פרשת קרח
שיטת ה'אבן עזרא'
דער אבן עזרא לערנט אז די מעשה האט פאסירט נאך אין מדבר סיני, גלייך נאכדעם וואס משה רבינו האט אריבער געפירט די קדושה פון די בכורים צו די לויים, און אויף דעם איז געווען די טענה פון די ר"נ ראשי סנהדראות וואס זיי זענען געווען בכורים וואס האבן געטוהן די עבודה ביז הקמת המשכן, און זיי האבן געהאלטן אז דאס אוועק נעמען די עבודה פון זיי און עס געבן פאר משה רבינו'ס קרובים די בני קהת און די אנדערע לויים, קומט ח"ו נישט פונעם באשעפער, נאר משה רבינו האט דאס געטוהן מדעת עצמו.
און אזוי איז אויך די משמעות אין מדרש רבה (במדב"ר יח, ד), ווי דער מדרש דערציילט אז נאך וואס משה רבינו האט אפגעגאלט קרח'ס האר, ווי דער ציווי איז געווען (במדבר ח, ו-ז) קַח אֶת הַלְוִיִּם מִתּוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וגו' וְהֶעֱבִירוּ תַעַר עַל כָּל בְּשָׂרָם, האבן די אידן נישט דערקענט קרח, און דאס האט צוגעברענגט ער זאל ווערן אויפגערעגט אויף משה רבינו אז ער מיינט מזלזל צו זיין אין די לויים.
און ווי די גמרא זאגט אין מס' גיטין (ס.) איז דער ציווי פון פרשת הלויים געגעבן געווארן אינעם טאג פון הקמת המשכן, ראש חודש ניסן די צווייטע יאר פון יציאת מצרים. און לויט דעם שרייבט דער 'מזרחי' (במדבר ז, א) איז די ערשטע הזאה אויף די לויים געווען ג' ניסן, און די צווייטע איז געוען ז' ניסן, און אין יענעם טאג האבן זיי זיך אפגעגאלט די האר, מילא קומט אויס אז די מעשה איז געווען נאך אין חודש ניסן זייענדיג אין מדבר סיני.
דער רמב"ן זאגט אויף דעם אז דער 'אבן עזרא' גייט דא לשיטתו, אז אין מוקדם ומאוחר בתורה, און אפילו ווען עס איז נישט דא קיין ספעציעלע סיבה צו שרייבן שלא על הסדר קען זיין אז די זאכן זענען נשט גשריבן כסדרן, אבער דער רמב"ן אליינס איז דאך באקאנט אז ער האלט אז ווי עס איז נישט מוכרח צו מהפך זיין דעם סדר, דארף מען אננעמען אז די זאכן האבן פאסירט לויט'ן סדר ווי עס שטייט אין די תורה.
שיטת רש"י - לפי הרא"ם
דער 'מזרחי' ברענגט א ראיה פון צוויי פלעצער אין רש"י, אז רש"י האט געהאלטן אז די מעשה פון קרח איז געווען אין די וואך וואס כלל ישראל האט זיך אויפגעהאלטן אין חצרות, נאך וואס מרים האט בארעדט משה רבינו, און זי איז נענש געווארן מיט צרעת אויף זיבן טאג, וואס ווי די גמרא זאגט אין מס' תענית (כט.) איז דאס געווען צווישן כ"ב סיון און כ"ט סיון.
די ערשטע ראיה איז פון דעם וואס רש"י שרייבט לויט איין פשט אין פרשת דברים (א, א) אז דאס וואס משה רבינו דערמאנט וַחֲצֵרֹת צווישן די פלעצער וואס די אידן האבן געזינדיגט אין מדבר, גייט עס אויף די מעשה פון קרח וואס איז געווען אין חצרות.
