פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם
ג' ויצא רעכטע פארטייען אין מדינת ישראל האבן געמאלדן אז זיי מאכן פארשריט אין ריכטונג פון פארמירן א קאאליציע: צווישן אנדערע איז די דתית פארטיי איינגעגאנגן ציצושטעלן די שטימען וואס פעלט זיך אויס צו קענען אריין שטעלן א נייע ספיקער אין די כנסת פארליאמענט כדי צו קענען פאראויסשטיפן פארשידענע בילס וועלכע פעלן זיך אויס אלץ טייל פון די ארבייט צו פארמירן א רעגירונג. די מעלדונג קומט א טאג נאכדעם וואס די דתית פארטיי פירער בצלאל סמוטריטש האט אפגעהאלטן א זיצונג פון דריי שעה צייט מיט'ן ליכוד פארטיי פירער ביבי נתניהו. https://www.yiddish24.com/news/bulletin/73975
פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם
איינזאך וואס איך פרוביר צו פארשטיין איז, די (קליינע) פארטייען וואס שליסען זיך אן אינעם קאליציע פארלאנגן פאזיציעס פאר אלע זייערע ח"כ און ווי עס זעהט אויס געבט מען עס נאך פאר יעדעם און אלעס ווערט אוועק געטיילט פאר זיי. פארוואס זאלן נאר 2/3 פון די ליכוד ח"כ באקומען עפעס אידערצייט וואס זיי זענען די גרעסטע פארטיי אינעם קאליציע?
ס'דא א זאך וואס פרגעסט מען, ליכוד זענען טאקע די גרויסע פארטיי, און טאקע וועגן דעם האבן זיי באקומען די גרעסטע דז'אב וואס ווערט ווי אלע אנדערע פאזיציעס צוזאמן: ראש ממשלה...
ממילא מוזן זיי עפעס מער פאר די אנדערע קליינע פארטייען.
(אגב געהערט יעצט אז לפיד מאכט חוזק פון ביבי "שהוא נסחט" (וויזוי טייטש מען עס??) חחח מיט אנדער אהאלב יאר ער האט געגעבן צו בנט - אין שפיץ פון פארטיי מיט 6 חברי כנסת - צו זיין ראש ממשלה...)
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט
כיכר השבת באריכטעט היינט אז נאכן קומען אונטער שווערע דרוק פון די ספרדישע רבנים האט אריה דרעי אויסגעהאמערט א אפמאך מיט נתניהו אז דער ליכוד וועט זיך מתחייב זיין נישט אדורכצופירן סיי וועלכע גיוס געזעץ אן די הסכמה פון די ספרדישע מועצת.
ארגינאל האבן די רבנים פארלאנגט אז גיוס זאל זיין דער ערשטער פריאריטעט אין די פארהאנדלונגען, דרעי פון די אנדערע זייט טענה'ט אז די ערשטע פריאריטעט זאל זיין אויפצושטעלן א נייע רעגירונג און דורכפירן דעם 'דרעי-געזעץ' וועלכע ערמעגליכט אים צו נעמען א מיניסטעריאלע פאזיציע אין די נייע רעגירונג אפגעזעהן דאס אז ער איז שוין צוויי מאל באשולדיגט געווארן מיט קרימינאלע קלאגעס.
פאראנטווארטליכע אין יהדות התורה טענה'ן אז מיט דעם וואס דרעי האט ארויסגעשטעלט די גיוס אישו פון די פארהאנדלונגען האט ער בעצם אוועקגעווארפן דעם לעצטן קארטל וואס זיי האבן געהאט אין די הענט נאכוואס אין פאקט וועט נתניהו קיינמאל אדורכפירן א געזעץ וועלכע וועט גענצליך פטר'ן די פרומע פון דינען אין מיליטער און זיין יעצטיגע התחייבות האט נישט קיין עכטע ווערד.
אין קורצן, ארגינעל האט מען געוואלט אז דער גיוס געזעץ זאל ווערן אויסגעהאמערט בעפאר די איינשווערונג, דרעי ווידער האט עס אפגעלייגט טענהנדיג אז אראפזעצן די יעצטיגע רעגירונג איז וויכטיגער און ער האט זיך באגענוגט מיט א פארשפרעכונג אז עווענטועל וועט מען זיך רעכענען מיט די רבנישע אויטאריטעטן אנבאלאנגט גיוס. עס בלייבט צו ווארטן און זעהן צו יהדות התורה וועט למעשה מיטגיין מיט דעם פלאן אדער פארהאלטן די איינשווערונג ביז מען קומט זיך נישט געהעריג דורך, עפעס וואס וועט לכאורה נישט געזעהן נאכוואס זייער כח איז גאנץ מינדערוויכטיג אן ש"ס צו זייער זייט.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
רוסישע פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט אנגערופן מדינת ישראל צוקונפטיגער פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו און עם קאנגראטולירט אויף די געווינס ביי די וואלן און אויף דאס אויפשטעלן א ממשלה. די צוויי האבן דן געווען אין עטליכע ענינים איבערהויפט איבער דעם קריג אין אוקריינע.
If you ever feel useless, remember that the U.N. still exists.
היינט ווערט באריכטעט אז דער ליכוד האט זיך מתחייב געווען צו באשטעטיגן געזעצליך אז תורה איז א אנערקענטער ווירד אין מדינת ישראל און דערפאר וועט א בחור אדער אינגערמאן וואס לערנט זיין פטור פון דינען אין מיליטער, דער ליכוד פארשפרעכט אדורכצופירן דעם געזעץ נאך בעפאר דעם קומענדיגן בודזשעט. אין פאל זיי דרייען מיט די צונג וועלן די חרדי'שע רעפרעזענטאטן דארפן אויפלעהזן די רעגירונג אויפן רוף פון מועצת.
ונזכה ונחיה ונראה.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
ארי קלמן: אין די פרישע קואליציה טראכט מען יעצט פון צו שטעלן דרעי אויף א צווייטע מכובדיגע פאזיציע די געדאנקען וואס ליגן יעצט אויפן טיש זענען ווי פאלגאנד: יו"ר כנסת המינים. יו"ר וועדת חוץ ובטחון. ראש ממשלה חליפי.