ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

למעשה נאכן היתר ב"ד זאל איך ארויסווארפן מיין טענענט?

ח"ו - זאל די באנק צונעמען דיין דירה ווי ארויסווארפן א איד אויפן גאס
18
5%
זיכער אז יא. חייך קודמין
124
33%
איך ווייס נישט וואס דיר צו ענטפערן
231
62%
סך הכל שטימען: 373

שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארף און קליג »

נאכמיטאג האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
נו אויב דו האסט א היתר בי"ד וואס איז די שאלה דעמאלס.
איך האב א היתר נישט צו פאלגען בי"ד'ס היתר

חזק ואמץ!

איך פארשטיי זייער דיין ווייטאג און פראבלעם, אבער ס'איז צומאל ממש דיני נפשות, און מ'דארף צוגיין זייער אחריות'דיג.
אפילו סתם נאכלויפן די מאן אדער פרוי קען שעדיגן וואס מ'קען קיינמאל נישט פאררעכטן.
דעם אויבערשטענס פאנד האט נישט קיין לימוט, אויב טוסטו אביסל אין הייזער, קענסטו אויב ס'איז באשערט גרינג צוריקמאכן די געלט אויף אנדערע פלעצער.
איך האב אמאל דערלייגט ביי א צווייטן איד א שיינע סכום געלט און זיך מייאש געווען, איך האב אים קיינמאל נישט גערופן כאט'שיג איך האב זייער שטארק געדארפט די געלט, און מיט 8 יאר שפעטער האט ער מיר איין טאג אנגערופן אז ער האט די גאנצע געלט פאר מיר!

און פאר די וועלכע עצה'נען מיט א פשטות צו ארויסשטעלן אדער נעמען שטרענגע שריט.
איז וויכטיג צו געדענקן, אז ווען מ'טשעפעט א צווייטע איד קומט עס אייביג צוריק, פריער אדער שפעטער, מ'דארף זיין גרייט צו ליידן דערפאר.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

האב איך פונקט נעכטן געליינט אין איינס פון די סוכות אויסגאבעס א מעשה'לע...

א ספרדיש אידל איז געקומען צו איינס פון די חשובע אדמורי"ם אז ער האלט יעצט אינמיטן א פראצעדור פון ארויסשטעלן א טענענט וואס צאלט שוין נישט א לאנגע צייט און די רבי זאל אים אנווינטשן ס'זאל דורכגיין שנעל און לייכט.

דער אדמו"ר האט אנגעהויבן צו וויינען.

דער אידל פראבירט בארואיגן דעם רבי'ן אז דער טענענט איז א חי' רעה, ניטאמאל א שומר שבת, ס'איז נישטא וואס רחמנות צו האבן אויף יענעם.

זאגט אים די רבי, נישט פאר יענעם וויין איך, איך וויין פאר מיר.

וואס הייסט? פרעגט דער אידל, וואס וויינט די רבי?

ענטפערט די רבי, הער אויס, מיר אלע זענען דא אויף דעי וועלט אויף רענט ביים בוכ"ע, ער שטעלט אונז צו לעבן, געזונט, קינדער, א דאך איבערן קאפ, וכל טוב וטוב, דער באשעפער ווארט פון אונז מיר זאלן אים צאלן שכירות און טון דעם רצון ה', איך ווייס נישט וויפיל איר צאלט צוריק דעם באשעפער, אבער איך ליידער ליידער פיל איך אז איך צאל נישט צוריק דעם באשעפער אפי' קיין איין פראצענט אויך נישט וואס ס'קומט אים, וואס טו איך אז דער בוכ"ע באשליסט ח"ו אז גענוג איז גענוג און באשליסט מיך ארויסצוווארפן פון דא.. פון דעם ציטער איך.. איך וואלט יענעם נישט ארויסגעווארפן נאר ענדערשער געבעטן פונם באשעפער אז כדרך שאדם מודד כך מודדין לו, ער אל אונז ווייטער משפיע זיין כל טוב לאורך ימים אפי' אונז צאל מיר נישט קיין שכירות ווי ס'דארף צו זיין...
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5865
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יאפ, ווי איך זעה פון דער שמועס דא וועט און אפאר וואכן ארום זיין נאך אפאר אזאנע אשכולות. דאס דאך אפגעפרעגט צי בעטן געלט
טשאנסן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 31, 2022 1:53 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאנסן »

שארף און קליג האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
נו אויב דו האסט א היתר בי"ד וואס איז די שאלה דעמאלס.
איך האב א היתר נישט צו פאלגען בי"ד'ס היתר

חזק ואמץ!

