אין די יעצטיגע טעג איז ערשינען א הערליכע בוך לתולדות הר"ר יעקב יוסף טווערסקי מכאטין ז"ל ע"י בנו מנציח מורשת צדיקי בית טשערנאביל לדורותם זי"ע, הרב יצחק מאיר טווערסקי שליט"א מקווינס, עס זענען דא דערין פילע אינטערעסאנטע נאטיצען, אנעקדאטען און דאקומענטן לתולדות הצדיקים.
aaw5952האט געשריבן:↑מיטוואך אוגוסט 14, 2024 9:16 am
aaw5952האט געשריבן:↑זונטאג מארטש 31, 2024 10:52 am

אויבענדערמאנט ר יונתן טווערסקי פון אוסטראליע לעבט נאך? אויסער אים איז דא נאך בן אחר בן היינט צו טאג צו ר' משה בן "המאור עינים" זיע"א?
"אין אנדערע נייעס איז די וואך לסדר 'ואם לא קרוב אחיך אליך ולא ידעתו ואספתו אל תוך ביתך והשבותו לו' אריין אל הקודש פנימה א איד מיטן נאמען יונתן טווערסקי וואס איז א בן אחר בן פון הרה"ק ר' משה זוהן פונעם מאור עינים זי"ע . דער באזוך פון דער בנן של קדושים פון אוסטראליע מיט זיין משפחה בקודש פנימה - וואס איז דער איינציגסטער בן אחר בן וואס מ'ווייסט פון רבי משה זוהן פונעם מאור עינים - איז פארגעקומען זונטאג ביום החתן- מאהל נאך שחרית , פון וואס ער איז שטארק נת רגש געווארן ווען דער רבי האט איהם אויך געשאנקען דערביי א ספר 'מאור עינים' במתנה, ויהי"ר אז דער באזוך זאל טאקע עושה פירות זיין." (בצילא סקווירא כי תצא תשפ״ד)
אין די פריער געלינקט JTA ארטיקל שרייבט מען וועגן דעם יונתן.
מיט גרויס שמחה מעלדן מיר אז מען האט געטראפן די פייל פונעם ארעסט פונעם מאור עינים, בשנת תק"נ. ווי מען זעט האבן די מוסרים אנגעדרייט דעם בלבול דורך א מכתב המלצה וואס דער מאור עינים האט געשריבן לטובת א איד ר' אברהם שמעי' ב"ק וואס איז נעבעך געווען עטליכע יאר אינעם מיליטער, און האט מצליח געווען צו אנטלויפן, און דער מאור עינים בעט אז מען זאל אים ארויסהעלפן מיט צרכי רפואה וכדומה. די מוסרים האבן אבער געשריבן אז די ווארט בק מיינט באמת בנ, און דאס מיינט ב'ן נ'כר, דאס הייסט אז מען רעדט דא פון א משומד וואס וויל צוריק ווערן א איד. מען האפט אז אין די קומענדיגע וואכן וועט מען איבערטייטשן די גאנצע חומר און דאס ארויסגעבן לאור עולם.