ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

למעשה נאכן היתר ב"ד זאל איך ארויסווארפן מיין טענענט?

ח"ו - זאל די באנק צונעמען דיין דירה ווי ארויסווארפן א איד אויפן גאס
17
5%
זיכער אז יא. חייך קודמין
123
33%
איך ווייס נישט וואס דיר צו ענטפערן
228
62%
סך הכל שטימען: 368

ישראל משה
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2018 7:56 am

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל משה »

@קעדילעק: איך בין נישט בייז.
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארף און קליג »

קעדילעק האט געשריבן:
ישראל משה האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן:
קאכעדיגע האט געשריבן:
די אנקעטע דארף זיין מיט א הקדמה

מאך צו דיין אויגן פאר א מינוט און טראכט ווען די ביסט די לענדלארד

און נאכדעם ענטפער

עס געפעלט מיר ווי רוב חברה דא זאגן אז זיי ווייסען נישט...ווען ס'איז ביי דיר וואלסטו אויך נישט געוואוסט?
געדענק אז מען מעג אויך פארמאכען די אויגען אין פראבירען צו פארשטיין די טענענט.
לאמיר טאקע אלע צומאכן די אויגן און פרובירן צי פארשטייט די טענענט.
א איד וואס ארבעטן שווער צו פארדינען על המחיה (עס קלעקט נישט אויף המוציא) ועל הכלכלה.
ער צאלט עפעס גראסערי (מען לאזט שוין נישט אויף שרייבן)
לעקטער אד"ג, משפחה העלפט ארויס אביסל (זיי זענען אויך נישט קיין נגידים), שכר לימוד,
למעשה בלייבט גארנישט איבער אויף רענט ער קען נישט בארגן אויף דעם חשבון ווייל ער וועט נישט האבן צום באצאלן און פון ווען מען קען בארגן וועט עם גערן פארבארגן אויב ער גייט צוריקצאלן די אלטע חובות,
קומט א בריוו פון בית דין מאכט ער זיך נישט וויסנדיג ווייל בית דין גייט עם נישט צאלן די רענט און די לענדלארד האט מילא גענוג געלט הא ראיה ער האט אייגענע דירות און די טענענט נישט.
זיי נישט בייז, האסט גארנישט געענטפערט..

פארמאך דיינע אויגן, עפען דיין הארץ, און טראכט וויאזוי דו ביסט אין יענעמס מצב.
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

שארף און קליג האט געשריבן:

איין זאך וואס א גרויסע עולם דא פארזעהט איז,
אז נישט ענטפערען פאר א לענדלארד איז זייער שווער צו פארענטפערען
אבער זיך נישט וויסענדיג מאכען פון א הזמנה האט נישט קיין תירוץ....
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

חסד השם האט געשריבן:
שארף און קליג האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
נו אויב דו האסט א היתר בי"ד וואס איז די שאלה דעמאלס.
איך האב א היתר נישט צו פאלגען בי"ד'ס היתר

חזק ואמץ!

איך פארשטיי זייער דיין ווייטאג און פראבלעם, אבער ס'איז צומאל ממש דיני נפשות, און מ'דארף צוגיין זייער אחריות'דיג.
אפילו סתם נאכלויפן די מאן אדער פרוי קען שעדיגן וואס מ'קען קיינמאל נישט פאררעכטן.
דעם אויבערשטענס פאנד האט נישט קיין לימוט, אויב טוסטו אביסל אין הייזער, קענסטו אויב ס'איז באשערט גרינג צוריקמאכן די געלט אויף אנדערע פלעצער.
איך האב אמאל דערלייגט ביי א צווייטן איד א שיינע סכום געלט און זיך מייאש געווען, איך האב אים קיינמאל נישט גערופן כאט'שיג איך האב זייער שטארק געדארפט די געלט, און מיט 8 יאר שפעטער האט ער מיר איין טאג אנגערופן אז ער האט די גאנצע געלט פאר מיר!