איך פארשטיי זייער דיין ווייטאג און פראבלעם, אבער ס'איז צומאל ממש דיני נפשות, און מ'דארף צוגיין זייער אחריות'דיג.
אפילו סתם נאכלויפן די מאן אדער פרוי קען שעדיגן וואס מ'קען קיינמאל נישט פאררעכטן.
דעם אויבערשטענס פאנד האט נישט קיין לימוט, אויב טוסטו אביסל אין הייזער, קענסטו אויב ס'איז באשערט גרינג צוריקמאכן די געלט אויף אנדערע פלעצער.
איך האב אמאל דערלייגט ביי א צווייטן איד א שיינע סכום געלט און זיך מייאש געווען, איך האב אים קיינמאל נישט גערופן כאט'שיג איך האב זייער שטארק געדארפט די געלט, און מיט 8 יאר שפעטער האט ער מיר איין טאג אנגערופן אז ער האט די גאנצע געלט פאר מיר!

און פאר די וועלכע עצה'נען מיט א פשטות צו ארויסשטעלן אדער נעמען שטרענגע שריט.
איז וויכטיג צו געדענקן, אז ווען מ'טשעפעט א צווייטע איד קומט עס אייביג צוריק, פריער אדער שפעטער, מ'דארף זיין גרייט צו ליידן דערפאר.
גא"מ הקב"ה ימלא...
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

דאס גייט נאר אויף אויפ'ן לענדלארד וואס ליידט זיך אן פון דעם ביטערן טענענט, אדער דאס גייט אויך ארויף אויף דעם טענענט וואס צאפט דאס בלוט פון זיין לענדלארד?..
אוועטאר
Unidentified
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Unidentified »

הייב אן מיט א בחינה פון עזב תעזוב עמו
קום מיט א תביעה צו א נאנטע משפחה פונעם שוכר אז ער זאל גיין נאך געלט "אינאיינעם מיט דיר"
אוועטאר
Unidentified
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Unidentified »

קעדילעק האט געשריבן:
שארף און קליג האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
נו אויב דו האסט א היתר בי"ד וואס איז די שאלה דעמאלס.
איך האב א היתר נישט צו פאלגען בי"ד'ס היתר

חזק ואמץ!

און פאר די וועלכע עצה'נען מיט א פשטות צו ארויסשטעלן אדער נעמען שטרענגע שריט.
איז וויכטיג צו געדענקן, אז ווען מ'טשעפעט א צווייטע איד קומט עס אייביג צוריק, פריער אדער שפעטער, מ'דארף זיין גרייט צו ליידן דערפאר.
דאס גייט נאר אויף אויפ'ן לענדלארד וואס ליידט זיך אן פון דעם ביטערן טענענט, אדער דאס גייט אויך ארויף אויף דעם טענענט וואס צאפט דאס בלוט פון זיין לענדלארד?..
נישט קיין חילוק אדרבה זיי אים מוחל אז די זאלסט נישט דארפן אראפ קומען נאכאמאל אויף די וועלט אויף צו פיקען די געלט
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6464
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

Unidentified האט געשריבן:
נישט קיין חילוק אדרבה זיי אים מוחל אז די זאלסט נישט דארפן אראפ קומען נאכאמאל אויף די וועלט אויף צו פיקען די געלט
איך קען אפשר ווערן אייער טענענט?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

Unidentified האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:
שארף און קליג האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
נו אויב דו האסט א היתר בי"ד וואס איז די שאלה דעמאלס.
איך האב א היתר נישט צו פאלגען בי"ד'ס היתר

חזק ואמץ!

און פאר די וועלכע עצה'נען מיט א פשטות צו ארויסשטעלן אדער נעמען שטרענגע שריט.
איז וויכטיג צו געדענקן, אז ווען מ'טשעפעט א צווייטע איד קומט עס אייביג צוריק, פריער אדער שפעטער, מ'דארף זיין גרייט צו ליידן דערפאר.
דאס גייט נאר אויף אויפ'ן לענדלארד וואס ליידט זיך אן פון דעם ביטערן טענענט, אדער דאס גייט אויך ארויף אויף דעם טענענט וואס צאפט דאס בלוט פון זיין לענדלארד?..
נישט קיין חילוק אדרבה זיי אים מוחל אז די זאלסט נישט דארפן אראפ קומען נאכאמאל אויף די וועלט אויף צו פיקען די געלט
שיינער איד אויף יענעם'ס חשבון..