און לויט ווי די גמרא מאכט די חשבון דארט אין מס' תענית זענען כלל ישראל געווען אין חצרות נאר די וואך פון די עמשה פון מרים, ווי עס שטייט אין פסוק אין פרשת בהעלותך (יא, לה - יב, א) מִקִּבְרוֹת הַתַּאֲוָה נָסְעוּ הָעָם חֲצֵרוֹת וַיִּהְיוּ בַּחֲצֵרוֹת. וַתְּדַבֵּר מִרְיָם וְאַהֲרֹן בְּמֹשֶׁה וגו', און גלייך נאך די מעשה שטייט (יב, טו-טז) וְהָעָם לֹא נָסַע עַד הֵאָסֵף מִרְיָם. וְאַחַר נָסְעוּ הָעָם מֵחֲצֵרוֹת וַיַּחֲנוּ בְּמִדְבַּר פָּארָן.
און מיט דעם איז דער מזרחי אויך מסביר אז דאס איז וואס איז שווער געווען פאר רש"י אנהייב פרשת שלח, 'למה נסמכה פרשת מרגלים לפרשת מרים', און לכאורה איז שווער וואס רש"י פרעגט, די פשוטע סיבה איז דאך ווייל עס איז טאקע געווען ממש איינס נאכן צווייטן, ווי מיר זעהן אין די גמרא דארט אז גלייך אין דעם טאג וואס מען איז אוועק געפארן פון חצרות האט מען שוין געשיקט די מרגלים.
נאר פון דעם איז א ראיה אז רש"י לערנט טאקע אז צווישן די מעשה פון מרים און דאס שיקן די מרגלים איז געווען די מחלוקת פון קרח, נאר דער פסוק האט פארשטוישט דעם סדר און געשריבן די מעשה פון קרח שפעטער כדי נישט מפסיק צו זיין צווישן די פרשה פון די מרגלים און די פרשה פון מרים, און דאס איז רש"י שווער געווען וואס איז די סיבה דערצו.
פרעגט אבער דער מזרחי, אז הגם אז רש"י לערנט אז די מעשה פון קרח איז געווען אין חצרות, פון ווי האט רש"י גענומען אז עס איז געווען נאך וואס מרים האט בארעדט משה רבינו, אפשר איז עס נאך געוען פאר די מעשה פון מרים, און עס איז גארנישט געווען צווישן די מעשה פון מרים אין די שילוח המרגלים.
ענטפערט דער מזרחי אז עס איז טאקע נישט קיין הכרח אז עס איז געווען נאך וואס מרים איז נצטרע געווארן, אבער עס איז נאך אלץ דא א ראיה פון דעם וואס די פרשה פון קרח איז געשריבן שלא במקומו נאך די מעשה פון די מרגלים הגם עס איז געווען פריער, און די מעשה פון מרים שטייט יא במקומו, איז געווען מוכרח פאר רש"י אז די תורה וויל אונז עפעס לערנען מיט די סמיכות.
אבער דער 'גור אריה'און דער 'נחלת יעקב'זאגן, אז עס איז נישט מסתבר אז די מעשה פון קרח איז געווען נאך פאר די מעשה פון מרים, ווייל לויט ווי רש"י ברענגט פון ספרי, איז מרים געוואויר געווארן אז משה רבינו האט זיך פורש געוערן פון צפורה ביים נעמען די שבעים זקנים אין קברות התאוה, ווען צפורה האט געזאגט אוי לנשותיהן של אלו, ווייל זי האט געמיינט אז זיי גייען זיך פורש זיין פון זייערע ווייבער, מילא איז נישט מסתבר אז עס איז געווען צו א ווייטע הפסק פון די מעשה פון קרח אינצווישן ביז מרים האט בארעדט משה רבינו.
אזוי אויך טענה'ט דער 'נחלת יעקב' אז לויט'ן חשבון וואס די גמרא מאכט דארט פון ווען די אידן זענען אוועק געפארן פון מדבר סיני כ' אייר ביז ווען די מרגלים זענען צוריק געקומען תשעה באב, קומט אויס אז די מעשה פון מרים איז געווען גלייך אינעם טאג וואס מען איז אנגעקומען קיין חצרות, מילא קען נישט זיין אז די מעשה פון קרח - וואס האט גענומען דריי טעג פון ווען זיי האבן אנגעהויבן די טענות אויף משה און אהרן, ביז (יז, ו) וַיִּלֹּנוּ כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מִמָּחֳרָת עַל מֹשֶׁה וְעַל אַהֲרֹן לֵאמֹר אַתֶּם הֲמִתֶּם אֶת עַם ה' - איז נאך געווען פריער.