און פאר די וועלכע עצה'נען מיט א פשטות צו ארויסשטעלן אדער נעמען שטרענגע שריט.
איז וויכטיג צו געדענקן, אז ווען מ'טשעפעט א צווייטע איד קומט עס אייביג צוריק, פריער אדער שפעטער, מ'דארף זיין גרייט צו ליידן דערפאר.
איי געס ביסט נישט קיין לענדלארד במילא פארשטייסטו נישט אזוי גוט די מצב וואס נאכמיטאג געפינט זיך און.

סאו לאמיך דיר געבן א צווייט משל, שטייסט איין טאג נאך שחרית ענדיגסט צוזאמלייגן דיין טלית ותפילין קומט איינער און פשוט וואקט אוועק דערמיט, שוין לאמיר זאגן ביסט א צדיק און די דיסיידסט אז שוין כוועל זיך קויפן נייע, צו מארגןס אודך דער בחור שפאצירט אוועק מיט דיין ברענד ניו טלית ותפילין, די פרובירסט צו רעדן צו אים, און גארנישט ער איגנארירט וואס וואלסטו געטוען???? געקויפט יעדן טאג א נייע פאר???

ווען יענער וויינט זיך אויס אז ער איז געווען געצווינגען ווייל ער מאכט חתונה און האט נישט קיין געלט פאר טלית ותפילין פאר זיין איידעם קען מען עס פארשטיין, אבער פשוט אוועקוואקן און דיך איגנארירן??? יעצט לייען איבער הרב נאכמיטאגס מעשה ביטע... יא מקען פארשטיין איינער גייט אדורך שווערע צייטן, אבער ענטפער א קאל פארן לענדלארד וואס גייט פונקט אזוי אדורך שווערע צייטן צוליב דעם טענענטס נישט צאלן...

סאיז נישט קיין מצוה צו פארקויפן דא מדת חסידות אויף יענעמס חשבון, סדא א תורה וואס האט אים געפסקנט ווי אזוי ער דארף זיך באגיין און זיין מצב
במחילת כבודך,
אין המשל דומה להנמשל כלל וכלל.
איך פארשטיי דעם לענדלארד מיט זיין פראבלעם אבער דער טענענט איז נישט סתם איינער מן השוק וואס נעמט צו זיינס א חפץ. דער לענדלארד האט אים פאר א צייט צירוק איינגעלאדענט צו באזעצן זיין דירה כדי אים צו ניצן אלס א מיטל צו דעקן זיינע הוצאות אדער להרוויח סתם אזוי.
עס בארעכטיגט נישט קיין עולה פונעם טענענט אבער צום משל איז דאס נישט דומה בכלל.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5694
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

דאן רעדט מען ווען איינער איז שיין געקומען בארגן דיין טלית ותפילין אבער צירוק געט ער עס נישט.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

ישראל משה האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן:
קאכעדיגע האט געשריבן:
די אנקעטע דארף זיין מיט א הקדמה

מאך צו דיין אויגן פאר א מינוט און טראכט ווען די ביסט די לענדלארד

און נאכדעם ענטפער

עס געפעלט מיר ווי רוב חברה דא זאגן אז זיי ווייסען נישט...ווען ס'איז ביי דיר וואלסטו אויך נישט געוואוסט?
געדענק אז מען מעג אויך פארמאכען די אויגען אין פראבירען צו פארשטיין די טענענט.
לאמיר טאקע אלע צומאכן די אויגן און פרובירן צי פארשטייט די טענענט.
א איד וואס ארבעטן שווער צו פארדינען על המחיה (עס קלעקט נישט אויף המוציא) ועל הכלכלה.
ער צאלט עפעס גראסערי (מען לאזט שוין נישט אויף שרייבן)
לעקטער אד"ג, משפחה העלפט ארויס אביסל (זיי זענען אויך נישט קיין נגידים), שכר לימוד,
למעשה בלייבט גארנישט איבער אויף רענט ער קען נישט בארגן אויף דעם חשבון ווייל ער וועט נישט האבן צום באצאלן און פון ווען מען קען בארגן וועט עם גערן פארבארגן אויב ער גייט צוריקצאלן די אלטע חובות,
קומט א בריוו פון בית דין מאכט ער זיך נישט וויסנדיג ווייל בית דין גייט עם נישט צאלן די רענט און די לענדלארד האט מילא גענוג געלט הא ראיה ער האט אייגענע דירות און די טענענט נישט.
אנטשולדיגט דאס איז קיין תירוץ, האסטו געהערט אזאנס?