#פארגעס נישט אז ווען מ'טשעפעט א איד...
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4730
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

איך ווייס נישט וואס צו ענטפערן, איך בין ערשטוינט אז ס'איז דא אזעלכע ערליכע אידן! מי אנכי אריינצורעדן

אבער די וואס עצה'ן נישט ארויסווארפן, דער באשעפער וועט דיר באצאלן, אלעס קומט צוריק וכו' וכו', זאלן ביטע אריינקומען מיט זייער רעקארד וויפיל מאל זיי האבן שוין געלאזט אידן זיצן ביי זיי אין דירה אן קיין רענט און נישט ארויסגעווארפן.
פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 6:13 am
דאָס האָט פארוואנדלט דאס ווארט 'סאטמאר' פון א שטאט אין אייראפע צו באגריף אין אונטערחסידות'יאנאלע אידישקייט פון נאכן קריג ועד היום הזה.
רוצה לדעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 13, 2015 3:02 pm
לאקאציע:וויל וויסן ווי איך בין

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוצה לדעת »

ווי קען מען אריין רעדן אין אזא שווערע שאלה.
ס'קען זיין דער טענענט איז א גרויסער רחמנות (און די ארומיגע ווייסן דאס בכלל נישט)
אבער דער לענדלור איז זיכער א גרויסער רחמנות, בבחי' או לי מיוצרי או לי מיצרי.

איך גראטוליר דעם לענדלור אויף ביז יעצט, און דער בוכ"ע זאל דיר ווייטער געבן כוח, צו טון וואס איז ריכטיג (איך ווייס נישט וואס איז ריכטיג אין דער פאל, און היות מיר אישית איז דאס נישט נוגע אין דעם פאל, קען איך דאס זיכער נישט ענטפערן), און געבן כוח אויסצוהאלטן די גאנצע סיטואציע.

והקב"ה ימלא חסרונך.
אוועטאר
Unidentified
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Unidentified »

דרייטצעך האט געשריבן:
Unidentified האט געשריבן:
נישט קיין חילוק אדרבה זיי אים מוחל אז די זאלסט נישט דארפן אראפ קומען נאכאמאל אויף די וועלט אויף צו פיקען די געלט
איך קען אפשר ווערן אייער טענענט?
פון יענעם גייט ער סייווי נישט זעהן קיין דאללער
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארף און קליג »

קעדילעק האט געשריבן:
Unidentified האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:
שארף און קליג האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:

איך האב א היתר נישט צו פאלגען בי"ד'ס היתר

חזק ואמץ!

און פאר די וועלכע עצה'נען מיט א פשטות צו ארויסשטעלן אדער נעמען שטרענגע שריט.
איז וויכטיג צו געדענקן, אז ווען מ'טשעפעט א צווייטע איד קומט עס אייביג צוריק, פריער אדער שפעטער, מ'דארף זיין גרייט צו ליידן דערפאר.
דאס גייט נאר אויף אויפ'ן לענדלארד וואס ליידט זיך אן פון דעם ביטערן טענענט, אדער דאס גייט אויך ארויף אויף דעם טענענט וואס צאפט דאס בלוט פון זיין לענדלארד?..
נישט קיין חילוק אדרבה זיי אים מוחל אז די זאלסט נישט דארפן אראפ קומען נאכאמאל אויף די וועלט אויף צו פיקען די געלט
שיינער איד אויף יענעם'ס חשבון..

#פארגעס נישט אז ווען מ'טשעפעט א איד...

דער לענדלערד האט קלאר געשריבן אז ער האט די מעגליכקייט צו אויסהאלטן די שאדן.

#פארגעס נישט אז געלט איז ווייט פון אלעס, ס'איז דא פראבלעמען וואס מ'קען נישט העלפן מיט געלט
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

Unidentified האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:
שארף און קליג האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
נו אויב דו האסט א היתר בי"ד וואס איז די שאלה דעמאלס.
איך האב א היתר נישט צו פאלגען בי"ד'ס היתר

חזק ואמץ!

