פרשת תזריע
חז"ל זענען מדייק אין תורת כהנים (דיבורא דנגעים ב, ה) פונעם לשון וּמַרְאֵההַנֶּגַע עָמֹק מֵעוֹר בְּשָׂרוֹ, אז מ'רעדט נישט אז די נגע איז טאקע טיפער וווי די הויט, נאר עס קוקט נאר אויס ווי עס איז טיפער, און ווי די גמרא איז מסביר אין מס' שבועות (ו:) 'כמראה חמה העמוקה מן הצל', ד.ה. פונקט אזוי ווי די שטח וואס איז אונטער'ן זון קוקט אויס נידריגער ווי די זעלבע גלייכע שטח וואס איז אין שאטן, אזוי אויך קוקט די מראה הנגע אויס טיפער ווי די איבעריגע פונעם גוף ארום, הגם במציאות זענען ביידע גלייך.
רש"י ברענגט אראפ די גמרא, און רש"י איז מסביר אז דאס איז וויבאלד יעדע זאך וואס איז מער ווייס קוקט אויס טיפער ווי זאכן וואס זענען טינקעלער. דערפאר ווערט אבער שווער ביים קומענדיגן פסוק (ד) וְאִם בַּהֶרֶת לְבָנָה הִוא בְּעוֹר בְּשָׂרוֹ וְעָמֹק אֵין מַרְאֶהָ מִן הָעוֹרוּשְׂעָרָה לֹא הָפַךְ לָבָן וְהִסְגִּיר הַכֹּהֵן אֶת הַנֶּגַע שִׁבְעַת יָמִים, אויב איז דער נגע ווייס וואס דאס מאכט עס אויסקוקן טיפער, ווי אזוי קען זיין א מציאות אז עס קוקט נישט אויס טיפער ווי די עור הבשר, און רש"י זאגט טאקע אויף דעם - לויט ווי דער רמב"ן איז מסביר - 'לא ידעתי פירושו'.
ביאור הרמב"ן
דער רמב"ן פארענטפערט רש"י'ס קשיא, ערקלערנדיג די סיבה פארוואס איז עס טאקע אזוי אז מראה חמה קוקט אויס טיפער ווי די צל, ווייל ווי מער ליכטיגער די פארב פון א זאך איז, איז שווערער פארן אויג צו פארנעמען די פארב, דערפאר קוקט עס אויס פאר'ן אויג ווייטער ווי די טינקעלערער שטח ואס איז לייכטער פאר'ן אויג צו זעהן.
דאס איז אבער נאר ווען די זאך איז ווייס אינגאנצן אן קיין הפסק פון א טונקלקייט אינמיטן, אבער ווען עס זענען דא שווארצע האר אין די ווייסע שטח, קען דער אויג זיך קאנצענטרירן אויף די שווארצע האר און עס איז לייכטער פארן אויג צו פארנעמען די ווייסע חלק אויך, און דעמאלטס וועט די ווייסע חלק נישט אויסקוקן טיפער ווי די איבעריגע הויט.
דערפאר אין פסוק ג' ווען מען רעדט אז שֵׂעָר בַּנֶּגַע הָפַךְ לָבָן, איז די גאנצע שטח פונעם נגע ווייס, דעמאלטס קען די אויג עס נישט פארנעמען, דערפאר איז מַרְאֵה הַנֶּגַע עָמֹק מֵעוֹר בְּשָׂרוֹ. אבער אין פסוק ד' ווען וּשְׂעָרָה לֹא הָפַךְ לָבָן, דארט קען שוין זיין אז וְעָמֹק אֵין מַרְאֶהָ מִן הָעוֹר.
כדי עס מער מסביר צו זיין, וועלן מיר מקדים זיין ווי אזוי ארבעט דער ענין פון זעהן זאכן און זייערע פארבן, לויט ווי עס איז אנגענומען איז די סייענטיפישער וועלט.
דער חיד"א אין מדבר קדימות (מערכת מ' אות כט) ברענגט אין דעם א וויכוח צווישן די חכמי הטבע, וואס איז די סיבה אז ווען א מענטש וועט זיך געפינען מיט פארשידענע חפצים איז א טונקעלע צימער, וועלן אלע חפצים אויסקוקן צו זיינע אויגן מיט א שווארצע פארב, און ווען מ'צינדט אן א ליכטיגקייט אינעם צימער באקומט יעדע זאך זיין פארב.