נישטא קיין שום תירוץ צו איגנארירן בי''ד, א ריכטיגע מסרב לדין.
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

shimon7323 האט געשריבן:
דאן רעדט מען ווען איינער איז שיין געקומען בארגן דיין טלית ותפילין אבער צירוק געט ער עס נישט.
די לאזט ארויס דעם נקודה אז דער טענענט ווערט גענוצט אלס אן מיטל פאר דעם לענדלארד צו מאכן געלט. ער האט נישט סתם גענומען. נישט אז דאס גיט פארן טענענט רעכט.
נאך צוויי נקודות.
א) פון אן אינוועסטמענט פוינט אף וויא, יא גערעכט נישט גערעכט, נעמען טענענטס קומט מיט א ריסק פעקטאר. ווי העכער די רענט איז, נישט קיין נפק״מ די סיבה פארוואס עס איז הויעך, אלס גרעסער איז די ריסק. ווי נענטער די רענט איז צו די געווענליכע חודש׳ליכע געהאלט אלס גרעסער איז די ריסק. ווען א לענדלארד בעהט א הויעכע רענט אפילו אין א טייערע געגנט דארף ער וויסן אז אויב דער טענענט גיט אוועק עטליכע וואכן געהאלט פאר רענט איז זייער גרויס די טשענסעס אז ער גייט עט סאם פאוינט נישט קענען באצאלן.
ב) אפמאכן אויב איינער איז גערעכט קען מען נישט ווילאנג די האסט נישט געהערט ביידע זייטן פון די מעשה. אפילו אויב די ווייסט קלארע פאקטןפון איין זייט. דערווייל זענען אלע האר אויפשטעלענדע געשיכטעס אין דעם אשכול באריכטעט געווארן בלויז מיט איין צד פון די מעשה, ממילא האט נישט קיין זין איינעם אדער דעם צווייטען צו בארעכטיגן אדער פארקערט.
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

נישטא קיין שום היתר בעולם צו גנבנען פון א יוד ווייל יענער האט געלט אפילו ווען דו האסט נישט קיין געלט. אויב קענסטו נישט באצאלן, רעדט צו אים, זאג אים דיין מצב, גיי צו ד"ת, מאך א פשרה, אבער זיך נישט וויסענדיג מאכן איז א עוון פלילי. וואס וועט ענטפערן דער טענענט אויף יענע וועלט ווען מען וועט פרעגן נשאת ונתת באמונה.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

שארף און קליג האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
נו אויב דו האסט א היתר בי"ד וואס איז די שאלה דעמאלס.
איך האב א היתר נישט צו פאלגען בי"ד'ס היתר

חזק ואמץ!

איך פארשטיי זייער דיין ווייטאג און פראבלעם, אבער ס'איז צומאל ממש דיני נפשות, און מ'דארף צוגיין זייער אחריות'דיג.
אפילו סתם נאכלויפן די מאן אדער פרוי קען שעדיגן וואס מ'קען קיינמאל נישט פאררעכטן.
דעם אויבערשטענס פאנד האט נישט קיין לימוט, אויב טוסטו אביסל אין הייזער, קענסטו אויב ס'איז באשערט גרינג צוריקמאכן די געלט אויף אנדערע פלעצער.
איך האב אמאל דערלייגט ביי א צווייטן איד א שיינע סכום געלט און זיך מייאש געווען, איך האב אים קיינמאל נישט גערופן כאט'שיג איך האב זייער שטארק געדארפט די געלט, און מיט 8 יאר שפעטער האט ער מיר איין טאג אנגערופן אז ער האט די גאנצע געלט פאר מיר!