און פאר די וועלכע עצה'נען מיט א פשטות צו ארויסשטעלן אדער נעמען שטרענגע שריט.
איז וויכטיג צו געדענקן, אז ווען מ'טשעפעט א צווייטע איד קומט עס אייביג צוריק, פריער אדער שפעטער, מ'דארף זיין גרייט צו ליידן דערפאר.
דאס גייט נאר אויף אויפ'ן לענדלארד וואס ליידט זיך אן פון דעם ביטערן טענענט, אדער דאס גייט אויך ארויף אויף דעם טענענט וואס צאפט דאס בלוט פון זיין לענדלארד?..
נישט קיין חילוק אדרבה זיי אים מוחל אז די זאלסט נישט דארפן אראפ קומען נאכאמאל אויף די וועלט אויף צו פיקען די געלט
שטייט נישט אז דער מלוה, אדער נגזל, קומט אראפ נאכאמל. וואס איז דער יושר דערפון? דער גזלן דארף קומען צו באצאלן פאר די יורשים.
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
lazy
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

תגובה דורך lazy »

יידישע קהילות האט געשריבן:

האט א מקור, כידוע מעשה מתלמידי בעל שם.
לכאורה דארף אפשר העלפן מסירת מודעה, ער זאל עס צאלן פאר די יורשים?

lazy האט געשריבן:

איך דארף א מקור??! דו דארפסט!

אויסצוקלארן מיין פאריגע תגובה.
עס איז דא א באקאנטע מעשה פון די תלמידי בעל שם, וואס זענען געגאנגען אין וואלד, און געזעהן ווי איינער פארלירט געלט, א צווייטער טרעפט עס דארט און ציהט אפ דערמיט, א דריטער כאפט דארט א דרימעל, דער ערשטער קומט צוריק און רייסט אן דעים דריטן די ביינער ער זאל צוריקגעבן די געלט.
זייער רבי האט זיי דערציילט אז אין פאריגען גלגול האט א׳ געגנבעט פון ב׳, און ג׳ איז געווען דיין.
דאז זעהט מיר אויס ווי אנקור צו דיין שאלה.

דערנאך האב איך געשריבן, אז אולי קען נוצען אן עצה, אז מען זאל מאכן א מסירת מודעה אז דער לוה קען באצאלן פון די יורשים.
ע״כ. (איי וועסטו פרעגן אז עפ״י דין תורה איז מילא אזוי? ווייס איך נישט, ואולי איז ב׳ פון די מעשה מילא צוריק געקומען משום תיקונים אחרים, האט מען אים פערזענליך עס אפגעגעבן, איני יודע בנסתרות).

נו, האסטדאך אליינס פארענטפערט...
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

שארף און קליג האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:
Unidentified האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:
שארף און קליג האט געשריבן:

חזק ואמץ!

און פאר די וועלכע עצה'נען מיט א פשטות צו ארויסשטעלן אדער נעמען שטרענגע שריט.
איז וויכטיג צו געדענקן, אז ווען מ'טשעפעט א צווייטע איד קומט עס אייביג צוריק, פריער אדער שפעטער, מ'דארף זיין גרייט צו ליידן דערפאר.
דאס גייט נאר אויף אויפ'ן לענדלארד וואס ליידט זיך אן פון דעם ביטערן טענענט, אדער דאס גייט אויך ארויף אויף דעם טענענט וואס צאפט דאס בלוט פון זיין לענדלארד?..
נישט קיין חילוק אדרבה זיי אים מוחל אז די זאלסט נישט דארפן אראפ קומען נאכאמאל אויף די וועלט אויף צו פיקען די געלט
שיינער איד אויף יענעם'ס חשבון..

#פארגעס נישט אז ווען מ'טשעפעט א איד...

דער לענדלערד האט קלאר געשריבן אז ער האט די מעגליכקייט צו אויסהאלטן די שאדן.

