, איך האב אזא שוואכקייט. וויבאלד א מעשה איז געדריקט געווארען צוויי הונדרעט יאהר מאכט עס נאך נישט ביי מיר אפילו מיט 10 פראצענט מער אמת. ליגנט איז אלעמאהל געוועהן,
ייש"כ איז דאס דער אשכול פין וואס בן בוזי רעד פון? (אגב, בן בוזי, במילא דער בן אבער וואס איז די פאטער שולדיק...) כ'בין גארנישט קלוגער געווארען אין יענעם אשכול, יא אמת די אלע מענטשען האבען געהאט זיידעס, יא נחום נישט נחום, גיב איהם אבער נישט צו א ניק אלס אדם בעל שם. יא, סדא עפעס א ספר וואס צייכנט צו דערויף?
מען האט גענומען א סוגיא ולדוגמא פרשת בן סורר ומורר מאיז זיך מפלפל אהין אין צוריק, דערנאך לא היה ולא נברא, ודי
די רוסישע חסידים בכלל, שטודיר זייער היסטוריה האבען שטארק געגליכענט די ל"ו צדיקים נסתרים וכו' וכו' קומט מען אן אויך צו א ר' אדם בעל שם, קומט אן צו כתבים קומט מען אן צו א פארמאכטע צימער מיט הונדרעט שלעסער ווי קיינער טאר נישט אריין... די שרייבערס פון די אלע פאנטאזיוס ווען זיי וואלטן נאר געוויסט...