און פאר די וועלכע עצה'נען מיט א פשטות צו ארויסשטעלן אדער נעמען שטרענגע שריט.
איז וויכטיג צו געדענקן, אז ווען מ'טשעפעט א צווייטע איד קומט עס אייביג צוריק, פריער אדער שפעטער, מ'דארף זיין גרייט צו ליידן דערפאר.
איך האב א קרוב וואס ביי אים איז געווען באשערט צו זיין אויף די צווייטע זייט ער איז געווען א טענענט ביי א איד ער איז געווען א נארמאלע בעל פרנסה ער האט זיך אריינגעלייגט אין א ביזנעס און למעשה האט ער געהאט זייער שווערע צייטן ער האט ממש נישט געהאט קיין ברויט אראפ צולייגן ער האט געזעהן ער קען נישט מער האט ער זיך אראפ געזעצט מיט זיין לענדלער און מסביר געווען וואס ער גייט דורך דער יונגערמאן זאגט מיר אז ער האט נישט באצאלט אפאר יאר אבער זיין לענדער ארויס האבענדיג די מצב האט אים גארנישט געבעטן (נישט יעדער קען זיך עס ערלויבן) יעדע שטיק צייט האט ער אריינגעווארפן עפעס אפאר דאלער וויפיל ער האט געקענט, היינט צו טאגס איז ער ב"ה זייער שיין מצליח די ערשטע אויף די ליסט צו באצאלן אלע חובות איז געווען די לענדלער.
ס"ה וואס איך וויל ארויסברענגען איז יעדער פארשטייט אז עס מאכט זיך שווערע צייטן ביי מענטשן אבער איין וויכטיגע נקודה זעצט זיך אראפ מיט דיין לענדער גיב אים צו פארשטיין זעה וואס דו קענסט יא טון.
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

און איבער אלע טענות, איינער וואס איגנארירט זיין לענדלארד איז נישט ווערט רחמנות צו האבן, קענסט אים נישט קוקן אין פנים, שיק א שליח, שיק א טעקסט..

איגנארירן און אנפייפן א בית דין'ס דריי הזמנות איז א נעקסט לעוול, און אזא איינער ווערט גאר שארף אנגערופן אין שו"ע, ער איז א מסרב און א שייגעץ..
אזוי צו אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי צו אזוי »

הער דעם שיעור פון הרה"ג ר' שמעון שפיטצער שליט"א: יהיו מזונותי מרורין כזית בידו של הקב"ה ולא מתוקין כדבש בידי בשר ודם

דער שיעור הייבט זיך אן ביי 13:25

דער שיעור איז געזאגט ביי די ליל שישי שיעורים ווי מען זינגט צווישן איין שיעור און צווייטן ווארימע ניגונים
אלס ווייסער
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 03, 2022 10:47 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלס ווייסער »

