ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)
אבער איך האב נישט קיין אנדערע ברירה!
ביזט מיר שוין שילדיג איבער 30K דאלער!
שוין נישט באצאלט 2 יאר רענט!
איך האב געווארט און געווארט!
האסט געמאכט פורים פון מיר!
שוין געשיקט 3 הזמנות צום בית דין און די מאכסט דיר נישט וויסענדיג!
איך בעט דיר זייער ביליג רענט !
איך האב באמת זייער רחמנות אויף דיין ווייב און קינדער
איך וויל עס נישט טוען מיין הארץ וויינט פאר דיין משפחה
אבער אויב איך ווארף דיר נישט ארויס גייט די באנק מיר ארויסווארפן
אפשר האסטו א עצה פאר מיר?
איך בין גרייט צו הערן