קושיות על הרא"ם
א. די ערשטע קשיא פרעגט דער מזרחיאליינס, פון דעם וואס רש"י שרייבט בפירוש די וואך, אויפ'ן פסוק (ד) וַיִּשְׁמַע מֹשֶׁה וַיִּפֹּל עַל פָּנָיו, ברענגט רש"י דער מדרש, אז די טעם פארוואס עס שטייט נישט אז משה רבינו האט געדאוונט, נאר וַיִּפֹּל עַל פָּנָיו ווי ער קען גארנישט טוהן דערצו, איז געווען ווייל דאס איז שוין די פערדע גרויסע עבירה וואס כלל ישראל האט געטוהן אין מדבר, ווי רש"י רעכנט אויס, חטא העגל, מתאוננים, מרגלים און יעצט די מעשה פון קרח, שטייט דאך קלאר אז די מעשה איז שוין געווען נאכ'ן חטא המרגלים.
זאגט אויף דעם דער מזרחי אז עס איז טאקע א מחלוקת צווישן די מדרשים, און דער מדרש וואס רש"י ברענגט דא אז עס איז שוין געווען סרחון רביעי, וועט לערנען אז דאס וואס משה רבינו האט דערמאנט וַחֲצֵרֹת ביי די מוסר, ווי די צווייטע פשט אין רש"י דארט, אז עס איז א המשך צו בֵּין פָּארָן וּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן וואס גייט אויף דעם וואס די מרגלים האבן בארעדט ארץ ישראל, און די אידן האבן בארעדט די מן, און אויף דעם האט משה צוגעלייגט אז זיי וואטלן זיך געדארפט לערנען די הארבקייט פון לשון הרע פון די עונש פון מרים וואס איז געווען אין חצרות.
און דאס וואס רש"י ברענגט ביידע מדרשים וואס זענען זיך סותר, איז ווייל דאס איז דער דרך פון רש"י אויף יעדן ארט צו ברענגען די דעה וואס שטימט די בעסטע אין דעם פסוק, הגם אז אויף אן אנדערע פלאץ ברענגט רש"י א פארקערטע דעה ווייל אין יענע פסוק שטימט דאס בעסער. און דער מזרחי ברענגט דאס טאקע אלץ ראי' צו דעם יסוד אנהייב פון זיין פירוש אויף חומש בראשית, אז רש"י ברענגט יעדע מאל דער מדרש וואס שטימט בעסער אין דעם פסוק.
דער 'צדה לדרך' ברענגט אבער אז דער מעשי ה' טענה'ט דארט אנהייב פרשת בראשית, אז עס קען נישט זיין אז רש"י וואס קומט מיישב זיין און קלאר מאכן די פסוקים זאל ברענגען מדרשים חלוקים, איינמאל אזוי און איינמאל אזוי, וואס דאס איז דער היפך פון די תכלית וואס רש"י קומט מיט זיין פירשו על התורה מיישב צו זיין דבר על אופנו.
ב. דער מהר"לפרעגט אויך אויף דעם מהלך, אויב איז רש"י'ס דיוק געווען ווייל די מעשה פון קרח איז געווען צווישן מעשה מרים און די שילוח המרגלים, וואס ענטפערט רש"י אז די פסוק וויל אונז לערנען אז די מרגלים וואלטן זיך געדארט לערנען פון מרים'ס עונש ואס איז געקומען ווייל זי האט בארעדט משה, די תורה וואלט דאך אויך געקענט שרייבן די פרשה פון קרח אויפן פלאץ, ווייל די זעלבע לימוד וואלטן זיי זיך אויך געדארפט זיך צו לערנען פון קרח'ס עונש וואס האט אויך בארעדט משה רבינו אז ער טוט אלעס מדעת עצמו.