עס איז זייער א האקעלע נושא, און עס איז ווייטאגלעך צו זעהן ווי געוויסע דא נעמען אזעלכע שארפע אומ'אחריות'דיגע צדדים לכאן ולכאן, איך האב נישט דורכגעליינט אלע בלעטער, אבער איך וויל זאגן א קליינע מעשה'לע, פאר בערך צווישן 10 און 15 יאר צוריק בין איך ארומגעגאנגען נאך געלט פאר א נהנה מיגוע כפו וואס האט געהאלטן פארן חתונה מאכן, דער איד איז א כלי קודש, און זיין שוויגער האט עפעס געלט, און האט אראפגעלייגט א דאון פעימענט פאר א גרויסע הויז, כמדומה לי אז די מעשה איז געווען אז ער האט צוטיילט די גרויסע הויז אין צווי צו קענען האבן א טענענט וואס דאס וועט אים ארויסהעלפן פינאנציעל, און ער האט אריינגעשטופט זיין גרויסע משפחה אין די האלבע דירה, און אריינגענומען א טענענט, למעשה נאך א קורצע תקופה האט די טענענט פארלוירן די מעגליכקייט צו צאלן דירענט און אויפגעהערט צו צאלן, און דער לענדלארד איז באמת געווען אובד עצות, ער איז געגאנגען פרעגן איינע פון די חשוב'סטע רבנים פון שטאט צו ער מעג טוען פעולות יענעם ארויסצושיקן, און דער רב האט אים שטארק אפגערעדט זאגנדיג אז דאס איז א שפיל מיט פייער!!!
כמובן דאס בארעכטיגט בכלל נישט א טענענטס איגנארירן א לענדלארד, איגנארירן הזמנות וכו', און פארשטייט זיך אז דער שואל דא אויפן וועלטל איז נישט מחויב צו פאלגן די דעת תורה וואס יענער כלי קודש האט געפרעגט, ער קען פרעגן זיין קביעות'דיגע דעת תורה, אבער וואס איך ברענג נאר ארויס אז עס איז דא רבנים וואס קוקן אן די שאלה סך הארבער ווי רוב לייכטזיניגע שרייבערס דא, און אייוועלט איז א גוטע מקום צו הערן נייעס, צו דיסקאסירן און אנאלעזירן, אבער נעמען א צד און א זאך וואס קען חרוב מאכן א מענטש'ס לעבן געהערט אויסשליסלעך פאר א אחריות'דיגער דעת תורה, אן אויב האט ער שוין געפרעגט א דיין און די דיין האט אים געזאגט אז על פי הלכה מעג ער, אבער ער האט נאך אלס מורא זאל ער פרעגן איינע פון די צדיקי הדור, וואס נאך זיין צושטומינג וועט ער שוין נישט פילן גילטי, און אויב נאכדעם האט ער נאך אלס מורא פון מה יאמרו הבריות, זאל ער פרעגן א פראקישער דעת תורה וויאזוי ער גיט זיך מיט דעם א עצה, אבער דאס אז סתם אינגעלייטלעך און בחורים זאלן נעמען צדדים אין אזא האקעלע נושא, איז גענצליך אומ'אחריות'דיג, און איך גלייב אז מ'כאפט נישט אז מיט יעדע ווארט דא קען מען צוגרינד לייגן א איד'ס לעבן.
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

דער טענענט האט קיין פינטל רחמנת טיטול און קיין שום תירוצים ווי לאנג ער איגנארירט זיין לענדלארד!!
איינמאל ער מאכט זיך וויסענדיג קען מען אנהייבן דן זיין,
כ'פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען אויסלאזן די עיקר פאקטאר פונעם מעשה!!
מעשיות, משלים, שטא פון וואס צו רעדן!!
ב''יי נא''ו איז ער א מסרב און א שייגעץ. פינטל.
אוועטאר
talmid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:55 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך talmid »

