איבערפאל אויף היים פון ספיקער פעלאסי, מר. פעלאסי פארוואונדעט
ער האט זיך איינגעבראכן ביי פעלאסי אינדערהיים מיט א האמער אין די האנט שרייענדיג ווי איז נענסי! קאנגרעס ספיקער איז טאקע נישט געווען אינדערהיים אבער פעלאסי האט ער געטראפן, נישט דע פעלאסי וואס ער האט געזיכט נאר מיסטער פעלאסי וואס ער האט שרעקלעך אטאקירט.
מיסטער פעלאסי איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און א סטאבילע מצב און איז ערווארטעט זיך צי ערהוילן.
דער פארברעכער איז ארעסטירט געווארן און א גרויסע אויספארשונג איז געעפנט געווארן דורך די FBI USCP און די לאקאלע פאליס דעפארטמענט.