#פארגעס נישט אז געלט איז ווייט פון אלעס, ס'איז דא פראבלעמען וואס מ'קען נישט העלפן מיט געלט
איך האב גראדע נישט די מעגליכקייט צו אויסהאלטן די שאדן.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

נאכמיטאג האט געשריבן:
שארף און קליג האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:
Unidentified האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:

דאס גייט נאר אויף אויפ'ן לענדלארד וואס ליידט זיך אן פון דעם ביטערן טענענט, אדער דאס גייט אויך ארויף אויף דעם טענענט וואס צאפט דאס בלוט פון זיין לענדלארד?..
נישט קיין חילוק אדרבה זיי אים מוחל אז די זאלסט נישט דארפן אראפ קומען נאכאמאל אויף די וועלט אויף צו פיקען די געלט
שיינער איד אויף יענעם'ס חשבון..

#פארגעס נישט אז ווען מ'טשעפעט א איד...

דער לענדלערד האט קלאר געשריבן אז ער האט די מעגליכקייט צו אויסהאלטן די שאדן.

#פארגעס נישט אז געלט איז ווייט פון אלעס, ס'איז דא פראבלעמען וואס מ'קען נישט העלפן מיט געלט
איך האב גראדע נישט די מעגליכקייט צו אויסהאלטן די שאדן.
פון עטליכע תגובות וואס מען האט דא געשריבן זעהט אויס אז מערערע האבן נישט קלאר ארויס די פרטי המעשה. ווי למשל די פאקט אז די טענענט האט זיך בכלל נישט וויסענדיג געמאכט פון דריי הזמנות, און אז דו ביזט אנגעוויזן אויף די רענט כדי צו קענען באצאלן די מארגעדזש.
אוועטאר
Unidentified
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Unidentified »

נאכמיטאג האט געשריבן:
שארף און קליג האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:
Unidentified האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:

דאס גייט נאר אויף אויפ'ן לענדלארד וואס ליידט זיך אן פון דעם ביטערן טענענט, אדער דאס גייט אויך ארויף אויף דעם טענענט וואס צאפט דאס בלוט פון זיין לענדלארד?..
נישט קיין חילוק אדרבה זיי אים מוחל אז די זאלסט נישט דארפן אראפ קומען נאכאמאל אויף די וועלט אויף צו פיקען די געלט
שיינער איד אויף יענעם'ס חשבון..

#פארגעס נישט אז ווען מ'טשעפעט א איד...

דער לענדלערד האט קלאר געשריבן אז ער האט די מעגליכקייט צו אויסהאלטן די שאדן.

#פארגעס נישט אז געלט איז ווייט פון אלעס, ס'איז דא פראבלעמען וואס מ'קען נישט העלפן מיט געלט
איך האב גראדע נישט די מעגליכקייט צו אויסהאלטן די שאדן.
איך האב געמיינט ארויס צו ברענגען א צווייטע נקודה אז אויב די גייסט סיי ווי נישט זעהן די געלט זיי אים עס מוחל נישט יעצט ווען די האסט די שווערע הארץ נאר קומענדיגע יאר ווען די וועסט טרעפן א אוצר און שוין זיין געקאווערט דעמאלט זיי אים מוחל מיטן גאנצע הארץ
חסד השם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

שארף און קליג האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
נו אויב דו האסט א היתר בי"ד וואס איז די שאלה דעמאלס.
איך האב א היתר נישט צו פאלגען בי"ד'ס היתר

חזק ואמץ!

איך פארשטיי זייער דיין ווייטאג און פראבלעם, אבער ס'איז צומאל ממש דיני נפשות, און מ'דארף צוגיין זייער אחריות'דיג.
אפילו סתם נאכלויפן די מאן אדער פרוי קען שעדיגן וואס מ'קען קיינמאל נישט פאררעכטן.
דעם אויבערשטענס פאנד האט נישט קיין לימוט, אויב טוסטו אביסל אין הייזער, קענסטו אויב ס'איז באשערט גרינג צוריקמאכן די געלט אויף אנדערע פלעצער.
איך האב אמאל דערלייגט ביי א צווייטן איד א שיינע סכום געלט און זיך מייאש געווען, איך האב אים קיינמאל נישט גערופן כאט'שיג איך האב זייער שטארק געדארפט די געלט, און מיט 8 יאר שפעטער האט ער מיר איין טאג אנגערופן אז ער האט די גאנצע געלט פאר מיר!