אלס ווייסער האט געשריבן:
עס איז זייער א האקעלע נושא, און עס איז ווייטאגלעך צו זעהן ווי געוויסע דא נעמען אזעלכע שארפע אומ'אחריות'דיגע צדדים לכאן ולכאן, איך האב נישט דורכגעליינט אלע בלעטער, אבער איך וויל זאגן א קליינע מעשה'לע, פאר בערך צווישן 10 און 15 יאר צוריק בין איך ארומגעגאנגען נאך געלט פאר א נהנה מיגוע כפו וואס האט געהאלטן פארן חתונה מאכן, דער איד איז א כלי קודש, און זיין שוויגער האט עפעס געלט, און האט אראפגעלייגט א דאון פעימענט פאר א גרויסע הויז, כמדומה לי אז די מעשה איז געווען אז ער האט צוטיילט די גרויסע הויז אין צווי צו קענען האבן א טענענט וואס דאס וועט אים ארויסהעלפן פינאנציעל, און ער האט אריינגעשטופט זיין גרויסע משפחה אין די האלבע דירה, און אריינגענומען א טענענט, למעשה נאך א קורצע תקופה האט די טענענט פארלוירן די מעגליכקייט צו צאלן דירענט און אויפגעהערט צו צאלן, און דער לענדלארד איז באמת געווען אובד עצות, ער איז געגאנגען פרעגן איינע פון די חשוב'סטע רבנים פון שטאט צו ער מעג טוען פעולות יענעם ארויסצושיקן, און דער רב האט אים שטארק אפגערעדט זאגנדיג אז דאס איז א שפיל מיט פייער!!!
כמובן דאס בארעכטיגט בכלל נישט א טענענטס איגנארירן א לענדלארד, איגנארירן הזמנות וכו', און פארשטייט זיך אז דער שואל דא אויפן וועלטל איז נישט מחויב צו פאלגן די דעת תורה וואס יענער כלי קודש האט געפרעגט, ער קען פרעגן זיין קביעות'דיגע דעת תורה, אבער וואס איך ברענג נאר ארויס אז עס איז דא רבנים וואס קוקן אן די שאלה סך הארבער ווי רוב לייכטזיניגע שרייבערס דא, און אייוועלט איז א גוטע מקום צו הערן נייעס, צו דיסקאסירן און אנאלעזירן, אבער נעמען א צד און א זאך וואס קען חרוב מאכן א מענטש'ס לעבן געהערט אויסשליסלעך פאר א אחריות'דיגער דעת תורה, אן אויב האט ער שוין געפרעגט א דיין און די דיין האט אים געזאגט אז על פי הלכה מעג ער, אבער ער האט נאך אלס מורא זאל ער פרעגן איינע פון די צדיקי הדור, וואס נאך זיין צושטומינג וועט ער שוין נישט פילן גילטי, און אויב נאכדעם האט ער נאך אלס מורא פון מה יאמרו הבריות, זאל ער פרעגן א פראקישער דעת תורה וויאזוי ער גיט זיך מיט דעם א עצה, אבער דאס אז סתם אינגעלייטלעך און בחורים זאלן נעמען צדדים אין אזא האקעלע נושא, איז גענצליך אומ'אחריות'דיג, און איך גלייב אז מ'כאפט נישט אז מיט יעדע ווארט דא קען מען צוגרינד לייגן א איד'ס לעבן.
די טבע פין מענטשען היינט איז אז זיי געבען נאר געלט ווען עס בליט שוין
די לענלארד איז נישט מחויב צי זיין די גאנצע ספאנסער, לאז כלל ישראל א טייל נעמען אין די מצווה
לעצט פארראכטן דורך talmid אום מאנטאג אקטאבער 31, 2022 7:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלס ווייסער
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 03, 2022 10:47 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלס ווייסער »

זייער א שיינע מיינונג פון א איוועלט שרייבער, וואס איך האב געזאגט איז א מעשה וואס איך ווייס בידועה ברורה, איך ווייס ווער די רב איז געווען, גאר גאר א ערנסטע ברייטע רעספעקטירטע רב, האט גע'עצה'ט דעם איד גאנץ אנדערש, מ'וועט דיר צוזאמשטעלן געלט פאר דיינע חתונות, אבער ארויסשטעלן א איד איז א שפיל מיט פייער!!
ב"ה איך האב נישט די נסיונות, איך ווייס נישט צו איך וואלט זיך געקענט באהערשן, און איך וועל נישט האבן קיין טענות אויב הרב נאכמיטאג וועט אונטערנעמען שריט נאכן פסק פון א רב/דיין, אבער דער ציבור דא האט דאך נאכנישט די נסיון, וואס איז די פשט סתם קומען אויף אייוועלט אין העצן אנדערע צו אונטערנעמען שריט קעגן זייערע טענענטס, דאס איז א זאך וואס מ'קען נישט וויסן צו מ'וועט נישט דארפן אמאל אפגעבן דין וחשבון.
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2087
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

קעדילעק האט געשריבן:
ישראל משה האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן:
קאכעדיגע האט געשריבן:
די אנקעטע דארף זיין מיט א הקדמה