ג. דער 'נחלת יעקב'פרעגט אויף דעם, אז פון דעם וואס עס שטייט אין פסוק אז דאס זיך אויפהאלטן איז חצרות איז געווען כדי צו ווארטן אויף מרים, איז משמע אז ווען נישט דעם איז נישט געווען קיין אנדערע סיבה נישט ווייטער צו פארן, איז דאך משמע אז די מעשה פון קרח איז נישט געווען אין יענע וואך וואס די אידן זענען געווען אין חצרות.
שיטת רש"י לפי המפ', ושיטת הרמב"ן
דערפאר לערנען די אנדערע מפרשי רש"י אז די מעשה פון קרח איז טאקע געווען שוין נאך די מעשה פון די מרגלים, ווי רש"י שרייבט אז עס איז געווען סרחון רביעי, און אזוי לערנט אויך דער רמב"ן אז די מעשה פון קרח איז געווען אין קדש ברנע אין מדבר פארן נאך די גאנצע מעשה פון די מרגלים, ולשיטתו אז די תורה איז געשריבן על הסדר, און די מאורעות האבן פאסירט לויט ווי עס שטייט אין די תורה פרשת קרח נאך פרשת שלח.
און דער רמב"ן איז מסביר אז הגם אז קרח'ס טענות זענען געווען אויף דעם וואס מען האט געגעבן די עבודה פאר די כהנים און די נשיאות פון בני קהת פאר אליצפן בן עוזיאל, וואס דאס איז שוין געווען ראש חודש ניסן, האט אבער קרח געוואוסט אז טאמער וועט ער זיך דעמאלטס קריגן אויף משה רבינו וועלן די אידן איהם פארשטיינערן, ווייל די אידן האבן ליב געהאט משה רבינו אהבת נפש ווי זיך אליינס, נאך וואס אפילו נאכ'ן חטא העגל האט משה רבינו איינגעריסן פאר זי 40 טעג און 40 נעכט און ער האט אויס גע'פועל'ט אז דער באשעפער זאל זיי מוחל זיין, דערפאר האט ער געמוזט פארטראגן די גדולה פון אהרן און אליצפן בן עוזיאל.
אבער נאך וואס מען איז געפארן קיין מדבר פארן, ווי עס איז געוען די מעשה פון די מתאוננים וואס אידן זענען פארברענט געווארן, און דערנאך אין קברות התאוה וואס אסאך זענען געשטארבן, און יעצט ביים חטא המרגלים האט משה רבינו נישט געדאוונט אינגאנצן מבטל צו זיין די גזירה, נאר אז זיי זאלן נישט אויסשטארבן אלע אויף איין מאל כדי עס זאל נישט זיין קיין חילול ה', און די מרגלים וואס זענען געווען פון די חשובע מענטשן זענען שוין געשטארבן בַּמַּגֵּפָה לִפְנֵי ה', און אויף די גאנצע דור איז נגזר געווארן צו שטארבן אין מדבר אלץ עונש אויף שיקן די מרגלים וואס איז געווען מיט משה רבינו'ס הסכמה, דעמאלטס האט שוין קרח געהאלטן אז די אידן זענען פארביטערט אויף משה רבינו, און די אידן וועלן מיטהאלטן מיט איהם.
און דערפאר האבן טאקע דתן ואבירם דאס דערמאנט, צוריק ענטפערנדיג פאר משה רבינו (פסוק יג-יד) הַמְעַט כִּי הֶעֱלִיתָנוּ מֵאֶרֶץ זָבַת חָלָב וּדְבַשׁ לַהֲמִיתֵנוּ בַּמִּדְבָּר כִּי תִשְׂתָּרֵר עָלֵינוּ גַּם הִשְׂתָּרֵר. אַף לֹא אֶל אֶרֶץ זָבַת חָלָב וּדְבַשׁ הֲבִיאֹתָנוּ וַתִּתֶּן לָנוּ נַחֲלַת שָׂדֶה וָכָרֶם, ווייל אויף דעם האבן זיי געבויט אז די אידן וועלן מיט האלטן מיט זיי, ווייל זיי זענען פארווייטאגט אויף משה רבינו וועגן דעם אז זיי גייען נישט אריינגיין קיין ארץ ישראל.