און פאר די וועלכע עצה'נען מיט א פשטות צו ארויסשטעלן אדער נעמען שטרענגע שריט.
איז וויכטיג צו געדענקן, אז ווען מ'טשעפעט א צווייטע איד קומט עס אייביג צוריק, פריער אדער שפעטער, מ'דארף זיין גרייט צו ליידן דערפאר.
איי געס ביסט נישט קיין לענדלארד במילא פארשטייסטו נישט אזוי גוט די מצב וואס נאכמיטאג געפינט זיך און.

סאו לאמיך דיר געבן א צווייט משל, שטייסט איין טאג נאך שחרית ענדיגסט צוזאמלייגן דיין טלית ותפילין קומט איינער און פשוט וואקט אוועק דערמיט, שוין לאמיר זאגן ביסט א צדיק און די דיסיידסט אז שוין כוועל זיך קויפן נייע, צו מארגןס אודך דער בחור שפאצירט אוועק מיט דיין ברענד ניו טלית ותפילין, די פרובירסט צו רעדן צו אים, און גארנישט ער איגנארירט וואס וואלסטו געטוען???? געקויפט יעדן טאג א נייע פאר???

ווען יענער וויינט זיך אויס אז ער איז געווען געצווינגען ווייל ער מאכט חתונה און האט נישט קיין געלט פאר טלית ותפילין פאר זיין איידעם קען מען עס פארשטיין, אבער פשוט אוועקוואקן און דיך איגנארירן??? יעצט לייען איבער הרב נאכמיטאגס מעשה ביטע... יא מקען פארשטיין איינער גייט אדורך שווערע צייטן, אבער ענטפער א קאל פארן לענדלארד וואס גייט פונקט אזוי אדורך שווערע צייטן צוליב דעם טענענטס נישט צאלן...

סאיז נישט קיין מצוה צו פארקויפן דא מדת חסידות אויף יענעמס חשבון, סדא א תורה וואס האט אים געפסקנט ווי אזוי ער דארף זיך באגיין און זיין מצב
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

חסד השם האט געשריבן:
שארף און קליג האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
נו אויב דו האסט א היתר בי"ד וואס איז די שאלה דעמאלס.
איך האב א היתר נישט צו פאלגען בי"ד'ס היתר

חזק ואמץ!

איך פארשטיי זייער דיין ווייטאג און פראבלעם, אבער ס'איז צומאל ממש דיני נפשות, און מ'דארף צוגיין זייער אחריות'דיג.
אפילו סתם נאכלויפן די מאן אדער פרוי קען שעדיגן וואס מ'קען קיינמאל נישט פאררעכטן.
דעם אויבערשטענס פאנד האט נישט קיין לימוט, אויב טוסטו אביסל אין הייזער, קענסטו אויב ס'איז באשערט גרינג צוריקמאכן די געלט אויף אנדערע פלעצער.
איך האב אמאל דערלייגט ביי א צווייטן איד א שיינע סכום געלט און זיך מייאש געווען, איך האב אים קיינמאל נישט גערופן כאט'שיג איך האב זייער שטארק געדארפט די געלט, און מיט 8 יאר שפעטער האט ער מיר איין טאג אנגערופן אז ער האט די גאנצע געלט פאר מיר!

און פאר די וועלכע עצה'נען מיט א פשטות צו ארויסשטעלן אדער נעמען שטרענגע שריט.
איז וויכטיג צו געדענקן, אז ווען מ'טשעפעט א צווייטע איד קומט עס אייביג צוריק, פריער אדער שפעטער, מ'דארף זיין גרייט צו ליידן דערפאר.
איי געס ביסט נישט קיין לענדלארד במילא פארשטייסטו נישט אזוי גוט די מצב וואס נאכמיטאג געפינט זיך און.

סאו לאמיך דיר געבן א צווייט משל, שטייסט איין טאג נאך שחרית ענדיגסט צוזאמלייגן דיין טלית ותפילין קומט איינער און פשוט וואקט אוועק דערמיט, שוין לאמיר זאגן ביסט א צדיק און די דיסיידסט אז שוין כוועל זיך קויפן נייע, צו מארגןס אודך דער בחור שפאצירט אוועק מיט דיין ברענד ניו טלית ותפילין, די פרובירסט צו רעדן צו אים, און גארנישט ער איגנארירט וואס וואלסטו געטוען???? געקויפט יעדן טאג א נייע פאר???