מאך צו דיין אויגן פאר א מינוט און טראכט ווען די ביסט די לענדלארד

און נאכדעם ענטפער

עס געפעלט מיר ווי רוב חברה דא זאגן אז זיי ווייסען נישט...ווען ס'איז ביי דיר וואלסטו אויך נישט געוואוסט?
געדענק אז מען מעג אויך פארמאכען די אויגען אין פראבירען צו פארשטיין די טענענט.
לאמיר טאקע אלע צומאכן די אויגן און פרובירן צי פארשטייט די טענענט.
א איד וואס ארבעטן שווער צו פארדינען על המחיה (עס קלעקט נישט אויף המוציא) ועל הכלכלה.
ער צאלט עפעס גראסערי (מען לאזט שוין נישט אויף שרייבן)
לעקטער אד"ג, משפחה העלפט ארויס אביסל (זיי זענען אויך נישט קיין נגידים), שכר לימוד,
למעשה בלייבט גארנישט איבער אויף רענט ער קען נישט בארגן אויף דעם חשבון ווייל ער וועט נישט האבן צום באצאלן און פון ווען מען קען בארגן וועט עם גערן פארבארגן אויב ער גייט צוריקצאלן די אלטע חובות,
קומט א בריוו פון בית דין מאכט ער זיך נישט וויסנדיג ווייל בית דין גייט עם נישט צאלן די רענט און די לענדלארד האט מילא גענוג געלט הא ראיה ער האט אייגענע דירות און די טענענט נישט.
זיי נישט בייז, האסט גארנישט געענטפערט..
ווען איינער האט נישט קיין געלט מעג מען גנבנען פין זיין לענדלאר?
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

חסד השם האט געשריבן:
איי געס ביסט נישט קיין לענדלארד במילא פארשטייסטו נישט אזוי גוט די מצב וואס נאכמיטאג געפינט זיך און.

סאו לאמיך דיר געבן א צווייט משל, שטייסט איין טאג נאך שחרית ענדיגסט צוזאמלייגן דיין טלית ותפילין קומט איינער און פשוט וואקט אוועק דערמיט, שוין לאמיר זאגן ביסט א צדיק און די דיסיידסט אז שוין כוועל זיך קויפן נייע, צו מארגןס אודך דער בחור שפאצירט אוועק מיט דיין ברענד ניו טלית ותפילין, די פרובירסט צו רעדן צו אים, און גארנישט ער איגנארירט וואס וואלסטו געטוען???? געקויפט יעדן טאג א נייע פאר???

ווען יענער וויינט זיך אויס אז ער איז געווען געצווינגען ווייל ער מאכט חתונה און האט נישט קיין געלט פאר טלית ותפילין פאר זיין איידעם קען מען עס פארשטיין, אבער פשוט אוועקוואקן און דיך איגנארירן??? יעצט לייען איבער הרב נאכמיטאגס מעשה ביטע... יא מקען פארשטיין איינער גייט אדורך שווערע צייטן, אבער ענטפער א קאל פארן לענדלארד וואס גייט פונקט אזוי אדורך שווערע צייטן צוליב דעם טענענטס נישט צאלן...

סאיז נישט קיין מצוה צו פארקויפן דא מדת חסידות אויף יענעמס חשבון, סדא א תורה וואס האט אים געפסקנט ווי אזוי ער דארף זיך באגיין און זיין מצב
לייק פאר דעם משל
חינוך האט געזיגט!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

אחד הרבנים האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:
דאן רעדט מען ווען איינער איז שיין געקומען בארגן דיין טלית ותפילין אבער צירוק געט ער עס נישט.
די לאזט ארויס דעם נקודה אז דער טענענט ווערט גענוצט אלס אן מיטל פאר דעם לענדלארד צו מאכן געלט. ער האט נישט סתם גענומען. נישט אז דאס גיט פארן טענענט רעכט.
נאך צוויי נקודות.
אפשר פארקערט דער טענעט האט הנאה ער האט געטראפן א גוטע דירה ווי צו ווואינען און פריי דיך די לעדלארד האט דיך נישט מבזה געווען מתחלה און געבעטן ערבים.