עס זענען געווען חוקרים וואס האבן געהאלטן אז יעדע זאך האט זיך זיין פארב בטבע, נאר די טונקלקייט וואס איז דא אינעם צימער פארשטעלט דעם אויג פון זעהן די פארב, דערפאר זעהט ער זיי מיט א טונקעלע פארב, און ווען מען נעמט אוועק די טונקלקייט קען מען זעהן יעדע זאך מיט זיין ריטיגע פארב.
אבער אנדערע חוקרים זענען אויפגעקומען - און אזוי איז אויך אנגענומען היינט צו טאגס - אז אין אמת'ן אריין האבן זאכן בכלל נישט קיין פארב, נאר דאס וואס מיר זעהן יעדע זאך מיט אן אנדערע פארב, האט עס מיט די צוזאם שטעל פון די חפץ, ווי אזוי עס פארנעמט די שטראלן פון ליכטיגקייט וואס קומען אן צו איהם.
דהיינו, די וועג ווי די אויג ארבעט און זעהט געגנשטאנדן גייט צו, אז יעדע זאך וואס גיבט ארויס ליכטיגקייט ווי די זון, א לעכט אדער א לאמפ, געבט ארויס שטראלן פון ליכט, און ווען די שטראלן קלאפן זיך אן מיט א חפץ און עס קען נישט ווייטער גיין, גייען די שטראלן אויף צוריק און דאס קומט אן ביז'ן אויג, און דער אויג מיט'ן מח טייטשן אפ די שטראלן וואס קלאפן זיך אן אינעם אויג, וואס איז די זאך וואס האט צוריק געשיקט די שטראלן.
כדי עס ממחיש צו זיין, ווען איינער געפינט זיך אין א טונקעלע צימער, און ער וועט שיינען מיט א פלעשלייט אויפ'ן וואנט, וועט ער דארט זעהן א ווייסע באלאכטענעם רינג. וועט ער אבער שיינען אויף א שפיגל, וועט אויך געזעהן ווערן א ווייסע רינג אויפ'ן וואנט וואס געפינט זיך קען איבער דעם שפיגל. די סיבה דערפון איז, אזוי ווי ווען א מענטש ווארט א באל צום וואנט מיט כח, וועט עס צוריק שפרינגען אויף צוריק, אזוי אויך שיקט דער שפיגל צוריק אלע שטראלן פון ליכטיגקייט וואס קומען אן צו איהם אויף צוריק, און דערפאר וועלן די שטראלן פון ליכטיגקייט אנקומען צום וואנט וואס געפינט זיך קעגן איהם.
וועגן די זעלבע סיבה וועט זיין אוממעגליך אריינצוקוקן אינעם אפשפיגלונג פונעם לאמפ אינעם שפיגל, פונקט ווי מען קען נישט אריינקוקן אינעם לאמפ אליינס, ווייל פונקט ווי די אויג קען נישט פארנעמען די שטארקקייט פון די שטראלן וואס קומען ארויס פונעם לאמפ, קען ער אויך נישט פארנעמען די זעלבע שטראלן וואס קומען צוריק פונעם שפיגל.
אנדערע חפצים אבער, שיקן טאקע אויך צוריק די שטראלן פון ליכטיגקייט וואס קומען אן צו זיי, די חילוק איז אבער אז א חלק פון די ליכטיגקייט שטראלן ווערן איין געזאפט אינעם חפץ און ווערט נישט צוריק געקלאפט, אזוי אז די אויג קען שוין פארנעמען די שטראלן וואס קומען צוריק, און אפטייטשטן וואס איז די חפץ וואס האט צוריק געשיקט די שטראלן.
און אין דעם איז דא די חילוק צווישן די זאכן וואס האבן אנדערע פארבן, היות יעדע נארמאלע ליכטיגקייט שטראל האט אין זיך אלע פארבן צוזאמען (וראיה לדבר, ווען א ליכטיגקייט שטראל שיינט אויף א גלאז אדער א טראפל וואסער, קען מען צומאהל זעהן נעבן דעם אלע פארבן, און דאס איז אויך די מציאות פון א רעגנבויגן, ואכהמל"ב), דערפאר וועט א זאך וואס שיקט צוריק אלע פארבן אויסקוקן פארן אויג ווי ווייס, וואס דאס איז די פארב פון די ליכטיגקייט שטראל.