ווען יענער וויינט זיך אויס אז ער איז געווען געצווינגען ווייל ער מאכט חתונה און האט נישט קיין געלט פאר טלית ותפילין פאר זיין איידעם קען מען עס פארשטיין, אבער פשוט אוועקוואקן און דיך איגנארירן??? יעצט לייען איבער הרב נאכמיטאגס מעשה ביטע... יא מקען פארשטיין איינער גייט אדורך שווערע צייטן, אבער ענטפער א קאל פארן לענדלארד וואס גייט פונקט אזוי אדורך שווערע צייטן צוליב דעם טענענטס נישט צאלן...

סאיז נישט קיין מצוה צו פארקויפן דא מדת חסידות אויף יענעמס חשבון, סדא א תורה וואס האט אים געפסקנט ווי אזוי ער דארף זיך באגיין און זיין מצב

גאר גאר שטארק און גוט געשריבן!!
ת'הא ש'נת פ'רנסה ה'רחבה'דיג
[email protected]
ישראל משה
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2018 7:56 am

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל משה »

פעטער משה האט געשריבן:
קאכעדיגע האט געשריבן:
די אנקעטע דארף זיין מיט א הקדמה

מאך צו דיין אויגן פאר א מינוט און טראכט ווען די ביסט די לענדלארד

און נאכדעם ענטפער

עס געפעלט מיר ווי רוב חברה דא זאגן אז זיי ווייסען נישט...ווען ס'איז ביי דיר וואלסטו אויך נישט געוואוסט?
געדענק אז מען מעג אויך פארמאכען די אויגען אין פראבירען צו פארשטיין די טענענט.
לאמיר טאקע אלע צומאכן די אויגן און פרובירן צי פארשטייט די טענענט.
א איד וואס ארבעטן שווער צו פארדינען על המחיה (עס קלעקט נישט אויף המוציא) ועל הכלכלה.
ער צאלט עפעס גראסערי (מען לאזט שוין נישט אויף שרייבן)
לעקטער אד"ג, משפחה העלפט ארויס אביסל (זיי זענען אויך נישט קיין נגידים), שכר לימוד,
למעשה בלייבט גארנישט איבער אויף רענט ער קען נישט בארגן אויף דעם חשבון ווייל ער וועט נישט האבן צום באצאלן און פון ווען מען קען בארגן וועט עם גערן פארבארגן אויב ער גייט צוריקצאלן די אלטע חובות,
קומט א בריוו פון בית דין מאכט ער זיך נישט וויסנדיג ווייל בית דין גייט עם נישט צאלן די רענט און די לענדלארד האט מילא גענוג געלט הא ראיה ער האט אייגענע דירות און די טענענט נישט.
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

ישראל משה האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן:
קאכעדיגע האט געשריבן:
די אנקעטע דארף זיין מיט א הקדמה

מאך צו דיין אויגן פאר א מינוט און טראכט ווען די ביסט די לענדלארד

און נאכדעם ענטפער

עס געפעלט מיר ווי רוב חברה דא זאגן אז זיי ווייסען נישט...ווען ס'איז ביי דיר וואלסטו אויך נישט געוואוסט?
געדענק אז מען מעג אויך פארמאכען די אויגען אין פראבירען צו פארשטיין די טענענט.
לאמיר טאקע אלע צומאכן די אויגן און פרובירן צי פארשטייט די טענענט.
א איד וואס ארבעטן שווער צו פארדינען על המחיה (עס קלעקט נישט אויף המוציא) ועל הכלכלה.
ער צאלט עפעס גראסערי (מען לאזט שוין נישט אויף שרייבן)
לעקטער אד"ג, משפחה העלפט ארויס אביסל (זיי זענען אויך נישט קיין נגידים), שכר לימוד,
למעשה בלייבט גארנישט איבער אויף רענט ער קען נישט בארגן אויף דעם חשבון ווייל ער וועט נישט האבן צום באצאלן און פון ווען מען קען בארגן וועט עם גערן פארבארגן אויב ער גייט צוריקצאלן די אלטע חובות,
קומט א בריוו פון בית דין מאכט ער זיך נישט וויסנדיג ווייל בית דין גייט עם נישט צאלן די רענט און די לענדלארד האט מילא גענוג געלט הא ראיה ער האט אייגענע דירות און די טענענט נישט.
זיי נישט בייז, האסט גארנישט געענטפערט..
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”