---

בכלל אפילו ס'איז יא אנדערש אז די ציל איז די לענדלארד זאל מאכן געלט כ'זעה נישט וואס ס'מאכט עס ווייניגער גלייך צו תפילין. (תפילין איז אויך אנדערש ווייל ס'איז א חפץ של מצוה וואס די תורה גיבט א היתר צו בארגן אן רשות..)
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
talmid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:55 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך talmid »

.
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2430
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

@נאכמיטאג וואס האט איר למעשה געטוהן?
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

אנטשולדיגט פאר'ן ארויפברענגען דעם אשכול אין א בלאסן מיטוואך,
איך בין פשוט יעצט אריינגעפאלן דא,

די 3 אפשענס פון די אנקעטע איז לדעתי נישט ריכטיג ארויסגעשריבן.
איך האב געוועלט די 3’טע אז ’איך ווייס נישט וואס צו דיר ענטפערן’,
ווייל די ערשטע אפשען שטייט זייער שטרענג אז אויב דו ביסט מוותר וועט דער באנק צונעמען די דירה.
די דארף’סט געבן אן אפשען - מוותר זיין און זיך מוטשען זיך אנ’עצה’צוגעבן,
כלומר, ס’איז נישט בלעק & ווייט אז אדער מוותר + די באנק נעמט צו, אדער ארויסווארפן און די באנק נעמט נישט צו...

אויב מ’וויל באמת העלפן, וכבר היה לעולמים, קען מען רעדן צו עסקנים פון זיין קהילה אדער רב מורה דרך וכו וכו און אסאך האבן שוין מסתמא געשריבן דא דעי געדאנקען...

און אויב גארנישט העלפט נישט, קען מען צוביסלעך שאפן געלט פאר דעם נעבעכן ארימאן וועלכע האט נישט באצאלט 2 יאר קיין רענט און רעכן עס אראפ.

איך ווייס ס’איז שווער, ס’איז זייער שווער! אבער פאר א יודיש קינד איז שווערער ארויסצוווארפן א משפחה מיט קינדער אויף די גאס!!

איך האב געהערט פון א לענדלארד אין מאנסי וואס איז נעבעך אריינגעפאלן מיט א נעבעכדיגע טענענט וואס האט נישט באצאלט, ווי ער האט גערעדט מיט אפאר גבירים חברים וכו און יעדער צאלט חודש’ליך א קליינע סכום צו דעקן די רענט, ס’גייט גלייך צום בעה”ב...
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
ישראל משה
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2018 7:56 am

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל משה »

נישט יעדער האט חברים גבירים.
זענען פארהאן געוויסע פארשוינען וואס קעירן פלעין נישט
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

מען דארף איינטיילן די אשכול אין צוויי, אין איינס זאלן קענען שרייבן נאר טענענטס און אין די אנדערע נאר לענדלארדס
מען זעט דא אזאנא קרומע דיעות און די איינציגסטע הסבר איז נגיעות אויף ביידע זייטן
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע:office

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

אויב א לענדלארד מיטשעט זיך מיט א טענאט וואס צאלט נישט, שיק מיר א פרייוועט מודעה, אין איך וועל איה העלפן מסדר זיין א city fheps voucher
..
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: ניין! איך וויל דיר נישט ארויסווארפן פון מיין דירה! (אנקעטע צוגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

אלס ווייסער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 5:56 pm
זייער א שיינע מיינונג פון א איוועלט שרייבער, וואס איך האב געזאגט איז א מעשה וואס איך ווייס בידועה ברורה, איך ווייס ווער די רב איז געווען, גאר גאר א ערנסטע ברייטע רעספעקטירטע רב, האט גע'עצה'ט דעם איד גאנץ אנדערש, מ'וועט דיר צוזאמשטעלן געלט פאר דיינע חתונות, אבער ארויסשטעלן א איד איז א שפיל מיט פייער!!
ב"ה איך האב נישט די נסיונות, איך ווייס נישט צו איך וואלט זיך געקענט באהערשן, און איך וועל נישט האבן קיין טענות אויב הרב נאכמיטאג וועט אונטערנעמען שריט נאכן פסק פון א רב/דיין, אבער דער ציבור דא האט דאך נאכנישט די נסיון, וואס איז די פשט סתם קומען אויף אייוועלט אין העצן אנדערע צו אונטערנעמען שריט קעגן זייערע טענענטס, דאס איז א זאך וואס מ'קען נישט וויסן צו מ'וועט נישט דארפן אמאל אפגעבן דין וחשבון.
ר' איד מדמה זיין מעשיות האט נישט קיין שום פשט.
זאג נאר, דארטן האט מען אויך געהאלטן נאך הזמנה לדין?
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”