יישוב דברי רש"י פ' שלח
און דאס וואס רש"י פרעגט אויף די סמיכות פון מעשה מרים צו די מרגלים זענען די מפרשי רש"י מסביר אויף אנדערע וועגן.
א. איין פשט לערנט דער גור אריה, אז דער דיוק איז פון דעם וואס דער פסוק שרייבט גלייך נאך די מעשה פון מרים וְאַחַר נָסְעוּ הָעָם מֵחֲצֵרוֹת וַיַּחֲנוּ בְּמִדְבַּר פָּארָן, איז משמע אז דער פסוק וויל מדגיש זיין אז דאס וואס האט פאסירט אין מדבר פארן פון וואו מען האט געשיקט די מרגלים האט א שייכות מיט די פרשה פון מרים וואס איז געווען אין חצרות.
ב. און נאך איז דער מהר"ל מדייק פון מדרש, און אזוי לערנט אויך דער 'צדה לדרך', אז עס איז מסתבר אז די אידן האבן שוין געבעטן מען זאל שיקן מרגלים גלייך ווען מען איז ארויס געפארן פון מדבר סיני קיין ארץ ישראל כ' אייר, נאר דער באשעפער האט נישט מסכים געווען אז זיי זאלן שיקן די מרגלים ביז נאך די מעשה פון מרים כ"ט סיון, און דאס איז געווען רש"י'ס קשיא פארוואס איז די הסכמה צו שיקן מרגלים נאר געווען נאך די מעשה פון מרים.
ג. און דער משכיל לדודאיז מסביר אז רש"י קומט מסביר זיין דאס וואס שטייט אין פסוק שְׁלַח לְךָ אֲנָשִׁים, וואס פון דעם איז משמע אז עס האט א שייכות מיט די עונש פון מרים וואס איז געקומען אויפ'ן מזלזל זיין אין משה רבינו'ס כבוד.
יישוב דברי רש"י פר' דברים
און דאס וואס רש"י שרייבט אין פרשת דברים אז די מעשה פון קרח איז געווען אין חצרות, און אין די פסוקים זעהט מען אז די אידן זענען געווען אין חצרות נאך פאר די מעשה פון די מרגלים.
א. דער מהר"ל איז מסביר, אז לויט ווי עס קומט אויס פון די פסוקים אין פרשת בהעלותך, וואס עס שטייט שוין גלייך ווען זיי זענען געפארן פון מדבר סיני (י, יב) וַיִּסְעוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל לְמַסְעֵיהֶם מִמִּדְבַּר סִינָי וַיִּשְׁכֹּן הֶעָנָן בְּמִדְבַּר פָּארָן, און דערנאך שטייט נאכאמאל נאכן זיין אין חצרות (יב, טז) וְאַחַר נָסְעוּ הָעָם מֵחֲצֵרוֹת וַיַּחֲנוּ בְּמִדְבַּר פָּארָן, אז די אלע פלעצער פון קברות התאוה, חצרות און קדש ברנע געפינען זיך אלע אין איין גרויסע פלאץ וואס הייסט מִדְבַּר פָּארָן, און היות דארט פון ווי מען האט געשיקט די מרגלים האט שוין משה רבינו מרמז געווען דערמאנענדיג בֵּין פָּארָןוּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן, האט משה רבינו געדארפט נוצן אן אנדערע פלאץ צו דערמאנען די מעשה פון קרח, דערפאר האט ער עס מרמז געווען מיט וַחֲצֵרֹת ווייל למשה איז עס געווען נישט ווייט פון חצרות.
ב. דער מעשה ה'איז מסביר, אז הגם אז די מחלוקת איז געווען אין מדבר פארן שוין נאך די מעשה פון די מרגלים, האבן אבער קרח'ס טענות זיך שוין אנגעהויבן ווען זיי זענען געווען אין חצרות, און דערפאר איז רש"י טאקע מדייק אז 'וחצרות. זו מחלוקתו של קרח', און עס שטייט נישט קרח וכל עדתו, ווייל זיי זענען ערשט צוגעקומען ווען ער האט זיך געקריגט למעשה נאך די מעשה המרגלים, אבער אין חצרות איז עס נאר געוען מחלוקתו של קרח, ווייל זיינע טענות האבן זיך שוין אנגעהויבן דארט.