אבער ווען די שטראל וועט זיך אנקלאפן אין א טאמאטע, איז די צוזאם שטעל פונעם טאמאטע גורם אז ער זאל אריינזאפן אין זיך אלע חלקים פונעם שטראל, חוץ פון די רויטע שטראל ואס דאס זאפט זיך נישט איין אין איהם, דערפאר וועט די חלק פונעם שטראל צוריק קלאפן פון דעם, און די אויג וועט באקומען נאר די רויטע חלק פונעם שטראל, און אפטייטשטן די רונדעכיגע צורה פון די רויטע שטראלן, אז דא געפינט זיך א טאמאטע.
דערגעגן ווען די שטראלן קלאפן זיך אן אין א באנאנע, וועט די פרי איינזאפן אין זיך אלע חלקים פון די שטראלן, חוץ פון די געלע חלק שבו, אזוי וועט דער אויג צוריק באקומען געלע שטראלן מיט א קרומע צורה, און עס אפטייטשן אלץ באנאנע, וכן הלאה ביי אלע חפצים.
עס זענען אבער אויך דא זאכן וואס נעמען אריין אין זיך אלע חלקים פונעם שטראל, און גארנישט ווערט נישט צוריק געשיקט, דעמאלטס וועט די אויג טאקע אויס'חשבונ'ען אז דא געפינט זיך א זאך אן קיין פארב, און עס זעהן אלץ שווארץ.
דאס איז ווען עס איז טאקע דא ליכטיגקייט, אבער ווען עס איז טונקל אין צימער, האבן די זאכן נישט וואס צוריק צו שיקן, מילא האבן קיינע פון די חפצים נישט קיין פארב, און אלע קוקן אויס שווארץ, וואס דאס איז די ריכטיגע אויסקוק פונעם חפץ.
דאס איז די הסבר פון דעם וואס א ווייסע זאך קוקט אויס ווייטער ווי א טונקעלערע זאך, וויבאלד די ווייסע זאכן שיקן צוריק פון אלע פארבן צוזאמען, איז עס שווערער פאר'ן אויג צו פארנעמען ווי די טונקעלערע שטח, דערפאר קוקט עס אויהם אויס ווי עס איז ווייטער.
זאגט אבער דער רמב"ן, אז אויב איז דא אין די ווייסע שטח אויך שווארצע ליניעס, און עס איז נישט איין וויסע שטח ברציפות, מאכט דאס לייכטער פארן אויג עס צו פארנעמען, און דערפאר ווען א נגע האט שער שחור קוקט עס נישט אויס עמוק מעור בשרו.
קו' הרא"ם והגו"א ותי'
דער מהר"ל פרעגט אויפ'ן רמב"ן, הגם אז אין פסוק ד' רעדט מען פון וּשְׂעָרָה לֹא הָפַךְ לָבָן, שטייט אבער נישט אין פסוק אז עס האט יא שער שחור, מילא איז צוריק שווער וואס איז די פשיטות אז דעמאלטס איז וְעָמֹק אֵין מַרְאֶהָ מִן הָעוֹר.
אבער אויף דעם וואלט מען געקענט ענטפערן, אז פון דעם וואס עס שטייט וּשְׂעָרָה לֹא הָפַךְ לָבָן איז משמע אז עס וואלט געקענט זיין א מציאות פון דעם סימן טומאה פון שער לבן אין דעם נגע, וואס דארף זיין אז עס איז קודם געווען שער שחור און שפעטער געווארן איבערגעדרייט צו שער לבן, מילא איז פשוט אז עס רעדט זיך פון א נגע מיט שער שחור.
אבער דער מזרחי פרעגט נאך, אז חז"ל זאגן דאך אז מיעוט שער שנים, מוז דאך נישט זיין אז די נגע האט מער ווי צוויי שווארצע הארעלעך, און עס איז נישט מסתבר אז דורך די צוויי שווארצע האר זאל אויסמאכן אויפ'ן גאנצע מראה הנגע אז עס זאל נישט אויסקוקן טיפער.
