חרדים: א נאמען פון א געשמאקייט פון א שול אין קרית יואל, מיט זיסע מעשיות און זכרונות, די אשכול אזוי ווי מיינע אנדערע אשכולים וועט אויסדריקלעך זיין נאר פאר געשמאקע זכרונות, אלטע בילדער און קרישקעלעך, מען בעט נישט צו ארויפברענגען דא מחלוקת און העצערייען.
צוריק צום אשכול, די שול קהל חרדים איז שוין גאנץ אלט, און די יארן שטייען נישט. גייען מיר מיט די הילף פון די חברים דא, מעמיד זיין א געדענק שטיין איבער אלע אלטע געשמאקע זכרונות פון די שול.
די שטיבלעך מיט זייערע אמאליגע יושבים די אלטע מקוה די אלטע אידן דער דיין ז"ל די שמשים דער שארמאשע רב מיט זיין מנין די לאך די ראש חודש סעודות און נאך און נאך, מען וועט שפעטער מרחיב זיין.
רבני חרדים ביי קידוש החמה פון רעכטס צו לינקס הרב משפיטווקא בן הרב משארמאש ר' משה גפן ר' משה טירנויער ר'מאיר דייטש הרב מענדל וואלדמאן הרה"ח ר'הערשל פאלקאוויטש הרה"ג ר' שמעון משה וואלדמאן ז"ל דומ"ץ הגה"צ משארמאש ז"ל הרב אלטר שמחה - גאדינגער
שארמאשע רב'ס מנין: שארמאשע רב פלעגט אנקומען מיט די גבאי הרב וואלנער, גיין צו זיין פלאץ ביים לינקע זייט פון ארון קודש, רבי אפרים אביגדור היימאן, פלעגט שטיין אויף די רעכטע זייט, און מסדר זיין די ליכט, רבי יעקב יוסף סאמעט פלעגט מסדר זיין די אלע געוועזענע קאווע באטלעך האלטערס נעבן שארמאשע רב'ס פלאץ, די רב פלעגט זאגן ברכות, און זיך זיסלעך אינטערזינגען ביי קרבנות, ביי ויברך דוד פלעגט רבי יעקב יוסף ארויסנעמען א ספעציעלער בלויע פישקע און גיין צום רב נאך געלט ווען ער האט געזאגט ואתה נותן לכל, און עס דערנאך פארשטעקן אין זיין טלית בייטל, רבי יעקב יוסף איז געשטאנען רעכטס פון די באלעמער,
פארן בלעמער איז געשטאנען רבי יואליש גאנץ, ער פלעגט מיט זיין זיסע הויעכע שטימע דאווענען הויעך שמונה עשרה, מיט א גאר זיסע נוסח, רבי משה (יעקלס) שווארץ האט זיך געהאט זיין פלאץ ביי די אינטערשטע שורה נעבן די זויל, ער פלעגט זיצען מיט א דבקות פאר זיך, ביים ליינען האט די רב געהאט א הערליכע זיסער נוסח אויף די יהי רצון'ס רבי שאול גאנץ פלעגט זיכער מאכן אז די רב זאגט עס, נאכן דאווענען איז געווען די געשמאקע צייט ווען די רב האט באגריסט יעדן איינעם, און זיך געווערטלט איבער אלעס, רבי יואליש גאנץ פלעגט פירען די שמועס אסאך, און די גאנצע שול פלעגט פארוואנדעלט ווערן אין א חסידישע פארברענג, ביז די רב האט שטייטלעך ארויסשפאצירט יעדער אין געגענט האט באקומען א זיס ווארט, און די שטילקייט האט צוריק געקומען צום היכל.

נאכן דאווענען האט ר' יואליש גאנץ אהיימגעפירט דעם רב, אין אייביג אין די לעצטע מינוט האט זיך ר' יעקב יוסף סאמעט מיטגעכאפט, מיט ברענגנדיג דערביי א לוח יום ביומו, די האט פארגעליינט די שמחות הויעך און קלאר מיט זיין זיסע שטימע, מזל טוב האט ער אויסגעשריגען פאר יעדן איינעם זיך מיט פרייענדיג אין ווינטשנדיג ברכות פאר די בעלי שמחה
נאכן דאווענען האט ר' יואליש גאנץ אהיימגעפירט דעם רב, אין אייביג אין די לעצטע מינוט האט זיך ר' יעקב יוסף סאמעט מיטגעכאפט, מיט ברענגנדיג דערביי א לוח יום ביומו, די רב האט פארגעליינט די שמחות הויעך און קלאר מיט זיין זיסע שטימע, מזל טוב האט ער אויסגעשריגען פאר יעדן איינעם זיך מיט פרייענדיג אין ווינטשנדיג ברכות פאר די בעלי שמחה