דער צדה לדרךפרעגט אבער אויף דעם, פארוואס זאלן קרח'ס טענות זיך אנהייבן דייקא דארט, אויב האט ער שוין געהאט טענות איוף די כהונה פון אהרן, און אלצפן'ס נשיאות וואלטן זיי זיך שוין געדארפט אנהייבן אין מדבר סיני ווי דער אבן עזרא שרייבט.
ג. א מחודש'דיגע מהלך שטייט אין 'נחלת יעקב', אז נאך קדש ברנע ווען די אידן זענען ווייטער געפארן זענען זיי נאכאמאל געווען אין חצרות, און דעמאלטס איז דארט פארגעקומען די מעשה פון קרח.
והגם אז דער נח"י ברענגט אז מכילתא (פרשת ויסע ד) וואס שטייט אזוי, אז די אידן זענען צוריק געקומען קיין חצרות נאך וואס זיי זענען אוועק געפארן פון דארט, איז אבער לכאורה נישט משמע אז דאס איז די פשט דארט, ווייל אין ספרי (סו"פ בהעלותך) שטייט אויך דער דרש, און דארט שטייט בפירוש אז די אידן זענען שוין געווען גרייט ארויס צו פארן פון חצרות נאך פאר די מעשה פון מרים, און זיי זענען צוריק קיין חצרות כדי אויס צו ווארטן ביז מרים קען צוריק קומען אין מחנה, קומט דאך אויס אז ביידע מאל זיין אין חצרות איז געווען נאך פאר די מרגלים.
נאך דארף מען וויסן לויט'ן נחלת יעקב, פון דעם וואס עס קומט אויס אין רש"י פרשת דברים אויפן פסוק (א, מו) וַתֵּשְׁבוּ בְקָדֵשׁ יָמִים רַבִּים כַּיָּמִים אֲשֶׁר יְשַׁבְתֶּם, אז די אידן זענען געבליבן אין קדש נאכן שיקן די מרגלים פאר די קומענדיגע 19 יאר, און ערשט נאכדעם זענען זיי ווייטער געפארן די קומענדיגע 19 מסעות ביז זייי זענען צוריק געקומען קיין קדש ברנע, און אויב מען וועט זאגן אז די מעשה פון קרח איז געווען ביי די קומענדיגע נסיעות ווען זיי זענען צוריק געגאנגען אין מדבר זענען זיי נאכאמאל געווען אין חצרות, קומט אויס אז די מעשה פון קרח איז געווען ניינצן יאר נאך די מעשה פון די מרגלים.
חוץ אויב מען וועט זאגן אז דער נח"י האלט ווי דער אור החיים הק' אין פרשת שלח (יד, כה) אז די 19 יאר אין קדש איז שוין געווען נאך די אנדערע מסעות ווען זיי זענען שוין צוריק געקומען קיין קדש, לויט דעם קען יא זיין אז די מעשה פון קרח איז טאקע געווען גלייך נאך די מעשה פון די מרגלים.
לסיכוםהאבן מיר געהאט 4 דעות ווען און ווי עס איז געועון די מעשה פון קרח.
א. שיטת האבן עזרא - חודש ניסן אין מדבר סיני.
ב. שיטת הרא"ם ברש"י - סוף חודש סיון אין חצרות, קען זיין אר די עמשה ון מרים און עס קען זיין אז נאכדעם, און דער מהר"ל לשיטתו אז עס איז מוכרח אז עס איז געווען נאך די מעשה פון מרים.
ג. שיטת הרמב"ן - נאך תשעה באב אין קדש.
ד. שיטת ה'נחלת יעקב ברש"י - נאך תשעה באב אין חצרות, ואולי איז עס געווען 19 יאר נאך די מעשה המרגלים.