דער גור אריה פארענטפערט, אז אין גמרא שטייט נישט ווי רש"י'ס לשון אז יעדע ווייסע חלק קוקט אויס טיפער, נאר רש"י האט עס צוגעלייגט, און אין גמרא שטייט נאר כמראה חמה העמוקה מן הצל, זאגט דער מהר"ל אז דאס איז נאר ביי א ווייסע זאך וואס האט א שיין און א גלאנץ, דעמאלטס קען די אויג נישט פארנעמען די שיין פון ווייסקייט און עס קוקט אויס ווייטער ווי די טונקעלע חלק, און אויף דעם טוט יא אויף דאס וואס די נגע איז נישט אינגאנצן ווייס, אז עס האט שוין נישט דער ווייסער שיין וואס זאל עס מאכן אויסקוקן טיפער.
ביאור ר' ישעיה הזקן דטראני
דער חיד"א אין זיין ספר 'פני דוד' ברענגט ער א ישוב פונעם ראשון רבי ישעיה דטראני בעל תוס' רי"ד, און כדי עס מסביר צו זיין וועלן מיר מקדים זיין וואס דער רמב"ן איז מסביר אין די יסוד פון סימני טומאה ביי נגעים.
דער רמב"ן איז מדייק די שינוי הלשונות, אנהייב פרשה שטייט (פסוק ב) וְהָיָה בְעוֹר בְּשָׂרוֹ לְנֶגַע צָרָעַת, און אזוי אויך אינעם קומענדיגע פסוק (ג) ביים סימן טומאה פון שער לבן נֶגַע צָרַעַתהוּא וְרָאָהוּ הַכֹּהֵן וְטִמֵּא אֹתוֹ. ווייטער ביי א נגע וואסוואקסט נאכן מסגיר זיין זאגט דער פסוק (ח) וְטִמְּאוֹ הַכֹּהֵן צָרַעַתהִוא.
זאגט דער רמב"ן אז הגם אז רש"י זאגט אויפ'ן סימן טומאה פון שער לבן 'ששער לבן סימן טומאה הוא גזירת הכתוב', האט עס יא א טעם, נאר כמליצת לשונו 'וגזירת עילאה היא די מטא על גברא ההוא', דהיינו דאס איז א גזירה און אן עונש אויף דעם מנוגע, און די טעם הדבר איז ווייל א נגע וואס איז מטמא איז נאר א נגע וואס איז אויך אינעווייניג אונטערן הויט, און אז נישט איז עס סתם א שינוי אין די הויט און נישט קיין קראנקהייט.
און אויף דעם געבט די תורה צוויי סימנים ווי אזוי מען קען זעהן צו דאס איז נאר א אויסערליכע שינוי אויפן הויט אדער עס גייט אריין אונטערן הויט אויך. איינס איז א סימן אז עס איז שוין יעצט דא א צרעת אונטערן הויט און דאס איז אז דער נגע וואקסט נאך הסגר, און די אנדערע איז נאר א סימן אז עס גייט ווערן דא א צרעת אונטערן הויט, וואס דאס איז שער לבן וואס ווייזט אז די פלייש אונטערן נגע איז אפגעשוואכט און אלץ תוצאה קומט ארויס ווייסע האר, און מיט די צייט גייט עס ווערן א צרעת דארט, דערפאר איז ער שוין יעצט טמא.
מיט דעם איז דער רמב"ן מסביר די שינוי הלשונות, נֶגַעאיז די שינוי וואס מען זעהט אויפ'ן הויט, און צָרָעַתאיז א קרעץ וואס איז אונטערן עור הבשר. דערפאר הייבט אן דער פסוק וְהָיָה בְעוֹר בְּשָׂרוֹ לְנֶגַע צָרָעַת, דהיינו אז עס קען זיין אז דער נגע איז א סימן אז עס גייט ווערן א צרעת, און אזוי אויך ביים סימן פון שער לבן וואס איז נישט קיין סימן אז עס איז שוין יעצט דא א צרעת נאר עס גייט ווערן, זאגט דער פסוק נֶגַע צָרַעַתהוּא וְרָאָהוּ הַכֹּהֵן וְטִמֵּא אֹתוֹ, אז דער נגע גייט ווערן א צרעת. אבער ווען דער נגע איז פושה נאכ'ן הסגר, דעמאלטס איז א סימן אז אונטערן נגע איז שוין דא א צרעת, מילא זאגט דער פסוק וְטִמְּאוֹ הַכֹּהֵן צָרַעַתהִוא, ווייל עס איז שוין דא דארט די צרעת.
לפי"ז וועט מען פארשטיין די חילוק פון רבי ישעיה דטראני, וואס ער זאגט אז ביים ערשטן פסוק וואס רעדט זיך פון א נגע מיט שער לבן, וואס דאס איז א סימן אז די מכה גייט שוין אריין אינעווייניג אויך, דעמאלטס איז עס א שטארקע ווייסקייט, ווייל אונטערן הויט הייבט אויך אן צו ווערן ווייס, דערפאר קוקט עס אויס עָמֹק מֵעוֹר בְּשָׂרוֹ, משא"כ ביי א נגע אן קיין שער לבן, איז דאך נאכנישט דא קיין לקותא אונטערן הויט, מילא איז עס נישט אזוי ווייס און עס קוקט נישט אויס טיפער.
פי' ה'נחלת יעקב' ו'המשכיל לדוד' ברש"י
עס זענען אבער דא מפרשי רש"י וואס לערנען אז רש"י איז בכלל נישט שווער געווען דער קשיא וואס דער רמב"ן לערנט אריין בדבריו, נאר רש"י'ס מכוון איז געווען אויף עפעס אנדערש.
א. דער נחלת יעקב לערנט פשט, אז רש"י איז שווען געווען פארוואס שטייט וְעָמֹק אֵין מַרְאֶהָ מִן הָעוֹר, און נישט 'ואין מראה עמוק מן העור', און דאס מאכט טראכטן אז מ'רעדט דא אז עס איז יא עמוק אבער נישט אינגאנצן עמוק, אזוי ווי מ'טרעפט אז די גמרא איז מדייק אין מס' סנהדרין (כב:) פון דעם וואס שטייט אין ספר יחזקאל (מד, כ) לגבי די כהנים וּפֶרַע לֹא יְשַׁלֵּחוּ, און נישט 'לא ישלחו פרע', אז זיי מעגן לאזן וואקסן די האר, אבער נישט צו לאנג, און מען טייטשט דעם פסוק וּפֶרַע מעגן זיי האבן, אבער לֹא יְשַׁלֵּחוּ, אזוי אויך דא דארף מען אזוי טייטשן, וְעָמֹק איז עס, אבער אֵין מַרְאֶהָ מִן הָעוֹר עס זעהט זיך נישט אזוי שטארק אן אויפן הויט, און היות אז כדי עס זאל הייסן פון די מראות נגעים מוז עס זיין אויסקוקן כאטש עפעס עמוק מן העור, ווי דער רמב"ם שרייבט (טומאת צרעת פ"א ה"ו) זאגט רש"י 'לא ידעתי פירושו' פונקטליך ווען גייט עס נאך אריין בגדר עמוק און ווען שוין נישט.
ב. דער משכיל לדוד טענה'ט אז עס איז נישט מסתבר אז רש"י זאל דא זוכן מודיע זיין וואס ער ווייסט נישט פשט, נאר יעדעס מאל וואס רש"י ברענגט אזא לשון, דארף מען אנדערש אפלערנען.
זאגט ער פשט, אז ביי דעם נגע וואס האט נישט קיין שער לבן, קוקט עס טאקע נישט אויס אזוי שטארק טיפער פון דעם עור הבשר ווי די נגע מיט שער לבן, אבער אזוי ווייט אז דער פסוק זאל זאגן וְעָמֹק אֵין מַרְאֶהָ מִן הָעוֹר איז רש"י שווער געווען, אויב עס איז ווייס איז עס אייביג עמוק מעור בשר, און אז עס איז נישט ווייס איז עס נישט קיין נגע.
דערפאר איז רש"י מסביר אז ביי אזא נגע וואס קוקט נישט אויס אזוי טיף, קוקט עס נישט אייביג אויס ווי עס איז טיפער, און אז מ'וועט פרעגן איינעם צו ס'קוקט אויס טיפער וועט ער ענטפערן 'לא ידעתי', און דאס מיינט דער פסוק וְעָמֹק אֵין מַרְאֶהָ אז עס קוקט נישט אויס אויף זיכער טיפער פון די הויט, מילא זאגט רש"י 'לא ידעתי, פירושו', דהיי' אז דער פירוש פונעם פסוק איז אז מען ווייסט נישט אויף זיכער צו עס איז עמוק צו נישט.